יסודות פון אמונה 1 כוזרי

מחשבה, השקפה ועיון
פארשפארט
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

ס'ווענדט זיך אסאך אין דעם דעפיניציע פון "ריכטיג" ווי אזוי מיר קוקן דאס היינט אן, קעגן דעם פערספעקטיוו פונעם אמאהל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

אפשר האט געשריבן:
געוואלדיג האט געשריבן:א) אלע אונזערע עלטערן געבן איבער מתן תורה אז זיי האבן דאס געהערט פון זייערע עלטערן און זיי פון זייערע עלטערן און זיי פון זיערע עלטערן וכו' נישט אז עס שטייט אין עפעס א ספר נאר אז זיי האבן מקבל געווען פון זייערע אבות די אמיתות פון די ספר,

מיין טאטע האט מיר קיינמאל נאך נישט געזאגט אז ער האט געהערט פון זיין טאטע אז ער האט געהערט פון זיין טאטע וועגן מתן תורה, סך הכל זאגט ער נאך פון ספר החינוך אז מתן תורה איז מקובל איש מפי איש וכו'.....
בקיצור, איך זע נישט אז עס זאל זיין מקובל איש מפי איש, נאר די ספרים הקדושים זאגן אז דאס איז א זאך וואס גייט אריבער מדור דור

ווען די ספר החינוך איז ארויס פין דריק האט דאס טאקע נישט געמאכט קיין סענס??
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

יאיר האט געשריבן:אודאי האבן חזל געוואוסט. די שאלה איז אויב איך און דו קענען וויסן.

חז"ל האבן נישט עקזעסטיר אין א vacuum אדער אויף אן אינזל.

חוץ אויב די ביסט מסופק אויב ס'געווען א חז"ל, אפשר האט דאס דער "בדרכי אבותנו" אויסגעטרכט
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

אזוי ווי איך האב געזאגט, לשיטת כולנו האבן אונזערע עלטערן א מסורה אז נאר אונזער מסורה איז ריכטיג און קין אנדערע נישט סא אונז דארפן זיכער גלייבן אז אזוי איז עס און אז אונזערע עלטערן האבן אלטס אזוי געוואוסט עס קען פשוט נישט זיין אז איינער איז איין טאג אויפגעשטאנען און געמאכט א נייע תורה און אלע אונזערע עלטערן האבן אנגענומען אז טאקע אזוי איז אלס געווען,
קוקט נאר ווי היינט ווען געוויסע ווילן טוישן די היטאריע פון פאר די קריג ווי מען שטייט דא על המשמר עס זאל נישט פארגעסן ווערן די אמת,
איי די אנדערע סעקטעס אין כלל ישראל וואס טענה'ן אז עס איז יא אזוי ביי אונז, און ווי אזוי קען שטימען די כלל לגבי זיי, עוד חזון למועד
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

הקטן האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:אודאי האבן חזל געוואוסט. די שאלה איז אויב איך און דו קענען וויסן.

חז"ל האבן נישט עקזעסטיר אין א vacuum אדער אויף אן אינזל.

חוץ אויב די ביסט מסופק אויב ס'געווען א חז"ל, אפשר האט דאס דער "בדרכי אבותנו" אויסגעטרכט

איך פארשטיי נישט וויאזוי דאס קומט דא אריין. די גאנצע אשכול איז דאך געבויט אויף דעם יסוד אז מען קען נישט גלייבן יחידים בעניני דת.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

געוואלדיג, וועלן מיר צואווארטן מיט געדולד אויפן מועד. דערווייל וועלן מיר זיך פארלאזן אויף די מסורה אז אונז האבן א מסורה. ווארטזאגער, כמיין מען קען שוין צוטרעטן צו יסודות פון אמונה 2.כהאף נאר אז די צווייטע אשכול וועט זיך מער רעדן וועגן די אידישע אמונה און ווייניגער פון די נוצרישע.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

יאיר האט געשריבן:כהאף נאר אז די צווייטע אשכול וועט זיך מער רעדן וועגן די אידישע אמונה און ווייניגער פון די נוצרישע.

