מיט א טיפערן בליק
פרשת כי תשא - פורים תשע"ה
ליהודים היתה אורה ושמחה..!
בס"ד
א גוטן טייערע חבירים וידידים..!
ס'גלייבט זיך טאקע נישט, אבער יא ס'איז א פאקט, ס'איז פורים אויף די וועלט... די שמחה'דיגע אטמאספערע שפירט זיך שוין אין די לופט... ברידער טייערע ס'איז טאקע א שטארק פארנומענע צייט ברחניות ובגשמיות, אבער דאך איז כדי צו נעמען עטליכע מינוט אין זיך מצמצם זיין די מח, זיך אביסל פארטיפן אין די עומק פון די הייליגע יו"ט, זיך פרעגן וואס איז פורים? וואס איז די עבודת היום? פארוואס טרינקט מען? וואס מיינט מרבים בשמחה? און אזוי ווייטער, לאמיר זיך צוזאמען אויסשמועסן און בסייעתא דשמיא זוכה זיין צו פארשטיין און זיך ריכטיג קענען פארבינדן מיט די לעכטיגע פנימיות פונעם הייליגן יו"ט און בעזהשי"ת קענען ארויסנעמען פון פורים תשע"ה שמחה און חיזוק וואס וועט מיט אונז פארבלייבן אויף אייביג!
לעצטע וואך האבן מיר בסייעתא דשמיא זוכה געווען צו פארשטיין דער ענין פון דאס אז "פורים איז למעלה מן הדעת", ווי מיר האבן געשמועסט אז פורים איז דער צייט וואס ס'ווערט קלאר פארן איד אז ס'איז פארהאן א קליפת עמלק וואס ליגט אין אונז, דער עמלק וואס האלט אונז אין איין אפקילן, דער עמלק וואס מאכט אונז טראכטן אז ס'איז נישט בלויז בורא עולם וואס מאכט און פירט אלעס... ער פארנערט דעם מענטש צו טראכטן אז ס'איז חלילה פארהאן נאך כוחות, און אזוי צוביסלעך ברענגט ער אריין מחשבות אז דער 'איך' קען אויך, דער מענטש איז אויך עפעס א שטיקל מציאות, עפעס א 'יש', און צוביסלעך בויעט ער אויף דעם גיאות און דער מענטש ווערט א גאנצע ג-ט פאר זיך, דער איד פארגעסט אז "אין אדם נוקף אצבעו מלמטה אלא אם כן מכריזין עליו מלמעלה" ס'איז נישט פארהאן קיין ריר וואס מען געבט אויף די וועלט וואס איז נישט מיט די הילף פון הקב"ה, פורים איז דער צייט וואס מיר ווארפן אוועק אונזער דעת אונזערע מחשבות און חשבונות, דער איד גייט העכער שכל און פארשטאנד, דער איד איז מכיר אז דער 'איך' איז גארנישט... מען הייבט אויף די אויגן צו הקב"ה און מען פארלאזט זיך נאר אויף אים, אין עוד מלבדו!
יעצט שטייענדיג ביים שוועל פונעם הייליגן יו"ט לאמיר ממשיך זיין מיט אונזער שמועס און עס נעמען א טריט ווייטער... (ליינט א אמת'ע מעשה)
הרב מארקאוויטש האט זיך אוועקגעזעצט אויפן זעקס שעה'יגן פליגער קיין לאס אנדזשעלעס, זיין שכן, א יוגנטליכער אין די צוואנציגער יארן בכלל נישט רעליגיעז האט אויסגעקוקט צו זיין אביסל אומרואיג, נאך א פאָר קורצע לייכטע באגרוסינגען זענען ביידע פארטוען געווארן מיט זייערע אייגענע אינטערעסן, דער רב האט מעיין געווען אין א ספר און דער יוגנטליכער האט געארבעט אויף זייניגע.
נאך א וויילע האט די רב באמערקט אז אויף זיין שכן דער יוגנטליכער הערשט עפעס א שטארקע אומרואיגקייט, שפירנדיג אז אפשר קען ער אים ארויסהעלפן, האט ער אנטוויקלט א שמועס און ווי שאקירט איז ער געווען צו הערן אז ס'האנדלט זיך פון א אידיש קינד, און נישט סתם א איד, נאר פון א בחור וואס נישט צו א לאנגע צייט צוריק איז ער נאך געזיצן בין כותלי הישיבה, מיט א צובראכן הארץ הערט זיך די רב צו ווי דער בחור זאגט ..ס'איז נישט געווען פאר מיר דערפאר האב איך עס איבער געלאזט, און ווי אהין פאָרסטו? זייענדיג א געלונגענער מוזיקאנט בין איך אויפן וועג צו ערפילן מיינע לאנגיעריגע פלענער, ס'ווארט מיר שוין אפ דארטן א שטיקל שטעלע...
