נתניהו גייט רעפרעזענטירן נאר 13,980,000 אידן אין קאנגרעס

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

מאטי האט געשריבן:ביסט זיכער פון "ערשטן קלאס?" מיר קוקט דאס אויס מער "צווייטע קלאס" מאטריאל...

He is in a class all to himself.

איך פארשטיי נישט פארוואס די אנטי סאטמורים שפילן כאילו דאס וואס ביבי טוט איז די נארמאלסטע זאך אויף דער וועלט.
קען מיר איינער ברענגען א פרעצעדענט ווי א אויסלענדישע פירער קומט צו א פארליאמענט זיך רייצן אזוי אפן, מיטן ערוויילטן פרעזידענט/פרעמיער פון די האוסט קאנטרי? (אפגעזען פון דעם אז אמעריקע איז 'די' וועלט גרויסמאכט, און ווי שטארק מדנ"י איז אנגעוויזן אויף איר).
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

ישראל קאפקע האט געשריבן:קען מיר איינער ברענגען א פרעצעדענט ווי א אויסלענדישע פירער קומט צו א פארליאמענט זיך רייצן אזוי אפן, מיטן ערוויילטן פרעזידענט/פרעמיער פון די האוסט קאנטרי? (אפגעזען פון דעם אז אמעריקע איז 'די' וועלט גרויסמאכט, און ווי שטארק מדנ"י איז אנגעוויזן אויף איר).

ווען דער האוסט קאנטרי פירט נעגאשיעישאן מיט א שונא וועלכע האט צוגעזאגט צו ענייהאלעיטען דאס לאנד, און סטראשעט גאר אז אויב טוהט מען אויף די אייגענע האנט וועט מען אראפשיסן די איזראעלישע פליגערס, מוז מען רעדן צום ברענטש פון יענע קאנטרי וואס איז ממונה אויף טשעקס ענד בעלענסעס איבער'ן פרעזידענט און אפעלירן צו זיי אז זיי זאלן איהם נישט צולאזן אנצוגיין מיט זיינע וואנזיניגע פלענער.

במקום שיש חשש כליה ח"ו אין חולקין כבוד לפרעזידענטס.
(- - -)
ערליכער איד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 64
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 20, 2014 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

שליחה דורך ערליכער איד »

מען טאר זיך נישט אנעמען פאר באראק חוסיאן אבאמא
ווייל דער רבי ז״ל האט נישט געלאזט גיין מיט אראבער
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

פישלע העררינג האט געשריבן:
ישראל קאפקע האט געשריבן:קען מיר איינער ברענגען א פרעצעדענט ווי א אויסלענדישע פירער קומט צו א פארליאמענט זיך רייצן אזוי אפן, מיטן ערוויילטן פרעזידענט/פרעמיער פון די האוסט קאנטרי? (אפגעזען פון דעם אז אמעריקע איז 'די' וועלט גרויסמאכט, און ווי שטארק מדנ"י איז אנגעוויזן אויף איר).

ווען דער האוסט קאנטרי פירט נעגאשיעישאן מיט א שונא וועלכע האט צוגעזאגט צו ענייהאלעיטען דאס לאנד, און סטראשעט גאר אז אויב טוהט מען אויף די אייגענע האנט וועט מען אראפשיסן די איזראעלישע פליגערס, מוז מען רעדן צום ברענטש פון יענע קאנטרי וואס איז ממונה אויף טשעקס ענד בעלענסעס איבער'ן פרעזידענט און אפעלירן צו זיי אז זיי זאלן איהם נישט צולאזן אנצוגיין מיט זיינע וואנזיניגע פלענער.

במקום שיש חשש כליה ח"ו אין חולקין כבוד לפרעזידענטס.

דאס איז פארשטייט זיך אראפגעגעבן דעם מצב פון א גענצליך סוביעקטיווער שטאנדפונקט.

איך וויל נישט יעצט אריינגיין אין די איראנער פארהאנדלונג דעבאטע, אבער איך גלייב נישט אז עס איז דא נאך א מערב וועלט לאנד וואס וואלט טאלערירט אזא חוצפהדיגן אריינמישן אין איר דאמעסטישע פאליטיק (אדער אז א לאבי פון אן אויסלענדישע אינטערעסע זאל האבן אזא איינפלוס אין איר רעגירונג).

די האוסט קאנטרי האט אבוויעסלי א ראדיקאל אנדערע אפטייטש פון די צושטאנד. אבער דאס איז מיין פראגע. ווייניג לענדער האבן פארהאנדלונגען מיט ארכי-שונאים פון אנדערע לענדער? קענען דען דער אפאנענט קומען און שפייען דעם האוסט קאנטרי אין פנים מיט אזא דיסרעספעקט? וויאזוי דו קוקסט דערויף איז עס א פרעצעדענטלאזע אקט.