היות כדי צו ארויס ברענגען א ענין דארף מען צומאל דאס צושטעלן צו א אנדערע דוגמא צו פארשטיין די נ"מ סא זעהט אויס אז דיין תקווה איז א תקות שוא,
מען בעהט דאס יעדע מאל נאך תהילים ולא יצטרכו עמך בני ישראל זה לזה ולא לעם אחר....
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

ווער זאגט מען דארף פארשטיין א נפקא מינא? וואס דארף אונז אינטערעסירן וואס דער קריסט גלייבט?
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

נישט ווייל עס אינרעסירט נאר כדי בעסער צו פארשטיין ווי למשל ווען דו ווילסט ארויס ברענגען די מעלות פון די נייע led לייטס וועסטו עס צושטעלן צו פלאורעסנט, (און יעצט איז אויך א דוגמא להסביר)
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

אין טעכנאלאגיע איז טאקע די גאנצע גדולה אז מען איז מער און מער פארגעשריטן. אין רעליגיע זוכט מען נישט צו זיין דער גרעסטער פארגעשריטענער רעליגיעזער, מען זוכט צו דינען דעם באשעפער מיט אן אמת. אויב דו שפירסט אין דיין הארץ אז דו האסט געטראפן דעם אמת, הער אויף פאשען אין פרעמדע פעלדער און פראקטיציר דיין אמונה.
האדם לא נברא אלא להתענג
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

געוואלדיג האט געשריבן:א) סארי, מען רעדט דארט פון די איבערגעבליבענע פון די עשרת השבטים וואס זענען נישט געווארן גלייך פארטריבן (אשור האט נישט גלייך פארטריבן גאנץ עשרת השבטים) און נישט פון די שומרונים נאר פון עכטע בני מנשה ואפרים.

און דאס זענען די שומרונים, די שארית הפליטה וואס אשור האט נישט פארטריבן. זיי זענען פארבליבן דארט, און וואוינען דארט ביזן היינטיגן טאג. דאס זענען די זעלבע חברה וואס חז"ל האבן גערופן כותים, וואס זיי האבן געזאגט אז זיי זענען נישט כותים, נאר אייניקלעך פון אברהם יצחק ויעקב, אפרים ומנשה.
געוואלדיג האט געשריבן:ב) איך בין נישט אויפגעוואקסן דאהי סא פארשטיי איך נישט אזוי גוט ענגליש ווייס איך נישט פונקטליך וואס זיי זאגן וויקיפידיה זאגט אז זיי זענען אידן וואס האבן חתונה געהט מיט גויטעס (אסור עפ"י פשטו תורה שבכתב)

א) אלע אידישע DNA שטודיעס ווייזן אז אלע אידן, ספרדישע, אשכנזישע, אייראפעישע, תימנער און איטיאפער, האבן ענליכע Y קראמאזאמ'ס וואס מ'ירשנט פון טאטע צו זון, אבער די מוטערליכע גינעטיקס ענדלען מער צום host country, ס'הייסט אז אונז אייראפעישע אידן האבן אויך נאר בעיקר א פאטערליכע יחוס צו די אידן פון צוויי טויזענט יאר צוריק. אבער אונזערע אמהות זענען געווען אייראפעאישע גויטעס, וואס האבן זיך (האפענטליך) מתגייר געווען.
ב) וואו אין תורה שבכתב זעסטו אן איסור אויף צו חתונה האבן מיט גויטעס?
ג) אין תורה שבכתב זעט מען אז ייחוס איז געגאנגען פון טאטע צו זון, סיי ביי נחלה, ביי שבט, כהונה, די שאלה פון מיהו יהודי איז קיינמאל נישט אויפגעקומען אין לשכת הגזית, אבער אויב וואלט עס יא וואלטן זיי געפסקנט אז א קינד גייט נאכן טאטע. ווי מ'זעט ביי משה, שמשון, רות, דוד, שלמה, און נאך.
געוואלדיג האט געשריבן:ג) מחויב צו פאלגן אונזער ווערסיע,

סא לאמיר פארשטיין, מטעם די כוזרי, וואס ברענגט א ראי' אז מ'קען נישט פארנערן ששים ריבוא מענטשען אז עפעס איז געשען, ממילא מוז איך גלייבן\פאלגן\גלייבן אז מ'מוז פאלגן אז אונזער ווערסיע פון אלעס וואס איז געשען אין די גאנצע תקופה שפעטער און אלעס וואס איז א חלק פון מיין מסורה, אינקלודינג אז כל מה שתלמיד ותיק עתיד לחדש, איז געגעבן געווארן מסיני און איז די ריכטיגע ווערסיע.
פארשטיי איך גוט וואס דו מיינסט צו זאגן?
געוואלדיג האט געשריבן:ד) אויב אזוי איז דאך עניטינג פון ישו נישט קראנט און ער איז בכלל נישט רעלעוואנט, און די נקודה איז די ריכטיגע זאך צו וואו איך האב געוואלט אנקומען, דרך אגב איך האב טאקע געשריבן לשיטתם און מכלומערשט.

