עס זשומעט מיר אין מח א מחשבה זרה וואס לאזט מיר נישט צורו איבער א געפערליכע שערוריע וואס גייט פאר בתוככי מחנינו והוא כדלהלן,
די בעסטע ביזנעס לעצטנס וואס איז מצליח און איז אויסדריקליך נישט געווארן אפעקטירט פון די רעסעסיע און אפשר גאר געשטיגן, איז טערעפי און אויסגאבעס מכל המינים ביידע אינדוסריעס האבן זיך פארמערט אן פארשפרייט חדשים לבקרים יעדן טאג ימין ושמאל תפרוצו, ווי שוואמען נאכן רעגן, ווי בחורים ביי א תיקון,
ואני עומד ותמה ווי אזוי האבן זיי אויסגעמיטן די ירידת הדור און נאך געשטיגן,
יגעתי ומצאתי תאמין, איך האב אנגעהויבן א ערנסטע אויספארשונג און דורך געליינט אלע אויסגעבעס מהחל ועד כלה והנה און נון העלתי בחכתי אזוי,
לאמיר אנכאפן א דוגמה, עס איז מאנטאג אינדערפרי איך שטיי אויף מיט התחדשות און חשק און איך שפאן צום ביהמ"ד בזריזות, ראשית דבר נעם איך אין די האנט די קול הציבור צו זעהן מה יום מיומיים וואס איז היינט אנדערש פון נעכטן, און מיינע אויגן טרעפן אן די ביטערע טרויעריגע נייעס אז גאנץ כלל ישראל טרויערט נאך די פטירה פון הגה"ק פוסק הדור משרידי הדורה הישן אשר ידע את יוסף, דער עמוד התוך פון כלל ישראל בכל מושבותיהם וגו' אבדק"ק שאראשפאטיק זצוקללה"ה,
נו איך בין דאך א מקפיד על קלה כבחמורה און דא שטיי איך שוין באלד כחום השמש ואנוכי לא ידעתי אז איך בין אין טיפען טרויער מעשטיינס צו זאגן ראיך בין דאך א חלק בלתי נפרד פון כלל ישראל, האב איך מיך אנגעגארטלט און גלייך אריין געפאלן למטה מעשרה טפחים אין א טיפן טרויער אזש תשעה באב אינדערפרי בין איך נישט אזוי כהמהג בחצר הקודש רוזשין.
שטיי איך אזוי אין מיין טיפען טרויער, און מיין לינקע אויג כאפט אויף דעם דבר יום ביומו, איך ווארף מיך ארויף אויף דעם ווי אויף חמץ ביים זמן מוצאי פסח, איך שפרייט איהם אויס מושכב כדרכו און איך גרייט מיך צו פארשטערקען מיין טרויער מיט א אנאליז איבערן גרויסן פארלוסט...
א.. וואו וואס ווען.. זיי מעלדן אז מיט גרויס שמחה און עקסטאז נעמט יהדות הגולה אויף די גוטע בשורה אז הרה"צ הגדול מרבן שמו, פה מפיק מרגליות, ממשיך המסורה הטהורה מדור דור, משיירי כנסת הגדולה, פון די ברכיים אשר לא כרעו לבעל, שליט"א נעתר לבקשתינו און וועט קומען אויף א בליץ באזוך פון אפאר געציילטע יאהר, פאר אן אפוינטמענט רופט דעם גבאי וכו',
דא בין איך שוין אין א פארלעגנהייט מה נאמר ומאנעוואבער איך ווער גאר געוואיר אז איך בין נישט קיין חלק פון יהדות הגולה דערמאן איך מיר גלייך אז ירא שמים יוצא ידי שניהם ומזה ומזה אל תנח ידך, איז גרויס טרויער ועסטאז משמשים בעורבוביא.
טריף איך מיך צומישט אין קאווע שטיבל וואו אנערליכער איד פורים ביי מנחה, און מיינע פוס טראגן מיר צו זייער באקאנטע שמו"ע ווינקל וואו עס ליגט זיך ווי א אומשולדיג שעפעלע דער געדאנק פון טאג, ווי פון זיך אליין ווי זיי ווייסן וואס צו ערווארטן מאכן מיינע שתי ידים אויף דעם גליון פון די יהדות הצרופה, און די העדליין שרייט צו מיר ווי מיט טיוזענט ווערטער, "גרויס שאק הערשט ביי יהדות ארה"ב" נאך וואס נידריגע וואנדאלן האבן זיך געוואגט צו ווארפן אן אתרוג הגזול געפלאנצט אין א שופר של משיח ארום געבינדען מיט כלאים אויף די מאטארקאדע פון כ"ק אדמו"ר משאקשוקע שליט"א,
יעצט ווייס איך שוין נישט מה למעלה ומה למטה עולם הפוך ראיתי, איך ווייס שוין נישט וואס דארף איך פילען איך באלאנג דאך צו די אויסדערוועלטע און צו די וואס האבן נאך די ריינע השקפה.
און דא קומען אריין די אלע מכונים און מדריכים און טערעפיסטן אין די פיקטשער מיט זייער איבערגעגעבענע סערוויס וועלן זיי דיר צופרידענשטעלן עד אשר אבוא אל אדוני שעירה אויסגעזעקלט און גרייט צו די נעקסטע סומאטוכע וואס וועט צושורעמען מיינע געפילן אויף אלע וועגן און נאך אפאר אידן וועלן מאכן אויף מיר פרנסה.
איז דאס דען נישט קיין קנוניא?
מי לה' אלי ולה' הישועה!!!!
קנוניא צווישן ביזנעס
- געוואלדיג
- חבר ותיק
- הודעות: 3930
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
- געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
- האט שוין געלייקט: 6582 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל
קנוניא צווישן ביזנעס
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...
-יין שרף-
-יין שרף-