"למה רגשו יידן" - קטלא קניא אויף דעם "שושנים" פארמעסט

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

"למה רגשו יידן" - קטלא קניא אויף דעם "שושנים" פארמעסט

שליחה דורך לעיקוואד »

קטלא קניא האט געשריבן:אַז איר דרייט זיך אויפן ייִדישן וועב האָט איר אוודאי געהערט פונעם פאַרקער. אין קאַווע שטיבל האָט מען אויסגעגאָסן אַ טעפּל קאַווע אין דעם עולמס פרצוף און דער עולם האָט צוריקגעשפּיגן. קיין קריסטן זענען זיי דאָך נישט. שלום בערגער האָט געזאָגט אַז זייערע פּאָעזיע איז קיין פּאָעזיע נישט, מיט אשר יצר דיכטעריי קען מען זיך, זייט מיר מוחל, אונטערווישן און אַז 'ויבא גם הקוגל להתיצב' איז מאַכט אַ ברכה אָבער רופט אייך נישט צוליב דעם קיין ספרא רבאס.

איך וועל נישט אַריינשטעקן מיין קאָפּ צווישן אַזוינע ריזן. מה אנו מה חיינו? מיר זענען נישט ראוי צו זיין אַ גרויס־האַנטיקער בוכשטאַבּ אין אַ ליד פון אי אי קאָמינגס און כל־שכן נישט אַ גראַם אין אַ מאָדערנער ליד און ממילא ווער בין איך צו זאָגן מבינות אויף די אָ תחכמוניס. אַלחריזי אַליין וואָלט נישט געקענט ערפונדן חרוזים ווי "אויך די פוס געבן אַ קראַץ/ווען איך ליג אויפן מאַטראַץ". ווייטער די קריטיקער, דאָס איז דאָך אַ פלוגתא פון הלל ושמאי און פון די מלחמות פון שמואל הנגיד. אויף אַזוי פיל אַז מיר זען אַזוינע ריזן הייבן אויף די פּענעס שטיין מיר אין אַ זייט און קוועלן אַז עס גיסט זיך טינט נישט בלוט און אַז די געדערעם ווערן צופּלאַצט איז עס סך־הכּל פון אַפּאָר לכאורהדיקע אומגעלימפּערטע שורות.

נאָר וואָס דען? דער עולם וויינט ביטערע טרערן: הבה לי קאָנסטרוקטיווע קריטיק בעטן זיי. זיי קענען פאַרנעמען שאַרפע ווערטער און קרומען מיטן נאָז בתנאי אַז עס איז אַ סתירה לשם בנין. סתם איינצווואַרפן איז אפשר גוט אין 'ראָדני' אין דער 'קאַלטע און הייסע בור' ערב שבת נאָכן שקיעה, אָבער די האַקלע שותי קאַווע דאַרף מען באַהאַנדלן צאַרטיק ווי אַ מלמד ווען ער זאָגט עדות אויף די קינדער פּורים נאָכן טשעק.

צו אַ נישט משלנו קען זיך הערן דער מושג פון קאָנסטרוקטיוויע קריטיק ווי טרוקענע רעגן אָדער וואַרעמע שניי און פאַרדעם זענען זיי טאַקע נישט משלנו. מיר ווייסן אַז קריטיק צייגט מער אויפן קריטיקער ווי אויפן קריטיקירטער, אַזאַ בא ללמד ונמצא למד. אוסער דעם איז עס איינגעוויקלט מיט חששות פון הלבנת פני חברו, שפיכות דמים, לשון הרע און רכילות און וואָס איז אין דעם דען דער נוצן. איר ווילט מתקן זיין, געזונטערהייט, איז זאָגט וויאַזוי. און וויפל האָט איר שוין אַריינגעלייגט אייערע אייגענע פינגער אין קאַלט וואַסער אַז איר זאָלט קענען רעדן? אָבער סתם קריטיקירן לשם קריטיק, דאָס איז אַן עקלהאַפטיגער מדה און נישט וואָס אייניקלעך פון אברהם אבינו, רחמנים, ביישנים און גומלי חסדים באנוצן זיך דערמיט.

ממילא וועלן מיר טאַקע זיין קאָנסטרוקטיוו און אָנהייבן מיט געבן דער צבור דיכטערס אַ ציפּ אין בעקל. איר האָט משים געווען לילות כימים און מחדש געווען לידער און שירים און פּזמונים און חרוזים און פיוטים און יוצרות און קיין סילוק קומט זיך פאַר אייך דערפאַר נישט. ווי חלוקת הפרסים ביים סוף זמן קומט יעדן באַזונדער אַ קב הישר פון דעם לעצטן דרוק: דעם פאַר שמירת הזמנים, דעם פאַר התמדה, דעם פאַר פרעגן גוטע קשיות און דעם פאַר נישט שטערן. כל העדה כולם קדושים און דער לעצטער זאַך וואָס די מלומדי מכות פון מלמדים און מגידי שיעורים דאַרפן איז נאָך סאַרקאַזם און שטעך־ווערטלעך. אַ גרויסע גדולה שלום בערגער קען שרייבן, די קשיא וואָלט געווען ווען ער זאָל נישט קענען. אָבער אונז אַז מיר קענען באַוועגן אַ פּענע איז עס שוין פון די עשרה נסים שנעשו לאבותנו. מיר האָבן זיך איטליך אַליין אויסגעלערנט און לפום צערא אגרא.

