א קאפיטל היסטאריע: די טיילונג אין טאהש!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

מאטל, טו א גאנצע ארבעט און לייג ארויף קעפשענס אויף די געזיכטער, עס וועט זיין צו שמייכלן פאר עמיצער וואס קען די מענטשן..
באניצער אוואטאר
מאטל שניידער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 258
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 11:31 am
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

שליחה דורך מאטל שניידער »

מאפע פון פארגאנגענע יאר אדר אנגעצייכנט אין גרין ווי אידן האבן געקויפט הייזער אינדרויסן פון שטעטל
בילד
מענטשן'ס מחשבות ווערן געטוישט דורך אָבזערוואַציע און נישט דורך אַרגומענטן.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

נ.ב. די בנין וואס זיי פארמאגן איז שוין דער צווייטער בנין, דאס קומט נאכדעם וואס גויאישער שכנים האבן גע'מסר'ט די סקול, אז מען שטערט זיי, און די סקול איז נישט קיין לעגאלער. סא אינמיטן העלן טאג זענען אנגעקומען דעטעקטיווס, און די מיידלעך זענען ארויסגעשפרינגן פון פענסטער און אנטלאפן אז מען זאל זיי נישט ארעסטירן. די צווייטער בילדיניג איז שוין אויך אין מסירה. ונזכה ונחיה ונראה.
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

פרייוויליג האט געשריבן:יעדער וואס האט נאר צוויי פייער באלס אינמיטן קאפ זעט אליין אז די ווערטער זענען געשריבן געווארן דורך איינער וואס האט זיך געדרייט אינעם דארף ווי א גאסט אויף א וויילע, און גענומען א גרינטלאזער מיינונג מיט א גאסט גלעזער, און אפגעלערנט דעם טאהשען דינאסטיע ביז עס איז געווארן ווי א אינטערגאלע אפדריק פון האנט.

אויב איז דיין אנאליז א ריכטיגע ער איז ס"ה א גאסט אויף א ווייל נעם איך אהן אז זיין ווערסיע איז די ריכטיגע ווייל די האסט זיכער אן אגענדע און ער האט ס"ה גיהערט פון מענטשן דוירט אין שטעטל וואס זיי זאגן!!!
פרייוויליג האט געשריבן:אזא נארישע פונקט ווי שמ"ד שיקט זיינע קינדער אין יענע מוסד, ווער רעדט פון דעם? ער איז געווען א שמש און נישט אריינגעטראטן אין גרויסן שול, און יעצט האט ער עס געדראפט און דאווענט אין גרויסן שול. דו קומסט מיט מינדערוויכטיגע פונקטן אז דו האסט קאנטראקטן פון געשלאסענע הייזער, דאס איז נאכנישט א באוועגונג אויף קיין טיילונג. מען האט ארויסגעמאפט צוליב סכסוכים מיט קינדער אין מוסדות, און אויך א מאנגעל אין הייזער. און רוב איינוואונער דארט זענען הייסע טאהשער חסידים, "וואס דאווענען ע"פ רוב אין גרויסן שול".

עס איז גראדע נישט א נערישע פונקט אז ער שיקט זיינע קינדער אין זייער מוסדות עס ווייזט אסאך, עניטיים אזוי סאך ווי ער דאוונט אין די גרויסע שוהל!
און עס איז גראדע נישט מינדערוויכטיג אז ער האט קאנטראקטן פון געשלאסענע הייזער!
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

@ פרייוויליג איך ווייס נישט ווי אזוי דו דערווייגסטוך בכלל צו שרייבן אקעגן פאקטן
פרוקער טראק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 14
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:25 am
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

שליחה דורך פרוקער טראק »

מאטל שניידער האט געשריבן:בייגעלייגט בילדער פון א אסיפת התחזקות אין 555:
אלע אין די בילדער זענען קאזינס האב איך מורא...

די דזשאוק איז, אז כאטש טאקע היינט זענען די וואס זיצן ביים רעדל די רודפים איז אבער איראניש צוצוקוקן ווי די א.ג. נרדפים, ספעציעל די משפחה פון וואס מ'רעדט דא אגאנצן צייט, וואס האט אויפגעבויעט טאהש, האבן געמוזט שלום מאכן מיט די אמאליגע עקסטערמיסטן וועמען זיי האבן אליינס אויסגעצאפט דאס בלוט מיט נישט אזוי פיהל יאר צוריק.

