משה'לע דער גנב

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

משה'לע דער גנב

שליחה דורך איחוד פעלד »

דער גרויסער מספר ר' שלמה קארעלבאך פארציילט פילע ספורי מעשיות מיט א עמאציענאלע געפיל שאין דוגמתו.

כ'שרייב נישט דער אשכול ארום צורעדען ר' שלמה'ס כשרונות, נאר מער צו טרעפען צו זיינע מעשיות זענען אמת צו נישט, אקעי, אמת? זייט ווען זענען חסידישע מעשיות דווקא אמת! אין הכי נמי, כ'מיין מער צוזאגען, האט ר' שלמה זיי אליין אויסגעזויגען פין פינגער, אדער האבען זיי א מקור אין חסידישע קולטור.

דער מעשה מיט משה'לע דער גנב, גייט בערך אזוי, איינע פין חסידים פין בעש"ט איז געוועהן משה'לע דער גנב, ער פלעגט גנב'נן, און לויפען צום בעש"ט ער זאל אים בענטשען אז די פאליציי זאלען אים פארגעסען. וכך הוה.

לימים איז דער בעש"ט נסתלק געווארען, און משה'לע האט געראדע געמאכט א גרויסע גניבה, דרייסיג טויזענט רובעל, און איז געלאפען צום בעש"ט, האט מען אים געשיקט צום תולדות.

דער תולדות איז געוועהן א שארפער, און האט אים משלח געוועהן.

איז געגאנגען צום בעש"ט קבר, און געוויינט ביז ער איז איינגעשלאפען, בעש"ט איז געקומען אין חלום, און געהייסען גיין צום דגל.

אופס, דער גנב האט געדאווענט, יעדער וויל זיין א רבי פין צדיקים, דאס איז נישט א קונץ, אבער א רבי פין גנבים איז נאר געוועהן די, נאר די בעש"ט האט מסכים געוועהן צו זיין א רבי פין גנבים, אלזא פארוואס האסטו נישט איבערגעלאזט א ממלא מקום?

האט דער בעש"ט געשיקט צום דגל, און פאר א סימן האט ער אים געזאגט א שטיקעל תורה פין גן עדן, וועט דער דגל וויסען אז דער בעש"ט האט אים טאקע געשיקט.

דער דגל האט געווינטשען, און די פאליציי האבען פארגעסען.

אבער דא איז געשעהן עפעס ווינדערליך, וויבאלט דער משה'לע האט געהערט א שטיקעל תורה פין גן עדן, איז ער נתהפך געווארען לאיש אחר, און האט שפעטער ממלא מקום געוועהן דער דגל.

חסידים האבען באהאלטען זיין נאמען אויס בושה ווייל ער איז אמאהל געוועהן א גנב, און ר' שלמה זאגט אויך נישט וועלכע רבי ער איז שפעטער געווארען.

עד כאן

די מעשה פארמאגט גאר אסאך לימודים און טיפע געדאנקען, ווי אויך קשיות.

והעיקר, ווייסט איינער פין זעהן אדער הערען די מעשה דורך איינער פין די חסידישע צינורות?
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
ציבעלע-קיגל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1120
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
האט שוין געלייקט: 539 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל

שליחה דורך ציבעלע-קיגל »

וואס איז די גרויסע חידוש?

ווייז מיר היינט איין רבי וואס איז נישט א גנב
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...

דער אמת שטעכט!
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

שליחה דורך Kool man »

די סטארי לייגט זיך גארנישט אויפ'ן שכל, קוקענדיג אויף די מקור פון ווער ס'פארציילט די מעשה מאכט עס נאכמער סוספישעס..
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די קענסט ביטע מסביר זיין כאטש א חלק פון די פולע לימודים אין טיפע געדאנקען ?
די מעשה קוקט אויס ווי א פאסיג אן א הויזן..אן קיין שום בעיס אין אן קיין שום מקור
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

א. אז א מנהיג דארף ממנה זיין א ממלא מקום אזויווי אים.
ב. אויב נישט האט ער אן אחריות צו העלפען זיינע חסידים.
ג. יעדער וויל זיין א רבי פין צדיקים, דער בעש"ט האט מחדש געוועהן וכו', גיי זאג דאס פאר היינטיגע רעביס.
ד. דער בעש"ט האט מיט ועשה טוב פאזאטיוו מגלה געוועהן תורה פין גן עדן פאר איינער וואס איז נישט געוועהן ראוי בכלל, און האט אים אזוי אויפגעהויבען ער זאל זיין א הייליגער איד.
ה.דער חילוק אין הנהגה פין דער בעש"ט ביז דער תולדות

ועוד ועוד הפך בה והפך.בה

איינער וואס קען אנווייזען אז דער מעשה פארמאגט נישט קיין לימודים איז סתם א סאטמערע ליטוואק
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

לאמיר פרובירען צו זיין אביסעל קאנסטראקטיוו.
לאמיר ארויס נעמען אלפסי'ס בוך אפציילען וויפיל רבי'ס האבען געהאט 'משה' אלץ זייערע ערשטע נאמען.
וויפיל רבי'ס מיטן נאמען 'משה' זענען געוועהן בימי ה'דגל' ולאחריו, וואס זענען נאך געוועהן ביים בעל שם.
דער צדיק גדול 'משה' האט אוודאי געוואוינט אין איקראינה.

אוועק צו מאכען סיפורים איז זייער גרינג, בפרט אז מ'מאכט מיט דער האנט אז דער מקור איז ר' שלמה, מוז זיין אז דאס איז ערשט נישט ריכטיג. אבער די סיפורים וואס רבי שמואל יעקב קאהן דערציילט דאס זענען אוודאי געוויס מיט א פונקטליכקייט, וכן דער פארדרייטע מעשיות וואס ר' מיילעך בידערמאן שפייעט ארויס פון זיין מויל ווי ער מישט נעמען און דאטומ'ס, והרבה כמותו, וכיוצ"ב.

