איך באקום א אישי א קאפי פינעם ארטיקל אין דער איד איבער די נייע פראיעקט און לעיקוואד, איך ליין עס דורך, מיין מוח הייבט אן ווערן איבער גענימען פון געוויסע געפילן, קודם הייב איך אן צי טראכטן, איז דאס וואס מיר האבן געווארט, איז דעיס די סעלושן צים פראבלעים, דערנאך טראכט איך גייט זיך דאס אויסארבייטן, גייען זיי צווישן די טראפן אדער זענען זיי אלל אין, איך וועל דא אביסל איבער שמיסן מיינע געפילן צים פראיעקט וואס זענען מיר אריבער.
גריידע האלט איך פונעם פראיעקט, איך האלט פערזעינליך אז עס איז דא די טייג וואס צי קנעיטן, עס איז דא דארט די קוואליטי פאר אינז היימישע אידן זאלן דארט קענען און וועלן גיין, ווייל זיי זענען גערעכט מיט די פוינט אז עס איז שוין דארט א שטאט מיט אלע אידישע געברויכן, מען ברויך נישט אנהויבן ביי בראשית ברא, מען דארף נאר קענען עפארדן די דירה, און אלעס ארים פאלט אין פלאץ.
אבער דאס בליט קומט מיר אין קאפ אריין, מיר ליינער און שרייבער, קענען און זענען נישט בכוח אפציליינען די ארטיקל אן דורך זעין די האעך אויפן גלאז, וויפיל שקר און חניפה מיזן זיי זאגן און פראקטעצירן, מיינענדיג אז אזוי וועט עס ארבייטן, די וועיג וואס איר טיט איז שוין אויסגעטרעיטן געווארן דורך די פילע פראיעקט וואס פארמאגן נישט מער ווי א מציבת אבן און די היסטאריע פון כלל ישראל, יארן ארים וועט דער ראוובן און יענע דור ארויפברעינגן און זיך אפווינדערען פארוואס האט עס נישט געארבייט.
רול נומער איינס, הער אויף צי חנדלען סאטמער, די סאטמער שיף איז שוין לאנג נישט דא, עס איז מער נישט קיל ווען מען זאגט אז די וואס ארבייטן אויפן פראיעקס זענען אויסגעהאלטן מיט די שיט'ה, און נעמען בשום אויפן נישט קיין געלט פון די מדינה, פארוואס פארנעמען זיי זיך מיט די איבל, בויסט א פראיעקט וואס איז ביליג, און איז מסכים צי פארקויפן פאר רבינו תם'ס און שבח יקריגעדילה סארט אידן, דאס איז וואס מיר מיזן וויסן, אלעס חוץ דעיס איז איבריג, עס אינטערעסירט מיר נישט וואס פאר א מצב ער זיכט צי לינדערען, זיי מיר נישט מסביר וואס פאר א שווערע מצב איך בין, די בהמה'אישע מארקעטינג וואס די פאלטשקייט לאזט א געשטאנק (קרעדיט ק"ש), איך ווייס גאנץ גיט אז זיי אינטערעסירט נאר איין זאך, קום ארויס קויפ א דירה, און מאכן ווי מער געלט, דעץ אלל, וואס איז די באדייט ווען מען זאגט הינדערט מאל און איין ארטיקל וויפיל מאל דער רבי האט אויסגעצויגן א שמייכל אויפ זיין געזיכט, וועים רעדן זיי איין אז דער רבי ווען בריט אויפן זין גיבט א שוה פריצה פאר מיר, ער מיט זיינע קינדער און אייניקלעך זענען אויסשטאפירט מיט הערליכע דירות אינעם הארץ פון וויליאמסבורג, זיי מיטשענען זיך ווי צי לייגען זייער חתן כלה, זייער מיטשע איז נאר ווי קען איך קויפן נאך א פראפערטי פאר נאך א שיל פאר עפעס א צאצאי צאצאינו, מיר וועלן זוכה זיין צים זכות זיי צי געיבן מעמדות.
רול נומער צוויי, מיר אלע מיטשענען זיך דא, נישט נאר תלמידי חסידי סאטמער, דער איד איז דאך דער וואס פארטרעיט נאר העלפט סאטמער, די אנדערע העלפט איז דאך בכלל נישט דא, זיי עקזעסטירן בכלל נישט, זייערע חתן וכלה לעיבן מיט גילה רינה דיצה וחדוה, זיי האבן אלע דירות, זענט איר פאריקט, ווייסט איר נישט אז א זאלי וויל נישט וואוינען מיט נאר א זאלי, ווייסט איר נישט אז די זאלי'ס האבן בלומענבורג, ווי דער רבי שליט"א האט דאך געגעיבן א אויספירליכע באריכט ביים פאריעריגן כ"א כסליו דרשה, אה עס איז גארנישט געווארן דערפון פארוואס, ווייל עס האט דאך געברויכט הייסן קהל ייטב לב, לע"נ דער הייליגער זיידע, דאן פארוואס לערנט איר דערפון גארנישט אפ, אז אמעריקע קען אויך נישט גיין אליין'ס און מלחמה, מען דארף נעמען עמון מיט מואב און שלום מאכן לשעה, און דאן וועלן זיי זיך בויען דארט אויפן חשבון פון א שיינע מחלוקה.
רול נומער דריי, ווען דער רבי שליט"א וויל דווקא א שטעיטל פאר זיינע חסידים, דאן ברויך ער טיען עטוואס מער ווי געיבן זיין ברכת קדשעניא, ער ברויך זיך אריין לייגן ראשו ורבו דערין, אהין גיין באווייזן זיין געזיכט, לייגן א גרינד שטיין, אינוויסטירן עטליכע פון זיינע מיליאנען, איך קיק עס אן מיט א בייזע בליק, אז ער גיבט זיין אקעי און דערמיט איז דער עולם העפי, ער קען ניטאמאל טיען אזויפיל פאר זיינע סוסים ורוכבו'ס, זאל ער כאטש אהין רייסן פאר שבת און מאכן דארט א שאטער הענקי, ליידענען דעים עולם זאל מיט אים גיין קיקן די דירות, זאל ער קויפן דארט צעין דירות, דאן וועלן מיר וויסן אז דער רבי שליט"א איז אין, ומי ראה אלי יוצא ולא יוצא, ער שטייט אינדע זייט, געט א קארגע ברכה נאך פילע הפצרות, און קרעדיט וועט ער נעמען מלוא חפניים ווען עס גייט זיך אויסארבייטן, דעיס איז נישט שיין.
אויך דארף אינטערגעשטראכן ווערן, אז ווען איר רעדט פון משפחות מוז מען נישט אינטערשטראכן אז משפחות מיינט מסלטער ומשמפעין פון די וויליאמסבורגער משפחות, נאר אלע וואס זיכען דירות גייט אריין בגדר משפחה ומשפחה.
קרית סאטמער לעיקוואד זענען מיר גרייט?
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
קרית סאטמער לעיקוואד זענען מיר גרייט?
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5