אויך 'דארף' מען (זיך מאכן) פארגעסן אז עס איז צוויי וואכן פאר די עלעקשאנס. איך שטוין ווי דאס מערסטע סיניקל אידישע ליינערשאפט וואס איז מיר באקאנט ווערט פלוצלינג אזוי נאאיוו און אז זיי קענען נישט דורכזען אזא פשוטע פאליטישע שפיל.
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

ווי אזוי האט אלי ביער נעכטן געזאגט ביי עיפעק 'איזרעילי'ס האבן CHUTZPA'
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

ישראל קאפקע האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:ביסט זיכער פון "ערשטן קלאס?" מיר קוקט דאס אויס מער "צווייטע קלאס" מאטריאל...

He is in a class all to himself.

איך פארשטיי נישט פארוואס די אנטי סאטמורים שפילן כאילו דאס וואס ביבי טוט איז די נארמאלסטע זאך אויף דער וועלט.
קען מיר איינער ברענגען א פרעצעדענט ווי א אויסלענדישע פירער קומט צו א פארליאמענט זיך רייצן אזוי אפן, מיטן ערוויילטן פרעזידענט/פרעמיער פון די האוסט קאנטרי? (אפגעזען פון דעם אז אמעריקע איז 'די' וועלט גרויסמאכט, און ווי שטארק מדנ"י איז אנגעוויזן אויף איר).


ווי קומט דא אריין די ווארט זיך רייצן ? ער רייצט זיך נישט מיט קיינעם ער קומט דאך רעדן צו קאנגרעס די פארטרעיטער פון אמעריקא וואס זיי האבן א ערוועלטע ארבעטער אין אוועל אפיס וואס הייסט אבאמא וואס ער אבאמע נעמט די איינלאדענונג זייער פרעזענליך זוי ווי אלע זיינע דורכפאלן ער איז דאך א קינד פון די ערשטע קלאס

ווען ביבי קומט ווען רעדן צו א אומאויטעריזזט גרופע -א שטייגער ווי שארפטן- וואס טוען זאכן אויף די אייגענע הענט און די גאנצע גאווערמענט אינקלאדעט אלע סענעטארן און קאנגרעסלייט זענען אקעגן וואלט עס געווען א געוואלדיגע חוצפה אבער יעצט? קומט ער דאך רעדן צו ערוועלטע מענטשן וואס זענען יעצט דן אויף עפעס א זאך ער איז גערופן דורך די דריטע מאכטפולסטע מענטש אין לאנד נו וואס איז דער פראבלעים ? הטרם תדע אבאמא אז ער פירט נישט די לאנד אליין ?

ער איז אפשר א גרויסע שוטה ווייל ער דארף פארשטיין אז מ'מישט זיך נישט אין יענעםס פאליטיק אבער די ווארט רייץ קומט נישט אריין

און פארשטייט זיך אז על פי תורה טוט ער א שרעקליכע פארברעכן בכלל פארן זיין די פרעי מיניסטער און אויף אלע זיינע מעשים

אבער די ווארט רייץ קומט נאך אלס נישט אריין _נישט תורהדיג גערעדט - אבאמא זאל זיך אפווישן זיין נאז ער האט פארלוירן די מידטוירם וואלן און פארטיג

אין א סייד נאוט איז אינטערסאנט צו זעהן אז די אלע דא אין שטיבל וואס האלטן אז סאדאם איז נישט געווען קיין סכנה פאר די וועלט און בוש איז געווען צו ווילד האלטן יעצט ביי איראן אנדערש
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

טעות: קאנגרעסמאן @RepSeanMaloney גייט זיך יא באטייליגן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום ישראל קאפקע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

וויפיל נאך סענעטארס/קאנגערסלייט גייען נישט דארט זיין?
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

נאר 5% פון די איבער 500 קאנגערסלייט באטייליגן זיך נישט. ס'זעט אויס ערגער ווי ס'איז
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

ישמעאל הכהן האט געשריבן:נאר 5% פון די איבער 500 קאנגערסלייט באטייליגן זיך נישט. ס'זעט אויס ערגער ווי ס'איז

אויף די מינוט איז עס בערך 8%. יעצט ווען אלע וועלכע זענען געזיצן אויף די פענס ביז יעצט וועלן דארפן מאכן א באשלוס גייט עס ווארשיינליך שטייגן אביסל. דארפסט געדענקען אז די וועלכע האבן שוין געמאלדן אז זיי גייען זיך יא באטייליגן קומט אויך אויס קוים צוואנציג פראצענט.

