יסודות פון אמונה 2 התגשמות הנבואות

מחשבה, השקפה ועיון
ווארט זאגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 18, 2015 5:28 pm
האט שוין געלייקט: 191 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל

יסודות פון אמונה 2 התגשמות הנבואות

שליחה דורך ווארט זאגער »

[justify]בס"ד
אויפן פארלאנג פון אונזער טייערע גבאי החודש ערעב [tag]יאיר[/tag] שליט"א וועלן מיר בעז"ה זיך רוקען ווייטער אין די סעריע מיר האפן אז איר וועט הנאה האבן. :) :) :)

עס איז דא פון די היינטיגע מחזירי בתשובה שיעורים און ספרים אויף די נושא נבואות שהתגשמו. דהיינו נבואות וואס ס'איז למעשה מקויים געווארען. צווישן זיי איז דא נבואות וואס קיין שום נארמאלע מענטש וואלט נישט גענומען די ריסק צו זאגען אזעלכע עתידות אויב נישט וואס ער ווייסט אויף זיכער אז ס'גייט מקויים ווערן. ווייל ס'לייגט זיך נישט אויפן שכל אז ס'זאל געשעהן.
קודם זענען מקויים געווארען די אלע ברכות פון די תורה פאר יודען מ'האט איינגענומען ארץ ישראל און ס'געווען א רייך געבענטשט לאנד. און נאכדעם ווען יודען האבן געזינדיגט איז מקויים געווארן די תוכחה און יודען זענען פארטריבען געווארן פון זייער לאנד.
קודם וועל איך ברענגען וויאזוי עס איז מקויים געווארן די תוכחה פון פרשת בחוקותי ביים ערשטן חורבן, ווי דער רמב"ן איז מסביר אז די מציאות האט געוויזען אז די תוכחה פון בחוקותי איז מקויים געווארען ביים ערשטן חורבן און די תוכחה פון תבא איז מקויים געווארען ביים צווייטן חורבן.
ונתתי את עריכם חרבה, ושממו עליה אויביכם. אלע יודישע שטעט זענען גענצליך חרוב געווארן אין די צייט פון גלות בבל. חז"ל זאגען אז אפילו עופות זענען נישט געפלויגן דארט במשך ימי הגלות. אפילו ארץ ישראל איז געווען א געבענטשט לאנד עכ"ז האבן די בבלים נישט געקוקט אויף עקאנאמיע נאר גענצליך חרוב געמאכט דאס לאנד.
דער רמב"ן שרייבט אז אין דעם ליגט א טובה פאר יודען אז ארץ ישראל ווארט אויף זיי, און דאס גייט אן אין אלע גליות, און עס איז מערקווירדיג אז ארץ ישראל איז געבליבן וויסט אלע יארן, אפילו אסאך האבן איינגענומען ארץ ישראל און פרובירט איר אויפצובויען אבער אן ערפאלג. ביז נאך די מלחמה ווען אסאך יודען זענען צוריק געקומען וואינען דארט האט עס אנגעםאנגען צו בליען. ווי ס'שטייט אין יחזקאל ל"ח אז מלחמת גוג ומגוג וועט זיין על הרי ישראל, ארץ מקבוצת מעמים רבים, אשר הי' לחרבה תמיד, והיא מעמים הוצאה. (זעה ירמי' ל"א ה-ח אין מלבים אז פאר משיח גייט קומען וועלן אסאך יודען ארויף גיין קיין ארץ ישראל און די פשוטע יודען-יעקב וועלן זיך פרייען און די חשובע יודען-ישראל וועלן קלאגען און האפען אויף א ריכטיגע גאולה.. אוודאי גלייבן מיר אז די נבואה וואלט מקויים געווארן אויך אן די ציונים און אפשר וואלט שוין משיח לאנג דא געווען ווען נישט זיי. אבער די מציאות אז אזויפיל יודען זאלן וואוינען אין ארץ ישראל איז א זאך וואס ווען מ'זאגט עס פאר יודען 20 יאר פאר ס'איז געשעהן וואלט מען געזאגט אז ס'איז א דמיון!).
והשימותי את מקדשיכם. די ביהמ"ק איז חרוב געווארען.
ואתכם אזרה בגוים. אין די מגילה שטייט אז המן האט געזאגט ישנו עם אחד מפוזר ומפורד בין העמים.
והריקותי אתכם חרב. ס'גייט ארויף אויף די גזירות וואס זענען געווען אויף יודען אין בבל ופרס ומדי, (כולל גם גזירת המן אלא שנצלו).
