ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
פארשפארט
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

שליחה דורך ירח בן יומו »

מ'זאגט יעדען ראג צוויי מאל די פרשה פון והי' כי יביאך און ס'איז מיר קיינמאל נישט איינגעפאלן צו פרעגן די פשוט פשט אין די ווערטער והי' כי ישאלך בנך מחר לאמר מה זאת פשוט האב איך געקלערט אז ס'גייט אויף די מצות פון פסח (וכן מבואר בהגדה ובמדרש) אבער אין פשט איז שווער אזוי צו לערנען ווייל ס'ווערט בכלל נישט דערמאנט די ענין פון פסח אין די פרשה,

קוקענדוג אין די מפרשים זע איך אז די אור החיים הקדוש לערנט פשט אז כי ישאלך גייט אויף די מצוה פון פדיון הבן וואס די פרשה הייבט זיך אן מיט דעם דהיינו אז ווען די קינדער פרעגן דיר די פשט אין די מצוה פון פדיון הבן איז דא א חיוב (דאורייתא) צו לערנען מיט דעם קינד די ענין פון מכת בכורות וכו'

אלזא נעקסטע מאל איר גייט אויף א פדיון הבן געדענקטס מיט צו נעמען די הגדה של פסח און זייט מקיים די מצוה פון סיפור יציאת מצרים, וכל המרבה לספר ביציאת מצרים הרי זה משובח!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

שמים וארץ

שמים איז לשון רבים ווייל ס'זענען דא זיבן הימלן און ארץ איז לשון יחיד ווייל סדנא דארעא חד הוא.

מצודת דוד אנפאנג ישעיה און אדרת אליהו פרשת האזינו
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

וויאזוי וואלט עס געווען בל' יחיד
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ישמעאל הכהן האט געשריבן:וויאזוי וואלט עס געווען בל' יחיד

שמים איז א לשון יחיד. א בפירוש'ע פסוק אין איוב (לח לג) "הידעת חקות שמים
אם תשים 'משטרו' בארץ".
שמים "לא ימצא בלשון יחיד" (רד"ק בראשית א ח). דער גייט מיט רש"י און די גמרא אז "שמים" איז א צוזאמשטעל פון 'שם' און 'מים'.

פארגעס נישט אז לויטן מצדות ווערט שווער פארוואס 'מים' אליינס איז בלשון רבים, באמת איז עס נישט. אין פרשת וארא שטייט מים בלשון רבים (רבים נסתר), 'מימיהם'. ווען מים זאל ווען זיין א לשון רבים דארף ווען שטיין 'מיהם'.

דאס איז אלעס אין אונזער לשון קודש/עברית. אין אנדערע שעמישע שפראכן איז אבער דער הימל יא א לשון וואס ביי אנדערע ווערטער איז זי לשון יחיד. "שמא", "שמם", "שמי", "שמיא" (אראמיש), "שם", שמה" און אזוי ווייטער און ווייטער ללשונותם בארצותם בגוייהם.
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

ס'קען אפשר זיין אז דאס כאראקטער פונעם ווארט שמים אלס א לשון רבים איז געווארן אזוי וועגן די זיבן הימלען אבער למעשה בלייבט דאס ווייטער א לשון יחיד.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:
ישמעאל הכהן האט געשריבן:וויאזוי וואלט עס געווען בל' יחיד

שמים איז א לשון יחיד. א בפירוש'ע פסוק אין איוב (לח לג) "הידעת חקות שמים
אם תשים 'משטרו' בארץ".
שמים "לא ימצא בלשון יחיד" (רד"ק בראשית א ח). דער גייט מיט רש"י און די גמרא אז "שמים" איז א צוזאמשטעל פון 'שם' און 'מים'.

פארגעס נישט אז לויטן מצדות ווערט שווער פארוואס 'מים' אליינס איז בלשון רבים, באמת איז עס נישט. אין פרשת וארא שטייט מים בלשון רבים (רבים נסתר), 'מימיהם'. ווען מים זאל ווען זיין א לשון רבים דארף ווען שטיין 'מיהם'.

דאס איז אלעס אין אונזער לשון קודש/עברית. אין אנדערע שעמישע שפראכן איז אבער דער הימל יא א לשון וואס ביי אנדערע ווערטער איז זי לשון יחיד. "שמא", "שמם", "שמי", "שמיא" (אראמיש), "שם", שמה" און אזוי ווייטער און ווייטער ללשונותם בארצותם בגוייהם.

יעצט זעה איך אז איך בין נישט אינגאצן גערעכט, ס'איז א מחלוקה. דער אבן עזרא (ברא' א א) שרייבט אז שמים איז א לשון רבים און 'משטרו' "יתכן להיות משטרו משטר כל אחד".
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מאטי האט געשריבן:ס'קען אפשר זיין אז דאס כאראקטער פונעם ווארט שמים אלס א לשון רבים איז געווארן אזוי וועגן די זיבן הימלען אבער למעשה בלייבט דאס ווייטער א לשון יחיד.