ווען משיח גייט קומען, און ער גייט זאגן אז די מצוות מעשיות זענען שוין נישט נוגע וויבאלד זיי זענען אלע נאר לבושים און אמצעים צו התקרבות הבורא, און וויבאלד מלאה הארץ דעה פעלט שוין נישט אויס, וכל המועדים בטלים, וכו' וכו', וועט זיין איין סעקטע אידן וואס וועלן נישט אננעמען משיח'ס פסק, און האלטן אז ער טוישט צו פיל פון זייער מסורה, ממילא מוז זיין אז ער האט נישט די ריכטיגע מסורה.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

יאיר האט געשריבן:אין טעכנאלאגיע איז טאקע די גאנצע גדולה אז מען איז מער און מער פארגעשריטן. אין רעליגיע זוכט מען נישט צו זיין דער גרעסטער פארגעשריטענער רעליגיעזער, מען זוכט צו דינען דעם באשעפער מיט אן אמת. אויב דו שפירסט אין דיין הארץ אז דו האסט געטראפן דעם אמת, הער אויף פאשען אין פרעמדע פעלדער און פראקטיציר דיין אמונה.


עס איז נישט בנוגע פארגעשריטן נאר בנוגע צווישנשייד חילוקים, כדי בעסער צו פארשטיין, אמת געפינט מען אין הארץ מיט מח, נישט איינע אליין יהודי בלב ארבעט נישט, איך ברויך נישט קיין הוכחה ב"ה אבער די וואס דארפן יא דארף מען זיי צושטעלן
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

א) דו האסט געברענגט א ראיה פון די פסוקים אז אין נ"ך ווערן זיי אנערקענט אלס אפרים און מנשה (נאך מיין ענטפער וועגן ר"מ) אויף דעם איז געווען מיין ענטפער אז א ראיה איז נישטא (וועגן זייער מסורה עוד חזון).
ב) dna איז נאר פון טאטע צו קינד און בכלל נישט פון די מאמע איז אלע דיבורים בנוגע גויטעס ארויסגעזויגן פון פינגער, (א מאנקי איז 98% דזשינס ווי א מענטש, איך האף אז דו האלטסט נישט אז אונז שטאמען פון מאנקיס).
ג) דברים ז ג, וועסטו זאגן אז עס רעדט נאר פון ז' עממים תוס' קידושין סח: פארענטפערט וועסטו זאגן נו תושבע"פ וועל איך צוצייכענען צו וואס איך האב שוין געשריבן
הנה כל המעיין בהתורה יראה מיד שמוכרח להיות שעם התורה שבכתב ניתן גם תורה בע"פ פירוש על התורה שבכתב כיון שאי אפשר להיות שאמר נותן התורה לישראל "וזבחת כאשר צויתך" ובכל התורה כולה לא נזכר הלכות שחיטה...
וכן אם אמר נותן התורה פרי עץ הדר ולא כתב מהו בדיוק מוכרח להיות שאמר זאת בע"פ כי אין אפילו אחד שטוען שאין תורתינו (שבכתב חמשה חומשי תורה) אמת,
וכן "לא תעשה כל מלאכה ביום השבת" ולא פירש גדרו של מלאכה וכן "תאכל מצות" ולא פירש מהו מצות
"והיו לטוטפות בין עיניך" ולא פירש מה טיבם של טוטפות אלו וכדו' עד אין מספר

וועסטו זאגן אפשר זייער תושבע"פ, נו אויף דעם עוד חזון כדלעיל, וכן מצינו בעזרא שהסיר הנשים הנכריות מבין היהודים, איי זיי האלטן נישט פון נ"ך נאך יהושע עוד חזון,
ד) אוודאי איז די שאלה אויפגעקומען אין לשכת הגזית פון וואו האבן עזרא און נחמיה געוואוסט די הלכה,
ה) משה'ס מאמע איז געווען יוכבד, שמשון'ס מאמע איז געווען צללפונית, רות איז געווען א גיורת, דוד'ס מאמע איז געווען רות א גיורת עפ"י התורה מואבי ולא מואבית ואם לא היתה כשרה לבא בקהל היה דוד נכרי כיון שהולך אחר האם ולכן היתה כל השאלה אם היא מותרת, שלמה'ס מאמע איז געווען בת שבע, אלע פון זיי אידישע קינדער.
ו) יא ריכטיג כל מה שתלמיד וותיק עתיד לחדש עפ"י כללי המסורה איז געגעבן געווארן מסיני.
ז) לפי השיטה אז עס מיינט כפשוטו זאגט דאך דאס אונזער מסורה אז אזוי גייט ער טוהן.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

יאיר האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:אודאי האבן חזל געוואוסט. די שאלה איז אויב איך און דו קענען וויסן.