אז תרצה הארץ שבתותיה. ברענגט רש"י אז די יודען זענען געווען אין ארץ ישראל 430 יאר וואס ס'איז דא אין זיי פונקטליך 70 יאר שמיטות ויובלות, און דאס איז געווען די סכום וואס יודען זענען געווען אין גלות, כמבואר ג"כ בירמי' ובעזרא.
[center]חורבן בית שני.[/center]
דאס זענען שוין נבואות וואס זענען לכו"ע זיכער געשריבען געווארען פאר ס'איז געשעהן. ווייל די תנ"ך איז שוין דאן געווען צושפרייט צווישן די פעלקער זינט די זמן פון תלמי מלך מצרים וואס איז געווען אפאר הונדערט יאר פריער.
שטייט אין די תוכחה פרשת תבא (כ"ח מ"ט)
ישא ה' עליך גוי מרחוק אשר לא ישמע לשונו. דאס גייט ארויף אויף מלכות רומי, וואס די יודען האבן נשיט געקענט זייער שפראך.
גוי עז פנים אשר לא ישא פנים לזקן ונער. אין יוסיפין שטייט אז די רומיים האבן זיך געפירט זייער געמיין מיט די יודען אן קיין בושת פנים נאר מיט פרעכקייט און עזות אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק.
כאשר ידאה הנשר. עס איז אינטרעסאנט אז די סימבאל פון רומי איז געווען א אדלער.
ואכלת פרי בטנך. אין יוסיפין שטייט טאקע אז אזוי איז געווען. (צו קענען פאראויס זאגן מיט 3000 יאר אז ס'גייט פאסירען אזאנס איז א וואונדער).
ונסחתם מעל פני האדמה. די רומיים האבן געפירט מלחמות און איינגענומען אין יענע צייט גאנץ מיטל מזרח. און זיי האבן נישט פארטריבען קיין איין פאלק פון זייער לאנד חוץ די יודען! נאך מער אין גליל האבן זיי קודם נישט פארטריבען די יודען ווייל ס'האט זיך זיי געלוינט פאר די עקאנאמיע. נאר נאכדעם איז געשען די אויפשטאנד פון בר כוכבא און דאן ווען די רומיים האבן אינטערדרוקט די אויפשטאנד האבן זיי פארטריבען די יודען פון ארץ ישראל. (וויאזוי האט מען געקענט פאראויס וויסען מיט 3000 אז ס'גייט פונקט אזוי געשעהן ווען ס'האט געהאט אלע מעגליכקייטן אז ס'זאל פונקט נישט געשעהן?!).
והשיבך מצרים באניות והתמכרתם שם לעבדים ולשפחות ואין קונה. און אזוי ווערט טאקע געריבן אין היסטאריע אז די רומיים האבן ארפגעטראגען די יודען קיין מצרים מיט שיפן און פארקויפט דארט פאר קנעכט און עס איז געווען אזא איבערפלוס פון קנעכט אז די מצריים האבן שוין נישט געדארפט אזויפיל..
והפיצך ה' בכל העמים מקצה הארץ ועד קצה הארץ. אזא זאך לייגט זיך נישט אויפן שכל אז ס'זאל געשעהן פארוואס אין אלע עקן פון די וועלט, אפילו אויב מ'ווערט פארטריבן פון איין פלאץ זאל מען זיך באזעצן אין א אנדערע פלאץ. עס איז נישט דא נאך פעלקער וואס זענען צוזייעט און צושפרייט געווארען אין די גאנצע וועלט ווי די יודן. ר יצחק פנגר דערציילט אז ווען ער איז נאך געווען א פרייער און ער האט געלערנט אין א קאלידזש אין אמעריקע האט אים געטראפן א גוי און ער פרעגט אים אר יו פראמ איזראעל? זאגט ער יא פרעגט ער וויפיל מענטשן וואוינען דארט אזוי ווי אין אינדיע אדער טשיינע? זאגט פארוואס טראכסטו אזוי? זאגט ער ווייל וואו ער פארט איבער די וועלט טרעפט ער דארט ישראלים!
ובגויים ההם לא תרגיע ולא יהי' מנוח לכף רגליך. אזויווי די היסטאריע דערציילט אונז. נישט דא נאך א פאלק אין גאנץ כדור הארץ וואס האט מיטגעמאכט דאס וואס אונז האבן מיט געמאכט!
ופחדת לילה ויומם. תמיד אין גלות האבן יודען מורא געהאט פאר זייער גורל וואס ווארט זיי אפ.
