יוצר קרישקעלעך, על דא ועל הא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
יוצר קרישקעלעך, על דא ועל הא
די רעדע איז איבער דעם יוצר וואס ווערט יא צו נישט געזאגט דורכאויס אידישע ימים טובים, אדער אין געוויסע שבתים ווען ערליכע אידן שטייען על המשמר, אז ס'זאל נתעלה ווערן די ניצוצות נישט בלויז פון דעם איינעם לאקשן קוגל - - וועלכער איז כידוע הלכה למשה מסיני - - נאר מ'זאל זיך לאזן קאסטן אפילו אויף אזאנע קוגלען, וואס סתם עמך אידן באטראכטן ווי בלויז נאך א מאכל אויפ'ן טיש.
נער הייתי, און אודה ולא אבוש, כ'האב צוריק דאן געזען דעם גאנצן מושג פון יוצרות, ווי נאך א פליגל פונעם מלאך הממונה אויף דעם ואפילו בהסתרה: א נערווען קריכער און לאנגווייליגער צייט פרעסער, וועלכער שפייזט זיך מיט אידישע ריטואלן. ס'טייטש צו די אנדערע חלקים פונעם גלות-לאנגען דאווענען, האב איך כמובן יא געהאט דאס געדולד (לאמיר דאס לאזן אזוי); ס'איז בלויז געווען דעם מאדנעם יוצר וועמען כ'האב באשולדיגט אין זיין א מיסיאנער פונעם "כולו לה'" לאגער - - א באנדיט וועלכער איז דא על דעת איבערצורעדן תמימות'דיגע שעות פונעם טאג, זיי זאלן זיך אנשליסן אין זיין פראקציע.
את חטאי אני מזכיר היום, כ'האב ליידער געזען מיין ארימען זעל, אין זיין איינשטימיג מיט דעם שטן, און די פילע אומות העולם רח"ל. מיט אזא קאארדינירטער ארמיי, האבן מיר באוויזן זיך צו דערשלאגן אזש ביז צו דער מזרח-וואנט, און געשטעלט די מיליאן דאללער פראגע צו די חכמי חרשים, אדער בעסער געזאגט נבוני לחשים: "מה מצוה הזאת, ומה טעם יש בה". וואס איז פשט פון דער אומפארשטענדליכער און ענדלאזער זאגעריי.
א חלק פון די שלוחי דרחמנא, האבן פראבירט קלארצושטעלן, אז זיי ווייסן אויך נישט פונקטליך וואס, און פארוואס זיי טוען נאכאנאנד מירמלען די מירמעלאציע הגדולה. מ'זאגט, מ'גולמ'ט, מ'כיפערט און מ'דרימלט, אלץ מיט דעם איינעם ציל פון ענדיגן. פארט אבער, וועלן זיי ווייטער פארזעצן צו פראקטיצירן דעם אומפארשטענדליכן מנהג בכל תוקף, און דאס, משום "חוקה היא, ואין להרהר אחריה". דעם הסבר כשלעצמו, איז ממש געווען קולע אל השערה - - ספעציעל אז מ'פראבירט צו קוקן פון דער זעלבער ברייטער פערספעקטיוו, וועלכע די דאזיגע גאוני עולם פארמאגן צו אלץ און אלעמען. הלכה למעשה אבער, האב איך געפינען דעם ענטפער אין זיין קנאפ בייהילפיג. נו וואס זאל איך טאן אז איך בין נאכנישט אויף זייער מדריגה?
דאס רוב מאידך גיסא, האט געהערט מיינע כפירה רייד, אבער האבן זיך באלד פארטייבט די אזוי-אויך טלית-איבערגעדעקטע אויערן. דאס איז שוין לכאורה געווען משום "שאני מינות דמשכי", און פשוט נישט יעדער ציווילער שם-אפשטאמיגער, קען זיך זעלבסט זען האבן אזא ראפאנירטן מח, ווי די יעניגע שארפזיניגע גוט-זאגערס אין דער "דע מה שתשיב" מעלות-רובריק. איי ס'פרעגט דא א קינד א תם "מה זאת", ער וויל וויסן, ער וויל אויך. אבער ניין, "ס'שמעקט" דאך ווי דעם רשע'ס "מה העבודה הזה לכם".