די ראטמאן/לאווי רעזשים איז טאקע מער א ביזנעס ווי חסידות, און זיי מאכן דערפון נישט קיין סוד אבער די אנשטעל פון די נרדפים ווי כאילו זיי קעמפן פאר פרייהייט פונעם יחיד - וואס ווערן אונטערדרוקט און גערודפט פון כבוד און געלט פרעסער מיילעך לאווי פארגארנישט און פארנישט - איז צום שטוינען. די היפאקריטיע איז אין לשער.
Josh
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 20
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2013 3:41 am
האט שוין געלייקט: 137 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

שליחה דורך Josh »

פרייוויליג האט געשריבן:
לית דין בר נש האט געשריבן:
נפש יהודי האט געשריבן:אגב, געהערן טאקע אלע אכצן משפחות פון יענעם אפגעברענטן בנין צו דער ארטיקער אפאזיציע? א coincidence?


בעל מדות האט געשריבן:ווען די גרויסע פייער (זינטאג דברים תשע"א) האט פארניכטעט אכצן דירות אין שטעטל האט די קהילה באשלאסן צו נוצן א נייע טאקטיק וויאזוי צו באשטראפן די איינוואוינער וועלכע האבן פארלוירן די האב און גוטס מיט דעם שריפה ( נאר 555 מתפללים פארשטייט זיך) מיטן נישט איבערבויען דעם אלטן בנין, און געבן דירות נאר פאר די וועלכע שטעלן זיך צו מיט אלע קאפריזן און שיגעת'ן.

אויף די איינצעלע קוואט פיל איך אויך פאר וויכטיג צו קוואטן. עס איז שקר וכזב, ליגענט פון קאפ ביז פיס!! די מעשה איז אמת און דיין סיבה מאכט איר אויסזען פאר א אנדערע מציאות. רוב פון די אכצן האבן באקומען פרישע דירות. א חלק דערפון האלט מען יעצט אינמיטן בויען. איין פערזאן ח. י. ג. האט אפגעיאפעט. א לאנג יעריגער וועלט בארימטער טעראר מייסטער. און דער צווייטער פארשטיין י. ב. ל. האט מען אים געזאגט אז ער זאל סטאפן טערעזירן וועט ער קענען קויפן א נייע הויז. פארוואס זאל מען אים פארקויפן א הויז, ער זאל ווייטער מאכן אויף זייער קאפ? ער איז יא גערעכט אדער נישט. דו וואלסטו פארקויפט דיין בעקיארד פאר דיין פיינט? וואס לייגסטו אריין קראקעדייל טרערן אין דיין געשיכטעלע?

שיין זעט מען אויס מיט אזא דעפענישאן פון "באקומען". מ'האט פאר קיינעם נישט געטיילט דירות. חוץ הערשל פיש, דער בעל קורא, ראש ישיבה און רבינס אייניקל האט מען אלע געלאזט קלאפן בארען. חסידים און מתנגדים צוגלייך. נאר וואס דען? ווער ס'איז נישט קיין מתנגד האט באקומען די געוואלדיגע זכות פון קענען "קויפן" א הויז. פאר רענט איז נישטא קיין הייזער, און הגם דער גאווערנמענט האט געאאפערט וויל נישט דער רב.
פרוקער טראק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 14
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:25 am
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

שליחה דורך פרוקער טראק »

די וואס דארפן באקלאפט ווערן זענען די ניימאנס וחבריהם. זיי זענען גענוג אויפגעקלערט צו וויסן אז די טייטעלבויםס, סאטמערער, ברסלבערס און די אלע לוזערס האלטן נישט ביים ארבעטן און רעבעלן נאר צוליב וואס די נייע הנהגה האט געוואלט איינפירן רעפארמען. אפגעזען ווי ערנסט די לעצטיגע מיינען עס. די ניימאנס קלעבן צו זיי נאר ווייל זייער הונגער נאך כבוד און געלט טרייבט זיי אויפצובויען א פרישע באזע אויף וואס זיך צו פיטערן. לאווען איז א באזונדערע פרשה. א מאדנער מיסטרעיעזער טיפ וואס באוויינט זיינע יונגע יארן. א טעראריסט וואס האט אונטערן פרומען מאנטל זיך ענדזשויט אין פילן זין פון ווארט אויפ'ן חשבון פון אויפציען א שטעטל פון אומערצויגענע פראים. א לאנגווייליגער כיטרער פוקס וואס זיין גרעסטע הנאה פון קאנטראל איז ווען דער קרבן ווייסט גארנישט ער ווערט קאנטראלירט.