והיית שם לשמה למשל ולשנינה. זאגט רש"י מ'וועט נישט אויפהערן צו רעדן פון דיר. דאס איז ממש אומגלויבליך די פרעסע הערט נישט אויף צו רעדן פון יודען מיום עמדה על דעתה. וויפיל יודען זענען שוין דא און מ'הערט נישט אויף צו רעדן פון זיי! אפילו יעצט יעדע קליינע פאסירונג וואס ס'געשעהט אין די מדינה ווערט ברייט געדעקט, און אנדערע מיטל מזרח לענדער קען מען זיך הרגענען אין גרויסן און שא שטיל!
והיו בך לאות ולמופת עד עולם. מ'גייט נישט קענען זאגען ס'פונקט געשעהן, אנטעסעמיטזם האט נישט קיין פשט, וואס דו וועסט נאר טוען וועט מען דיר פיינט האבן! ס'האט נאר איין פשט השגחה עליונה.
ונשארתם. יודען וועלן איבערבלייבן דאס איז א חידוש עצום וואס אלע היסטאריקער וואס רירן אן די נושא זאגן יודישע היסטאריע איז אי רעשענעל אומגלויבליך! גרויסע אימפעריעס מצרים אשור בבל וכו' זענען אראפ פון די מאפע און יודען וואס שבכל דור ודור עומדים עלינו לכלותינו בלייבן תמיד איבער.
במתי מעט. דאס איז א חידוש עצום ווייל למשל די כינעזער וואס זייער היסטאריע איז סאך שפעטער ווי די יודישע ציילען אין די ביליאנען, און די יודען וואס זענען געווען כחול הים זענען איבערגעבליבן אפאר קארגע מיליאנען, ווייל זיי זענען אויסגעמישט געווארען במשך הדורות, אבער מאידך גיסא זענען זיי נישט אויסגעמעקט געווארן אינגאנצן ווי די אנדערע אימפעריעס וואס האבן זיך אסימילירט צווישען זייערע שכנים.
והיו כי יבואו עליך הדברים האלה וגו' ושבת עד ה"א (דברים ל') הנה ימים באים ושלחתי רעב לשמוע דבר ה' (עמוס ח'). דאס איז ממש מורא'דיג וויאזוי אין די לעצטע צענדליגער יארען זענען דא אזויפיל בעלי תשובה, אין ארץ ישראל אליינס איז דא מער ווי מיליאן בעלי תשובה און עס ווערט נתרבה מער און מער ב"ה כן ירבו.
די חז"ל זאגען שוין מער ווי 2000 יאר צוריק אז די כותל המערבי גייט 'קיינמאל' נישט חרוב ווערן. דאס איז מוראדיג ארץ ישראל איז שוין דורך צענדליגער מלחמות צווישען די נוצרים קרייץ ציגלער און אראבער מ'האט שוין אסאך מאל רענאווירט דעם הר הבית במשך די היסטאריע און די וואנט איז געבליבען שטיין הנה זה עומד תחת כתלינו.
עס איז דא נאך אסאך נבואות וואס ס'נישט דא די פלאץ צו ברענגען תן לחכם ויחכם עוד ס'דא אסאך ספרים אויף די נושא. עס געט זייער א קלארע בליק וויאזוי צו לערנען תנ"ך.
רש"ר הירש ז"ל ברענגט ארויס אז די היסטאריע פון יודען איז די מוסר ספר פאר די וועלט אז ס'איז דא א באשעפער אויף די וועלט, ווען יודען פירען זיך אויף ערליך זענען זיי מגלה מיט זייערע מעשים אז ס'איז דא א באשעפער אויך די וועלט און זיי זענען דעם הנבחר, אבער אפילו ווען זיי זענען שלעכט טוען זיי ווייטער זייער שליחות "מיט זייער עונש" און זיי ווייזען פאר די וועלט אז ס'דא א באשעפער אויף די וועלט און זיי זענען דעם עם הנבחר. אונז קענען ארויס נעמען פון די גלות אסאך חיזוק אז פונקט אזוי ווי די קללות זענען מקויים געווארן וועט אויך די ברכות מקויים ווערן ווי ר"ע זאגט אין סוף מכות בב"א.[/justify]
ס'נישט דא קיין כופר! ס'דא וואס האבן קשיות און נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מענטש וועם צו פרעגן...
ס'נישט דא קיין אפגעפארענע! ס'דא וואס האבן נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מורה דרך...
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