"ר' איד! הערט אים נאר אויס איין מינוט, איידער איר גרייט זיך מקיים צו זיין די מצוות עשה דאורייתא פון הקהה את שיניו. ער וויל דאך 'לכם ואף לו,' ער וויל דווקא נישט זיין דער יוצא מן הכלל."
"איך קען די חברה נישט פון היינט. איך דריי זיך שוין אויף דער וועלט ב"ה לאנג גענוג, צו וויסן אז פון אזא איינעם לויפט מען אוועק ווי פון פייער. שוין גארנישט אזא תם; שטעלט א פנים ווי א תם, און שטויסט ווי א מועד. ער איז אן אויבער-חכם, ער וויל וויסן, ער פרעגט, ס'איז אים נישט גוט אזוי ווי זיין טאטע און זיידע האבן זיך געפירט, ער מוז 'פארשטיין'. ווילסט טאקע דווקא הערן? 'יוצרות איז געשריבן מיט רוח הקודש, און מ'זאגט דאס ווייל דיין טאטע האט אזוי געזאגט.' " - עד כאן אומרים בפיקחות הגדול.
אלס קינד פלעגט מיך דאס שטארק באנג טאן, און דא דארט איז פאר מיר געלונגען צו שעפן סיפוק, דורך אקצעלערירן א ווילדן און הילכיגן אש-אש-אש-אש-אש גאלאפ. פאנטאזיעס ווי איך טרייב א שנעל-לויפנדן אויטא איבער א סוספענשאן-בריק, האט געשאפט דעם שוואוילטאג אן אפציעלן ריטאם, און ערשט דאן האב איך געארבעט שווער צו איבערצייגן מיין סקעפטישן ארום, דאס אז כ'האב אין פאקט יא ארויסגעזאגט יעדעס ווארט.
אלס בחור אבער, האב איך שוין געוואגט צו איבערהיפן די יוצרות, מיט א פרעכן קרירות. געפינען האב איך מיך דאן אין א מצב, וואו מ'איז ווי מ'זאגט "קאמפליטלי צואה-לאז." א דעמן, פון סיי וועלכער מאס, האט מען פון מיר בשום אופן געקענט קריגן, אפגעזען פאר וועמען, אדער וואס ס'האט נאר געבעטן. תחנונים האבן נישט געהאלפן, ווי חנופה צוגלייך. פיש ביי דער סעודה המפסקת האב איך מ'שטיינס געגעסן אן שפירן אפילו א צל פון גילט, און צו כרפס האב איך אראפגעשטעלט מיין אייגענעם שיעור כזית - - א פענדל פון אנארכיע האט ווי געפלאטערט פון העכער מיין קעפל, מיט עזות און שטאלץ.
ויגדל הנער, און ברוך ה' שלא עזב חסדו מאיתי, כ'האב טועם געווען דעם געשמאקן טעם פונעם עץ הדעת. טאקע שפעט, אבער בעסער שפעט ווי קיינמאל. לחץ איז לאו דווקא וואס גיין אין בית מדרש טוט באדייטן, און די צייט איז שוין נישט דער זעלבער שונא, ווי פון דעם אמאל. נעווערדעלעס, די מצווה פון קוגל פרעסעריי, בין איך ווייטער מקיים בכל פרטיה ודקדוקיה - - גענוי ווי איך בין מהדר ביי אלע אנדערע מצוות התלויות באכילה. יעצט אבער, איז דאס שוין מער נישט כגוף בלי נשמה, און כ'הייב שוין אן שפירן די סודות נשגבות וואס באהאלטן זיך אונטער דעם שלייער פון עולם הזה.