אויך מעגליך. אויף "משטרו משטר כל אחד ואחד" זאגט נאר דער אבן עזרא "יתכן", דער אנדערער פשט קען זיין ווי דו שלאגסט פאר.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מזכרוני: דער גר"א זאגט אין פרשת בראשית אז דער שורש פון שמים איז שם, דארט, און דער ווארט שמים איז ווייל דאס איז דער גרעסטער דארטן, דער דארטן פון אלע דארטס.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

די פנים יפות שרייבט אין פרשת ויקרא אז אין משכן איז נישט געווען קיין כבש ביים מזבח הנחשת.
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

ווען איז געווארן ד מושג פון א 7 טאגיגע וואך?

שליחה דורך ירח בן יומו »

די אבן עזרא שרייבט אז דאס וואס מיר ווייסן אז שבת איז די סוף פון די וואך נעמט זיך פון וואס מ'האט געזען ביי די מן אז ס'איז נישט געפאלן, און ער פירט אויס אז אלע אומות נעמען דאס אויך פון דארט, (חוץ פון איין אומה אין הודו וואס ביי זיי ציילט מען פון דינסטאג).
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אינטרעסאנט. וואס איז מיט די 7 טאג פון בריאת העולם?
און ביי אסאך הייבט זיך אן דער וואך מאנטאג.
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[left]Weeks in other calendars[/left]

[left]Seven day week[/left]
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

שליחה דורך ירח בן יומו »

שמעקעדיג האט געשריבן:אינטרעסאנט. וואס איז מיט די 7 טאג פון בריאת העולם?

ביי די מן איז דאס געווען ניכר אין די בריאה, נישט נאר באמונה ובקבלה
עיין עוד אור החיים הקדוש על הפסוק ראו כי ה' נתן לכם את השבת, אז משה רבינו האט ספעציעל נישט פארציילט פאר די יודען אז די מן גייט נישט פאלן אום שבת, כדי די יודען זאלן זיך אבערצייגן אין די קדושת השבת, און אזוי איז טאקע געווען ווען שבת איז נישט געפאלן קיין מן זענען די יודן געקומען צולויפן צו משה רבינו און ער האט זיי געוויזן ראו כי ה' נתן לכם את השבת, ונטע בהם נטע אמונת קדושת השבת.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

פארשטיי איך נישט, מהיכי תיתי אז דער טאג וואס עס פאלט נישט קיין מן מוז זיין סוף וואך?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

א תשובה צום בעש"ט.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

יעדע לאנד האט זיך איר קולטור און לייף-סטייל, און קוקן אויף די וועלט מיט אנדערע פרעספעקטיוו'ס לויט זייער מסורה. ווי איך האב שוין געשריבן אינעם ארץ ישראל אשכול, זענען פאראן א געוואלד פארשידנהייטן צווישן די דארטיגע מנהגים און אמעריקע.

דעריבער איז מיר געווען אינטרעסאנט צו ליינען עטליכע נאטיצן פון די יאפאנעזער לייף סטייל.

1. דער נומבער 4 ווערט כמעט נישט גענוצט, נאר לצורך גדול מאוד. דער נומער 4 ווערט פראנאנסירט ענליך צו דעם ווארט 'טויט' אין יאפאנעזיש, ממילא איז דאס נישט א גוטער סימן, און אלעס וואס אנבאלאנגט דעם נומער 4 איז א בדיעבד גדול (א שטייגער ווי 13 אין אמעריקע).

2. זיך בלאזן די נאז אין פאבליק איז נישט מענטשליך. בלאזן די נאז איז ענליך ווי גיין אין ביהכ"ס – עס ווערט געטון אין א פריוואטע פלאץ (און ניין, נישט אינעם מקוה האנטוך...)

3. געבן א "טיפ" פאר איימיצן – א שטארקע אנגענומענע זאך אין אמעריקע – איז גאר א בושה און אן "אינסאלט".

4. עס פאסט נישט צו עסן אויפן גאס! איידעלע מענטשן..

5. עס זענען פאראן ספעציעל דעזיגנירטע מענטשן ביי די באנען וועלכע "שטופן אריין" מיט דער געוואלד מענטשן ביי די ראש-אוער שטונדן כדי צו פארזיכערן אז יעדער איינציגסטער קומט אן אויפן באן און ווערט נישט ארויסגעפאלן אדער פארכאפט אין די טירן.