ראטמאן דער גראביאן מיט זיינע שוואנצאנים זענען זיך אויך ווערט זיין געלט. די עבודה זרה פון דינען די פארטיי איז אין א זין נאך אסאך מער עקלדיג. דער געדאנק פון בויען א פארטיי ארום א ליידיגער שטרויזאק נאר ס'זאל אים קענען דינען זיינע הונגעריגע פראסטע גלוסטענישן איז א עקלהאפטיגע נאטור. דער הארץ וואס די עקסטרימע וועלן האבן נישט מצער צו זיין איינעם וואס זיין בלויזע חטא איז זיין שוואכער ווי זיי, האט נישט די היינטיגע פירערשאפט. ס'האט פארלוירן די ברודערליכע ווארעמקייט ליידער. ראטמאן וועט קיינמאל נישט אראפזעצן זיך צו א יודיש ספר אדער ארויסהעלפן אן אומבאהאלפענער איד סתם לשם מצוה - צו באפרידיגן זיינע אייגענע שולד געפיהלן. אלעס מוז דינען זיינע אינטערעסן, ווי אזוי וועט יענער זיין נוצבאר פאר אים אין די צוקונפט.
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

וואס איך נעם ארויס פון דער גאנצע אשכול איז אז קאשוי איז לכאורה דאס איינציגסטע שטעטל וואס פארמאגט נישט קיין אינטערנעט.


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

יא, איך וואונדער מיר אויך שוין א שטיק צייט. ווען עס קומט א שמועס איבער די קליינטשיגע שטעטעלעך ווי טאהש און סקווער לעבן פלוצלונג אלע אויף. ווער דען שרייבט אין א אידישע פארום אויב נישט אזעלכע וואס זענען אויפגעוואקסן סטריקטלי אידיש און וועלן שוין קיינמאל נישט האבן קיין האפענונגען מיט ענגליש..
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

הוגה האט געשריבן:וואס איך נעם ארויס פון דער גאנצע אשכול איז אז קאשוי איז לכאורה דאס איינציגסטע שטעטל וואס פארמאגט נישט קיין אינטערנעט.

שוין לאנג נישט אזוי צוזאם געלאכט :lol:
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

טאמבל סאס האט געשריבן:יא, איך וואונדער מיר אויך שוין א שטיק צייט. ווען עס קומט א שמועס איבער די קליינטשיגע שטעטעלעך ווי טאהש און סקווער לעבן פלוצלונג אלע אויף. ווער דען שרייבט אין א אידישע פארום אויב נישט אזעלכע וואס זענען אויפגעוואקסן סטריקטלי אידיש און וועלן שוין קיינמאל נישט האבן קיין האפענונגען מיט ענגליש..

דיין נקודה איז א שטארקע, די קשיא איז פארוואס דו אליין געפינטס זיך רוב טאג אויף "א אידישע סייט". עס איז דא גענוג און נאך ענגלישער בלאגס. הפה שאסור וכו'

#Just saying
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

שליחה דורך בעל מדות »

איך האף צו אנהויבן ארויפלאדענען ארגינעלע דאקומענטאציעס וועלכע וועלן בלאס מאכן יעדע ווארט וועלכע פרייוויליג שרייבט, ביזדערווייל ווער עס האט די לאנגע דריי עמודים בריוו פון ר' ש.מ.ד. די געוועזענע גבאי פון 555 אדרעסירט צו די קהילה און בני כ"ק אדמור מ'טאהש שליט"א ווערט געבעטן עס ארויפצושטעלן ירא הקהל וישפוט, פרייוויליג מען קען זיך אליינס פאפן אבער בלינד מאכן מענטשן דאס קען מען שוין נישט!
מ'מאכט זאכן מעגליך.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

בעל מדות האט געשריבן:איך האף צו אנהויבן ארויפלאדענען ארגינעלע דאקומענטאציעס וועלכע וועלן בלאס מאכן יעדע ווארט וועלכע פרייוויליג שרייבט, ביזדערווייל ווער עס האט די לאנגע דריי עמודים בריוו פון ר' ש.מ.ד. די געוועזענע גבאי פון 555 אדרעסירט צו די קהילה און בני כ"ק אדמור מ'טאהש שליט"א ווערט געבעטן עס ארויפצושטעלן ירא הקהל וישפוט, פרייוויליג מען קען זיך אליינס פאפן אבער בלינד מאכן מענטשן דאס קען מען שוין נישט!

דאס וועט ווידערהוילן א מילדע פרט און גלייכצייטיג מאכן קאמיש דעם ״טיילונג״. זיין פראסטעראציע דאן ביים פייער איז נישט קיין סתירה צו די איצטיגער מציאות.
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

שליחה דורך בעל מדות »

ביטע מיך אויפהערן צו שאנטאזשירן אין אישי, איך באקום סטראשונקע בריוון מיט דראענדע ווארענונגען, בסך הכל האב איך געמיינט אז דא איז א פלאץ ווי מען קען שרייבן במנוחה פראבלעמען וועלכע דארפן באהאנדלט ווערן...
מ'מאכט זאכן מעגליך.
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

בעל מדות האט געשריבן:ביטע מיך אויפהערן צו שאנטאזשירן אין אישי, איך באקום סטראשונקע בריוון מיט דראענדע ווארענונגען, בסך הכל האב איך געמיינט אז דא איז א פלאץ ווי מען קען שרייבן במנוחה פראבלעמען וועלכע דארפן באהאנדלט ווערן...

קאווע שטיבל איז א פלאץ וואו מ'קען שרייבן במנוחה. איך זע נאר נישט פארוואס אויב איר בעט מען זאל אייך נישט צעגערן וועט מען אויפהערן. אדרבה, לייגט ארויס די סטראשונגען דא, וירא הקהל וישפוט.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

דאס איז די שאנטאזשירינג וואס בעל המידות רעדט. עס איז אזא שאנטאזשירינג ווי דער טיילונג. עניוועי, איך האב ערהאלטן כמה אישי בריוון, אז איך זאל אויסשרייבן מיינע געדאנקן אין אינטערסאנטערע טאפיקס ווי איידער די איבעלדיגער מחלוקה נושא. איך האב בס״ה געוואלט פארשטיין געבן וואס דאס טייטשט א צוויי זייטיגער מטבע. און עד היכן דמיון מגיעים.

איך וועל מסיים זיין מיט די וועלטס ווארט: אויב זעסטו איינעם שרייען און דער אנדערע טוען מיטשטימען איז זיכער אז נאר איינער רעדט!...

אשתדל בל״נ מער נישט אריינצורעדן אין דעם פארום. מעט איבערגעבן דעם מייק פאר בעל המידות ווי ער וועט ווייטער פארזעצען מיט די צווייטער טייל פונעם טיילונג. ליינט מיט שפאנונג!
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

שליחה דורך בעל מדות »

די עירוב אין די נייע געגנט איז די וואך פולקאם געווארן פארפארטיגט נאך די ארבעט פון עטליכע אינגעלייט, מומחים אין דעם געביט, מיט די אנווייזענונגען פון א גרויסע עקספערט וואס מען האט אראפגעברענגט פון אמעריקא, און אונטערן פירערשאפט פון די דומ״ץ הרה״ ג רבי אלכסנדר משה, די תושבי השכונה דרוקן אויס צופרידנהייט מיט די פארשריט וואס די געגנט מאכט, און די וואך זענען נאך צוויי דירות אריבערגעגאנגען צו אידישע בעלי בתים וועלכע האבן געטוען א קלוגע שריט מיטן איינהאנדלען זייערע בתים נאמנים בישראל אין די געגנט וועלכע איז באשאנקען מיט הרחבת הדעת און מנוחת הנפש.
מ'מאכט זאכן מעגליך.
פארשפארט