דאָס איז פאַר די יחידים. פאַרן ציבור ווייטער, צו זאָגן אַז מיר פאַרשטיין נישט צו פּאָעזיע ווייל מיר לייענען נישט איז פשוט מוציא לעז צו זיין אויף אַ קהלה קדושה בישראל. וואָס הייסט? מיר שטיין אויף באַלד דריי וואָכן אַ יאָר אין די פאַרטאָגס שעות פּשוט צו זאָגן שטיקלעך פּאָעזיע נאָכאַנאַנד. מען שטייט אויף די פיס אַריינצוכאַפּן אַ גראַם נאָך גראַם, מען מאָלט אויס פּסוקים, מען קייט דורך מדרשים, מען שלינגט ווערטער שפּילן און האַרט פאַר תקיעת שופר אויף מוצאי יום הקדוש דערגרייכט מען צום דער תכלית השלימות פון גאַנץ מסכת פּאָעזיע מיט "יהי רצון מלפניך שומע קול בכיות\שתשים דמעותינו בנאדך להיות."

איי וועט איר מיר פרעגן אַז תשעה באב זאָגט מען אויך אָן אַ שיעור גראַמען און דעמאָלט זיצט מען אויף דער ערד און עס דערקענט זיך נישט אַז מיר ווערן אימפּאָנירט פון די חרוזים כאָטש יעדער פינפטער שורה איז עיני עיני יורדה מים. גאָר אַ גוטע קשיא. נאָר וואָס דען, תשעה באב ליינט מען אויך איכה און ירמיהו הנביא האָט נישט געקענט דער סוד פון קאָנסטרוקטיווע קריטיק. שטענדיק איז ער געווען פּעסימיסטיש און נעגאַטיוו און נישט אויפגעהערט צו קלאָגן און קוים האָט ער אַריינגעשטעקט איין השיבנו ה' אליך ונשובה איז חזרט מען עס איבער צוויי מאָל. ממילא איז צו פאַרשטיין אַז עס נישט דער סאָרט קריטיק וואָס מיר קענען אַזוי לייכט פאַרדייען.

איז לאָמיר צוריק גיין צו וווּ מיר האָבן געהאַלטן. אל גנת אגוז ירדתי און אַנשטאָט צו נישטערען פאַר אַ שושנה בין החוחים וועלן מיר אָנהייבן מיט אַ קיימא לן אַז כולם אהובים כולם ברורים און כולם מיט אַ טעם און אַ גראַם. די גראַמען מוזן אַלע האָבן הענט און פיס ווען יעדער איטליך איז פאַרפּאַסט מיט אַ משקל פון שתי ידות און אַ פּענטאַמעטער פון צען פיס? בלויז דאַרף מען אָנקומען מיט אַ חסידישן טעם אין מויל און דער טאַלענט און עילוישאַפט וואָס ליגט דאָ פאַרשטעקט וועט זיך באַלד צושפּרייטן ווי קטורת.

אָנצוקומען אָבער צום חסידישן טעם מוז מען פאַרשטיין מאין באת. דער חסיד איז געגאַנגן אין חדר וווּ דער נענסטער ער איז אָנגעקומען צו פּאָעזיע איז געווען אין פרשת תצוה ווען דער רבי האָט געלערנט, ועשית לאהרן ולבניו כָּכָה/ככל אשר צויתי אותָכָה. אַמאָל ווען ער האָט געזאָגט תהלים פאַרן דאַווענען האָט ער אפשר אויך באַמערקט, הסולח לכל עונכי/הרופא לכל תחלואיכי/הגואל משחת חייכי און באַלד איז אים איינגעפאַלן אַז דוד המלך האָט אויך נישט געקענט דעם חסידישן טעם. ווייל ווען יאָ וואָס געט ער זיך אַ האַק אָפּ מיט המעטרכי חסד ורחמים? נער איינער, כדי צו גראַמען האָסטו גדאַרפט שרייבן חסד ורחמים המעטרכי.

דו נישט דען ווייסט
אַז אויב אַ בדחן דו הייסט
ביי גראַמען די ווערטער מען מוז פאַרדרייען
ווייל ביי ותשבחות שירות מוקדם ומאוחר אין?
ווען צו פּאָעזיע דיין גאַרטל ווילסטו זיין מְשַנֵס
צום ערשט די ווערטער מוזטו טון מְאַנֵס
צו שניצלער מכאלס סי דיס דו נישט געהערט האָסט?
איז ר' דוד המלך וויפל וואָלט 'חסד ורחמים המעטרכי' שוין געקאָסט?
כדי דיין תהילים האָבן זאָל אַ ייִדישן טעם
איז תחלתו באונס וסופו בגראַם

דער קריטיק וואָס קומט איצט מחוץ למחנה און האָט נישט זוכה געווען צו אונזער שמאָגאַרסבאָרד פון טעמים מוז לכל הפחות נעמען אין באַטראַכט אונזער האַנדיקאַפּס וואָס אפילו הערן בדחנים ביי פיפצן שוועסטערקינדערס חתונה ביז פיר פאַרטאָגס קען נישט אויסהיילן. ממילא סיי דער וואָס שרייבט פּערלווערטער ווי 'אויפן טרעין\געזען' און סיי דער פאַרפּאַסער פון 'צום סוף בין איך אַזוי פּיסט־אָף' און אוודאי די וואָס שרייבן יוצרות ווי 'כ"ד שעות העונה\והוא בן אשה זונה' דאַרף מען נאָך זיי אלע גלייך זאָגן, ובכן לך תעלה קדושה.