העכסט אינטערעסאנט, עטנפערט דער רב געלאסן מיט א גלאטן פנים נישט צו ברענגן אויפמערקזאמקייט אויף זיינע אינערליכע געפילן און מחשבות, נאך עטליכע שטילע מינוטן פרעגט אים די רב מיט א שטארקע ליבליכקייט כ'באמערק אבער אז די ביסט אזוי אומרואיג אפשר איז פארהאן עפעס וואס איך קען דיר ארויסהעלפן? ..איר האט באמערקט כ'קען עס נישט גלייבן?! ... ס'קומט אים נישט אָן גרינג אבער צוביסלעך פאנגט ער אָן דערציילן: ווען כ'האב פארלאזט די ישיבה וועלט האט עס מיר אין אנהייב אויסגעזעהן געשמאק און אינטערעסאנט, אבער ווי א טאג ס'איז פארביי איז דאס נעכטיגע געווארן אויס אינטערעסאנט, האט מען געזיכט עפעס פריש אויף מארגן, און איך בין געגאנגען פון איין זאך צום צווייטן, פון איין פלאץ צום צווייטן, ווען אין די זעלבע צייט האב איך פון אינדרויסן אנגעשטעלט א שטאלצע פנים אז לעבן איז עפעס געוואלדיג, בעסער פון דעם קען בכלל נישט זיין...
האבנדיג א לאנגיעריגע חלום פון זיין א שטערן אין די וועלט פון מוזיק, האב איך זיך א קורצע צייט צוריק איינגעשריבן צו ווערן א טייל פון איינע פון די גרעסטע מוזיקאלישע פירמעס אין לאס אנדזשעלעס, אבער כ'וועל זיין אמת'דיג, אין מיין הארץ בין איך געווען צוריסן און צופליקט, כ'האב נישט געוויסט צו איך טו גוט אדער נישט, צו איך גיי צו ווייט אדער נישט, זיך איבער צו שמועסן מיט איינעם האב איך נישט געהאט, און איין זאך האט געברענגט די צווייטע כ'האב זיך געטראפן אין עיר פארט ווארטנדיג ארויסצופליען... זיצענדיג אין עיר פארט האט עפעס אינטערעסאנט פאסירט, איינע פון די זאכן וואס מען דארף האבן פאר דעם קאריער איז א צונאמען (כינוי שם) פאר די וועלט מיך צו אנערקענען, כ'שפעקאליר שוין א לענגערע צייט ווי אזוי כ'זאל זיך רופן, אבער כ'האב מחליט געווען אז כ'וויל האבן עפעס וואס האט א שייכות מיט מיין ארגינעלע נאמען, האב איך באטראכט מיין אייגענע נעמען און עס פרובירט ארומצודרייען און אויסצודרייען... צו מיין מזל האב איך אראפגעשריבן מיין נאמען "משה ארי" פארקערט, און פלוצלינג קומט מיר די בלוט ארויף אין קאפ, מיט ציטערדיגע הענט ווייזט ער דעם שטיקל פאפיר פארן רב צוויי ווערטער "ירא השם".
א הייסע טרער געבט זיך א כאפ ארויס פון זיינע אויגן... וואס טוט מען? דא אנטלויף איך קיין קאליפארניע אוועק פון אידישקייט, אוועק פונעם בורא עולם, און דא שיקט מיר השי"ת אזא שטארקער צייכן וואס שרייט מיר אין פנים אריין "מיין קינד הער אויף לויפן און שפילן פאנגט אָן לעבן דעם אמתע ירא השם וואס ליגט אינעווייניג", טייערע רב כ'ווייס נישט ווער איר זענט אבער טאמער האב איך געהאט ווייניג ספיקות ביז אהער בין איך יעצט אינגאנצן צומישט כ'וויל זיך זאפארט צוריק דרייען... כ'וויל זיך טרעפן מיט די אמתע זיך א ירא השם, ס'איז מיר קלאר אז מיר האבן א טאטע אבינו שבשמים וואס פירט אלעס אויף טריט און שריט, כ'זעה אים פאר די אויגן!