זייער שיין, יישר כח.
יעצט אז אמיתית התורה איז שוין נתברר געווארן למעלה מעל כל ספק, קוקן מיר אלע ארויס געשפאנט אויף א גרונטליכער אנאליז וואס מיינט דאס אמונה און וואס די תורה וויל פון אונז.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

אבטולמוס האט געשריבן:דער מדרש שרייבט וועגן דעם כותל המערבי פון דעם בית המקדש וואס איז פאקטיש יא חרוב און איז היינט נישט דא קיין זכר. דאס וואס מיר רופן היינט "כותל המערבי" איז באמת א חלק פון דער חומה פון דעם הר הבית, פון וואס רוב פון אלע פיר זייטן זענען געבליבן שטיין - עד היום הזה.


מקור פליז
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
ווארט זאגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 18, 2015 5:28 pm
האט שוין געלייקט: 191 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל

שליחה דורך ווארט זאגער »

אבטולמוס האט געשריבן:עס איז דא א סך מעיר צו זיין, אבער כ'וועל נאר שרייבן יעצט צוויי הערות. די אידישע דויערהאפטיגקייט און אפעקט אויף דער וועלט איז באמת א וואונדערליכע זאך, און הגם עס איז א שוואכע ראיה אויף אמיתת התורה, איז עס גענוג שטארק ביי מאנכע זיי צו געבן א געפיל פון אידישע העכערקייט. (דוכט זיך אז הרב נתן סליפקין האט שוין עטליכע מאל גערעדט וועגן דעם.)
גערעכט. כ'האב נישט געברענגט די יודישע אפעקט אלס ראי' אויף אמיתית התורה, נאר כ'האב געברענגט פון רש"ר הירש די לימוד דערפון אז די שליחות ווערט בכל אופן אויסגעפירט. אבער בנוגע יודישע עקזיסטענץ שרייבט דער יעב"ץ אז הגם ער האט אסאך געטוען אין חקירה ואמונה בהבורא מצד העולם אבער לדעתו איז די גרעסטע הוכחה אויפן בורא פון די היסטאריע פון כלל ישראל שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו והקב"ה מצילנו מידם.

דער ענין פון דעם כותל המערבי איז גראדע פראבלעמאטיש. דער מדרש שרייבט וועגן דעם כותל המערבי פון דעם בית המקדש וואס איז פאקטיש יא חרוב און איז היינט נישט דא קיין זכר. דאס וואס מיר רופן היינט "כותל המערבי" איז באמת א חלק פון דער חומה פון דעם הר הבית, פון וואס רוב פון אלע פיר זייטן זענען געבליבן שטיין - עד היום הזה.