חז"ל האבן נישט עקזעסטיר אין א vacuum אדער אויף אן אינזל.

חוץ אויב די ביסט מסופק אויב ס'געווען א חז"ל, אפשר האט דאס דער "בדרכי אבותנו" אויסגעטרכט

איך פארשטיי נישט וויאזוי דאס קומט דא אריין. די גאנצע אשכול איז דאך געבויט אויף דעם יסוד אז מען קען נישט גלייבן יחידים בעניני דת.

יא אר מיסאינג מיי פוינט.
דאס גופא זאג איך - דא איז נישט געווען קיין יחידים

משה קיבל תורה מסיניי, ומסרה ליהושוע, ויהושוע לזקנים, וזקנים לנביאים, ונביאים מסרוה לאנשי כנסת הגדולה.
קיינער האט נישט אריין געשישקעט שטילערהייט און געהאט א מאנאפל אויף די info
חז"ל זענן נישט געווען קיין יחידים זיי האבן געהאט טויזענטער תלמידים.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

די משנה וואס דו ברענגסט זאגט דאך אקוראט פארקערט ווי דיר, ס'איז יא געווען א מאנאפאלי. קודם איז משה געווען דער איינציגער אויטאריטעט, נאך אים איז יהושע, נאך אים די זיבעציג זקנים און אזוי ווייטער. און אזוי ארבעט יעדע רעליגיע, ישו קיבל ברית החדשה מהר האושר ומסרה לשמעון כיפא וכו'. און יעדער איינער פון זיי האט געהאט צענדליגער אדער הונדערטער תלמידים.
בכל אופן שטימט נישט דעם כוזרי'ס ראיה ווייל ס'גייט אלץ צוריק צו איין מענטש, משה רבינו, וועלכער האט איבערגעגעבן 98 פראצענט פון תורה שבכתב און גאנץ תורה שבעל פה.
האדם לא נברא אלא להתענג
ווארט זאגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 18, 2015 5:28 pm
האט שוין געלייקט: 191 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל

שליחה דורך ווארט זאגער »

יאיר האט געשריבן:די משנה וואס דו ברענגסט זאגט דאך אקוראט פארקערט ווי דיר, ס'איז יא געווען א מאנאפאלי. קודם איז משה געווען דער איינציגער אויטאריטעט, נאך אים איז יהושע, נאך אים די זיבעציג זקנים און אזוי ווייטער. און אזוי ארבעט יעדע רעליגיע, ישו קיבל ברית החדשה מהר האושר ומסרה לשמעון כיפא. און יעדער איינער פון זיי האט געהאט צענדליגער אדער הונדערטער תלמידים.
זיי האבן מקבל געווען די בריה"ח לאנג נאך זיין טויט!
בכל אופן שטימט נישט דעם כוזרי'ס ראיה ווייל ס'גייט אלץ צוריק צו איין מענטש, משה רבינו, וועלכער האט איבערגעגעבן 98 פראצענט פון תורה שבכתב און גאנץ תורה שבעל פה.

אבער ביי יודען היות זיי האבן געזעהן ווי דער אייבערשטער רעדט צו אים און דער אייבערשטער זאגט אז ער גייט געבן די איבריגע תורה דורך אים גלייבן זיי געבויעט אויף דעם וואס זיי האבן אליינס געזעהן מיט זייערע אויגן כמבואר ברמב"ם הלכות יסוה"ת פ"ח
ס'נישט דא קיין כופר! ס'דא וואס האבן קשיות און נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מענטש וועם צו פרעגן...
ס'נישט דא קיין אפגעפארענע! ס'דא וואס האבן נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מורה דרך...
ווארט זאגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 18, 2015 5:28 pm
האט שוין געלייקט: 191 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל

שליחה דורך ווארט זאגער »

געפילטע פיש האט געשריבן:

א) אלע אידישע DNA שטודיעס ווייזן אז אלע אידן, ספרדישע, אשכנזישע, אייראפעישע, תימנער און איטיאפער, האבן ענליכע Y קראמאזאמ'ס וואס מ'ירשנט פון טאטע צו זון, אבער די מוטערליכע גינעטיקס ענדלען מער צום host country, ס'הייסט אז אונז אייראפעישע אידן האבן אויך נאר בעיקר א פאטערליכע יחוס צו די אידן פון צוויי טויזענט יאר צוריק. אבער אונזערע אמהות זענען געווען אייראפעאישע גויטעס, וואס האבן זיך (האפענטליך) מתגייר געווען.

אינטערסאנט אז ס'ווערט נישט געברענגט אין היסטאריע אז אונזערע עלטערן האבן זיך מתבולל געווען.