דא האט מען א מעשה וואס דארף נישט זיין צו שווער אויס צו רעכנען, לאמיר פראבירען...
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

עס קען אבער זיין דער גנב האט נישט געהייסען משה..
איך קלער אפשר ער האט געהייסען שלמה.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

פילע ענליכע מעשיות מיט די זעלבע סארט לימודים דרייען זיך זיכער אין דער חסידישער מסורה, אויב פונקט די מעשה מיט די נעמען און די פרטים איז געשעהן ווייס איך נישט, אבער די נקודה און לימודים איז זיכער מקובל ביי די חסידישע קולטור און מסורה.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

איך קלער אז שלמה'לע האט געניצט דעים נאמען משה א פיקטיווע נאמען, און אמת'ן אריין קען עס וועין זיין אז ער האט געהייסן יעקב יוסף
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

שווער צוזאגען אויף א מעשה וואס די דגל האט גוזר געווען אז ס'זאל נשתכח ווערן איז זיין גזר דין נישט מקויים געווארן בשלמות און קארלבאך האט זיך עס דערמאנט.
ווידער, צו זאגען אויף א מעשה וואס טויזענטע חסידים האבן מיט געהאלטען אז ס'איז ליגענט! דאס איז דאך א סתירה מיט ר' אביגדור מיללער'ס אמונה אין די מעמד הר סיני @ווארט זאגער @געוואלדיג @מרקד אתלת @כל כינויי המלך והנביא.
בכלל איז שווער, פארוואס האבן די חסידים באהאלטען עפעס וואס די פרקי דרבי אליעזר פארצייכענט אויף ריש לקיש

בלייבט נישט איבער נאר צו זאגען: אויב ס'איז נישט אמת גלייבען מיר באמונה שלימה אז ס'האט געקענט זיין אמת..
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

חסידים זענען א מוסטער פון פארדרייען אדער באהאלטן היסטוריה.
דער בלאזוב רבי שליט"א איז א זוהן פון רבי ישראל שפירא, נישט סתם איינער מיטן נאמען קאשיצקי.
גיי אריין קיין באבוב 48 שמועס מיט א הייניטיגע בחור'ל אדער א צוואנציג יעריגע אינגערמאן איבער רבי נפתלי צבי מבאבוב זצ"ל, דער היינטיגע בחור'ל און יונגערמאן וועט נאך אמאל זיין איינער פון די 'זקני החסידים' אדער 'משיירא דור הישן..."
סיגעיט רב האט אמאל פארקויפט אינשורענס אין זיך אדווערטייזט בריש גלי אין 'דער איד'?
דער בלאזוב רבי שליט"א וכן בעל עקבי אבירים מסאדיגורא זענען אמאל געגאנגען מיט בענדאון היטן, קיינמאל...
דער זעוויל'ער רבי זצ"ל פון רחוב שמואל הנביא איז געוועהן יארן לאנג א באצאלטע שרייבער פאר דער 'מודיע', וועט דאס דערמאנט ווערן אין זיינע 'תולדות'?
כמה וכמה דרשות פון בעל ברך משה מסאטמאר וועט קיינמאל נישט ווערן נתפרסם...
דער משפט פון בעלזא רב שליט"א ואמה של מלכות..., מונקאטש רב שליט"א עם אביו...

אבער אז איינער קומט אין ארבעט זיך ארויף נתעלה צו ווערן בקדושה של מעלה, דאס פארמעקט מען.
ווייל יעדע גרינע בעקטישע אדער סתם איינער וואס האט געקוקט אין שפיגעל לענגער ווי געווענטליך נאכען אויפשטיין צופרי אויף דער אנדערע זייט דערקלערט זיך אז אויך ער האט וואס מוסיף צו זיין לתועלת הרבים אוטומאטיש איז א 'קדוש מרחם אמו', און בוצין בוצין גלייך אלץ פינעף יעריגע אינגעל האט מען געקענט באמערקן אז...

גיוו מי עי ברעיק... זאל דער צאנז גריבוב'ער רבי האבען א אריכות ימים ושנים
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דולה ומשקה: נישט מיט א יעדן פרט פון וואס דו האסט דא אויסגערעכנט ביניך מסכים. אבער דו האסט א שטארקע נקודה מיט דעם וואס מ'טרייט צו באהאלטן די פריערדיגע זמנים און תקופות פון א סאך גרויסע רעבעס און מנהיגים, ווען זיי זענען נאכנישט געווען אזוי נתפרסם. למשל ס'איז דא געוויסע גרויסע גאונים וצדיקים ומנהיגי החסידות וואס ס'איז ידוע ומפורסם אז אלס קליין יונגל זענען זיי געווען זייער ווילד און ס'האט נישט אויסגעזעהן אז זיי וועלן אמאל קענען זיין מנהיגים ביי כלל ישראל. אבער אין א געוויסע תקופה. ביי א סאך איז עס געשעהן נאך די בר מצוה, און א טייל א ביסל שפעטער, ווען זיי האבן זיך דערכאפט און ארויפגעארבעט אויפ'ן לייטער פון מדרגות אין קדושה וטהרה און תורה.

לעומת זה איז דא א סאך מנהיגים ביי כלל ישראל וואס מ'וויל אונז איינרעדן אז אפילו ווען זיי זענען געווען בעיביס זענען זיי שוין געווען גרויס און הייליג... :lol: :roll:
פארשפארט