מאסיווע FBI איבערפאל אויף מאנסי ישיבה "שערי תורה"

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

שליחה דורך Kool man »

הדד בן בדד האט געשריבן:

די תורה הק' האט געגעבן פאר דעם מאן דעם רעכט צו געבן א גט און פאר די פרוי נישט. אויב דער מאן וויל נישט געבן א גט קען די פרוי זיך גיין הענגען. פינטל.
.

די איין שורה שרייט וואליומס!!!!

איך מיין קאמענטארען זענען גענצליך איבעריג, דאס איז די מענטאליטעט פון די מעגנים און זייערע קאהארטס וואס קאווערען פאר זיי! און פאר דעם האט דער אייבערשטער געגעבען עסקנים וואס העלפען ראטעווען די געבינדענע פרויען פון זייער געפענגעניש אונטער די נעגעל פון די רשעים ארורים די מעגנים, ווייל אדערווייז זענען דא וואס זענען מעגן זייערע ווייבער צענדליגער יארען! ביז ס'קומט איינער וואס קען זייער שפראך.. :!:
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

וויאזוי קען זיין אז זיי זענען שליחי המקום אויב זיי גייען נגד התורה?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

berlbalaguleh האט געשריבן:קאאל מען: דו זאגסט: ..."מ'דארף מתפלל זיין אז די חברה זאללן באפרייט ווערן. אנישט וועלן די רשעים ארורוים די מעגנים...:
און דו מיינסט אז אין בעסטן פאל, אויב עפשטיין און זיין גענג וועלן באפרייט ווערן וועלן זיי זיין אזוי משוגע , זיך צו נעמען צוריק צו זייער ארבעט...?

בערל זאגט עפעס, אפשר טאקע איז נישט אונזער תפקיד איהם מעניש צו זיין. הדד וואס זאגסטו צו דעם?
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

שליחה דורך Kool man »

ריכטיג האט געשריבן:וויאזוי קען זיין אז זיי זענען שליחי המקום אויב זיי גייען נגד התורה?

ווער זאגט זיי גייען נגד התורה? און אז דו רעדסט פון תורה, וועלעכע תורה האט מתיר געוועזען פאר די מעגנים צו צאפען יודיש בלוט פאר זייער עגא און זייערע ענגע אינטערעסען? צו קענען בא'גזלענען די צעשמיסענע עגונות? צו וויזען א פעסטע נקמה דו האסט מיך איבערגעלאזט וועל איך דיך פיקסען! [זייער א קאמען אויסדרוק וואס מ'הערט פון די חיות בצורת אדם] לא תגנוב, לא תגזול, לא תקום, אא"וו, די האלבע עשרת הדיברות, פלאס - זענען די מענטשען פרעסער עובר יעדען מינוט פון טאג! און דו האסט א פראבלעם מיט מענטשען וואס האבען זיך פארמאסטען מיט זייער שפראך? מיש נישט קיין תורה אריין דא.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך מיש נישט די תורה אבער דער שלחן ערוך מישט זיך יא, ס'איז פארהאן הלכות ווען מ'מעג שלאגען און ווען נישט, דער אגענט וועמען זיי האבן צום לעצט געשלאגען האבן זיי בכלל נישט אויסגעהערט בבית דין.
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

שליחה דורך Kool man »

