יוסטיץ (און תפיסות) אין אמעריקע

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

א בילד פון דעם טאמאס

.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

chusid האט געשריבן:איך בין סתם נייגעריג אויב דאס ברענגט נישט גינסטיגע רעזולטאטן, למשל די ארעסטירן די רובין'ס וועט צירוקהאלטן די חרדישע עולם פון טוען פארברעכן? לכאורה יא , קוקט נאר וואס אונזערע קאווע שטיבל שרייבערס האבן דא מאריך געווען אין וואס מלערנט זיך פון דע מעשה. איז ארבעט דע שטרענגע סיסטעם? ווידער לכאורה ווען די תפיסות אין אמעריקע זענען ווען אזוי ווי אין ארץ ישראל- לייכטע תפיסה. וואלסטו נישט ווייניגער געציטערט? איך טראכט נאר הויעך...
איך בין סתם נייגעריג, אויב שטעלט מען אראפ צוויי באוואפענטע ביי יעדן טראפיק ליכט און ווער ס'פארלעצט דאס געזעץ ווערט גלייך אפגעקוילעט, וואלטן נישט די גאסן געווען מער פארזיכערט? סך ווינציגער אומגליקן ווי אנדערע מדינות מיט לייכטערע טראפיק געזעצן? איך טראכט הויעך.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך chusid »

דע חלק פארשטיי איך אז עס איז צו א הארבע שטראף צום עבירה, איך האב נאר געמיינט ארויסצוברענגען אז עס דינט א צוועק, און ס'איז אפעקטיוו
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

chusid האט געשריבן:איך בין סתם נייגעריג אויב דאס ברענגט נישט גינסטיגע רעזולטאטן, למשל די ארעסטירן די רובין'ס וועט צירוקהאלטן די חרדישע עולם פון טוען פארברעכן? לכאורה יא , קוקט נאר וואס אונזערע קאווע שטיבל שרייבערס האבן דא מאריך געווען אין וואס מלערנט זיך פון דע מעשה. איז ארבעט דע שטרענגע סיסטעם? ווידער לכאורה ווען די תפיסות אין אמעריקע זענען ווען אזוי ווי אין ארץ ישראל- לייכטע תפיסה. וואלסטו נישט ווייניגער געציטערט? איך טראכט נאר הויעך...


ערגעץ וואו אין שטיבל האט איינער לעצטנס באשריבן אז יעדער מענטש האט א "אינער סקעיל", ד.ה. ביי יעדע דילעמא וואס א מענטש האט, מאכט ער אן החלטה מיט א סיבה סוב-קאנטשעסלי פארוואס ער האט אזוי דעסיידעט, ער האט בליץ שנעל אפגעוואויגן דעם שכר כנגד ההפסד פון ביידע זייטן און אזוי ארום באשלאסן וועלכע מהלך צו נעמען.

לאמיר זאגן א מענטש שווינדלט פראגראמען. פארוואס טוט ער דאס? ער ווייסט דאך אז מען קען אים כאפן און ס'וועט זיין צרות? נאר דא איז די דעסישען "ברי ושמא ברי עדיף", געלט האט איך זיכער נישט, דאס וועל איך זיכער האבן צו שפייזן מיין פאמיליע, איי אפשר וועט מען דיר כאפן? דאס איז נאר א שמא, נישט זיכער, און וויבאלד די ענגשאפט פון פרנסה קוועטשט, מען קען נישט אנדערש אויסקומען מיטן טאג, דעריבער איז מען זיך מורה היתר.

כ'האב געטראכט אלס א מליצה, די וועלט זאגט אז "נויט ברעכט אייזן", אולי איז די כוונה אויף דעם, אייזן איז מרמז אויף תפיסה, כי שבר דלתות נחושת ובריחי ברזל גדע, דער נויט פון פרנסה טוט ברעכן אט דעם אייזן, אסאך פון אונזערע זיידעס אינדערהיים האבן געמוזן שווינדלען צי ביי די בראנפן שטייער, צי שווערצן ביי די גרעניץ, ווייל אנדערש האט מען נישט געקענט אויסקומען מיטן לעבן, ומעשה אבות סימן לבנים וכו'.

וואס וויל איך דא זאגן? אז נישט קיין נפק"מ ווי שווער דו מאכסט די תפיסות, וועט עס לכאורה נישט פארקלענערן די צאל שווינדלער. ווייל יעדער גלייבט און האפט אז ער וועט נישט אנקומען דארט, בשעת ברויט אויפן טיש איז ער מחוייב צו ברענגען. והמציאות יוכיח אז אמעריקע האט סוכ"ס די גרעסטע צאל ארעסטאנטן, פיל מער ווי די ליבעראלע לענדער מיט גרינגערע תפיסות; אלא מאי נישט דא שטעקט דער פראבלעם און נישט די שטרענגע תפיסות זענען די עצה צום פראבלעם. עס איז בלויז רשעות און נקמה, סיי פון די רעגירונגס אגענטורן און סיי פון דעם המון עם וואס גלייבט אז יעדער וואס האט געשפילט מיטן געזעץ איז פריי און הפקר כצבאות וכאילות השדה און פארלירט אויטאמאטיש אלע זיינע נארמאלע רעכטן. (איך וועל נאך בל"נ שרייבן א לענגערע אשכול אויף דעם חלק, ועוד חזון בעז"ה).
וירח ה' את ריח הניחוח
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך משולם שטיינפעלד »