ג) אין תורה שבכתב זעט מען אז ייחוס איז געגאנגען פון טאטע צו זון, סיי ביי נחלה, ביי שבט, כהונה, די שאלה פון מיהו יהודי איז קיינמאל נישט אויפגעקומען אין לשכת הגזית, אבער אויב וואלט עס יא וואלטן זיי געפסקנט אז א קינד גייט נאכן טאטע. ווי מ'זעט ביי משה, שמשון, רות, דוד, שלמה, און נאך.
דאס איז נאר כלפי שבטים אבער אויב מ'איז א גוי צו א יוד ווענדט זיך לויט די מאמע כמבואר בהלכה חוץ אויב מ'איז זיך מגייר


ווען משיח גייט קומען, און ער גייט זאגן אז די מצוות מעשיות זענען שוין נישט נוגע וויבאלד זיי זענען אלע נאר לבושים און אמצעים צו התקרבות הבורא, און וויבאלד מלאה הארץ דעה פעלט שוין נישט אויס, וכל המועדים בטלים, וכו' וכו', וועט זיין איין סעקטע אידן וואס וועלן נישט אננעמען משיח'ס פסק, און האלטן אז ער טוישט צו פיל פון זייער מסורה, ממילא מוז זיין אז ער האט נישט די ריכטיגע מסורה.[/quote]
לשון הרמב"ם הלכות תשובה פ"ט ה"ב: ומפני זה התאוו כל ישראל נביאיהם וחכמיהם ימות המלך המשיח כדי שינוחו ממלכות הרשעה שאינה מנחת להן לישראל לעסוק בתורה ומצוות כהוגן וימצאו להן מרגוע וירבו בחכמה כדי שיזכו לחיי העולם הבא. לפי שבאותן הימים תרבה הדעת והחכמה והאמת שנ' כי מלאה הארץ דעה את ה' וכו'
ס'נישט דא קיין כופר! ס'דא וואס האבן קשיות און נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מענטש וועם צו פרעגן...
ס'נישט דא קיין אפגעפארענע! ס'דא וואס האבן נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מורה דרך...
ווארט זאגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 18, 2015 5:28 pm
האט שוין געלייקט: 191 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל

שליחה דורך ווארט זאגער »

געוואלדיג האט געשריבן:א)(וועגן זייער מסורה עוד חזון).

וועסטו זאגן אפשר זייער תושבע"פ, נו אויף דעם עוד חזון כדלעיל, וכן מצינו בעזרא שהסיר הנשים הנכריות מבין היהודים, איי זיי האלטן נישט פון נ"ך נאך יהושע עוד חזון,

מיר ווארטן מיט שפאנונג אויף דיין אשכול בעניני שומרונים
ס'נישט דא קיין כופר! ס'דא וואס האבן קשיות און נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מענטש וועם צו פרעגן...
ס'נישט דא קיין אפגעפארענע! ס'דא וואס האבן נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מורה דרך...
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

געוואלדיג האט געשריבן:א) דו האסט געברענגט א ראיה פון די פסוקים אז אין נ"ך ווערן זיי אנערקענט אלס אפרים און מנשה (נאך מיין ענטפער וועגן ר"מ) אויף דעם איז געווען מיין ענטפער אז א ראיה איז נישטא (וועגן זייער מסורה עוד חזון).

כ'האב דיר געזאגט צוויי מאל, פרעג נישט אפ מיין דרך אגב און איגנאריר די עיקר פוינט.
געוואלדיג האט געשריבן:ב) dna איז נאר פון טאטע צו קינד און בכלל נישט פון די מאמע איז אלע דיבורים בנוגע גויטעס ארויסגעזויגן פון פינגער, (א מאנקי איז 98% דזשינס ווי א מענטש, איך האף אז דו אלטסט נשט אז אונז שטאמען פון מאנקיס).