די לשון המדרש אין שמות רבה ב-ב איז אר"א לעולם אין השכינה זזה מכתל המערבי שנאמר הנה זה עומד תחת כתלינו. ועיין אמרי נועם עמ"ס ברכות פירוש מהגר"א בדף ג שבעונותיהם החרבתי את ביתי ר"ל הר הבית שרק נחרב אבל לא נשרף לגמרי כדאיתא במדרש איכה שלא יכלו לשרוף את הכתל מערבי של הר הבית ושרפתי את היכלי זה על הביה"ק שנשרף לגמרי. כ'ווייס נישט פון ווי דו נעמסט אז דער מדרש מיינט צו זאגען כותל ההיכל זעה דער גר"א ברענגט פון מדרש איכה אז די היכל האט מען יא פרברענט אינגאנצן נאר די כותל מערבי פון הר הבית האט מען נישט געקענט פארברענען
ס'נישט דא קיין כופר! ס'דא וואס האבן קשיות און נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מענטש וועם צו פרעגן...
ס'נישט דא קיין אפגעפארענע! ס'דא וואס האבן נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מורה דרך...
ווארט זאגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 18, 2015 5:28 pm
האט שוין געלייקט: 191 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל

שליחה דורך ווארט זאגער »

געוואלדיג האט געשריבן:
אבטולמוס האט געשריבן:דער מדרש שרייבט וועגן דעם כותל המערבי פון דעם בית המקדש וואס איז פאקטיש יא חרוב און איז היינט נישט דא קיין זכר. דאס וואס מיר רופן היינט "כותל המערבי" איז באמת א חלק פון דער חומה פון דעם הר הבית, פון וואס רוב פון אלע פיר זייטן זענען געבליבן שטיין - עד היום הזה.


מקור פליז

למעשה האב איך יא געטראפן די מקור פאר ראובן אין מדרש רבה יא-ב זה כותל מערבי של בית המקדש שאינו חרב לעולם אבער לויט ווי די גר"א הנ"ל איז מסביר מיינט בית המקדש די הר הבית אין די עצם ביהמ"ק הייסט היכל.
ס'נישט דא קיין כופר! ס'דא וואס האבן קשיות און נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מענטש וועם צו פרעגן...
ס'נישט דא קיין אפגעפארענע! ס'דא וואס האבן נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מורה דרך...
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

יישר כח! אבער וויאזוי עס זאל נאר זיין איז עס א מורא'דיגע נבואה אפילו צו מנבא זיין אזוי אויפן כותל ההר
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

ווארט זאגער האט געשריבן:ישא ה' עליך גוי מרחוק אשר לא ישמע לשונו. דאס גייט ארויף אויף מלכות רומי, וואס די יודען האבן נשיט געקענט זייער שפראך.

קליינע הערה נאר, די רומים האבן איינגענומען ארץ ישראל הונדער פופציג יאר פארן חורבן, און באלד צוויי הונדערט יאר פאר מרד בר כוכבא. די רומים זענען אריינגעקומען אין 63 BC וואס פון דעמאלס איז יהודה געווארן אונטערטעניגט אונטער רומישע הערשאפט, דורך שטעלן הורדוס צו זיין די ארטיגע מושל, מיט א מאס אטאנאמיע, ביז זעכציג יאר שפעטער ווען ארץ ישראל איז געווארן א vassal state אונטער רומי.
ווארט זאגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 18, 2015 5:28 pm
האט שוין געלייקט: 191 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל

שליחה דורך ווארט זאגער »

געפילטע פיש האט געשריבן:
ווארט זאגער האט געשריבן:ישא ה' עליך גוי מרחוק אשר לא ישמע לשונו. דאס גייט ארויף אויף מלכות רומי, וואס די יודען האבן נשיט געקענט זייער שפראך.