שמעקעדיג האט געשריבן:כ'האב אדורכגעלייענט דעם שטערן דעם חודש, אן ארטיקל איבער איזאלאציע, מיט פארשידענע עפיזאדן ווי אזוי מענטשן האבן געלעבט איינזאם, אליינס, איינער לענגער איינער ווייניגער.

איינע פון די זאכן וואס ער פארציילט איז פון אן ארעסטאנט, טאמעס סילווערסטין, וועלכער זיצט שוין 31 יאר אין טאטאלע איזאלאציע, ער האט נישט קיינעם און גארנישט אויף דער וועלט, נישט קיין שום לייען מאטעריאל, נישט קיין שרייב געצייג, נישט קיין ראדיא, מוזיק אדער טי.ווי., ער קען נישט באקומען קיין פאסט, איז נישט ערלויבט צו האבן באזוכער, און קען נישט רעדן צו קיינעם אויף דער וועלט, עקסטרעם איינזאם, הערמעטיש פארשלאסן מיט שטאלענע ווענט אין דעם שווערסטן אמעריקאנער עי-די-עקס תפיסה אין קאלאראדא, וואו ער האט נישט מער ווי א בעטל און ביהכ"ס מיט א טישל, וזהו. ער קלאצט אוועק 24 שעה א טאג, 7 טעג א וואך, און 365 טעג א יאר. קיין פענסטערל איז נישט פאראן צו וויסן ווען איז טאג אדער נאכט; א זייגער האט ער אודאי נישט. דער לעקטער ברענגט 24 שעה ארום דעם זייגער וועלכע מאכט סתם אזוי גוט נערוועז בפרט ביים שלאפן, אזוי ארום אז ער האט נישט קיין שום אנונג אין די צייט צי איז טאג אדער נאכט און וויפיל שעה/טעג זענען אדורך... עס איז אויך נישט פאראן קיין סטיעם אדער עירקאנדישאן., אום זומער זענען די היצן אומדערטרעגליך. דער חברה'מאן טענה'ט (און מיט רעכט) אז די אומשטענדן איז אים פיל ערגער ווי דער טויט. ער איז די גאנצע צייט אונטער סורוועילענס ווידעאו (לכאורה זיכער מאכן אז ער באגייט נישט זעלבסטמארד דורך א הונגער סטרייק און פרובירט זיך צו ראטעווען פון דעם גיהנם התחתון).

עס איז שוידערליך צו באגרייפן וואס דאס מיינט פאר א מענטש אפילו בלויז פאר א וואך, ווער רעדט א חודש? א יאר? און דא רעדט מען פון אומגלויבליכע 31 יאר!!

און די ערגסטע פון אלעם איז נאך אז ער שפירט זיך אומשולדיג. אלס יונגער טוטער האט מען אים ארעסטירט ווייל ער איז געווען פארמישט אין א פארברעכן, למעשה האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט אז ער האט נישט געזאלט ארעסטירט ווערן, אבער נאך איידער דער גינסטיגער פסק איז ארויסגעקומען האט ער דערמארדעט איינע פון די אפיצירן אין תפיסה וועלכער איז אים שרעקליך דערגאנגען די יארן, האט מען אים דעריבער פארשיקט אין פיל א שווערערע תפיסה, און דארטן האט מען זיכער געמאכט אז מען זאל אים ענג מאכן דאס לעבן און טעראריזירן וויפיל עס איז מעגליך, ביז דער מענטשליכער מח זיינער האט עס מער נישט געקנט דערהייבן, און ער האט יענעם אפיציר אויכעט דערמארדעט, איז ער אנגעקומען צו דעם יעצטיגן גיהנם.

מענטשן רעכטן פרובירן פייטן פאר אים, אבער אן ערפאלג. די מערסטע מאדנע איז מיר געווען צו ליינען אז מען האט געברענגט די טענה פאר א ריכטער אז לויט די אמעריקאנע קאנסטיטוציע טאר מען נישט באשטראפן מיט אומגעווענליכע ברוטאלע עונשים, האט דער ריכטער גע'פסק'ענט – פשוט און גראד – אז דאס הייסט נישט ברוטאל... האלא, רב ריכטער, אפשר פרובירסטו עס אויס פאר א וואך, און מען וועט דערנאך שמועסן נאכאמאל? צולייגער איינער...