אבער דא עקא, מ'קען אן אלטן בער נישט לערנען טאנצן. נישט ממש, כ'גיב מיך באכאשעם אן עצה. טייטש און פשט גייען בדרך כלל אריבער בשלום תחת השבט, מיט יעדן צענטער, וואס הייבט אריין דעם שמיץ.
מאכט זיך אמאל אבער א ווארט, א שורה, א פאראגראף, און צומאל א גאנצע שטיקל, וואס דארף מער ביאור, כדי ס'זאל זיך גליטשן געשמירט.
כולנו בני איש אחד אנחנו, מיר אלע האבן זיך געהאדעוועט אין דעם זעלבן סיסטעם. אן אידילאגיע וועלכע פארמאגט גרויס רחבות ווען ס'קומט צו צמצום; פארשפרייט איגנאראנץ דורך פארוואנדלען אלצדינג אין א חוקה, און וועט ארבעטן צו גלאריפיצירן דעם שוטה דורך אונטערדריקן פארשטאנד. איז כדאי צו מייחד זיין א ווינקל דא, וואו ס'זאל קענען אויסגעשמועסט ווערן ציטאטן, קרישקעלעך, שאלות ותשובות, הערות והארות איבער יוצרות, להודות ולהלל פני שוכן מעונים. דערווייל האב איך נישט געטראפן דא אזא אשכול; אדרבה, אויב איז שוין פארהאן אן אשכול, זאל מען מיר עמיצער ביטע אנצייגן, ולמצוה גדולה ייחשב.
משום ואל תיטוש, וועל איך אנהייבן מיט א מילתא דבדיחותא, איידער מיר הייבן אן לערנען. ביי יוצר אור, זאגט מען ביי אונז חסידים נאר "אור עולם באוצר חיים". דערמיט ווילן מיר מאניפעסטירן, דאס אז מיר ברויכן זיך רעכענען, נישט מיט דעם שולחן ערוך, און נישט מיט מסורה. ואם אינו ענין ליוצר, תנהו לענין אחר.

- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
קוק אין טור אורח חיים סי' ס"ח, שרייבט ער צום סוף: "טוב ויפה הדבר לבטלה למי שאפשר, כי היא סיבה להפסיק בשיחה בטילה בדברי הבאי."
אבער דער דרכי משה ברענגט דארטן אז "מהרי"ל היה נזהר לומר קרוב"ץ, והיה כועס על הבחורים שהיו לומדים בבית הכנסת בשעה שאמרו הצבור קרוב"ץ והם לא שמו לבם אל הקרוב"ץ לומר אותם."
עס איז נישט קלאר אויב דער מהרי"ל האט געבאדערט אז זיי זאגן נישט קרוב"ץ אדער אז זיי זענען עוסק בתורה (בהרהור) אין א בית הכנסת שמיוחד לתפילה.
אה, ווי נעמט מען היינט דער מהרי"ל'ס בחורים, עוסקים בתורה בשעת קרוב"ץ...

(- - -)
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
יעצט געליינט גרונטלעך, יואב. אין קורצערע ווערטער, אן דער גאנצע יוצר וואס דו האסט דא מחבר געוועהן, בעטסטו פשוט אויסשמועסן פשט אין פארשידענע שווערע יוצרות, ווי אויך מאי טעמא התקינו לומר יוצר.
על ראשון ראשון, [tag]ארכיוויסט[/tag] האט שוין כמה פעמים מעלה געוועהן יוצרות מיט אידיש טייטשט, וממנו תדרשנו ואצלו תמצאנו.
ועל אחרון אחרון, שמעתי פעם מראש ישיבה שלי, אז יוצר פארשטייט זיך בעסער נאר נאכדעם וואס מען האט ממלא כרס געוועהן בש"ס ובפוסקים. אני ווייל די יוצרות טוהן אלודירן צו דרשות וסוגיות חז"ל אויף א קונצליכע וועג אין קורצע ווערטער. אני ביי יוצר לשבת הגדול איז עס אנמערקבאר באופן גלוי, אבער לדעתו איז עס אזוי מיט אלע יוצרות.

- אחד העם
- ידיד ותיק
- הודעות: 697
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
- האט שוין געלייקט: 594 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל
בש"ס ופוסקים ווייס איך נישט צו מען דארף זיך דאס בייכל אנפילען, אפשר ווייל ער איז א ראש ישיבה האט אלעס ביי אים עפעס א הלכהישער באדייט, אבער לכאורה דארפען מען קענען מער סגנון מליצה ושירה פון די ראשונים, זיך אביסעל אנזאפען מיט פיוט ושיר, און פארשטייט זיך האבען א שטיקל מושג און יהדות און אלוקית צו קענען פארשטיין וואס עס האט געברענט און דעם פייטן בשעת'ן שרייבען דעם פיוט, פילעזאפיע דארף מען אויך האבען א שטיקל פיס צו דעגרונטעווען דעם פייטן ווען ער רעדט פון גאט און געטליכקייט, זאג פאר דיין ראשעשיבע אז ווען ער זאגט יוצר זאל ער זיך אויסטוהן דעם פראק, און ער זאל בייטען זיינע ברילען פון גמרא ברילען צו אנדערע...
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
פישל'ע העררינג האט געשריבן:יעצט געליינט גרונטלעך, יואב. אין קורצערע ווערטער, אן דער גאנצע יוצר וואס דו האסט דא מחבר געוועהן, בעטסטו פשוט אויסשמועסן פשט אין פארשידענע שווערע יוצרות, ווי אויך מאי טעמא התקינו לומר יוצר.
על ראשון ראשון, [tag]ארכיוויסט[/tag] האט שוין כמה פעמים מעלה געוועהן יוצרות מיט אידיש טייטשט, וממנו תדרשנו ואצלו תמצאנו.
ועל אחרון אחרון, שמעתי פעם מראש ישיבה שלי, אז יוצר פארשטייט זיך בעסער נאר נאכדעם וואס מען האט ממלא כרס געוועהן בש"ס ובפוסקים. אני ווייל די יוצרות טוהן אלודירן צו דרשות וסוגיות חז"ל אויף א קונצליכע וועג אין קורצע ווערטער. אני ביי יוצר לשבת הגדול איז עס אנמערקבאר באופן גלוי, אבער לדעתו איז עס אזוי מיט אלע יוצרות.
אויב קענסטו געבן לינקס צו שרייב-ווערק פון ארכעוויסט, וואלט איך שטארק הנאה געהאט.
פאר טייטש אליינס, איז דאך פארהאן מטה לוי, יסוד מלכות און המפורש.( אדרבה, ווייסט איינער מער?)
איך מיין מער אין אלגעמיין. הגהות והארות, פירכות סתירות, וכדו'. אדער אויב איינער וויל יא פרעגן טייטש, איך וויל דאך ס'זאל זיין אן אשכול לכל המבקשים.
זינט כ'האב אנגעהויבן לערנען נ"ך בעיון, זענען פאר מיר א סך זאכן איבער יוצר קלארער געווארן - - יוצר דערמאנט מיך נ"ך, און נ"ך דערמאנט מיך יוצר.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
להתוודע ולהגלות!
ארגינעל האב איך פאר דעם דאזיגן ארטיקל געשטעלט א קעפל "יוצר זה שאנו אומרים - - על שום מה". געקלערט האב איך אז אזא קעפל קען זיין צוויידייטיג, אזוי אז ביידע חלקים פונעם ארטיקל זאלן זיך קענען שפירן באקוועם דערמיט.
אין דעם ערשטן טייל גיב איך דעם עולם צו פארשטיין וויאזוי כ'האב ליידער געקוקט אויף די יוצרות בשנות נעורי, ווי שלמה המלך זאגט שוין "ומודה ועוזב ירוחם." דערויף קומט דאס קעפל צו גיין, ועונה אמן.
