די תורה'לע פון "יום כיפורים – כפורים" איז שוין אזוי אויסגעדראשן ווי עס קען נאר זיין, און איז געוויס ערפינדן געווארן דורך עפעס א לץ. פארט האבן מיר מקבל געווען פון אונזערע רביס אז אפילו אין אן אידישער ווערטל ליגט א גרויסער אמת. דארף מען דאך פארשטיין פארוואס מיר האבן זיך אזוי צוגעכאפט צו דעם געדאנק אז פורים זענען פארהאן די הארות פון דעם טאג וואס מען איז מכפר די עבירות.
לעיקוואוד זאגט אז פורים איז דער אנטי סיסטעם יום טוב. לכאורה איז ער שטארק גערעכט. מיר דארפן דאך אבער פארשטיין קלארער וואס איז דער גדר פון דעם סיסטעם כדי מען זאל קענען ריכטיג מנצח זיין דעם קליפה פון עמלק אין דעם יום הפורים, ווי עס שטייט אין איינע פון די גוטע ביכער, "קען דיין שונא".
ווי יעדער חכם וועט אודאי מסכים זיין, איז באמת נישט פארהאן אזא פלאטאנישע מושג ווי א סאציאלע סיסטעם. עס עקזיסטירט אפילו נישט אן אביעקטיווער מושג פון 'עקאנאמיע' אדער 'געלט'. בסך הכל זענען פארהאן אסאך מענטשעלעך מיט קליינע סיסטעמלעך אין זייער קאפ. פון דעם חרדי אויף ראדני סטריט ביז דעם ארטיסט אין בעדפארד סטייווענסענט. מענטשן האבן זיך געוויסע הנחות ווי אזוי א 'פערפעקטער' מענטש אדער וועלט קוקט אויס, און רוב לעבן ווערט געווידמעט צו שטרעבן צוצוקומען צו דעם פערפעקטן סיסטעם.
ביי יעדן איינעם איז דא אן אנדער סיסטעם אין קאפ. ביי איינעם מיינט דאס א חניוקישער איד מיט קאלטענעס אין די בארד וואס שטופט נישט א קעריעזש, ביי א צווייטן איז עס א פראטעסטירער קעגן אלע אומרעכטן אין דער וועלט וואס ווערן באגאנגען קעגן באשעפענישן, פון די גע'רודפט'ע פאלעסטינער ביז די ארעמע שטיינדלעך וואס ווערן אפגעריבן אויף די פאדלאגע, ביי א דריטן איז עס א חלום פון ווערן א רייכער ריעל עסטעיט מאגנאט. עס איז קלאר אבער אז יעדער מענטש האט ביי זיך א בילד, באוואוסטזיניג אדער אומבאוואוסטזיניג, פון א שלימות'דיגע וועלט, אין וועלכן ער שפילט אודאי א הויפט ראלע, (וזהו סוד תחיית המתים וימות המשיח).
ווען דער מענטש שפירט אז עפעס אין די בריאה שטימט נישט מיט זיין סיסטעם, ווערט ער פרוסטרירט און פיל מיט אויפרעגונג און צומאל אפילו מיט ענקזייעטי. ער דרייט זיך ארום א פארעצבנ'טער, א צובראכענער אז זיין סיסטעם ווערט נישט רעאליזירט. די תוצאות קענען זיין פארשידנארטיג. אפטמאל וועט ער אריינפאלן אין א יאוש און דעפרעסיע, אנדערע מאל וועט ער ווערן אזוי אנגעצויגן און נערוועז אז ער וועט זיך נישט קענען צוזאמנעמען אפילו עטוואס צו ערפילן זיין סיסטעם. נאך אנדערע מאל וועט ער אריינגיין אין אזא דמיון כאילו זיין סיסטעם איז פולשטענדיג רעאליזירט, און ער וועט זיך אויפפירן לויט אזעלכע אומעקזיסטירנדע הנחות וואס ביי יעדן קוקט דאס אויס מאדנע אבער ביי אים איז דאס די פארשטענדליכסטע זאך. ער האט דאך א פונקטליכע בלו פרינט ווי אזוי די וועלט דארף אויסקוקן, און טאמער ס'קוקט נישט אויס אזוי, וועט ער זיך מאכן אזוי לאנג ביז עס וועט זיך אים דאכטן כאילו די וועלט טאנצט מיט מיט אים (וזהו סוד אייסיס).