קיינמאל נישט געהערט אז איינער זאל טענה'ן אז אונז שטאמען פון מאנקיס, אבער דאס אז מיר האבן 98 פראצענט די זעלבע דזשינס איז פשוט, אונז זעמער געמאכט פון די זעלבע סחורה, די זעלבע עור וגידים, באדי טישוס, ביינער הארץ לונגען נירן קישקעס און בעלי באטען, פארוואס זאלן מיר נישט האבן רוב פון די זעלבע דזשינעטיק קאודינג, דזשינעטיקלי ספיקינג זענען מיר נישט אזוי אנדערש ווי אלע מעמעלס. ראטן און חזירים האבן אויך 98 פראצענט פון די זעלבע DNA, דערפאר נוצט מען לעב רעטס אין לאבראטאריעס צו טעסטן דראגס בעפאר מ'פראבירט עס אויס אויף מענטשען. אבער אויב דו גייסט מיר זאגן אז דזשינעטיקס וואס איז א אנגענומענע סייענס היינטיגע צייטן איז "ארויסגעזויגן פון פינגער" קען איך דיר פונקט אזוי זאגן אז דיין מסורה איז ארויסגעזויגן פון פינגער (עפ"ל).
געוואלדיג האט געשריבן:ג) דברים ז ג, וועסטו זאגן אז עס רעדט נאר פון ז' עממים תוס' קידושין סח: פארענטפערט וועסטו זאגן נו תושבע"פ וועל איך צוצייכענען צו וואס איך האב שוין געשריבן
הנה כל המעיין בהתורה יראה מיד שמוכרח להיות שעם התורה שבכתב ניתן גם תורה בע"פ פירוש על התורה שבכתב כיון שאי אפשר להיות שאמר נותן התורה לישראל "וזבחת כאשר צויתך" ובכל התורה כולה לא נזכר הלכות שחיטה...
וכן אם אמר נותן התורה פרי עץ הדר ולא כתב מהו בדיוק מוכרח להיות שאמר זאת בע"פ כי אין אפילו אחד שטוען שאין תורתינו (שבכתב חמשה חומשי תורה) אמת,
וכן "לא תעשה כל מלאכה ביום השבת" ולא פירש גדרו של מלאכה וכן "תאכל מצות" ולא פירש מהו מצות
"והיו לטוטפות בין עיניך" ולא פירש מה טיבם של טוטפות אלו וכדו' עד אין מספר


וויאזוי האסטו געוויסט וואס איך גיי זאגן? דא האסטו גוט צוגעטראפן, מסתמא גיור איז אויך פון די זאכן וואס זענען מוכרך פון די תורה אז דאס האט מען איבער געגעבן בסוד סודות פאר משה רבנו, און מ'האט געהאלטן די סוד ביז ימי עזרא, ווייל פארדעם האבן אידן חתונה געהאט מיט גויטעס און אידענעס מיט גוים און קיינעם איז נישט בייגעפאלן צו דערמאנען אז ס'געווען עפעס א פראצעדור פון גיור. פשוט, אזא הארבע עבירה ווי intermarriage, און אזוי זרע לבטלה דארף מען דאס אליינס פארשטיין, ס'פעלט נישט אויס צו דערציילן.
געוואלדיג האט געשריבן:וועסטו זאגן אפשר זייער תושבע"פ, נו אויף דעם עוד חזון כדלעיל, וכן מצינו בעזרא שהסיר הנשים הנכריות מבין היהודים, איי זיי האלטן נישט פון נ"ך נאך יהושע עוד חזון,

איך האף מ'וועט נישט דארפן ווארטן ביז שבת חזון, ווייל שבת ליין איך נישט קאווע שטיבל.
געוואלדיג האט געשריבן:ד) אוודאי איז די שאלה אויפגעקומען אין לשכת הגזית פון וואו האבן עזרא אוןו נחמיה געוואוסט די הלכה,

אה, סא ווען עזרא האט געוואלט וויסן וואס די הלכה איז איז ער געגאנגען אין לשכת הגזית אנפרעגן, יא? נאר געוואלט זיכער מאכן.
געוואלדיג האט געשריבן:ה) משה'ס מאמע איז געווען יוכבד, שמשון'ס מאמע איז געווען צללפונית, רות איז געווען א גיורת, דוד'ס מאמע איז געווען רות א גיורת עפ"י התורה מואבי ולא מואבית ואם לא היתה כשרה לבא בקהל היה דוד נכרי כיון שהולך אחר האם ולכן היתה כל השאלה אם היא מותרת, שלמה'ס מאמע איז געווען בת שבע, אלע פון זיי אידישע קינדער.

אויש! איך רעד דא פון משה'ס ווייב? מיט וועם האט ער חתונה געהאט, מיט א מדינית. שמשון האט קודם חתונה געהאט מיט א פלישתי מיידל פון תמנה, דערנאך מיט א זונה פון עזה, דערנאך האט ער געהאט א גוירלפרענד - שטייט נישט אז ער האט חתונה געהאט מיט איר, אבער אפשר דארף איך אליינס פאשטיין אז ער האט איר מגייר געווען און חתונה געהאט כדת משה וישראל - דלילה האט זי געהייסן, אויך א פלישתית. רות האט חתונה געהאט מיט בועז, וואו זעסטו אז זי איז געווען א גיורת? דוד האט חתונה געהאט מיט מעכה בת תלמי, שלמה מיט בת פרעה, זיין יורש עצר רחבעם איז געווען די זון פון אן עמונית.
געוואלדיג האט געשריבן:ו) יא ריכטיג כל מה שתלמיד וותיק עתיד לחדש עפ"י כללי המסורה איז געגעבן געווארן מסיני.