"נו, טאקע זייער חשוב", טענה'ט מאטי, "אי משום הא אבער, זע איך נאך נישט פארוואס אזא ארטיקל באלאנגט אין תורה ומחשבה פאורעם."
דער אמת אז אבער אז תנא רישא לגלוי סיפא, ווי איך בין טאקע מסביר אינעם צווייטן חלק. מיין ציל איז געווען צו ווידמען א ווינקל וואו אלצדינג איבער יוצר זאל קענען ווערן אויסגעשמועסט. דערויף גייט דאס קעפל ווייטער אין שפאן מיט דעם תוכן; כלומר, אויף יענעם ספעציפישן יוצר פרעגט פלוני וואס איז פשט. ס'טייטש "יוצר זה שאנו אומרים, על שום מה."
למעשה ווי ס'שטעלט זיך ארויס האט דער עולם נישט נאר שלעכט אפגעטייטש דעם ציל פונעם אשכול, נאר ממש ארויסגענומען פונקט דאס פארקערטע. דאס האב איך געזען איבערהויפט אין אישי, אין דעם אשכול זעלבסט, און צום לעצט האט זיך דאס שוין אריבערגעגאסן צו אנדערע אשכולות.
מילא איז דאס קעפל פונעם אשכול אריבער א שינוי שם. די מאראל-לעקציע וועלכע איך נעם ארויס: קאמאנטיר נישט אויף אן אשכול וואס דו האסט נאך נישט געהעריג געליינט.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יואב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
לגבי דיין עיקר שאלה, יוצר איז טאקע אן הוספה, אבער אלעס איז, אנגעהויבען פין מודה אני ביז ... ביז נאך אדון עולם פין ק"ש שעל המטה ( איז נאך דא עפעס שפעטער? אוי כ'אב פארגעסען, עטיפא בקיטפא וכו').
די שאלה איז נאר ווען עס איז ניתוסף געווארען. איז אלזא זיי'זשע מסביר, פארוואס איז דיין חרון אף ארויס אויף יוצר דוקא?

א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
איחוד פעלד האט געשריבן:לגבי דיין עיקר שאלה, יוצר איז טאקע אן הוספה, אבער אלעס איז, אנגעהויבען פין מודה אני ביז ... ביז נאך אדון עולם פין ק"ש שעל המטה ( איז נאך דא עפעס שפעטער? אוי כ'אב פארגעסען, עטיפא בקיטפא וכו').
די שאלה איז נאר ווען עס איז ניתוסף געווארען. איז אלזא זיי'זשע מסביר, פארוואס איז דיין חרון אף ארויס אויף יוצר דוקא?
איחוד, איך זעלבסט האב נישט געקענט ארויסברענגען אין מיין לעצטער תגובה מיין נקודה, אזוי גוט ווי דו האסט תיכף באוויזן צו טאן. יישר כח באמת.
זייט מוחל, און לעזט מיין ארטיקל איידער דו נעמסט דיך צו מיין "עיקר" קשיא.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
אָה אָה, רבי, מיט צוויי פינגער, אדער נאר מיט די מיטעלע פינגער, כ'פארשטיי נישט, אָה אָה, כ'פארשטיי נישט.....
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
פישלע העררינג האט געשריבן:
אה, ווי נעמט מען היינט דער מהרי"ל'ס בחורים, עוסקים בתורה בשעת קרוב"ץ...
אז די רעדטס שוין פון די מהרי"ל'ס בחורים איז אינטערעסאנט צוצוברענגן אז די מהרי"ל האט זיך נוהג געווען נישט צו זאגן א שיעור תענית אסתר. ווייל זיי זאלן האבן צייט פאר זייער באשעפטינגן לכבוד פורים. אבער אויב תענית אסתר איז געפאלן מיטוואך.וואס דאן איז שושן פורים אויס געפאלן פרייטאג. האט ער יא געזאגט א שיעור תענית אסתר.ונמוקו עמו אז צוויי מאל א וואך פעלן א שיעור אין די בחורים וועלן זיך דרייען ליידיג דאס נישט !!