ווי די קריטיקער פונעם קריטיק האָבן שוין מבאר געווען באריכות, צו קריטיקירן חסידישער פּאָעזיע קען מען נאָר אַז מען איז אַליין אַ חסיד. און דאָס שטעלט זיך נישט אָפּ ביי פּאָעזיע. פאַרגלייך נישט אונזער מייסטער קיבאָרד חתונה מוזיק שפּילערס צו אַן אָרקעסטער ווייל חסידישער מוזיק האָט זיך איר סיסטעם פון שפּילן. אונזערע בעלי דרשנים זענען נאָך אַזוי טאַלאַנטירט ווי אָבאַמאַ און רייגן צוזאַמען נאָר אונזערע טעם איז גפרית ומלח. טשולנט און שניצל זענען אויך נאָך אַזוי גוט ווי דער בעסטער קוזין פון פראַנקרייך אָדער טיילאַנד, מים חיים פּאַקט איין קאָויקע קאָוילע, דער דזיקעווער לכה דודי איז שענער ווי א באַך קאַנטאַטאַ, אונזערע מרדכי און אסתר פאַרשטעלערייען האָבן זיך גאָרנישט צו שעמען פאַר די מאַרדי גאַרס און ריאָוי קאַרניוואַלן און דער באָבאָווער יוסף הצדיק שפּיל איז אַזוי גוט ווי שייקספּיר און לכל הפּחות ווי אַרטור מילער. און אַז איר האַלט אַנדערש, איז עס ווייל איר פאַרשטייט נישט צום חסידישן טעם פון לידער וואָס נעמט דער אצבע אלקים און שטעקט עס אַריין אין דער אויער און אין דער נאָז. 'אַסאַך גרינגער \ ווען מ'נוצט אַ פינגער.'

און אַזוי קומען מיר אָן אַז צו פאַרשטיין דעם טעם גן עדן פון "גרויסע סיינס פּאַרענטשעס הויכע שטאָקן\טויזענטער חסידים קיען און באָקן" מוז מען האָבן געגאַנגן אין חדר ביי די דריי אין אַ טלית, געוואָרן אַריינגעזינגן ביים בר־מצווה דרשה, געכאַפּט שיריים ביי די זעכצן און געזאָגט 'הרי את' ביי די אַכצן אַ האַלב. אַזויווי דעם טעם שבת וואָס אפילו דער רוימישער קיסר האָט עס נישט געקענט דערטאַפּן דאָס זעלבע מוז מען האָבן מיטגעמאַכט אונטערן רביס קאַנטשיק כדי צו פאַרשטיין אַז אין לידער מיט מער טרערן ווי ביי די אָסקאַרס ליגן מער טעמים ווי אין דער מן.

נאָר איין קליינער שוועריקייט האָב איך. אויב אַזוי אַז דאָס איז גאָר אַ חסידישן טעם הייסט עס אַז מען גייט דאָרט וווּ בלויז חסידים פאַרזאַמלען זיך וכל זר לא יקרב, ווי אין אַן אמתן קאַווע שטיבל אָדער אַ מקווה, ביים רבין אין וואַרט צימער, ביי שלש־סעודות נאָך בני היכלא און דאָרט ברענגט מען אַפיר דעם גן השושנים, דאָרט וועלן די חסידים זיך אַזוי פּאַסמאַקעווען אַז זיי וועלן מפסיק זיין פון די הערינג און לויפן אַריינכאַפּן "דרא דייסא ודירה," "שטות שיטא ושיטין" און "הלצה צהלה הצל." זיי זענען דאָך די אמתע חסידים און אַז זיי שפּירן נישט אין דער גן השושנים דער אור הגנוז וואָס איז דאָרט נגנז געוואָרן לצדיקים איז ווער יאָ?

נישט ממש, וועלן זאָגן די פאַרטיידיקע. וואָס זיי מיינען איז אַז דער מתיקות דערפון איז לויט די מושגים פון אונזערע גראַמן און בלויז לפי דעם איז עס מתוק מדבש. דאָס הייסט אַז אָנצוקומען צום אמתן טעם מוז מען געהערן צו א סובּקלאַס פון חסידים וואָס דער שטיבל איז זיי צו הייליג און איי וועלט צו פרום, אָבער מאידך צום פּאָסט מאָדערנע תוהו ובוהו זענען זיי נאָך נישט אָנגעקומען און זענען גענוג פרום אַז פרייע ווערסע איז זיי נאָך פריי. און אין יענעם בין־השמשותדיקע שטיבל וואָס איז נישט אַהין און נישט אַהער דאָרט דעת אלקים תמצא. דאָרט וועט איר שפּירן דעם פאַרגעניגן פון, 'וועש זי לייגט צוזאַם\אָדער זיצן דערויף סתם.'

*

אמר המשורר 'זכור קודם התירוצים' און לאָמיר שוין עפּעס טועם זיין די שושנים. אין אמתן געזאָגט איז דאָ פון זיי וואָס מען הערט אַ האַרץ אפילו אַז עס שרייט נישט אַרויס כאן צריך להוריד דמעות. דער באַלאַד מיטן אָנהייב "זיין נאָמען איז הערש לייב/ער ליבט גאָט מער ווי זיין ווייב" איז דירעקט און מאַכט זיך אויפזעצן באַלד ביים אָנהייב. אפילו דער בעל מחבר פון די אויבנדערמאַנטע 'פּיסט־אָף' פירט אויס מיט שורות וואָס זענען זיכער נישט ראוי לגניזה. נאָך זיין פרוי זאָגט זיך אָפּ פון דער 'מצווה' אויף ניטל נאַכט,

איך הער אַ 'ניין' מיט אַ פּנים אַ שטערנגן
זי וויל נישט נאָך אַ יוזל אויף דער וועלט ברענגן...
אוי חנוכה, אַ יום־טוב א געמיינע
ווייל אפילו מיין אייגן ווייב איז נישט מיינע.