כשם שפרצופיהם שונות, כך סיסטמותיהן שונות. פארהאן מענטשן וואס זענען גאר שטארק אדוק אין זייער סיסטעם, און אויב מען וועט פרובירן דאס אוועקנעמען פון זיי וועלן זיי זיין גרייט ליהרג ולהרוג. אנדערע לעבן נישט אזוי שטארק מיט זייער סיסטעם, עס נוזשעט נאר אזוי אין דעם הינטערגרינט. הצד השוה שבהם אז דער סיסטעם דיקטירט זייער לעבן.
[center]*[/center]
הרב קוק שרייבט אין 'אורות התשובה' אז דער געדאנק פון תשובה איז דער עומק היסוד פון די בריאה. די כונה דערפון איז אז תשובה ערלויבט פאר א מהות אין די בריאה זיך צוריקצוקערן צו דעם שורש פון דעם עצם זאך. ווי מיר ווייסן היינט פון די געזעצן אין פיזיקס און אין כעמיע, זוכט יעדער באשטאנדטייל אויף דער וועלט צו עקזיסטירן אין דעם גרינגסטן מצב וואס איז שייך, מיט די קלענסטע הגבלות. דאס איז דער יסוד פון די חוקים פון אינערשיע און טערמאדינאמיקס.
אויבנאויף איז דער באדייט פון תשובה אז דער מענטש זאל טוישן זיין מהלך החיים. ארויסגיין פון דעם עבירה'דיגן סיסטעם, אין וועלכן דער מענטש זוכט צו באקומען וואס מער פיזישע הנאות פון די בריאה, און אריינגיין אין א מצוה'דיגן סיסטעם, אין וועלכן דער מענטש אדאפטירט דעם סיסטעם מיט פונקטליכע אינסטרוקציעס וואס מען האט באקומען ביי מתן תורה. דער תשובה איז אודאי א גוטע זאך. דאס וואס דער מענטש האט אנערקענט אז עס לוינט זיך נישט צו לעבן אין א חומריות'דיגער סיסטעם און וויל אנשטאט דעם לעבן אין א בעסערער סיסטעם וואס וועט אים ברענגען א געזונטער לעבן איז א געוואלדיגע דערגרייכונג.
פון דער אנדערער זייט, איז דאס נאכנישט דער עומק היסוד פון תשובה. בלויז ווייל דער מענטש האט אנערקענט אז א לעבן וואס איז באגרינדעט אין תורה ומצוות איז בעסער פאר אים באדייט נאכנישט א שינוי מהותי אין דעם מענטש. בסך הכל זאגט דאס אז ער האט ביז איצט געלעבט אין א שלעכטער סיסטעם און פון היינט און ווייטער וועט ער אדאפטירן דעם בעסערן סיסטעם. ס'איז א בחינה פון זדונות נעשו לו שגגות. ער איז באגאנגען א טעות אין די ביכהאלטעריי פון זיין לעבן, און יעצט פארריכט ער דעם טעות און טוישט זיין ביזנעס פלאן. מעגליך אז ער וועט זיך נאך איין טאג בארעכענען אז דער פריערדיגער סיסטעם איז גאר געווען בעסער. אפשר לוינט זיך אפילו צו ליידן צוועלף חדשים אין א הייסער גיהנם אויב מען קען ארויסנעמען די מאקסימום הנאה פון זיבעציג יאר אויף דער וועלט אן קיין שעבודים.
אמאל איז אבער דא א מענטש וועלכער קומט צו די הכרה אז ער האט ביז היינט געלעבט אין א טעות יסודי; ער וויל פון היינט און ווייטער ארויסגיין פון אלע סארטן סיסטעמען, און צוריקגיין צו זיין עצם יסוד און זוכן וואס ער וויל אויף דער וועלט. ער וויל אראפנעמען יעדע הגבלה און פארשטיין אז זיין נפש איז א חלק אלוק ממעל וואס מען נישט פארשליסן מיט א משומר פילטער אדער איינשפארן אין תרי"ג מצות. ער פארשטייט אז יעדער סיסטעם, פון דעם הייליגסטן ביז דעם נידריגסטן, איז בסך הכל א יצירה וואס איז באשאפן געווארן ארויסצוברענגען דעם אלקות פון די בריאה.