לגבי אן ערל ווייס איך נישט וואס די שו"ע זאגט.. ערענסט גערעדט ווייס איך נישט וואס זיי האבען יא אדער נישט געטוהן, ווייל זיי ברענגען דא נאר וואס לוינט זיי פאר צו שטארק מאכען זייער קעיס, להוי ידוע אז הרב עפשטיין האט א בית דין, און ער פלעגט אלעס טוהן וואס א בי"ד דארף. אבער צוריק צום אלטען, כ'אב שוין אויבען געשריבען, איך ווייס נישט בדיוק וואס דארט אין דעם פארטיקיולער פאל איז געוועזען, איך רעד בכלליות וועגען דעם ווייטאגליכע סובזשעקט פון מעגנים ווערסע די וואס ארבעטען צו ברעכען זייער רשעות'דיקע עקשנות צו באפרייען זייערע האסטעזשעס
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יישר כח פארן קלארשטעלן.
לגבי די מעגנים, איך גיב נישט קיין מינוט גערעכט פאר די וואס זענען מעגן פאר גארנישט, זיי זענען זיך ווערט זייער געלט, און זיי וועלן כאפן דערפאר אויב נישט אויף דער וועלט איז אויף יענער וועלט.
אבער ווי הדד האט שוין געשריבן זענען נאר א קליינע מיעוט שבמיעוט אזאנע, די אנדערע זענען בלויז קאזאק הנגזל פרויען וואס האלטן נישט ביים פארהאנדלען נארמאל נאר דער מאן זאל אלעס אויפגעבן און דערלאנגען א גט מיט גוטן אדער מיט בייזן.
לגבי די וואס נעמען זיך אן פאר די פרויען, עס זענען דא צדיקים מיט נארמאלע ישוב הדעת וואס באווייזן על פי רוב צו סעטלען על צד היותר טוב, דורך שעות הארעוואניע מסביר צו זיין פאר ביידע צדדים די נארמאלע מענטשליכע רעכטן וואס קומט פאר א יעדן איינעם. ווידער זענען דא אזעלעכע וואס מיינען אז זיי קענען און מאכן די מצב בלויז מער קאמפליצירט, די זענען געווענליך די נערישע עצה געבערס פאר די מיעוט פרויען בתחילת דרכיהם.
ועל של עתה באתי, ס'קען זיין אז די FBI שרייבט ליגנט איך ווייס נישט, אבער אויב זענען די פרטים אמת רעדט מען בכלל נישט פון קיין איינע פון די אויבנדערמאנטע, בלויז פאלנע גענגסטערס וועלעכע האבן בכלל נישט גענומען די מיה צו מברר זיין וואס באמת גייט דא פאר, מיט איינצלענע טעלאפאן קאלס וואלטן זיי גראד געזעהן אז ס'שמעקט נישט גוט, א פרומע פארפאלק? פרעג ווער איז זיין רב, א פרייער פארפאלק? זיי מברר צו די קידושין איז בכלל געווען על פי דין, ווען זיי מאכן מינימום אינפארמאציע וואלטן זיי נישט אריין אין זאק.
אלא מאי? הכסף יענה את הכל! פאר זעכציג אלפים גייט מען מתיר זיין אן אשת איש לעלמא אהן די מינדסטע אחריות.... די חברה האבן שוין ביי מיר קיין נאמנות אויף די אנדערע פעלער אויך.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

כ'האב שוין געשריבן אין אן אנדערש אשכול אז לאו כל אנפין שווין, מען קען נישט זאגן אז אלע מענער אדער אלע פרויען זענען רשעים, אייביג. פון די (איבער 10) פרשיות וואס איך האב פערזענליך מיטגעהאלטן זענען געווען ביידע סארטן, רוב מאל די פרויען בלינדע עקשנים וואס האבן געוואלט פייניגן דעם מאן און אים זעהן פאראומגליקליכט אדער גאר אונטער גראטעס, אבער גענוג מאל וואס מען האט געמוזט לייגן דרוק אויפן מאן וואס האט געוואלט געלט אדער אנדערע הבטחות אלס א תנאי צו געבן א גט פאר א צובראכענע ווייבל.

אין אלע קעיסעס איז געווען גרינגער פאר די עסקנים צו ברעכן די מענער, נאך אלעם ווילן זיי אויך חתונה האבן נאכאמאל, און זיי אליינס דערלייגן מיטן נישט געבן א גט. זעירין אינון וועלכע וועלן גיין נאך א היתר מאה רבנים. עס איז גרינגער צו איבערצייגן פאר א מאן שכל'דיג אז עס לוינט זיך צו געבן א גט. כמעט קיין איין מאן וועט נישט סתם אזוי צוריקהאלטן פון געבן א גט בלויז ווייל דאס ווייבל איז אנטלאפן (כ'שרייב 'כמעט'). אויב האט איר יא אזוי געהערט, פרעגט אייך בעסער נאך. נישט אלעס גיט מען ארויס פאר די גאס. אין רוב פעלער וועלן די ארומיגע און די גאס מאכן אייגענע (אומריכטיגע) אסאמפשענס געבויעט אויף אפאר שמועות וואס מען האט נאכגעהערט פון די שוויגער'ס שכן.