דער 'שיר החסידים' פּאַסט שיין אַריין אין דער השכלה זאַנער און פון דער באַלאַד 'טב למיתב ארמלו' וואָלט מען געקענט מאַכן אַ מענטשלעכער קאַנטרי אַנד וועסטערן ליד. ווייטער, אַסאַך פון די לידער האָבן אַ פּאָטענציאַל אָבער פאַרטרענצלען דער געלעגנהייט. טשעכאָווס מימרא, דערצייל מיר נישט אַז די לבנה האָט געשיינט, ווייז מיר דער בלוטשקעטיקע לעכטיקייט אויף אַ צעבראָכענעם גלאָז, וואָלט מען געמעגט מער איינחזרן. אַז דו ווילסט אונז מיטנעמען אין 'סטארבאקס' מיט אַ חסידישן טעם איז דערצייל פון דער פחד פון די גרויסע פענצטערס מיט אַ טעפּל חלב עכו"ם (און אפשר אויך אַ מאָפין) ווי איידער 'געענדיקט טרונקן, כ'זע\כ'וואַרף אין מיסט\העוו עי נייס דעי\כ'שאָקל פּוסט.'

וועט איר פרעגן, אָבער דער קריטיק זאָגט דאָך פאָרט אַז זיי טויגן נישט, וועל איך פאַרענטפערן ווי אַ חסיד. עס האָט דאָך יעדער געוויס געהערט פון דעם בעל שמסקער פּאַסטיך וואָס מיט אָפּזאָגן דער אלף בית האָט ער מער אויפגעטון ווי די קדושי עליון מיט זייערע כוונות און כן הדבר הזה. עס ליגט דאָ פאַרשטיקט טאַלענט און דאָס אַז עס קען נישט געהעריק אַרויסקומען איז אַ חלק פונעם גלות. נישט נאָר 'און גאָט האָט געשוויגן,' נאָר אונז איז אויך שווער צו רעדן ווייל די קול ווערט דערשטיקט פון כליפּן אַזויפיל טרערן. און פאַרדעם טאַקע הזורעים בדמעה בגראַמען יקצורו.

טאָמער איז דאָס שוין עטוואָס צו נעגאַטיוו וועלן מיר צוריק דרייען. מיר דאַרפן זאָגן בקול רם און שטאָלץ. חסידישע סטאַנדאַרטן זענען די לידער וואָס מען דינגט פייטנים צו שרייבן אויף צו באַהעפטן צו דער כלהס מחזורים און צו דער צוקונפטיקער שווער און שוויגערס משלוח מנות און דער וואָס האָט נישט גענומען אַ שניר זאָל זיך האַלטן דער נאָז. איי עס איז פאַרעיפּושט, נו און אַ פלפול משלב צו זיין יע"ל קג"ם איז דען נישט סיי ייאוש און סיי שלא מדעת? נאָר דאָס איז דער חסידישער דרך. 'זיי מוותר\קל מסתתר' און קל מסתתר זינגט מען אויך דער זעלבער אַ פּאָר הונדערט יאָר.

הא גופא זענען די מעלות פון די יידישע קינדער. ביי אונז איז אשרי יושבי ביתך און מיר רירן זיך נישט. עס דאַכט זיך אַז מיר מאַכן ויסעו און ויחנו אָבער למעשה אין פערציק יאָר האָט מען געמאַכט אינגאַנצן מ"ב מסעות און סך הכל זיך גערירט אפשר הונדערט מייל. רביס זאָגן די זעלבע בחינות און ענינים ווי זייערע זיידעס און עלטער באַבעס, וואַרפן צאַם גימטריאות און ראשי תבות וואָס איז שוין פאַר הונדערט פופציק יאָר אויך געווען אויסגעדראָשן, דער וועלט איז מחדש חדשים, פליט צו דער לבנה, ערפינט היילונגן צו מחלות און וואַקצינירן צו ווירוסן, טעכנאָלאָגיע צובליט זיך אַז ניטאַמאָל חז"ל האָט זיך געקענט דאַכטן וואָס אפילו ביי קינדער איז היינט נישט קיין חידוש, און מיר קוועטשן ווייטער אויף אַ ר' עקיבא אייגער און אַ ר' חיים. פאַרשטייט זיך אַז ווען רבי עקיבא אייגר וואָלט געפרעגט און פאַרענטפערט קושיות ווי רבינו תם וואָלטן מיר געהאַט נישט אַ צווייטן רבינו תם און נישט אַ ר' עקיבא אייגר, און ר' חיים איז אויך נאָר געווען ר' חיים ווייל ער האָט מחדש געווען אָבער מיר האָבן אויך מחדשים. דער וואָס פאַרשטייט צום אמתן טעם שפּירט עס אין אַ נטעי גבריאל.

מיר בויען גראַנדיעזע געביידעס און דערנאָך צושלאָגט מען זיך וועלכע זין צי איידעם זאָל עס ירשנען אָבער אַז איר וועט צווייפלען איבער דער אַרכיטעקטור איז עס אויך ווייל איר פאַרשטייט נישט צום חסידישן טעם פון באַדע־צימער מאַרמור אין יעדער בית המדרש. און אַזוי איז ביי פּאָעזיע אויך. מיר פאַרשטיין צו גראַמען. אַז איר דינגט אייך איז פאַרשטייט איר נישט צו אונזער וועלט. ווייטער אונזער וועלט אַליין פּאַסמאַקעוועט זיך מיט קאָפּ און טאָפּ, פיש און טיש, קידוש און חידוש און אפרים מיט לחיים.