פאר אזא מענטש עפנט זיך א נייער טויער. דער מענטש ווערט א בריה חדשה. די עבירות און טעותים וואס ער איז באגאנגען ווערן ווי פארשוואונדן, און ער פארשטייט אז דאס איז בלויז געווען א דמיון. ס'איז זדונות נעשו לו זכיות. זיין גאנצע לעבן איז איין שטיק זכיות, פון אנהויב ביז'ן סוף.
איינער וואס איז מקבל אויף זיך דעם עול התורה והמצוות מאהבה ווערט באצייכנט אלס א קטן שנולד. די בחינה דערפון איז אז א ניי געבוירן קינד פארלאנגט גארנישט. ער ווייסט נאכנישט פון קיין סיסטעמען, פון קיין תורה, פון קיין עבירה, פון קיין שיטה, פון קיין גאט. ער לעבט גאט. ער "איז" גאט. ער קומט פון אן ארט וואו עס איז נר דלוק לו על ראשו ורואה מסוף העולם ועד סופו. ער באטראכט די גאנצע וועלט מיט וואונדער, ער עפנט זיינע אויגן און קוקט זיך ארום. די וועלט איז אים גארנישט שולדיג, ער איז גארנישט שולדיג פאר די וועלט. ער איז סתם נהנה מזיו השכינה פון יעדע רגע פון זיין עקזיסטענץ.
ערשט דאן, ווען א מענטש באקומט די יכולת צוריקצוגיין צו דער מדריגה פון כקטן שנולד, דוקא דעמאלט קען ער בוחר זיין צו לעבן אונטער דעם סיסטעם וואס רופט זיך תורה ומצוות, נישט ווייל דער מענטש ווערט אידענטיפיצירט מיט דעם סיסטעם פון דער תורה, נאר ווייל דער געטליכקייט אין דעם מענטש שטרעבט זיך צו מסדר זיין דאס לעבן אויף א וועג וואס זאל קענען ארויסברענגען דאס גרעסטע און ערהאבנסטע וואס איז באהאלטן אין אים. נישט ווייל די תורה צווינגט אים צו אריינגיין אין זיין סיסטעם, נאר ווייל ער אנערקענט אז דאס ברענגט אים צו אן עולם שכולו טוב.
[center]*[/center]
ביים זמן מתן תורתינו האבן די אידן געהאלטן נאך א גאנצע רייע ניסים ונפלאות, זיי זענען געווארן צוגעוואוינט צו א געוויסע צורה פון געטליכקייט און דערהויבנקייט, פון א גאט וואס שפאלט ימ'ען און רעגנט פלייש. אזא תורה איז א סיסטעם. די אידן האבן טאקע ליב געהאט דעם סיסטעם, זיי האבן געשריגן נעשה ונשמע מיט פרייד. אבער וואס וועט זיין אויב מארגן וועלן זיי מחליט זיין אז זיי האבן געפינען א בעסערער סיסטעם? ווען דער מענטש ווערט געפירט דורך איין סיסטעם קען ער מארגן ווערן געפירט דורך א צווייטער סיסטעם. דערפאר האט אויסגעפעלט עס זאל זיין כפה עליהם הר כגיגית.
ווען עס איז אנגעקומען פורים זענען די אידן געווען אין א גענצליך אנדערער מצב. זיי זענען געווען היבש באקוועם אין זייער גלות. זיי האבן זיך גוט געפינען אין דעם קעניגליכן שטאט. זיי זענען געווען אידן, זיכער. אבער זיי האבן אינגאנצן נישט ערווארטעט אז דאס דארף עפעס פארלאנגען פון זיי.
און פלוצלינג איז אונטערגעקומען אזא גזירת המן, און פון איין טאג אויפ'ן צווייטן האבן זיי זיך געטראפן אין א מצב אין וועלכן זיי האבן געמוזט אנהויבן פון אלף. זייער לעבן איז געווען אין א סכנה צוליב זייער אידישקייט, און זיי האבן געמוזט פון פריש איבערטראכטן וואס דאס מיינט צו זיין א איד, און וואס דאס מיינט צו לעבן בכלל. אין אזא צייט פארגעסט דער מענטש פון אלע סיסטעמען און עס קומט ארויס זיין אינערליכן מהות, ויזעק זעקה גדולה ומרה.