דער פראבלעם דא מיט איחוד פעלד איז אז ער שרייבט נישט דברים של טעם נאר בא'שגצ'ט יעדן וואס זאגט אנדערש ווי ער האלט, כאילו ער ווייסט קלאר פון נישט ווייניגער פון 15,000 צעבראכענע אומשולדיגע פרויען וועלכע ווארטן אויף א גט פון זייערע אכזריות'דיגע מענער, און מיט נאך אפאר עפשטיינ'ס וואלט מען געקענט צוברעכן די מענער און אויפרעכטן די ווייבער.... בקיצור, איינער נעמט עדווענטעזש פון דעם מאנ'ס כח אויף א גט, און דער צווייטער נעמט עדווענטעזש פון די "מכין אותו עד שיאמר רוצה אני"... ביידע זענען א חלק פון די תורה, מען קען פרובירן שבת הגדול ביים דרשה צו פארענטפערן די סתירה.

אני הקטן פארשטיי ביידע צדדים, מען האט שוין געהערט מעשיות פון ביידע סארטן גענוג און נאך, איינער וואס וויל נעמען א צד טאר נישט זיין גענויגט צו קיין מענער אדער פרויען בכלליות, נאר וויסן קלאר אז דאס איז א קעיס-ביי-קעיס בעיסיס, און נישט בויען הנחות אויף איין מעשה דורך פאקטן פון א צווייטע, יעדע קעיס איז גענצליך אנדערש. אלמלי עפשטיין זאל אויך אנברעכן די ביינער פאר אפאר פרויען (אדער זייערע טאטעס/ברודערס וואס פירן די מערכות) וועלכע פייניגן זייערע מענער, וואלט איך געהאלטן אז עס איז מעגליך יושר (הגם נישט געזעצליך), אבער נאר מענער? דאס הערט זיך איינזייטיג און רשעות'דיג.
וירח ה' את ריח הניחוח
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

שליחה דורך Kool man »

זייער צו דער זאך הרב שמעקעדיג, טראץ וואס דו ביסט אביסעל אףף מיט די נומערען, א שנעלער סך הכל:
ס'יטרעפט זיך פרויען רשענט'עס און מענער רשעים, די מענער וואס זענען מעגן און פייניגען די ווייבער זענען א מיעוט, און די פרויען וואס קלאגען די מענער אין קאורט זענען אויך א מיעוט, די עפשטיין בית דין פלעגט זיך מטפל זיין מיט די מיעוט וואס פלעגען צאפען די ווייבער'ס בלוט.

יעצט וועגען דיין טענה אז די מענער ווילען אויך חתונה האבען,
1] זיי ווייסען אז זיי האבען די אויבערהאנט, אויב רוקט זיך אים אונטער א שידוך מאכט ער א גט איינס צוויי דריי וחסל, און אזוי זעהט מען טאקע פיהל מאהל,
2] סאם-האו האבען די מענער ווייניגער קונפידענץ אז זיי גייען אזוי שנעל נאכאמאהל חתונה האבען, ווס. זיי האלטען אז די פרויען גייט מען תיכף באפאלען מיט אנטראגעס,
3] די זשעלעסי פון זעהן די פרוי נאכאמאהל חתונה האבען וועהגט איבער זיין רצון פון גיין פריי, ספעציעל ווען ער ווייסט אז 'עט עני גיווין טיים' קען ער זיך באפרייען ווען ער וויל [כדלעיל סעי' א']
4] ס'דא מענער וואס ווילען אויסציען די ווייבער ביז זיי קענען שוין נישט האבען קיין קינדער, אדער כאטשיג ווייניגער קינדער, ס'איז א וויכטיגע חלק פון די נקמה, אויך ווייל ער ווייס נישט ווען ער וועט נאכאמאהל חתונה האבען און נאך האבען קינדער, ער וויל נישט זי זאל זיין פאראויס פון אים, און א חלק ווייל ער פילט אז מיט די קינדער וואס זיי האבען צוזאמען האט ער אייביג עפעס א וואפען און א שטענדיגע אקטיווע מערכה מיט איר [ווער ס'קען זייער קראנקע מענטעליטי פון חורש מחשבות מלחמה כל היום פארשטייט דאס גוט], און מאידך, קענען מענער האבען קינדער פיהל לענגער ווי די פרויען, סאו זיין זייגער קלאפט נישט, איר זייגער איז וואס טיקט.
5] ביי מענער איז דא א גרעסערע פראצענט וואס ווילען נישט נאכאמאל חתונה האבען, אדער אזוי מיינט ער יעצט.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די ערשטע פיהר נקודות ביסטו אפשר טיילווייז גערעכט, ס'איז שווער אריינצוקריכן אין די מענטעליטי פון א משוגענער.
נומער פינף ווייס איך נישט פון ווי דו נעמסט דאס, אלע גרושים וואס איך קען - נארמאלע ווי משוגענע צוגלייך - חלש'ן חתונה צו האבן און זיי זענען ווייניגער מקפיד און בודק אויפן מדוברת ווי די גרושות אויפן מדובר.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שמעקעדיג, זייער גוט געשריבן, איין הערה
שמעקעדיג האט געשריבן:בקיצור, איינער נעמט עדווענטעזש פון דעם מאנ'ס כח אויף א גט, און דער צווייטער נעמט עדווענטעזש פון די "מכין אותו עד שיאמר רוצה אני"... ביידע זענען א חלק פון די תורה, מען קען פרובירן שבת הגדול ביים דרשה צו פארענטפערן די סתירה.