עניוועי, ס'איז טאקע נישט קיין גרויס פראצענט.
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

אן אנדערע ווערסיע.
והבוחר יבחר.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אחד העם, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

גראדעמעכעלע האט געשריבן:די פעטיציע אנדרייער שיקן ארום א בילד וואס מ'זאל לייגן ביים פראפייל בילד, ווער עס איז שטארק דערביי זאל עס ניצן פאר זיין אוואטאר,
profilepicm.png

יעצט איז שוין דא צוויי
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

אין די לעצטע שעה האט 'דע הילל' צוגעלייגט דריי קאנגרעסלייט און איין סענאטאר וואס האבן געמאלדן אז זיי גייען זיך נישט באטייליגן.
די באטייליגן ליסטע איז נישט געוואקסן דערווייל.

http://thehill.com/homenews/house/23216 ... ahu-speech
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

לכאורה איינער וואס באטייליגט זיך יא איז נישט אזא חידוש דארף מען דאס נישט מעלדן,
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

Screenshot_2015-03-02-16-36-04.png
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

ארויף מיט נאך פינף קאנגרעסלייט און איין סענאטאר (על פרענקען פון מיניסאוטע, א איד).

ס"ה 53. 46 קאנגרעסלייט און 7 סענאטארן.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

איינער פון די פאליטישע מומחים זאל ביטע זאגן א מיינונג אויב דאס נישט באטייליגן זיך פון דעמאקראטן וועט עפעס אויסמאכן אין די אמעריקע-ישראל באציאונגען.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל

שליחה דורך גנדי »

סאטמאר האט אן אייגענעם דיקשאנערי פאר די ווארט ״רייצען״

א איד לערנט פאר תניא אין וויליאמסבורג. ער קומט זיך ״רייצען״.
אפשניידען דעם איד׳ס בארד. דאס איז נישט ״רייצען״

א פרוי גייט שפאצירען אין וויליאמסבורג מיט איר קערידזש. זי וויל זיך ״רייצען״.
איר נאכשרייען אין גאס. דאס איז נישט ״רייצען״.

א רבי קומט באזוכען זיינע חסידים אין וויליאמסבורג. ער קומט זיך ״רייצען״.
באווארפען זיין קאר מיט שטיינער. דאס איז נישט ״רייצען״.

א רעבעצין קומט צו איר מאן׳ס קבר. זי קומט זיך ״רייצען״.
איר באווארפען מיט שטיינער. דאס איז נישט ״רייצען״.

א פריים-מיניסטער ווערט איינגעלאדענט צו האלטן א רעדע איבער די סכנה וואס לויערט אויף זיין לאנד. ער קומט זיך ״רייצען״.
פראטעסטירין און ווארפען אייער. דאס איז נישט ״רייצען״.
You must be the change you want to see in the world
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך פארשטיי נישט פארוואס די דעבאטע דארף אויסגעניצט ווערן אלץ א פלאטפארם אויסצוגעבן העץ געפילן אנטקעגן סאטמאר,
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל

שליחה דורך גנדי »

דאס איז חלילה נישט קיין העץ געפילען.

פאר מען האט א דעבאטע אויב ביבי ״רייצט״ זיך. דארף מען קלארשטעלן וואס טייטשט זיך ״רייצען״.
You must be the change you want to see in the world
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

גראדעמעכעלע האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס די דעבאטע דארף אויסגעניצט ווערן אלץ א פלאטפארם אויסצוגעהן העץ געפילן אנטקעגן סאטמאר,

פון יענעם כ"א כסליו וועט שוין נישט זיין קיין שמועס איבער מדינת ישראל און ארום, לטוב אדער למוטב, אן וואס געוויסע קרייזען וועלן ווערן א חלק פינעם שמועס, על אף וואס האט נישט קיין שייכות מיטן שמועס, אנדערע וועלן פראדיצערן האס קעגן די מדינה, און אנדערע קעגן סאטמער, סאיז איין תכונה נאר אנדערש פארמעלירט. הגם ביידע סיי די מדינה און סיי סאטמער האבען א געוויסע אמת און זיך וואס מקען אויף דעם דן זיין, אבער שנאה איז וואס נעמט איבער דעם שמועס.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

ווי ווייט איך קען זען פון די פאר מאל וואס א סאטמארער צייטונג פאלט אונטער מיינע הענט איז נישט פארהאן אפילו בטעות א פינטעלע אמת אין זייערע מדינת ישראל פאליטיק מאמרים. די שפראך ווערט גענצליך דאמינירט דורך א קוואזי רעליגיעזע-טעאלאגישע טערמינאלאגיע, פארפלייצט מיט שטיקער חתם סופר און ויואל משה.
איר ווייסט וואו עס ליגט דער אמת אין סאטמאר? אין זייער בית החיים. אט דארט, אין דאס שפיגעלע פון דער קהילה, וועלכע פארנעמט דער סאמע אויבן אן אין דעם מחלוקת זייערן, אט דארט ליגט זייער אמת באגראבן.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

גראדעמעכעלע האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס די דעבאטע דארף אויסגעניצט ווערן אלץ א פלאטפארם אויסצוגעבן העץ און שפעט געפילן אנטקעגן סאטמאר,
פארשפארט