נאר דאן איז געווען שייך דער קבלוה מאהבה, ווען אידישע קינדער האבן באשלאסן אז עס לוינט זיך צו זיין א איד ווייל דאס גיבט זיי אריין א העכערקייט און דערהויבנקייט אין זייער לעבן. נאר דאן איז שייך זיך צו מקשר זיין מיט דעם אידישקייט וואס איז העכער פון דעם שענסטן גן עדן. נאר דאן איז שייך זיך צוריקקערן מיט א תשובה שלימה צו דעם געטליכן כח היולי אין דעם מענטשליכן באשעפעניש. און דאן פארשטייט מען אז מען דארף אפילו נישט זיין אנטי סיסטעם, ווייל די סיסטעמען זענען בסך הכל אינטערעסאנטע ברואים וואס מיר האבן ערפינדן אדער אנטדעקט כדי זיך צו פארגרינגערן דאס לעבן. און דאן פארשטייט מען אז די גאנצע עבודה פון 'יום כיפורים' איז באמת בלויז א מיטל זיך צו באגענען מיט דעם 'פורים'.
יום כפורים
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
יאיר: פון דיין גאנץ לאנגן מאמר וויל איך מיך נאר שטעלן אויף איין נקודה. דו ברענגסט בשם אורות התשובה פון הרב קוק אז דער געדאנק פון תשובה איז דער סוד און עומק היסוד פון די בריאה. צו עלאבארירן ברענגסטו צו די אלע פיזישע און נאטורליכע כוחות ווילן צוריקגיין צו זייער איריגינאל מקור. דאס דארף זיין א בחינה פון תשובה.
איך האב אבער א פראבלעם מיט דעם. ווייל ס'איז אינו דומה ווען א מענטש (אדער חיה , ובהמה, לויט געוויסע פארשערס) וועלכער האט א בחירה און פרייען ווילן און א קאנשיענס (מצפון, בעברית.) האט חרטה אויף זיינע מעשים און טוישט דעם מהלך החיים. און וואס ער טוט איז נישט אימפולסיוו אדער אינסטינקטיוו, קען בשום אופן נישט פארגלייכט ווערן צו די אינסטינקטיווע רעאקציעס פון א בעל חי. כש"כ צו די מעשה בראשית'דיג נאטורליכע כוחות פון היץ,קעלט אדער א וואסער שטראם...!
איך האב אבער א פראבלעם מיט דעם. ווייל ס'איז אינו דומה ווען א מענטש (אדער חיה , ובהמה, לויט געוויסע פארשערס) וועלכער האט א בחירה און פרייען ווילן און א קאנשיענס (מצפון, בעברית.) האט חרטה אויף זיינע מעשים און טוישט דעם מהלך החיים. און וואס ער טוט איז נישט אימפולסיוו אדער אינסטינקטיוו, קען בשום אופן נישט פארגלייכט ווערן צו די אינסטינקטיווע רעאקציעס פון א בעל חי. כש"כ צו די מעשה בראשית'דיג נאטורליכע כוחות פון היץ,קעלט אדער א וואסער שטראם...!
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:דער לץ:
http://www.hidush.co.il/hidush.asp?id=5142#.VPeDdJv0BpU
האסט מיר באמת חושד געווען אז כהאב עס נאכנישט מגגל געווען?

איך באציה זיך צום ספעציפישן ווארט אז יום "כיפורים" איז נאר "כפורים". אדרבה, אויב טרעפסטו מיר דעם ערשטן מקור דערפאר וועל איך דיר דאנקבאר זיין.
האדם לא נברא אלא להתענג
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
דער מקור פאר דער טייטש איז אין חסידישע ספרים וואס האבען אזוי אפגעלערנט פשט אין דער תיקונים
ובאמת מתאים סוג של רמז כזה לספר התיקונים שמבוסס כולו על רמזים כאלה. כמובן שאין זה עיקר רעיון הדרוש ואינו אלא רמז ונוטריקין.