מען ברויך נישט קיין שבת הגדול דרשה דערויף, ר' יוסף קארו האט געשריבן א סימן דערויף, אבן העזר סימן קנ"ד.
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

מורא'דיגע רייד רב שמעקער

קיינער קען נישט מעיד זיין אז עפשטיין האט געשלאגען יעדעס מאן, אפילו ווען דער מאן האט געוואלט געבען א גט, ווען א מאן וויל נישט געבען א גט דארף מען אים שלאגען, פעריעד.

און די וואס זאגען אז עס איז א גט מעושה, הבל יפצה פיהם, זיי ווייסען נישט וואס זיי רעדען.

מען מעג שלאגען א מאן א מעגן ריגארדלעס, נאכדעם קען דער מאן דיסיידען אויב ער וויל געבען אדער נישט.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך chusid »

וואס איז פשט ביז היינט אז מען האט זיי נישט ארעסטירט? פארוואס האבן די מענער זיך געלאזט אנקלאפען און נישט געגאנגען צו די פאליציי דערנאך?
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איחוד פעלד האט געשריבן:מורא'דיגע רייד רב שמעקער

קיינער קען נישט מעיד זיין אז עפשטיין האט געשלאגען יעדעס מאן, אפילו ווען דער מאן האט געוואלט געבען א גט, ווען א מאן וויל נישט געבען א גט דארף מען אים שלאגען, פעריעד.

און די וואס זאגען אז עס איז א גט מעושה, הבל יפצה פיהם, זיי ווייסען נישט וואס זיי רעדען.

מען מעג שלאגען א מאן א מעגן ריגארדלעס, נאכדעם קען דער מאן דיסיידען אויב ער וויל געבען אדער נישט.

שקר
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איחוד פעלד האט געשריבן:מורא'דיגע רייד רב שמעקער

טאקע מוראדיג:
דער פראבלעם דא מיט איחוד פעלד איז אז ער שרייבט נישט דברים של טעם
נאר בא 'שגצ' ט יעדן וואס זאגט אנדערש ווי ער האלט ,
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

סתם א ליגענט.

כ' באשייגעץ יעדע שייגעץ. טאמער פילסטו אז די ביסט אויך שייגעץ איז עס דיין פראבלעם.

