פשט אין עד דלא ידע

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
[NAMELESS]

פשט אין עד דלא ידע

שליחה דורך [NAMELESS] »

איציק : איך בין שוין אזוי אנגעטרינקען, איך מיין אז איך האב שוין יוצא געווען דעם עד דלא ידע...

חצקעל : וואס מיינט דאס אז מ'דארף טרינקען ביז "עד דלא ידע" ?

איציק : ביז ער ווייסט נישט.

חאצקעל : ביז ווער ווייסט נישט ?

איציק :ווענדט זיך ווער ס'טרינקט.

חאצקעל :למשל,אויב די טרינקסט ?
איך
איציק : איך ווייס נישט !

חאצקעל : וואס ווייסטו נישט ?

איציק : וואס פאלט דיר איין אז איך ווייס נישט ? !

חאצקעל : די ווייסט יא אדער נישט ?

איציק : נישט !

חאצקעל : וואס ווייסטו נישט ?

איציק : א חילוק צווישן מרדכי מיט המן.

חאצקעל : ווי קומט דאס אריין ?

איציק : איך האב דיר געזאגט וואס איך ווייס נישט.

חאצקעל : איך האב געמיינט אז די ווייסט נישט ?

איציק : יא, טאקע, ווען איך טרינק ווייס איך נישט.

חאצקעל : וואס ווייסטו נישט ?

איציק : א חילוק צווישן מרדכי מיט המן.

חאצקעל :און ווען די טרינקסט נישט ווייסטו יא ?

איציק : יא !

חאצקעל : וואס ?

איציק : א חילוק צווישן מרדכי מיט המן.

חאצקעל : אבער וואס מיינט עד דלא ידע ?

איציק : איך ווייס נישט !

חאצקעל : נו , וואס ענטפערסטו מיר המן מיט מרדכי ?

איציק : איך האב דיר גענטפערט וואס די האסט מיר געפרעגט. וואס דען, כ'זאל דיר נישט ענטפערן ?

חאצקעל : געדענקסט נאך וואס כ'האב דיר געפרעגט ?

איציק : יא !

חאצקעל : וואס האב איך דיר געפרעגט ?

איציק : וואס עס מיינט עד דלא ידע.

חאצקעל : וואס האסטו מיר גענטפערט ?

איציק : איך ווייס נישט !

חאצקעל : נו , וואס זאגסטו מיר אז די האסט מיר גענטפערט ?

איציק :ווייל איך האב דיר טאקע גענטפערט.

חאצקעל : וואס האסטו מיר גענטפערט ?

איציק : איך ווייס נישט.

חאצקעל : זאג נאר דו ווילסט מיר מאכן צונאר ?

איציק : איך ווייס נישט צי מען קען נאך.... וואס ווילסטו פון מיר ?!

חאצקעל : זאלסט מיר ענטפערן געהעריג .

איציק : כ'ענטפער דיר אזוי געהעריג ווי איך קען.

חאצקעל : וואס ענטפערסטו מיר ?

איציק : א חילוק צווישן מרדכי מיט המן.

חאצקעל : אבער דאס וואס איך האב דיר געפרעגט ווייסטו יא ?

איציק : יא !

חאצקעל : וואס ?

איציק : דאס וואס איך האב דיר יעצט גענטפערט.

חאצקעל : איך בין שוין אינגאנצן צומישט.

איציק : פארוואס ?

חאצקעל : ווייל איך פארשטיי נישט.

איציק : וואס ?

חאצקעל : וואס עס מיינט עד דלא ידע.

איציק : איך ווייס נישט.

חאצקעל : איך פארשטיי שוין, ווען די טרינקסט ווייסטו נישט.

איציק : יא ווייל איך בין אנגעטרינקען.

חאצקעל : אבער ווען די ביסט נישט אנגעטרינקען ווייסטו יא ?

איציק : יא.

חאצקעל : וואס ?