פרי צדיק פורים אות א האט געשריבן:ואיתא בתיקוני זוהר (תיקון כ”א) פורים אתקריאת על שם יום הכפורים דעתידין לאתענגא ביה וכו’ . וכן אומרים בשם הרבנים הקדושים זללה”ה דפורים בחינת יום הכפורים, ונקרא יום כפורים היינו כמו פורים, ובאמת נרמז בתיקוני זוהר כנ”ל
הערות שם האט געשריבן: ספר שיח שרפי קודש - פורים אות ד: בשם הר"ר בונים מפרשיסחא זי"ע על מאמר הזוה"ק, יוה"כ הוא כיום פורים, משמע שם מדתלוי יוה"כ בפורים, א"כ פורים גדול יותר מיוה"כ.
וכן מובא הרמז בעוד ספרי חסידות רבים. (קדושת לוי לפורים קדושה ראשונה: לכן אמרו בזוהר הקדוש (תיקו"ז תיקון כא) יום כפורים שהוא כמו פורים, כלומר שהארת יום כפורים הוא כ'פורים')
ובכמה מקומות מובא הדבר בשם "חכמי דורותינו", תורת אמת שמות לפרשת זכור : והטיבו אשר דיברו חכמי דורותינו ז"ל (יערות דבש ח"א דרוש ח; תקוני זהר תקון כא, נז ב) יום כפורים שהוא יום כמו פורים. ועל דרך שבארנו, עבודה אחת הוא להם, והבן:, וכן באוהב ישראל לפורים ד"ה ועפ"ז נבאר קצת: והטיבו אשר דיברו חכמי דורותינו על יום הפורים שהוא כמו יום הכיפורים.
ובאמת מתאים סוג של רמז כזה לספר התיקונים שמבוסס כולו על רמזים כאלה. כמובן שאין זה עיקר רעיון הדרוש ואינו אלא רמז ונוטריקין.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:יאיר: פון דיין גאנץ לאנגן מאמר וויל איך מיך נאר שטעלן אויף איין נקודה. דו ברענגסט בשם אורות התשובה פון הרב קוק אז דער געדאנק פון תשובה איז דער סוד און עומק היסוד פון די בריאה. צו עלאבארירן ברענגסטו צו די אלע פיזישע און נאטורליכע כוחות ווילן צוריקגיין צו זייער איריגינאל מקור. דאס דארף זיין א בחינה פון תשובה.
איך האב אבער א פראבלעם מיט דעם. ווייל ס'איז אינו דומה ווען א מענטש (אדער חיה , ובהמה, לויט געוויסע פארשערס) וועלכער האט א בחירה און פרייען ווילן און א קאנשיענס (מצפון, בעברית.) האט חרטה אויף זיינע מעשים און טוישט דעם מהלך החיים. און וואס ער טוט איז נישט אימפולסיוו אדער אינסטינקטיוו, קען בשום אופן נישט פארגלייכט ווערן צו די אינסטינקטיווע רעאקציעס פון א בעל חי. כש"כ צו די מעשה בראשית'דיג נאטורליכע כוחות פון היץ,קעלט אדער א וואסער שטראם...!
זאגסט א גוטע הערה. באמת האב איך שוין געשריבן דא אויף קאווע שטיבל מיט א צייט צוריק אז לדעתי איז די הכרה - consciousness (נישט מצפון - conscience) פון דעם מענטש באמת בלויז א פארברייטערונג פון דעם כלליות'דיגן הכרה פון די אוניווערס, ממילא לויט דעם קען גוט שטימען אז דער תשובה פון דעם מענטש איז בלויז א פארברייטערונג פון דעם "תשובה" פון דעם דומם צומח וחי פון די גאנצע בריאה.
האדם לא נברא אלא להתענג
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
מצאתי במאמרי בעל התניא שמציין לזה משם מורו המגיד ממעזריטש, אבל גם זה אינו שמועה מבוררת באשר לרמז אולי כוונתו לענין, ואולי גם הוא חזר על זה משם הבדחן שלך.. וייתכן שאתה צודק ויל"ע. אם כבר תגיד שהתיקונים כבר התבסס על הלץ מי אמר שהוא המקור הראשון.
. למעשה זה בדחנות מתבקשת..

מאמרי אדמו"ר הזקן תקס"ו עמוד שמ האט געשריבן:ששמע ממורו המגיד ממעזריטש שיום הכיפורים הוא זמן התשובה עילאה של כנסת ישראל הוא נמשל ונדמה לפורים שהוא כפורים ולא פורים ממש שבחינת פורים הוא למעלה ממנו עד שנדמה לפורים להיות נקרא כפורים
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~