א שאד טאקע משה רבנו האט נישט געגעבן פאר די דור דעה אין מדבר אביסל באר מים חיים אדער גאר חובת הלבבות צו לערנען פרייטאג צונאכטס צוזאמען מיטן אור החיים הקדוש, אפשר וואלט עס אפילו געקענט פארמיידן די מתאוננים.
געוואלדיג האט געשריבן:ז) לפי השיטה אז עס מיינט כפשוטו זאגט דאך דאס אונזער מסורה אז אזוי גייט ער טוהן.

נו, איז אויב איז מען מקבל ישו אלס משיח זענען שוין די אלע מצוות מעשיות שוין נישט נוגע.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

ווארט זאגער האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:

א) אלע אידישע DNA שטודיעס ווייזן אז אלע אידן, ספרדישע, אשכנזישע, אייראפעישע, תימנער און איטיאפער, האבן ענליכע Y קראמאזאמ'ס וואס מ'ירשנט פון טאטע צו זון, אבער די מוטערליכע גינעטיקס ענדלען מער צום host country, ס'הייסט אז אונז אייראפעישע אידן האבן אויך נאר בעיקר א פאטערליכע יחוס צו די אידן פון צוויי טויזענט יאר צוריק. אבער אונזערע אמהות זענען געווען אייראפעאישע גויטעס, וואס האבן זיך (האפענטליך) מתגייר געווען.

אינטערסאנט אז ס'ווערט נישט געברענגט אין היסטאריע אז אונזערע עלטערן האבן זיך מתבולל געווען.

טאקע אינטרעסאנט.
ווארט זאגער האט געשריבן:ג) אין תורה שבכתב זעט מען אז ייחוס איז געגאנגען פון טאטע צו זון, סיי ביי נחלה, ביי שבט, כהונה, די שאלה פון מיהו יהודי איז קיינמאל נישט אויפגעקומען אין לשכת הגזית, אבער אויב וואלט עס יא וואלטן זיי געפסקנט אז א קינד גייט נאכן טאטע. ווי מ'זעט ביי משה, שמשון, רות, דוד, שלמה, און נאך.
דאס איז נאר כלפי שבטים אבער אויב מ'איז א גוי צו א יוד ווענדט זיך לויט די מאמע כמבואר בהלכה חוץ אויב מ'איז זיך מגייר

גוט מארגן, איך ווייס אויך וואס הלכה זאגט, איך זאג דיר אבער אז מ'זעט נישט קיין שום מקור פאר תושבע"פ פאר דעם, ניטאמאל קיין רמז, ווייסט פארוואס? ווייל דיני גיור האבן אויך נישט עקזעסטירט עכ"פ ביז עזרא, און מעגליך אפילו בימי עזרא אויך נישט, ווען יא וואלט ער דאך נישט געדארפט צווינגען האלב כלל ישראל צו פארטרייבן די ווייבער, ער וואלט זיי דאך געקענט מגייר זיין.

ווארט זאגער האט געשריבן:ווען משיח גייט קומען, און ער גייט זאגן אז די מצוות מעשיות זענען שוין נישט נוגע וויבאלד זיי זענען אלע נאר לבושים און אמצעים צו התקרבות הבורא, און וויבאלד מלאה הארץ דעה פעלט שוין נישט אויס, וכל המועדים בטלים, וכו' וכו', וועט זיין איין סעקטע אידן וואס וועלן נישט אננעמען משיח'ס פסק, און האלטן אז ער טוישט צו פיל פון זייער מסורה, ממילא מוז זיין אז ער האט נישט די ריכטיגע מסורה.


לשון הרמב"ם הלכות תשובה פ"ט ה"ב: ומפני זה התאוו כל ישראל נביאיהם וחכמיהם ימות המלך המשיח כדי שינוחו ממלכות הרשעה שאינה מנחת להן לישראל לעסוק בתורה ומצוות כהוגן וימצאו להן מרגוע וירבו בחכמה כדי שיזכו לחיי העולם הבא. לפי שבאותן הימים תרבה הדעת והחכמה והאמת שנ' כי מלאה הארץ דעה את ה' וכו'

ויש חולקים
קול דודי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 326
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 2:27 pm
האט שוין געלייקט: 85 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 497 מאל

שליחה דורך קול דודי »

געוואלדיג האט געשריבן:ב) dna איז נאר פון טאטע צו קינד און בכלל נישט פון די מאמע איז אלע דיבורים בנוגע גויטעס ארויסגעזויגן פון פינגער, (א מאנקי איז 98% דזשינס ווי א מענטש, איך האף אז דו אלטסט נשט אז אונז שטאמען פון מאנקיס).