און ווען די זאגסט אז הדד האט ערשט האנטיגע אינפארמאציע, לידיעתך ווייסט ער נישט מימינו לשמאלו אין די ענינים, און כ'רעד שוין נישט פין שמעקעדיג וואס רעדט שוין איין יעדען א לאנגע צייט דכ אין ק"ש אז ער טוט אין שלום בית קעיסעס, מיי פוט, אבער הדד האט נישט קיין אהנונג וואס ער רעדט וועגען עפשטיין וכו', קען אים נישט, און קיין איינער פין די מענטשען אינוואלווד, איך האב אבער יא געהאט גערעדט מיט איינער פין די באשולדיגטע, און איך קען אים פעהרזעהליך, און איך קען זאגען איין זאך, יהא חלקי עמו בגן עדן.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

ער זאגט און ער זאגט
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אקיצור המעשה, איחוד פעלד ווייסט אלעס, ממש 15,000 פרויען, און שמעקעדיג ווייסט גארנישט, הדד ווייסט גארנישט, קיינער ווייסט נישט, נאר איחוד ווייסט פונקטליך און וויל גאר זיצן מיט עפשטיין אין גן עדן.
איחוד'ל איך מוז דיר זאגן דו מאכסט אן ערנסטן איינדרוק.
וירח ה' את ריח הניחוח
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

אדרבה ר' שמעקעדיג, זאג די, פין ווי ווייסטו וואס עפשטיין האט געטוהן, פין די מידיא! נישט אזוי?

פלוצים זענען זיי בייגלייבט, הייסט עס ווען איינער איז מאנס א מיידעל הונדרעט מאל איז אלעס אקעי, אבער מאנס זיין אפאר רשעים צו געבען א גט דעמאלס ווערט מען א רשע!
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

שליחה דורך petergrifin »

@איחוד פעלד בײ די מעשה מיט די FBI ביזטו מודה אז עפשטײן האט געמאכט א טעות?
אויב יא, איז מעגליך אז ער האט געמאכט נאך טעותים כגון אנהאקען אײנער װאס האט געהאט
גערעכטע טענות.

מען מעג שלאגען א מאן א מעגן ריגארדלעס, נאכדעם קען דער מאן דיסיידען אויב ער וויל געבען אדער נישט.

סיריעסלי? און אנדערע װערטער ס׳איז נישט דא אזא זאך װי רעכטן פאר א טאטע? קודם געב אהער א גט
און נאכדעם טו בעד.
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

ריכטיג האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:קאאל מען: דו זאגסט: ..."מ'דארף מתפלל זיין אז די חברה זאללן באפרייט ווערן. אנישט וועלן די רשעים ארורוים די מעגנים...:
און דו מיינסט אז אין בעסטן פאל, אויב עפשטיין און זיין גענג וועלן באפרייט ווערן וועלן זיי זיין אזוי משוגע , זיך צו נעמען צוריק צו זייער ארבעט...?

בערל זאגט עפעס, אפשר טאקע איז נישט אונזער תפקיד איהם מעניש צו זיין. הדד וואס זאגסטו צו דעם?

איך בין אים טאקע נישט מעניש, אבער דער אויבערשטער האט אים אריינגעלייגט אין די הענט פון די עף בי איי. איך זאג ס"ה אז אויב געוויסע רשע'נטעס קומען אין קאורט אים געבן שטיצע האלט איך אז ערליכע אידן קומען אויך ווייזן אז לא באלה חלק יעקב און מיר שטיצן בשום אופן נישט אזא זאך.
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

שמעקעדיג האט געשריבן:כ'האב שוין געשריבן אין אן אנדערש אשכול אז לאו כל אנפין שווין, מען קען נישט זאגן אז אלע מענער אדער אלע פרויען זענען רשעים, אייביג. פון די (איבער 10) פרשיות וואס איך האב פערזענליך מיטגעהאלטן זענען געווען ביידע סארטן, רוב מאל די פרויען בלינדע עקשנים וואס האבן געוואלט פייניגן דעם מאן און אים זעהן פאראומגליקליכט אדער גאר אונטער גראטעס, אבער גענוג מאל וואס מען האט געמוזט לייגן דרוק אויפן מאן וואס האט געוואלט געלט אדער אנדערע הבטחות אלס א תנאי צו געבן א גט פאר א צובראכענע ווייבל.