איציק : יעצט בין איך שוין צומישט.וואס ווילסטו יעצט וויסן ?

חאצקעל : וואס מיינט עד דלא ידע ?

איציק : איך כאפ שוין וואס עס באדערט דיר, לאמיר עס טוישן אויף דיר וועסטו עס פארשטיין: דו ווייסט נישט !

חאצקעל : וואס ווייס איך נישט ?

איציק : א חילוק צווישן מרדכי מיט המן.

חאצקעל : זיכער ווייס איך!

איציק : וואס ?

חאצקעל : המן איז געווען א גוי און מרדכי א איד.

איציק : יא, אבער ווען די ביסט אנגעטרינקען ווייסטו נישט.

חאצקעל : וואס האט דאס צוטון מיט עד דלא ידע ?

איציק : דאס מיינט עד דלא ידע.

חאצקעל : וואס ?

איציק : אז די ווייסט נישט.

חאצקעל : וואס ווייס איך נישט ?

איציק : א חילוק צווישן מרדכי מיט המן.

חאצקעל : איך האב דיר דאך יעצט געזאגט די חילוק ?

איציק :אבער ווען די ביסט אנגעטרינקען ווייסטו נישט.

חאצקעל : עפעס רעדן מיר זיך נישט צוזאם.

איציק : איך פארשטיי נישט וואס די פארשטייסט נישט, דו זאגסט זייער גוט.

חאצקעל : אנטשולדיגט, אבער די רעדטס נישט צום דבר, דו קוקסט מיר שוין אויס אנגעשאשקעט.

איציק : איך בין בכלל נישט אנגעטרינקען, דו האסט זייער גוט פארשטאנען.

חאצקעל : וואס האב איך פארשטאנען ?

איציק : וואס עס מיינט עד דלא ידע.

חאצקעל :אקעי. איך האב שוין נישט קיין כח מער, צוריק אנצוהייבן די גאנצע שמועס נאכאמאל.

איציק : איז נישט !!!

חאצקעל : אקעי. וועל איך מיר טרעפן א צווייטן. א נארמאלע מענטש.

פונדערווייטענס זעט ער בערל...בערל ! וואס מיינט עד דלא ידע ?

בערל : איך ווייס נישט !

חאצקעל : אה, פון דיר האב איך הנאה, דו ענטפערסט מיר גלייך פון די ערשטע מינוט אז די ווייסט נישט.

בערל : ניין, איך ווייס יא.

חאצקעל : וואס ווייסטו ?

בערל : וואס עס מיינט עד דלא ידע.

חאצקעל : נו, וואס ?

בערל : איך ווייס נישט !

חאצקעל : דו האסט אפשר דא א הסכם מיט איציק אינטער מיין רוקען ?

בערל : ניין איך ווייס ניטאמאל ווי ער דרייעט זיך אפילו !

חאצקעל : נו, סא פארוואס ענטפערסטו מיר נישט ?

בערל : איך האב דיר גענטפערט די ריכטיגע פשט.

חאצקעל : איך כאפ שוין, איך מיין אז איך בין אנגעטרינקען אין איך מיין אז יעדער איז אנגעטרינקען.

בערל : ווי אזוי ווייסטו טאקע וואס עס מיינט עד דלא ידע ?

חאצקעל : איך ווייס טאקע נישט.

בערל : נו, ווייסטו דאך יא די טייטש..

חאצקעל :פון וואס ?

בערל : פון עד דלא ידע.

חאצקעל : וואס ? איך ווייס נישט !!

בערל :יא, דו ווייסט זייער גוט.

חאצקעל : סא איך בין שוין אינגאנצן צומישט, ווייס איך יא אדער ווייס איך נישט????.....
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

זעלבע אײדיע?

שליחה דורך petergrifin »

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=kTcRRaXV-fg[/youtube]
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

או זה

שליחה דורך petergrifin »

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=CACQmiaU6CU[/youtube]
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

זייער שיין
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
פארשפארט