ובזה אגלה לך סוד כמוס וואָס דאָס איז דער סוד פון אונזער קיום און דאָס מיינט דער פסוק, כי לא תשכח מפי זרעו. פון אינדערפרי ביז ביי נאַכט זענען מיר פאַרטון מיט דאורייתאס און דרבננס, מנהגים און ענינים, שולחן ערוך און נושא כלים. יעדן ריר איז ביי אונז מיט אַ סימן און אַ סעיף און אַ סעיף קטן פון וויאַזוי זיך צובינדן די שיך ביז ווען זיך אויסצוטון די הויזן. ווען עס קומט אָבער למעשה ווייסן מיר אַז אַ שקיעה איז נישט אַ שקיעה טאָמער האַלט מען רבינו תמס זמן, לא תגנוב קען מען מיקל זיין בדיעבד, רציחה איז נישט כולי האי אַז דער רבי האָט עגמת נפש און דינא דמלכותא איז גוט פאַר וואַשינגטאָן הייטס. דער עיקר איז נאָר אַז דער היט איז צוגעפּאַסט און מען טיילט אַ שיינע נתינה ביים רעסעפּשן פאַר רבי ר' מיילכס אַן אייניקל. און אַז דער געלט איז סעקשן אייט צי אַנדערע חזירייען איז והוא רחום יכפר עוון און מתן בסתר יכפה אף.

און אַזוי איז אויך ביי די גראַמען. אינערווייניק דאָרט וווּ נאָר מיר קענען זען מעג מען פאַרגוואַלדיקן די שורות, מהפך זיי בקערה און איבערדרייען די יוצרות. און אַז עס טוט וויי דער אויער, נו און ווען מען מאַכט אַ שבע־ברכות זאַל אין דער שכנות איז דען יאָ באַטעמט? דער עיקר איז נאָר אַז אינדערויסן איז מען מקפיד על קוצו של גראַם. וועלכע שטראָז מיר האָבן גענומען אָנצוקומען צום גראַם און וויפל היתירים מיר האָבן דערצו געמאַכט איז נישט קיין חילוק. מיר זענען שולחן ערוך ייִדן און אַז אונזערע מסורה זאָגט גראַם לא נטה ממנו ימין ושמאל.

און דער וועלט מעג זיך טאַקע רירן ווייל וואָס האָבן מיר דען מיט אַ וועלט וואָס איש כל הישר בעיניו יעשה? דער וועלט רופט מאָלעריי אַ קאַטשקעריי וואָס אַ פינף יעריג קינד מאַכט אויפן שבת צעטל און מיר מאַכן הערלעכע בילדער פון אַ וואַסערפאַל מיט א לאָמפּ וואָס זעט אויס אַזוי עכט ווען עס הענגט פאַר נוי סוכה. איז זאָגט איר מיר וועלכער איז קונסטלעך און וועלכער קען אפילו אַ שיכור מאַכן נאָך ד' כוסות? דער וועלט האָט אויך משוגענע ביכער אָן אַ מעשה, אָן אַ בראשית ביים אָנהייב און אַ חזק חזק צום סוף בשעת ווען ביי אונז הייסט דערציילט דערציילט. הייבט זיך אָן מיט אַ מעשה שהיה און איז קאָנסטרוקטיוו מרישא ועד סיפא. די שונאי ישראל האָבן אַ מפלה, די צווייפלערס קומען צו צום אמת און ליהודים היתה אורה. און דער זעלבער ביי מוזיק. זאָל זיך שונבערג משוגע מאַכן מיט אום־טענער און מיילס דייוויס מיט זיינע בלאָזערייען אָבער מיר ווייסן אַז אונזערע אַריינזמענטס זענען ממש דער שיר שהלויים היו אומרים. און דער וואָס מיינט אַז ראַפּ הייסט געזינגן האָט זיך נאָך נישט דערקוויקט ביי כי השביע נפש שוקקה. דער עירוב פרשיות פון פּאָסט־מאַדערניזם איז נישט יידיש און איז אַ סימן ווי דער פסוק זאָגט ביים מבול, כי השחית כל בשר את דרכו. און פאַרדעם דער וואָס פאַרשטייט נישט דעם טעם און אַ ד' בבותדיקע ניגון זאָל נישט קריטיקירן חסידישער פּאָפּ.

און אַזוי אַרום קומען מיר צום אחרון אחרון חביב אָדער אפשר גאָר תחתון תחתון חביב. אייגנטלעך פון צווי תחתונס קען מען דאָך מאַכן איין תחתונים. מיר רעדן פאַרשטייט זיך פונעם אַכפּערונג צום בית הכסא און ווי די משנה וואָלט געקענט זאָגן, שואל מפני הרעי ומשיב מפני (בית) הכבוד.

צו זאָגן אַז דאָס איז אַ קונסט אַרבעט איז אַ בזיון ווייל דער באַרימטער גראַמער וואָרדסוואָרט האָט נישט אויפגעטון פאַר אַן עולם געלע נאַרציסן וואָס אונזער משורר בחסד עליון האָט מחדש געווען אינעם אָרעמען בית הכסא. פאַרשטייט זיך אַליין אַז צו זאָגן אַז דער בית הכבוד איז פאַרן 'חסיד זיין היים' איז אַ גוואַלדיקער קאָמפּלימענט און ווען נאָר שלום וואָלט דאָס אָבזערווירט ווי איידער צו זאָגן אַז זיי פאַרשטיין נישט צו פּאָעזיע וואָלט געווען שים שלום און שלום רב צוזאַמען באהבה ובאחווה וברעות.