אין אלע קעיסעס איז געווען גרינגער פאר די עסקנים צו ברעכן די מענער, נאך אלעם ווילן זיי אויך חתונה האבן נאכאמאל, און זיי אליינס דערלייגן מיטן נישט געבן א גט. זעירין אינון וועלכע וועלן גיין נאך א היתר מאה רבנים. עס איז גרינגער צו איבערצייגן פאר א מאן שכל'דיג אז עס לוינט זיך צו געבן א גט. כמעט קיין איין מאן וועט נישט סתם אזוי צוריקהאלטן פון געבן א גט בלויז ווייל דאס ווייבל איז אנטלאפן (כ'שרייב 'כמעט'). אויב האט איר יא אזוי געהערט, פרעגט אייך בעסער נאך. נישט אלעס גיט מען ארויס פאר די גאס. אין רוב פעלער וועלן די ארומיגע און די גאס מאכן אייגענע (אומריכטיגע) אסאמפשענס געבויעט אויף אפאר שמועות וואס מען האט נאכגעהערט פון די שוויגער'ס שכן.

דער פראבלעם דא מיט איחוד פעלד איז אז ער שרייבט נישט דברים של טעם נאר בא'שגצ'ט יעדן וואס זאגט אנדערש ווי ער האלט, כאילו ער ווייסט קלאר פון נישט ווייניגער פון 15,000 צעבראכענע אומשולדיגע פרויען וועלכע ווארטן אויף א גט פון זייערע אכזריות'דיגע מענער, און מיט נאך אפאר עפשטיינ'ס וואלט מען געקענט צוברעכן די מענער און אויפרעכטן די ווייבער.... בקיצור, איינער נעמט עדווענטעזש פון דעם מאנ'ס כח אויף א גט, און דער צווייטער נעמט עדווענטעזש פון די "מכין אותו עד שיאמר רוצה אני"... ביידע זענען א חלק פון די תורה, מען קען פרובירן שבת הגדול ביים דרשה צו פארענטפערן די סתירה.

אני הקטן פארשטיי ביידע צדדים, מען האט שוין געהערט מעשיות פון ביידע סארטן גענוג און נאך, איינער וואס וויל נעמען א צד טאר נישט זיין גענויגט צו קיין מענער אדער פרויען בכלליות, נאר וויסן קלאר אז דאס איז א קעיס-ביי-קעיס בעיסיס, און נישט בויען הנחות אויף איין מעשה דורך פאקטן פון א צווייטע, יעדע קעיס איז גענצליך אנדערש. אלמלי עפשטיין זאל אויך אנברעכן די ביינער פאר אפאר פרויען (אדער זייערע טאטעס/ברודערס וואס פירן די מערכות) וועלכע פייניגן זייערע מענער, וואלט איך געהאלטן אז עס איז מעגליך יושר (הגם נישט געזעצליך), אבער נאר מענער? דאס הערט זיך איינזייטיג און רשעות'דיג.

יישר כח שמעקעדיג. זייער גוט געזאגט און דברים של טעם דברים של אמת.

און דאס איז פונקטליך וואס איך זאג. אין געוויסע קעיסעס האב איך זיך אנגענומען פאר די מענער ווייל זיי זענען געווארן בא'עוול'ט פון די ווייבער און אין געוויסע קעיסעס האב איך זיך אנגענומען פאר די ווייבער ווייל זיי זענען געווארן בא'עוולט פון די מענער.

קיינער איז נישט מחויב מיר צו גלייבן און איך פלאן טאקע נישט ארויסצושטעלן דא קיין שום באווייז צו מיינע ווערטער און יעדער איז בארעכטיגט נישט צו גלייבן און אזוי אויך צו שרייבן יעדען סארט הבל וואס איז יפצה פון זיין קלוגן פיו.

15 טויזענט עגונות. דאס הייסט אזוי פיל עגונות פון דער מספר פון פרויען וואס זענען דא אין גאנץ מאנסי. אדער אין גאנץ לעיקוואוד. פיין. פארוואס נישט, איך מיין פופציג טויזענט.

איך וועל שרייבן דא איין אנעקדאט וואס האט "היינט" פאסירט. איך באקום א טעלעפאן קאל פון רב אלמוני, א רב מיט וועמען איך האב שוין אסאך געטון אין עסקנות צוזאמען, און ער פרעגט מיך אזוי מסיח לפי תומו, זאג נאר, איז עפעס געווארן מיט יענע פרשה פון ... זאג איך אים ניין. פארוואס, זאג איך ווייל די ווייב'ס טאטע כאפט נישט אז דער צד השני איז דער טאטע פון די קינדער. ביי אים אין קאפ איז ער סתם עפעס א נודש.

