לעיקוואד האט געשריבן:די שאלה איז פון ווי די האסט טאקע גענומען די הנחה אז אלע מצוות זענען אזוי אז די רגע עס איז א מצווה גייט נישט אן די טעם? נישט אין מורה נבוכים האסטו דאס געטראפען.
פארקערט שטייט יא? אויב נישט, פארוואס זאלן מיר מעצמנו זאגן אז דאס וואס ער שרייבט בספר המצוות ובמשנה תורה ובשאר מקומות אז מצוות ווערן נישט בטל האט ער נישט געמיינט אמת'דיג?
לעיקוואד האט געשריבן:ועד שאתה שואל מהלכות פרטיות, שאל מכל הלכות קרבנות שנפסקו בספר הי"ד בלי פקפוק ובלי רמז לכל הענין הזה. ועל כרחך הא לן והא להו.
פארשטייט זיך אז א פערטל ש"ס האט ער נישט געקענט משמיט זיין. און למעשה שרייבט ער דאך נישט אז מ'גייט מקריב זיין, נאר סתם דיני קרבנות, וואס קען מיינען וויאזוי ס'איז געווען אמאל.
אבער איר זענט גערעכט, ס'איז נישט צופיל נוגע מה שיהיה.
דעת תורה האט געשריבן:רש"י ווערט דוכט זיך פאררעכנט פון די בעלי הגשמה, כאטש ער שרייבט אויף צענדליגער פלעצער דעם פראז "לשבר את האוזן".
דאס איז מיר א חידוש, ווייסט איינער א פלאץ וואו מ'זעהט הגשמת הבורא אין רש"י? בסה"כ איז ער נישט אזוי נזהר ווי אונקלוס להרחיק ההגשמה, און די אגדתות שרייבט ער פשוט טייטש אהן קיין ביאורים, מסתמא ווייל ער האט עס נישט געהאלטן פאר זיין אויפגאבע.
יאיר האט געשריבן:לגבי פארואס ס'איז נישט געווען קיין אישו, קודם כל, ס'איז יא געווען, לך נא ראה אין רמב"ם הל' תשובה ריש פרק ח' וואו די מפרשים מוטשען זיך דערמיט. צווייטנס, ס'איז שווער צו כאפן גלאט אזוי אין דעם רמב"ם, ווייל בפשטות קען מען נאך מדחיק זיין. ס'פעלט זיך אויס צו קענען זיין גאנצע מהלך אריסטוטלי צו פארשטיין די אימפליקאציעס פון אזעלכע אומשולדיגע אויסזעענדע מאמרים.
דאס האב איך דאך געברענגט אויבן, דער ויכוח צווישן דער רמ"ה ור"ש משאנץ ורמב"ן (און שפעטער די מפרשי הרמב"ם). ומשם ראיה, זיי בלייבן דאך אז להרמב"ם איז יא דא שכר ועונש. טענה'ט איר נאר אז זיי האבן נישט ריכטיג ארויסגעהאט זיינע שיטות, כ'הער.
שוב ראיתי וואס איר שרייבט שפעטער, בין איך שוין נישט אזוי זיכער אז מיר זענען מיט עפעס מחולק.
יאיר האט געשריבן:שליח האט געשריבן:אויף וויפיל איך ווייס איז דאס נאר געווען אין געוויסע געגנטער א קורצע זמן (אסכולת חסידי אשכנז והמסתעף), אבער רוב כלל ישראל האבן אלעמאל געוואוסט, און גאנץ כלל ישראל האבן רוב צייט געוואוסט, אז עיני ה' איז נישט כפשוטו. אונקלוס למשל איז אלעמאל זייער נזהר להרחיק ההגשמה.
היסטאריש גערעדט איז דאס בכלל נישט מסתבר, אבער חוץ מזה, דער רמב"ם אליין שרייבט אז די סיבה פארוואס די תורה נוצט לשונות הגשמה איז ווייל פאר'ן דור המדבר האט זיך אויסגעפעלט צו רעדן אין א שפראך וואס זיי פארשטייען. זעסטו דאך קלאר אז אין אנהויב האט מען עס טאקע פארשטאנען כפשוטו, און נאר שפעטער איז מען צוביסלעך געקומען צו די הכרה אז עס שטימט נישט פילאזאפיש, און על סמך זה (אן קיין שום ראיה מצד חז"ל) האט דער רמב"ם און אנדערע איבערגעדרייט א וועלט.
כ'האב נישט געמיינט רוב המון עם נאר רוב גדולי ישראל, ווי כולי עלמא אין גמרא. וואו נאך טרעפט מען הגשמת הבורא חוץ די אויבנדערמאנטע? (פון אגדתות אין גמרא איז נישט קיין ראי' ווייל ס'איז בלא"ה קלאר אז זיי האבן געזאגט זאכן וואס זיי האבן נישט געמיינט פשוט פשט, פונקט ווי מ'טייטשט עיני ה' אין מקרא וועט מען טייטשן הקב"ה מניח תפילין אין גמרא).
ואגב, דער רס"ג פירט שוין א מלחמה קעגן די מגשימים.
יאיר האט געשריבן:דעת תורה האט געשריבן:די גמרא רעדט פונעם גיהנם וגן עדן התחתון וואס דאס איז א מסכתא פאר זיך.
א קליינע הערה פאר די וואס זענען אינטערעסירט צו וויסן, די פאראלעל פון גן עדן'ס און גיהנם'ס התחתון און העליון איז אן אויסטרעף פון דעם זוהר. עס ווערט נישט דערמאנט אין קיין שום מקור בעפאר די תקופה פון קבלה אין שפאניע. בפשטות רעדט די גמרא און דער רמב"ן פון דעם געהעריגן גיהנם.
מיט אזא הרחבה (און די ווערטער) טאקע נישט, אבער דער עצם מושג איז לכאורה מוכרח בדברי חז"ל. נשמותיהן של צדיקים גנוזין תחת כסא הכבוד קען לכאורה נישט מיינען א ג"ע אויף די וועלט, ז' דברים נבראו קודם שנברא העולם ומכללם ג"ע וגיהנם (פסחים נד.) מיינט דאך אויך אז ס'איז נישט עפעס פון די וועלט, וכהנה רבות. ומאידך גיסא, חמי טבריא גייט אריבער פתחו של גיהנם, און בית שאן איז פתחו של גן עדן (ערובין יט.), וכהנה רבות. איז דאך מוכרח איז ס'איז דא מער ווי איינס.
ווידער דער רמב"ן שרייבט דאך קלאר ארויס (בראשית ג כב) "ודע והאמן כי גן עדן בארץ וכן עץ החיים ועץ הדעת ומשם יצא הנהר ויפרד לארבעה ראשים הנראים לנו, כי פרת בארצנו ובגבולינו, ופישון הוא נילוס מצרים כדברי הראשונים, אבל כאשר הם בארץ כן יש בשמים דברים יקראו כן", וכעי"ז איז ער אויך מאריך אין תורת ה' תמימה און אין שער הגמול. וע"ע אור ה' מאמר ד' דרוש ט'.