דער וואָס כאַפּט נאָר אָן דאָס קונטרסל שפּירט באַלד דער ריח ניחוח און ער נישטערט און בלעטערט און מישט ביז ער קומט צום מקור. באַלד מאַכט ער שעשה לי נס און אַ שהחיינו אַז פון אַ גרף של רעי איז געוואָרן אַ בורא מיני בשמים. ווער רעדט נאָך די חכמה פון די שמות נרדפים ווי, 'און אונטער מיר שיטן זיך ווייטאָגן'. און ווען מען אַנאַלאַזירט דאָס טיפער זעט מען אַז דאָס איז נישט אַנדערש ווי אויפן משקל פון יתד ושני תנועות. ויתד תהיה לך על אזנך והיה כשבתך חוץ, און די שתי תנועות דאָס זענען די 'באַויעל מאָוומענטס' פון דעם יושב על הדף היומי און זינגט אנעים זמירות פון זיין פי הטבעת.

לאָמיר ענדיקן מיט אַן אייגנס. ומנותר קנקנים, פון דער שארית הפליטה פון די טעפּלעך קאַווע, נעשה נס לשושנים, וואָס בלויז די בני בינה קבעו שיר ורננים. ווייטער מיר וואָס בעטן נאָך ביי אתה חונן זאָגן, חשוף זרוע קדשך וקרב קץ הישועה.


http://katlekanye.blogspot.com/2015/03/blog-post.html
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

איך ווייס נישט פונקט וואס איז די מסקנה אבער ער שרייבט צוקער..
I have a dream
Martin Luther King ~
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

שליחה דורך פלאוויוס »

אזויפיל הומאר! אזא זאפטיגע שפראך. און דערצו איז עס גוט געזאגט.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

אילו לא עשו שושנים אלא בשביל למה רגשו יידן דיינו.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

זייער זיס, אבער נישט אלעס האב איך זוכה געווען צו פארשטיין. דאס למשל, איז קריטיק אדער פארקערט?

לעיקוואד בשם קטלא קניא האט געשריבן:און פון דער באַלאַד 'טב למיתב ארמלו' וואָלט מען געקענט מאַכן אַ מענטשלעכער קאַנטרי אַנד וועסטערן ליד
בן נריהו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 158
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 22, 2015 2:03 pm
האט שוין געלייקט: 297 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל

שליחה דורך בן נריהו »

מער ווי נאך א שושן - איז קטלא'ס ווערק נישט ווערד. איבער זיין קריטיק קען מען אויך - קריטיקירען און זיך ווערטלען.

דרייט מיט די צונג - זוכט אויס געקונצעלטע אויסדרוקען. וואס די בעלי השושנים האבן געטוהן זעלבסט - איז דאס נישט דען?
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

איך בין סתם אזוי נייגעריג, ווער איז קטלא קניא'ס קליענטעל אוו ווי גרויס איז זיין קליענטעל. אינדרויסן פונעם אידיש רעדנדער אינטערנעט באנוצער ווייסט מסתמא קיינער נישט פון אים. דערפון איז עס בלויז דער משכילישער קאווע שטיבל טיפ יונגערמאן וואס גלייכט עטוואס אינטעלעקטועלע נושאים, נישט סתם דער עולם גולם יונגערמאן. נו, פון וויפיל אידן רעדט מען, צען ניקים?!... כ'מיין צו זאגן וויפיל יידל און לעיקוואדס זענען דא?!
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

און צו דער אינגערמאן וואס פארקויפט בלומען ערב שבת מאכט געלט צו נישט ווייסטו יא?
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

קטלא קניא האט געשריבן:דוד המלך האָט אויך נישט געקענט דעם חסידישן טעם. ווייל ווען יאָ וואָס געט ער זיך אַ האַק אָפּ מיט המעטרכי חסד ורחמים? נער איינער, כדי צו גראַמען האָסטו גדאַרפט שרייבן חסד ורחמים המעטרכי.


קטלא קניא האט געשריבן:און אַז איר האַלט אַנדערש, איז עס ווייל איר פאַרשטייט נישט צום חסידישן טעם פון לידער וואָס נעמט דער אצבע אלקים און שטעקט עס אַריין אין דער אויער און אין דער נאָז. 'אַסאַך גרינגער \ ווען מ'נוצט אַ פינגער.'


קטלא קניא האט געשריבן:פאַרשטייט זיך אַז ווען רבי עקיבא אייגר וואָלט געפרעגט און פאַרענטפערט קושיות ווי רבינו תם וואָלטן מיר געהאַט נישט אַ צווייטן רבינו תם.. און נישט אַ ר' עקיבא אייגר וכו' אָבער מיר האָבן אויך מחדשים. דער וואָס פאַרשטייט צום אמתן טעם שפּירט עס אין אַ נטעי גבריאל...

קטלא קניא האט געשריבן:אפשר גאָר תחתון תחתון חביב. אייגנטלעך פון צווי תחתונס קען מען דאָך מאַכן איין תחתונים.

קטלא קניא האט געשריבן:און ווען מען אַנאַלאַזירט דאָס טיפער זעט מען אַז דאָס איז נישט אַנדערש ווי אויפן משקל פון יתד ושני תנועות. ויתד תהיה לך על אזנך והיה כשבתך חוץ, און די שתי תנועות דאָס זענען די 'באַויעל מאָוומענטס' פון דעם יושב על הדף היומי און זינגט אנעים זמירות פון זיין פי הטבעת.


:lol: :lol: :lol:
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

אבטולמוס האט געשריבן:קטלא - ווי אייביג - ריין גאלד. נאר ס'טוט מיר וויי אז ער האט גענצליך איגנארירט מיין "געזעץ פון שילוש". :(

קטלא האט געשריבן:"דרא דייסא ודירה," "שטות שיטא ושיטין" און "הלצה צהלה הצל.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

א'כלל וואס זאגט דער?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
בן נריהו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 158
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 22, 2015 2:03 pm
האט שוין געלייקט: 297 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל

שליחה דורך בן נריהו »

אנגעמערקט האט איינער, צו אויפגעפאסט האט מען? טויזענטער דיכט ווערטער אין שושנים עס זענען, אויסגעקליבען האט קטלא - "פוס קראץ / מאטראץ" און "בן אשה זונה".
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל

שליחה דורך גנדי »

סאיז מיר א כבוד און א יום טוב אז קטלא האט נישט געווארפן אין שמות באקס מיין פאזיע/שמאזיע.