טייערע ברידער, דאס איז די הייליגע יו"ט פורים, ס'איז דער טאג וואס איעדע איד טרעפט זיך מיט זיך אליין, דער טאג וואס דער איד טרעפט זיך מיט די אמתע זיך, ער ווערט געוואר אז אין זיין הייליגע נאמען, אין זיין הייליגע מציאות ליגט א אמתע ירא ה', א אוהב ישראל, א אוהב הבריות און אזוי ווייטער, ס'ווערט קלאר פאר די אויגן אז טיף אינעווייניג זענען מיר אלע ריין גאלד געטרייע קינדער פון אונזער באליבטע טאטע, במשך דעם יאר איז עס דער קליפת עמלק וואס טוט אונז פארדרייען דעם מח און זעצט אונז ארויף אויפן פליגער, וואס דאס מיינט אז דער קאפ און מח פונעם מענטש פארט פון איין וועלט צום צווייטן אָן טראכטן ווי בין איך? ווי גיי איך? ווען אין די זעלבע צייט שטעלט ער אָן א פנים כאילו אלעס איז געוואלדיג, לעבן איז בעסער ווי גוט... דער עמלק ווייסט אז כדי צו קענען פארדרייען דעם אידעלע פארלאנגט זיך אויפצובויען דאס גיאות פונעם מענטש מיט מחשבות ווי ..'איך' פארשטיי און איך ווייס, 'איך' בין אויך עפעס א שטיקל מציאות, עפעס א 'יש', און צוביסלעך ווערט מקיום דעם ורם לבבך ושכחת את ה'.
קומט אבער דעם הייליגן טאג פון פורים ווען מיר זענען למעלה מן הדעת, ווען דער איד טרינקט ער איז מקיים דעם עד דלא ידע, און ס'ווערט מקיום דעם נכנס יין יצא סוד, די הייליגע הרגישים גיסן זיך איבער און דאס אמת קומט ארויס, דאס ליבשאפט און בענקשאפט צו הקב"ה ווערט געשפירט אין די לופט, ס'ווערט קלאר פאר די אויגן ווער דער איד איז באמת... און דער אידעלע הייבט זיך די אויגן צו אונזער באליבטע טאטע און בעט זיך אלי אלי למה עזבתני - טאטע זיסע פארוואס האסטו מיר איבערגעלאזט? "טאטע זיסע אבינו שבשמים ס'איז ביי מיר קלאר אז כ'קען נישט אָן דיר, און איך ווייס אז מיט דיר איז אלעס לעכטיג און געשמאק" ס'איז ביי מיר קלאר אז די ביסט דער וואס מאכט און טוט, די פירסט אלעס פונעם גרעסטן ביזן קלענסטן און אָן דיר קען איך נישט, מיין גאנצע מציאות איז ממש גארנישט, "אלמלא הקב״ה עוזרו אינו יכול לו"...
און ווי מיר האבן געשמועסט לעצטע וואך אז ווען דער איד איז זוכה צו זיין ווי די "שמן" פון די מנורה, ווי די ריינע איילבורט אויל וואס איז זיך אינגאנצן מבטל צום פלאם, וואס דאס מיינט אז ער לעבט א לעבן מיט די גרעסטע מאס ביטול הדעת צו הקב"ה, ער לאזט זיך פירן פון הקב"ה, איז ער זוכה צו זעהן די יד ה', ער איז זוכה צו שפירן ווי הקב"ה פירט אים אויף טריט און שריט, ער וועט זעהן פארענט פון די אויגן ווי השי"ת דרייט וועלטן, (ונהפוך הוא) און טאקע דארט ווי ער זיכט אוועק צו לויפן וועט זיין די פלאץ פונעם ישועה, ער וועט זעהן ווי ס'ווערט מקיום דעם להעלת נר תמיד ס'פלאמט אויף דעם אור הגנוז וואס ליגט אין איעדע איד, פלוצלינג ווערט לעכטיג און קלאר פאר די אויגן... אלע שווערע פראגעס און שאלות וואס דער טינקעלע גלות ברענגט אויף אונז, די אלע ספיקות וואס דער עמלק ווארפט ארויף אויף אונז ווערן פארברענט פון דעם אש קודש די הייליגע פלאם, ס'ווערט קלאר פאר די אויגן דעם "אין עוד מלבדו" ס'עקזעסטירט גארנישט נאר הקב"ה.