געוואלדיג! כ׳האף נאר אז אויף דעם האסטו נישט קיין מסורה מדור דור, ווייל ווי יעדער בר בי רב דחד יומא ווייסט באקומט מען האלב פון די DNA פון די מאמע און האלב פונ׳ם טאטע. חוץ mitochondrial DNA, וואס דאס ירשנ׳ט מען נאר פין די מאמע. אגב: מיר שטאמען פון פיש.
I post, therefore I am
ווארט זאגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 18, 2015 5:28 pm
האט שוין געלייקט: 191 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל

שליחה דורך ווארט זאגער »

[quote="געפילטע פיש"]


גוט מארגן, איך ווייס אויך וואס הלכה זאגט, איך זאג דיר אבער אז מ'זעט נישט קיין שום מקור פאר תושבע"פ פאר דעם, ניטאמאל קיין רמז, ווייסט פארוואס? ווייל דיני גיור האבן אויך נישט עקזעסטירט עכ"פ ביז עזרא, און מעגליך אפילו בימי עזרא אויך נישט, ווען יא וואלט ער דאך נישט געדארפט צווינגען האלב כלל ישראל צו פארטרייבן די ווייבער, ער וואלט זיי דאך געקענט מגייר זיין.

די הלכות גיור לערנט מען ארויס פון פאר מתן תורה ווי די גמרא זאגט אין יבמות עס איז נישט דא קיין שום סיבה צו זאגען אז ס'נאך נישט געווען, איי עזרא קען זיין אז ער האט געוויסט אז זיי וועלן נישט אננעמען יהדות נאר לשם חתונה האבן וואס אין מקבלין גרים באופן כזה
ס'נישט דא קיין כופר! ס'דא וואס האבן קשיות און נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מענטש וועם צו פרעגן...
ס'נישט דא קיין אפגעפארענע! ס'דא וואס האבן נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מורה דרך...
ווארט זאגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 18, 2015 5:28 pm
האט שוין געלייקט: 191 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל

שליחה דורך ווארט זאגער »

געפילטע פיש האט געשריבן:
ווארט זאגער האט געשריבן:ווען משיח גייט קומען, און ער גייט זאגן אז די מצוות מעשיות זענען שוין נישט נוגע וויבאלד זיי זענען אלע נאר לבושים און אמצעים צו התקרבות הבורא, און וויבאלד מלאה הארץ דעה פעלט שוין נישט אויס, וכל המועדים בטלים, וכו' וכו', וועט זיין איין סעקטע אידן וואס וועלן נישט אננעמען משיח'ס פסק, און האלטן אז ער טוישט צו פיל פון זייער מסורה, ממילא מוז זיין אז ער האט נישט די ריכטיגע מסורה.


לשון הרמב"ם הלכות תשובה פ"ט ה"ב: ומפני זה התאוו כל ישראל נביאיהם וחכמיהם ימות המלך המשיח כדי שינוחו ממלכות הרשעה שאינה מנחת להן לישראל לעסוק בתורה ומצוות כהוגן וימצאו להן מרגוע וירבו בחכמה כדי שיזכו לחיי העולם הבא. לפי שבאותן הימים תרבה הדעת והחכמה והאמת שנ' כי מלאה הארץ דעה את ה' וכו'

ויש חולקים

ביטע זיי מבאר דיינע ווערטער איך האב נאר געטראפן אז ס'גייט נישט ווערן בטל נאר דער מהר"ל זאגט אז דאס וואס שטייט מצות בטלות לעתיד לבא איז דער רשב"א אויפן פלאץ מסביר אחר התחי'. און דער עקרים הגם ער זאגט אז אין מצוות בטלות געט ער אזאג אינמיטן אז ס'קען זיין אז מועדים וועט בטל ווערם ע"י ציוו ה' אבער זיכער נישט פאר אונז וועלן אליינס הערן מפי ה' אזויווי ביי מתן תורה. אין נועם מגדים לך וכן משמע בפרי הארץ שהל"ת יהי' בטלין כיון שלא יהי' עוד יצה"ר, וממילא לא יעשו לכן לא יהי' שייך ליזהר על דברים כאלו.
ס'נישט דא קיין כופר! ס'דא וואס האבן קשיות און נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מענטש וועם צו פרעגן...
ס'נישט דא קיין אפגעפארענע! ס'דא וואס האבן נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מורה דרך...
פארשפארט