איך בין שותה מיט דארשט א יעדן קטלא שטיקל פון ווען ער איז נאך געווען א בגילופין׳דיגער חסיד בעקבתא דמשיחא.

ברוך שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה!
You must be the change you want to see in the world
יחיאל יעקבזון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 146
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 10:10 am
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל

שליחה דורך יחיאל יעקבזון »

שלעכט אונזער קולטור אין דיינע אויגן איז
ביטע נישט טשעפע אונז אבער פליז
איבער אונזער טעם אין מוזיק וחרוז
אונזער ארט לייג נישט ללעג לקלס ולבוז

אז די מעשה מיט דיר איז טאקע אזוי
אז היימישע טעם איז ביי דיר אוי אוי אוי
גיי דיר און שעפ ׳חיות׳ ביי דער גוי
ווי ס׳פאסט זיך פאר אן אמעריקאנער בוי

מיינסטו דען אז ס׳איז טאקע אן עיכוב
אז כ׳וויל ענדערש דעם לך דודי פון דזשיקעוו
אדער דעם זמר׳ל געבראכט אונז פון ליקעוו
און דער ליד ביים חופה געזינגן בחצר סטריקעוו

א פערזאן א פארביסענע א בייזער
אלעס דיר קומט זיך ווי פאר׳ן קייזער
מוזיק בלויז פון אפערא הייזער
און נישט קארליבאכ׳ס האולי מייזער

אז דו טאקע ביסט אזא גרויסע ידען
ערנסט טראכטן זאלסטו פון גיין זיך שמד׳ן
נעמן פאר זיך א גויאיש׳ן שווער מיט א פיינעם נדן
אפשר גאהר ביים פעטער לבן פון ארם פדן

מיר אינטערעסירט גאנץ קנאפ באכ׳ס קאנטאטא
אדער דעם נארוואס ערפינדענע טאמאטא
מוזיק וואס כ׳האב געהערט אין שטוב ביים טאטע
איז מיר גוט אויך בהאי שתא

אין די קומענדע טעג וועל איך לכאורה
זינגן דעם פרייליכן ליהודים היתה אורה
אויך דיסקוטירן און ווערטלן זיך אין פורים תורה
טרינקן אביסל פון היוצא מן הזמורה

דו האלטסט זיך טאקע פאר א דיכטער
און ווערסט מיר א גאנצע ריכטער
דו פסק׳נסט אז אונז שיכור און דו ניכטער
צופרידנהייט איז אבער קענטיג אויף אונזערע געזיכטער

דיין שרייבן איז טאקע אין א ספעציעלן סטיל
דו עקספרעסט פיין דיין אויפגעברויזטע געפיהל
אבער מילה בסלע און צוויי פארן בלייבן שטיל
איז גילטיג אויך ביים דאלאר ביל

זאג איך דיר קטלא קניא טייערע אזוי
הער אויף זיין א קיל דזשוי
לאז אונז לעבן ואמרתם כה לחי
ווי שיין ווי רייך איז אונזערע נגינה, ליטעראטור און סוכה נוי

א פרייליכן לוסטיגן פורים
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל

שליחה דורך גנדי »

כוכב האט געשריבן:איך בין סתם אזוי נייגעריג, ווער איז קטלא קניא'ס קליענטעל אוו ווי גרויס איז זיין קליענטעל. אינדרויסן פונעם אידיש רעדנדער אינטערנעט באנוצער ווייסט מסתמא קיינער נישט פון אים. דערפון איז עס בלויז דער משכילישער קאווע שטיבל טיפ יונגערמאן וואס גלייכט עטוואס אינטעלעקטועלע נושאים, נישט סתם דער עולם גולם יונגערמאן. נו, פון וויפיל אידן רעדט מען, צען ניקים?!... כ'מיין צו זאגן וויפיל יידל און לעיקוואדס זענען דא?!


איך פארשטיי די ווילסט צוריק ענטפערן קטלא ווען ער זאגט מיר האבן נישט קיין קונים.

אבער אויב קטלא האט נאר 10 ליינער. ביטע שרייב מיר איין אלץ מעמבער.

איך בין מודה אז אסאך יונגעלייט האבן מיר צוריקגעוויזען ווען איך האב זיי געגעבן א פרינט-אוט פון קטלא. אבער אזוי ווי א טיפער ר׳ צדוק וואס האט ווייניגער קונים פון דער בלאט. נאך אלעם איז קטלא ווי א סטייק פון פריים גריל...
You must be the change you want to see in the world
יחיאל יעקבזון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 146
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 10:10 am
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל

שליחה דורך יחיאל יעקבזון »

גנדי
כ׳וואלט ענדערש צוגעגליכן קטלא׳ן צו א גורמעיאישע כריין - געשמאק אבער שארף און אביסל ביטער
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל

שליחה דורך גנדי »

אקעי. א פעפער קראסטעט סטעיק. געפעפערט אבער גוט.
You must be the change you want to see in the world
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל

שליחה דורך גנדי »

א דאנק קטלא קניא האב איך דערגרייכט 1000 הודעות אויף קאווע שטיבעל לכבוד מיין צווייטע געבורטס טאג...
You must be the change you want to see in the world
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

קטלא קניא איז גאר קיין קטלא קניא. זיין למה רגשו יידן ברויך א פירוש, מיט יעדעס ווארט צילט ער ערגעץ מ'דארף זיין א גוטער לערנער צו פארשטיין. עפעס הייבט ער אן מיט א קאמפלימענט אויף מיין הערש לייב'ן אבער זאגט ער 'פיסד אף' צו שורות נישט ראוי לגניזה און פארט אריין מיט א מצוה פון יוזל אין ניטל נאכט. לא זכיתי לבי צו מקשר זיין די ענינים ומי יבוא בסוד קדושים.
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

הגם כ'בין א גרויסער חסיד פין קטלא, זיין שרייבען איז באמת לעילא ולעילא, ער האט אזוי ארויס אונזער סיסטעם און אונזער נשמה, ער פארשטייט צו די אנדערע מיני מענטשען וואס זענען אלץ דא ביי אונז, און זיינע ווערטלעך זענען באמת שפתים קישאק, און אפילו דער ארטיקעל איז א מייסטער ארבעט, אבער לעיקר הענין איז דער שלום בערגער א גרויסע ניקס וואס קען באמת נישט אידיש, און זיין פאעטרי איז במחילתו א שטיק ש**, ווען ער שרייבט נאך עפעס א גראם, כ'רעד שוין נישט אז די ווערטער זענען באלט ווי דער שווארצער גלח וואס מאכט אויף פרישער ווערטער ביי יעדעס דרשה, נאר אפילו זיינע כלומר'שט טיפע כוונות קענסטו זיכען מיט הונדרעט יגעתי ולא מצאתי'ס.

ממילא טאמער רעדט זיך קטלא איין אז מיט מאכען א יד אחת מיט דעם דומער שלום ווערט ער עפעס מער ביי איינעם, במחילת כבוד קטלתו, זאל.ער וויסען אז ס'איז א בזיון זיך מאחד זיין מיט דער שלום, ווייל מען רעדט באמת פין א ניקס שבניקס, וואס אפילו א אינגעל פין דריי קען בעסער פין אים, ווייל דער אינגעל פארשטייט מען כאטש וואס ער רעדט.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איחוד פעלד: דו האסט מיך געמאכט קוילערן פאר געלעכטער מיט דיינע אויסדרוקן אין דיין אפשאצונג אויף שלום בערגער... :lol: :roll:
יחיאל יעקבזון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 146
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 10:10 am
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל

שליחה דורך יחיאל יעקבזון »

לעולם נראה מעלת חברנו ולא חסרונם. דאס איז דער סימן מובהק פון א צופרידענע באזעסענע מענש. די וואס זענען פארנומען טאג און נאכט מיט׳ן אנאלאזירן כלל ישראל אונטער מיקראסקאפ און קאמאנדעווען אז מ׳ברויך זיך ענדלן מער און מער צום גוי, צריכים בדיקה אחריהם.
אודאי דארף מען זיין עדיוקעיטעד און זיין ציוויל (civil) דהיינו נושא בעול זיין און נישט לעבן על חשבון אחרים - דאס זענען דאך דברים פשוטים לכל בר דעת. אבער אז כ׳דארף האבן דעם גוי׳ס טעם אין מוזיק, ארט און פאעזיע, איז די דעה פון א כראנישע קאמפלעינער וואס טוט דאס אויף א פראפעסיאנעלן אופן. מיר ווערן באגייסטערט און פארגאפט פון זיין פאעטישע שרייבעריי און ממילא רעדן מיר זיך איין אז בהכרח זענען זיינע ווערטער קודש קדשים און עפעס א מחייב. כ׳פרעג ביי אייך: ווער פון אונז ווייסט נישט צו זאגן פון פראפעסיאנעלע טעכניקער וואס ווערן פארוואנדלט אין געניטע באמבע מאכערס? טאקע גוט געמאכטע פראדוקטן אבער די מטרה דערפון איז פארניכטונג און אנזייען כאאס (chaos). לאמיר טאקע הנאה האבן פון דעם סגנון אבער פאר׳ן אקצעפטירן דעם תוכן זאל מען צולייגן קאפ (מיר זענען דאך נישט פון די טיפישע עלעמענטן - מיר זענען דורכגעטריבענע בעלי מחשבה...) און זיך באווארענען אז ס׳איז נישט נאך א בריוו פונעם פארנאנטע (ידוע לשמצה- infamous) יונאבאמבער.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

קטלא קניא האט געשריבן:אַמאָל ווען ער האָט געזאָגט תהלים פאַרן דאַווענען האָט ער אפשר אויך באַמערקט, הסולח לכל עונכי/הרופא לכל תחלואיכי/הגואל משחת חייכי און באַלד איז אים איינגעפאַלן אַז דוד המלך האָט אויך נישט געקענט דעם חסידישן טעם. ווייל ווען יאָ וואָס געט ער זיך אַ האַק אָפּ מיט המעטרכי חסד ורחמים? נער איינער, כדי צו גראַמען האָסטו גדאַרפט שרייבן חסד ורחמים המעטרכי.

איך האב פארשטאנען אז [tag]קטלא קניא[/tag] נוצט דעם משל מרמז צו זיין צו דאס וואס דער מצודת ציון זאגט דערויף (תהלים קג ג) אז, ״בכולם היו״ד יתירה והוא דרך צחות לשון״ ע״כ ע״ש. (מ׳טרעפט דעם יו״ד יתירה אין אסאך פלעצער אין תנ״ך פאעזיע.) והיינו, אויף די ״למה רגשו יידן״ קעפל, וואס איז טאקע מרמז צום קאפיטל וואס איז געווען חביבה על דוד (עיין בברכות ט:), און ווי אזוי מ׳קוועטשט אריין און מ׳לייגט צו אויף כדי צו גראמען.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
פארשפארט