ברידער טייערע, אמת אז פון איין זייט טוען מיר באקעמפן דעם עמלק מיט דעם וואס מיר לעבן פונקט ווי דער "שמן המנורה" וואס געבט אויף זיין אייגענע מציאות צו הקב"ה, מיר זענען זיך אינגאנצן מבטל צו הקב"ה צו דעם אייביגן הייליגע פלאם, אבער אין די זעלבע צייט פארלאנגט זיך אז מיר זאלן געדענקן אז 'אויל איז נישט וואסער', שמן-אויל שווימט אייביג ארויף, ס'האלט זיך אויבן, וואס דאס זאגט אונז אז אין די זעלבע צייט וואס מיר געבן אויף אונזער מציאות צו השי"ת - דארף ביי אונז הערשן א אויפגעהויבנקייט, א שטאלצקייט דער איד דארף וויסן ווער ער איז און וואס זיינע כוחות זענען... פורים ווען מ'טרינקט מער ווי מ'איז געוואוינט און ס'עפענט זיך אויף דאס אידיש הארץ, דער אידעלע טוט זיך באגעגענען מיט זיינע אינערליכע גרויסע כוחות מעלות און טאלאנטן, ער ווערט געוואר אז ער איז א קינד א פרינץ פון דער מלך העולם און אמת אז א גאנץ יאר איז עס שווער צו באמערקן ווייל דער עמלק צומישט און פארדרייט דאס קאפ און מח, אבער היינט איז עס קלאר ווי טאג, דארפן מיר עס אריין קריצן אין זיך, ווייל ווען דער וויין וועט נאכלאזן און דער טאג וועט פארביי גיין וועט דער אלטער עמלק זיין צוריק, מיר דארפן דאס געדענקן מיט א קלארקייט אז דער איד איז העכער אלעס אויף די וועלט ער איז א קינד פון דער מלך העולם וואס האט אים באשאנקן פילע מעלות כוחות און טאלאנטן צו קענען משפיע זיין פאר זיך און פאר די וועלט!
דאס זעלבע געפינען מיר טאקע אין די וואכעדיגע פרשה, כִּי תִשָּׂא אֶת רֹאשׁ בְּנֵי יִשְׂרָאֵל לִפְקֻדֵיהֶם וְנָתְנוּ אִישׁ כֹּפֶר נַפְשׁוֹ לה' - די תוה"ק ניצט א לשון פון אויפהייבן כאטש אז צו זאגן ציילן וואלט געדארפט שטיין כי תפקוד, און דערנאך שטייט די לשון פון "ראש" בני ישראל, די קאפ פון אידישע קינדער... ע"פ וואס מיר שמועסן איז עס געוואלדיג, ווייל די ערשטע זאך פארלאנגט זיך אויפצוהייבן דעם קאפ מיט שטאלצקייט דער איד דארף וויסן מיט די גרעסטע מאס קלארקייט ווער ער איז און וואספארא געוואלדיגע כוחות ער פארמאגט, דאס איז די שליסל צו הצלחה ברחניות ובגשמיות!
צום שלוס טייערע ברידער, פורים איז א צייט אויפצוגעבן דעם דעת, די אלע מחשבות און חשבונות וואס באגלייטן אונז במשך דעם יאר איז צייט איבערצולאזן, און דאס אנבינדן אין דעם איין איינציג מחשבה פון "אין עוד מלבדו" ס'עקזעסטירט גארנישט נאר אבינו שבשמים! און פון די אנדערע זייט גלייבן אין זיך, אנערקענען די געוואלדיגע כוחות וואס הקב"ה האט אונז געגעבן, און ועל כולם גלייבן אז מיר זענען די טייערע באליבטע קינדער פון דער מלך העולם, נו ווען דער איד איז זוכה צו די צוויי ווען מיר זענען זוכה צו די געוואלדיגע קלארקייט, ווערט דאך ביים איד פרייליך ליהודים היתה אורה ושמחה וששן ויקר, ס'ווערט ליכטיג און געשמאק, ווייל ווי איז דען פארהאן א גרעסערע שמחה ווי זיין אונטער די שאטן פון הקב"ה דער מלך העולם אונזער באליבטע טאטע... לאמיר זיך אנכאפן מיט שטארקייט און צוזאמען מארשירען אקעגן דער מלך המשיח בב"א.
לסיכום געדענק:
• פורים איז למעלה מן הדעת, זיי זיך מבטל צו הקב"ה, און צינד אָן דעם אש קודש.
• פורים איז א צייט זיך צובאקענען מיט זיך אליין, ניץ אויס דעם טאג געוואר צו ווערן ווער די ביסט.
• לאמיר זיין שטאלץ, מיר זענען קינדער פון דער מלך העולם, וואס אט גייען מיר צוזאמען אקעגן דער מלך המשיח בב"א!
א פרייליכען און ליסטיגן פורים!
מיט א טיפערן בליק - פורים ע"ה - פורים למעלה מן הדעת (ב)
- ישמעאל הכהן
- חבר ותיק
- הודעות: 2111
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
- האט שוין געלייקט: 1551 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל