יא אזוי ווי איר הערט , דאס זענען די ווערטער וואס א סך אומגעלונגענע בדחנים ווילן ניצן נאך זייערס א וויץ !! פשוט ווייל זיי קענען נישט די כללים פון וויצן ,
א מענטש גייט אריבער א שפיטאל פון שוואכע מענטשן , און ער הערט שרייען . אכט און פערציג ! יעדער לאכט. פונעף און פערציג ! ווידער לאכט יעדער . ער גייט אריין און שטוב און באשליסט זיך צוצושטעלן צו זייער געלעכטער . "זיבן און דרייסיג", פרובירט ט זיך אריין צומישן , אבער ס'איז...שטיל . ו..ו..א..ס.. ? וואס ? זיבן אין דרייסיג איז נישט קיין גוטע ווערטל ? "ס'איז יא ", ענטפערט אים איינער , אבער די לייגסט עס נישט גוט אראפ ... אין אויך נישט אין פלאץ ...
מען דארף וויסן "וואס" צו דערציילען . און "ווען" צו דערציילען . און "ווי אזוי" צו דערציילען , דעם "טאן" ווערטער" פאקסן" אין אזוי ווייטער ,
יעצט די מעלות פון א גוט ווערטל . אין די דורכפאל פון א אומגעלונגן ווערטל . מיין איך איז איבעריג צו ארויס ברענגן !!
יעצט וועל איך אראפ ברענגן איטליכע כללים ווי אזוי צו דערציילען א וויץ , און אויב ביזטו נישט זיכער אז די קענסט פעסן די כללים, דאן טרעפט אייך א צווייטע פאך ווי בדחנות , ( אדער פרובירט פראדאקטיוו ...)
א] מאך זיכער צו דער ווערטל וואס די ווילסט דערציילען , פאסט זיך אריין פאר'ן יעצטיגן צייט אויפ'ן יעצטיגן ארט אין פארן יעצטיגן עולם וואס הערט דיר אויס .אויב נישט , דאן טראכט שטיל פונעם ווערטל און לאך צו זיך אליין .
ב] דער זיכערסטע וועג צו אוועק'הרג'ענען א ווערטל איז ווען מען ציעט עס אויס . בדוק ומנוסה . = דער געלעכטער פונעם ווערטל , איז פינקט פארקערט ווי די צאל ווערטער פונעם ווערטל =איז דער ווערטל קליין איז די געלעכטער לאנג , אין פארקערט . איז פארקערט...
א בדחן האט אמאל געדרשנט . זעענדיג אז ער פארלירט דעם עולם ,רופט ער זיך אן אזוי . "בקיצור המעשה..." פלוצלינג הערט ער עפעס א קול פון די אנדערע עק זאל מיט א מידע שטימע : "האסט זיך צו שפעט דערמאנט ..."
ג] האלט זיך צוריק פון נארישע דעטאלן. עס איז נישט קיין חילוק ווי די פליג האט געלאנדעט , צי אין טעלער זופ אדער קאמפאט ..
ד] זע עס זאל זיין אן איבערראשונג שפיץ ביים ענדע . דאס אליין מאכט לאכן .למשל ,
א מענטש איז אריין אין א רעסטוראנט און באשטעלט א זופ . נאך איטליכע מינוט איז דער סארווער צוריק געקומן און א טעלער זופ און זיין האנט . עס איז דורך א מינוט , דער קאסטומער רופט דעם סארווער . יענער קומט שנעל צו גיין .
"וואס האט פאסירט מיין הער ?"
"ביטע זיי טועם פון דעם זופ."
"אבער מיין הער, דאס איז די זופ וואס די באשטעלסט געווענליך .עס איז גארנישט אנדערש."
"זיי ביטע טועם פון דעם זופ."
"גוט אז אז די האסט נישט ליב דאס מאל וועטשטעבל זופ,וועל איך דיר ברענגן טשיקען זופ."
"זיי טועם ביטע."
"אז די ווילסט דווקא, זאל זיין אזוי. איך וועל טעיסטען. אבער ווי איז דער לעפל ?"
"אהה !..."
דער שפיץ פונעם ווערטל דארף זיין אן איבערראשונג, אז דער ליינער אדער צוהערער זאל מסיח דעת זיין און נישט חלומ'ען פונעם עכטן שפיץ. דער בעל ה'וויץ דארף אוועק נעמען אלעמענס קאנצעטראציע .פונקט ווי דער "שאו מען" דארף מאכן אוועק קוקן בשעת ער נעמט ארויס דעם באני רעביט פונעם הוטל .
ה] מאך זיכער אז די געדענקסט אלע דעטאלן וואס פעלן אויס צום וויץ. אז נישט וועט עס אויסקוקן ווי יאסעלע פון קאלמעבאסערפארציילט א וויץ ... " אה איך האב פארגעסן צו זאגן אז עס איז געווען אין א קאווע פלאץ" (שטיבעל) "אין אויך האב איך פארגעסן צו זאגן אז איינער האט געבעטן א ריינע גלאז " וכו.וכו.
ו] ערקלער נישט דעם ווערטל דערנאך וואס די האסט עס דערציילט !! א פשט אין ר'עקיבא אייגער זצ"ל דארף א הסבר . א ווערטל ברויך נישט אין טאר נישט קיין הסבר ,
ז] היט אויף א טאן וואס זאל זיין גלייך פאר יעדן, און הייב עס נאר אויף ווען די קימסט אן צום שפיץ. אזוי וועלן די אנוועזנדע וויסן אז יעצט דארף מען מער צוהערן.אבער חלילה נישט מאכן קיין אריכות הדברים. אמת מען וועט אפשר לאכן מער דורך דורך אויס דעם ווערטל. אבער עס הרגט געווענליך דעם שפיץ ,
לדוגמא אבער זענען דא ווערטלעך וואס איז פארקערט פון דעם כלל ! אין מען דארף דווקא יא דערציילען מיט יעדע דעטאל און מיטן ריכטיגע ניגון: דער טעלעפאן קלינגט ביי משפחת פעקעטע. די חתונה'געהאטע טאכטער איז אויפן ליין.
"אוי מאמי ,פרעג נישט וואס ס'איז געשען !"
"וואס גייט פאר שעפעלע מיינס?"
"איך גיי ממש אראפ פון זינען. צוויי קינדער פילען נישט גוט, דער דאך טראפט אין די טוילעט ליקט ,אין די אויוון ארבעט נישט יעצט צו מיין גוט מזל." וואס טו איך דא ??.
זארג דיך נישט. גיוו מי טווענטי מיניטס אין איך בין ביי דיר ,איך גיי שוין ארויס אין איך גיי איין קויפן ביי קליינס רעסטוראנט סאפער אין איך איך קום דיר העלפן קלינען די הויז אין העלפן מיט די קינדער.אויך וועל איך צוגרייטן עסן פאר שלומי, ווען ער קומט אהיים פון ישיבה זאל ער האבן וואס צו עסן."
"שלומי? ווער איז דאס שלומי?
"שלומי דיין מאן."
"מיין מאן איז נישט שלומי, מיין מאן איז חיים."
"איז דאס 5467 243 ?"
"ניין,דאס איז 5466 243."
"הייסט עס אז די גייסט נישט קומען..."
ח] אויב דיין ווערטל האט שוין א לאנגע בארד ,דיין לאז אים זיך עלטערן אין פריידן. אויב האסטו אנגעהויבן עפעס צו דערציילען און מענטשן העלפן דיר ארויס דאס ענדיגן, דאן זאג זיי אז די ביסט נישט געקומען קאלעקטען ווערטלעך ,נאר צו גיין גלייך צום שפיץ. ענדיג עס ,מאך דעם ווערטל, און געענדיגט.
א שמחת פורים
כאן צריך לצחוק !!
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
אקעי ווען וועט זיין די ערשטע וויץ
פארגעס נישט עס זענען פארהאן נאך פיל כללים, ווי למשל נישט לאכן ווען מען גיבט איבער א וויץ, נישט איבער זאגן אנדערעם'ס וויצען נאר וואס מען פאר'חדש'ט זעלבסט
פארגעס נישט עס זענען פארהאן נאך פיל כללים, ווי למשל נישט לאכן ווען מען גיבט איבער א וויץ, נישט איבער זאגן אנדערעם'ס וויצען נאר וואס מען פאר'חדש'ט זעלבסט
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
- shem-tov
- ידיד ותיק
- הודעות: 840
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
- האט שוין געלייקט: 379 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל
פונקט געהערט אפאר וויצן פון פינקי וועבער וואס כידוע קען ער קיין וויץ נישט דערציילן. זיין פראבלעם איז אז ווען ער ענדיגט געט ער עס אזא הרג'ע אפ. ער האט דערציילט די מעשה מיט די קעצעלע וואס האט צום סוף געהאלפן דעם בעה"ב וואס האט אים געזוכט צו דאמפען... איך מיין אז ער איז א גוטע דוגמא אז מען קען נישט אויסלערנען איינעם צו מאכן דשאוקס. אויב האסטו עס האסטעס אז נישט נישט
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
גערעכט אז איינער וואס האט נישט די חוש פון זיך קענען אויף שטעלן זאגן וויצן וועט דאס נישט העלפן,
פונקט ווי מען קען נישט לערנען א פרוי גמרא. אפילו זיי ווייסן וואס איז א קושיא אין וואס עס איז א תירוץ , עס וועט האבן יענץ פנים ווען זיי לייגן אראפ א "בתמיה" אדער א איבעית אימא אליביה דר' יוסי ,
דאס איז אבער גוט פאר איינער וואס האט יא דעם חוש. אז ער זאל נישט מאכן קיין "באבאס" אינדערמיט ,
אין אזוי אויך איז עס גוט ווען איר דערציילט א וויץ אין ס'מדרש פאר א קופקע. ווי מען דארף נישט זיין ספעשעלייזט אין דעם שדה הבדחנות ,
פונקט ווי מען קען נישט לערנען א פרוי גמרא. אפילו זיי ווייסן וואס איז א קושיא אין וואס עס איז א תירוץ , עס וועט האבן יענץ פנים ווען זיי לייגן אראפ א "בתמיה" אדער א איבעית אימא אליביה דר' יוסי ,
דאס איז אבער גוט פאר איינער וואס האט יא דעם חוש. אז ער זאל נישט מאכן קיין "באבאס" אינדערמיט ,
אין אזוי אויך איז עס גוט ווען איר דערציילט א וויץ אין ס'מדרש פאר א קופקע. ווי מען דארף נישט זיין ספעשעלייזט אין דעם שדה הבדחנות ,