6. אז מען רעדט שוין פון די באנען, ווי מידע מענטשן רייזן דארטן ארום פאר לענגערע שעות, מאכט זיך אפט אז דיינע שכנים וועלן איינשלאפן אויף דיין אקסל, און עס איז אקצעפטירט אז דו וועסט דאס טאלערירן! (דא אין אמעריקע איז געווען א גאנצע סענזאציע נישט לאנג צוריק ווען עס איז געווען א 'אחת היתה ופירסמה הכתוב' מעשה אז א איד האט געלאזט א גוי שלאפן אויף זיין אקסל).

7. סליפפערס.. מען מאכט אן אישו פון די סליפערס, מען טוישט עס ביי געוויסע פלעצער, ווי רעסטוראנטן, מוזעאמ'ס, און טעמפלס. און בעיקר ווען מ'גייט אין ביהכ"ס.

8. אויב איינער לאדנט דיר אין זיין הויז, איז דאס א "כבוד" וואס מען קען נישט אפזאגן, און מען ברויך נאך מיטברענגען א מתנה! (א גוטע וועג צו מאכן א טיי אווענט...)

9. מען גיסט זיך קיינמאל נישט אן אליינס א טרונק! (לויט ווי איך פארשטיי איז עס נאר אין פובליק). דו מעגסט בלויז אנגיסן א טרונק פאר אנדערע, און האפן אז יענער וועט דיר אנגיסן דיין ליידיגן גלעזל.... נאך מער, אפילו נאכן אנגיסן טארסטו נישט אנהויבן טרונקען ביז דער אנטרינקער רופט אויס "קאנפאי" (טשירס בלע"ז)....

10. אריינשלעפן די לאקשן פונעם זופ אינעם פיסק הויך אויפן קול איז א צייכן אז מען האט הנאה דערפון און עס איז געשמאק...

11. עס איז א נארמאלע זאך אז מענטשן שלאפן איבער אין פיצעלע פארמאכטע קיוביקלעך ווען מען איז אוועק פון דערהיים, צי פאר ביזנעסלייט אונטערוועגנס אנשטאט א טייערע האטעל, אדער א מענטש וואס האט פארשפעטיגט דעם באן, וכדומה.

http://finance.yahoo.com/news/11-japane ... 09790.html
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג האט געשריבן:אינטרעסאנט. וואס איז מיט די 7 טאג פון בריאת העולם?
און ביי אסאך הייבט זיך אן דער וואך מאנטאג.

שמעקעדיג: מדי דברי. אז מ'רעדט שוין פון די אנהייב וואך, האביך מיך דערמאנט אזא מעשה'לע.
אין פראנקרייך. יא, די פראנקרייך וואו די מוסלמענער רוצחים הרג'נען נעבעך אויס אידן. איז אמאל געווען א אידישער פרעזידענט. ער האט געהייסן לעאן בלום. האט ער איינגעפיהרט א געזעץ אז מאנטיג קענען די ארבעטערס אויך פעלן פון זייערע דזשאבס. ווייל די פראנצויזן זענען בטבע זייער פוילע חברה און זענען מהדר מקיים צו זיין וואס ס'שטייט אין די עשרת הדיברות נאך לא תגנוב...זיי האבן ליעב צו שיכור'ן און הוליען און לעבן א טאג. ממילא זענען זיי מיעד פון ארומהוליען אין וויקענד. האט איינער דארט געמאכט אזא חשבון. אז צוליעב די אידן ארבעט מען נישט אין יענע מדינה. פרייטיג, צוליעב מוחמד, וועלכער איז געווען א איד. שבת, איז דאך שבת. זונטיג, צוליעב יאשקע, וועלכער איז אויכעט געווען א איד. און מאנטיג צוליעב לעאן בלום... :lol:
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

berlbalaguleh האט געשריבן:די פראנצויזן זענען בטבע זייער פוילע חברה און זענען מהדר מקיים צו זיין וואס ס'שטייט אין די עשרת הדברות נאך לא תגנוב... :lol:

לא תענה?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אגב כ'בין מסופק אויב מיין תגובה פון יאפאן באלאנגט אין דעם אשכול.
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

לכאורה אין 'אינטערעסאנטע פאקטן'
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:די פראנצויזן זענען בטבע זייער פוילע חברה און זענען מהדר מקיים צו זיין וואס ס'שטייט אין די עשרת הדברות נאך לא תגנוב... :lol:

לא תענה?

ניין: די פון די עשרת הדיברות וועלכע זענען צענזורירט דורך די אכשר דרא'דיגע העיליגע אידן. ס'דא נאך איינס פון די עשרת הדיברות וועלכע אונז העיליגע, אכשר דרא'דיגע אידן ליינען שטילערהעיט... :roll:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יא: אנטשולדיגטס רבותי. כ'האב געמיינט צו זאגן אז די פון די עשרת הדיברות וועלכע שטייט פאר לא תגנוב....!... :oops: :o
פארשפארט