בקיצור נאך פופצן מינוט אהין און צוריק, זאגט ער מיר, ווייסטו וואס, לאמיר מאכן אזוי. יעדער גייט פארגעסן פון אלעס וואס איז געווען ביז היינט און מען גייט זיך יעצט אוועק זעצן שרייבן א נייער אגרימענט אזוי ווי ביי יעדע גט, א געהעריגע יושר'דיגע אגרימענט. זאג איך פיין. ווען דו האסט דעם אגרימענט שיק עס מיר אריין. אקעי.

בערך דריי אהאלב מינוט שפעטער באקום איך אן אימעיל. דער רב האט ניטאמאל גענומען די מי עס צו דאונדלאודן און מיר שיקן פון זיין אייגענעם קאמפיוטער עס זאל כאטש אויסקוקן ווי ער האט עס געשריבן. ער האט פלעין געפארווערד פאר מיר דעם אגרימענט וואס יענע זייט האט אפגעשריבן, וואס איז פלעין יושר אזוי ווי ביי יעדן גט.

אין דעם אגרימענט שמירט מען אן דעם טאטן מיט טשיילד סופארט אסאך מער ווי ער פארדינט בכלל יעצט, (און דאס איז בשעת די ווייבל האט א פיינעם דשאב און פארדינט פיל מער פון אים), די גאנצע שכר לימוד (כאטש מען האט אים ניטאמאל פארציילט אין וועלכען מוסד מ'שיקט די קינדער, ער האט עס אויסגעפונען ביי נאכקוקן וועלכע באס קומט זיי אויפפיקן), די גאנצע דעי קעמפ, עקסטרע געלט פאר יעדן יום טוב (נישט צוויי דריי הונדערט דאללער), ביי יעדן וויזיטעישאן דארף דער טאטע אויפפיקן און אפדראפן, און באקומט א פופצן מינוט פענסטער ווען דאס צו טון, אויב איז ער אףף מיט מער ווי די פופצן מינוט האט ער פארלוירן דעם זכות וויזיטעישאן פאר יענעס מאל. אלע חפצים, מתנות, שטאפיר, צירינג און זילבער בלייבט ביי איר, און ער באקומט זיין טלית און זיין זייגער. און אזוי גייט עס ווייטער און ווייטער.

כ'מיין, פליז.

מען דארף פלעין זיין בלינד נישט צו זעהן אז דער שווער האט עס אליינס געשריבן. און דער רב קלערט נאך אפילו אז איך וועל אים צוריק רופן. דער מענטש לעבט פשוט אין אילוזיעס. און ער האט טענות. עס פאלט אים נישט ביי אז ער איז מעגן דעם אינגערמאן. דער איינציגסטער מעגליכקייט פאר דעם אינגערמאן צו באקומען אפילו א האלב יושר'דיגן אגרימענט איז נאר דורך אפהאלטן דעם גט. ער האט פשוט נישט קיין אנדערע ברירה.

און בד"וו, איך בין שוין געזעצן ביי דין תורה'ס מיט מענדל עפשטיין און איך האב זיין סעל נאמבער אין מיין טעלעפאן. יעצט שרייב אז איך רעד אין די וועלט אריין.

נ.ב. ווען מען שלאגט אן א מאן בהכאות שיש בהן כדי להמית און מען הערט נישט אויף ביז ער געט א גט דארט אויפן פלאץ איז עס א גט מעושה לכל הדעות און די פרוי איז אן אשת איש און דער מאן צו וועמען זי האט חתונה איז א נואף און בועל אשת איש יעדעס מאל ער האט **** און די קינדער זענען פלעינע ממזרים.
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

סא הדד איז מודה אז ער ניצט דער מאנ'ס גט כדי צו נעגאטירען א בעסערע דיעל לגבי קאסטאדי. אויך רשעות.

אוודאי וועט מען בעטען וואס מער געלט.

און איך האף ר' הדד'עלע אז די פראבירסט נישט איינצורעדען לאקשען אז עפשטיין האט געשלאגען מענער וואס דעבאטירען א גט עגרימענט מיט דער ווייב, ווייל טאמער יא ביסטו סתם א פוסטע בעל דמיון.