קליינע הערה נאר, די רומים האבן איינגענומען ארץ ישראל הונדער פופציג יאר פארן חורבן, און באלד צוויי הונדערט יאר פאר מרד בר כוכבא. די רומים זענען אריינגעקומען אין 63 BC וואס פון דעמאלס איז יהודה געווארן אונטערטעניגט אונטער רומישע הערשאפט, דורך שטעלן הורדוס צו זיין די ארטיגע מושל, מיט א מאס אטאנאמיע, ביז זעכציג יאר שפעטער ווען ארץ ישראל איז געווארן א vassal state אונטער רומי.

א גוטע הערה. לכאורה וואס מ'דארף זאגען לויט דעם רמב"ן אז די יודען האבן נישט געקענט רומי נאר די וואס האבן זיך געדרייט בחצר המלך אזוי ווי מ'טרעפט ביי רבשקה אז די שליחים פון חזקי' המלך האבן אים געבעטן אז ער זאל רעדן אין אראמיש נישט אין יהודית ווייל די עולם זאל נישט פארשטיין אבער די שליחים האבן יא פארשטאנען.
ס'נישט דא קיין כופר! ס'דא וואס האבן קשיות און נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מענטש וועם צו פרעגן...
ס'נישט דא קיין אפגעפארענע! ס'דא וואס האבן נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מורה דרך...
בן נריהו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 158
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 22, 2015 2:03 pm
האט שוין געלייקט: 297 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל

שליחה דורך בן נריהו »

א המשך צו די שמועס - אויב ווילסטו זעהן, צו דעם וועב-בלאט - א קוק געב, ביטע.

"עצור כאן חושבים" - אזוי רופט זיך די פורום, די שפראך געשריבען - העברעאיש איז עס.
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

בן נריהו האט געשריבן:א המשך צו די שמועס - אויב ווילסטו זעהן, צו דעם וועב-בלאט - א קוק געב, ביטע.

"עצור כאן חושבים" - אזוי רופט זיך די פורום, די שפראך געשריבען - העברעאיש איז עס.

עכ"ח איז "העמק דבר" אויף סטיראוידס!... הירא ורך הלבב ילך וישוב אל ביתו.
(- - -)
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

יאפ! בעסער נישט טראכטן. ווייל אז מ'טראכט פאר א רגע...
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ווארט זאגער האט געשריבן:
אבטולמוס האט געשריבן:דער ענין פון דעם כותל המערבי איז גראדע פראבלעמאטיש. דער מדרש שרייבט וועגן דעם כותל המערבי פון דעם בית המקדש וואס איז פאקטיש יא חרוב און איז היינט נישט דא קיין זכר. דאס וואס מיר רופן היינט "כותל המערבי" איז באמת א חלק פון דער חומה פון דעם הר הבית, פון וואס רוב פון אלע פיר זייטן זענען געבליבן שטיין - עד היום הזה.

די לשון המדרש אין שמות רבה ב-ב איז אר"א לעולם אין השכינה זזה מכתל המערבי שנאמר הנה זה עומד תחת כתלינו. ועיין אמרי נועם עמ"ס ברכות פירוש מהגר"א בדף ג שבעונותיהם החרבתי את ביתי ר"ל הר הבית שרק נחרב אבל לא נשרף לגמרי כדאיתא במדרש איכה שלא יכלו לשרוף את הכתל מערבי של הר הבית ושרפתי את היכלי זה על הביה"ק שנשרף לגמרי. כ'ווייס נישט פון ווי דו נעמסט אז דער מדרש מיינט צו זאגען כותל ההיכל זעה דער גר"א ברענגט פון מדרש איכה אז די היכל האט מען יא פרברענט אינגאנצן נאר די כותל מערבי פון הר הבית האט מען נישט געקענט פארברענען.

מ'דארף זיין א היבשער אפאלאגעטיקער צו 'פארטייטשן' דעם מדרש'ס כוונה אויפן כותל המערבי של הר הבית.

מ'דארף אבער זיין גענצליך איגנאראנט, זיך אומוויסנדיג צו מאכן פונעם גרעסערן פראבלעם [וואס ראובן האט אפילו דערמאנט] אז אין פאקט אז דער כותל המערבי בכלל נישט דער איינציגסטער 'הר הבית' וואנט וואס שטייט נאך עד היום הזה!
פארשפארט