עס איז אומגלויבליך אז אין די היינטיגע דעמאקראטישע אמעריקע זאל מען אזוי ביטער פייניגן מענטשן. די לאנד וואס האט דעמאנסטרירט דעמאקראטיע, דער לאנד וואס האט זיך געגערינדעט אויפן יסוד אז די גאווערמענט איז נישט דיין בעה"ב, נאר דיין שליח וואס זוכט צו ארבעטן געטריי פאר יעדן אינדיווידואלן מענטש, און עס איז מער נישט פאראן די רשעות'דיגע רעזשימען פון אמאליגע מיטל-אלטער וועלכע האבן געקענט טון מיט א מענטש ככל העולה על רוחם, און פון היינט און ווייטער איז פאראן מענטשן רעכטן.... יא יא, גיב א קוק ווי שרעקליך נידריג מען האלט היינט... שומו שמים.


רב שמעקעדיג, איך בין געווארן שאקירט ליינענדיג דיין תגובה. אזא זאך זאל מען טוהן מיט א מענטש?

איך האב געמוזט דערגיין מער פרטים. איך האב געליינט זיין בלאט אויף וויקיפעדיע. נאכן ליינען די ארטיקל איבער אים מיט אלע פרטים, איז עס אסאך מער פארשטענדליך, און עס הערט זיך בכלל נישט אזוי ברוטאל.

ער האט ערמארדעט א תפיסה אפיציר.

אויב ווייסט אן ארעסטאנט וואס זיצט לעבנסלענגליך אז גארנישט ערגער קען געשעהן צו אים, וואס זאל אים צוריק האלטן פון הרג'ענען מענטשן אין תפיסה?
מילכיג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 52
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 29, 2014 12:20 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל

שליחה דורך מילכיג »

טויט שטראף קומט אים - וואס עפעס אזא מין פיינינג?!
אגב, וויזוי האט ער געקענט פארציילן וואס ער גייט אדארעך?
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך משולם שטיינפעלד »

איז דאך דא ליבעראלע שטאטן וואס ערלויבן נישט טויט שטראף. וואס איז די עצה?
מילכיג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 52
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 29, 2014 12:20 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל

שליחה דורך מילכיג »

משולם שטיינפעלד האט געשריבן:איז דאך דא ליבעראלע שטאטן וואס ערלויבן נישט טויט שטראף. וואס איז די עצה?

פוי, עקל.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

א ניו יארקער מאן וואס איז געווען איינגעשפארט 18 יאר אין תפיסה על לא עוול בכפו פאר א מארד וואס ער איז קיינמאל נישט באגאנגען, האט אצינד געסעטלט מיט די שטאט פאר 4.75 מיליאן דאלער קאמפענסעישאן - די גרעסטע סכום אין היסטארי פאר א סעטלמענט.

http://nypost.com/2014/12/23/wrongfully ... rom-state/
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

די הארץ רייסט. אומגלויבליך וויפיל אומשולדיגע מענטשן שמאכטן אוועק יארן לאנג, מיטב שנותיהם, על לא דבר, על לא עוול בכפם, ואין פוצה פה.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל

שליחה דורך קינד_אן_קייט »

ס׳שרייט ארויס דער ווייטאגליכער אומרעכט קעגן Travion Blount, א שווארצער יוגענטליכער וועלכער האט באקומען זעקס לייף טערמינען פאר א רויבעריי וואו קיינער איז נישט ערנסט געשעדיגט געווארן:

Why 15 Year Old Travion Blount Got More Than 6 Life Sentences for A Crime Where No One Was Hurt
כאן, חבל טבור הארץ.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

באניצער אוואטאר
פידלער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 29, 2013 12:55 am
האט שוין געלייקט: 372 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך פידלער »

באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אזוי ווי איר שרייבט, האריפייאינג, נישטא קיין ווערטער. אומגלויבליך!!!

לענ"ד איז דאס דער גרעסטער פראבלעם פון אמעריקע, העכער העלט אינשורענס און אימיגראנטן וכו'. עס איז די העכסטע צייט צו נעמען די זאך אין די האנט אריין און רעפארמירן דעם זינלאזן רשעות'דיגן סיסטעם.
וירח ה' את ריח הניחוח
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך chusid »

זענען די שטרענגע קאנסארוואטיוו ריפאבליקאנע שולדיג אין דעם אדער איז דאס סתם א סיסטעם פראבלעם?
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

[tag]המלוכה והממשלה[/tag], וואס איז נאך אלס נישט פארענטפערט איז פארוואס בארבער איז אנטלאפן פון די פאליציי נאכן מארד. דאס אז ער האט אים געשטאכן זעקס מאל פארשטיי איך נאך אבער פארוואס האט ער זיך באהאלטן פאר א גוט יאר???
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

א פרוי פון אריזאנא זיצט שוין 22 יאר אין תפיסה, ווארטנדיג אויף איר טויט אורטייל, צוליב א אנגעבליכע קלאגע אז זי האט ערמארדעט איר אייגענע זון.

בשעתו האט מען איר אנגעקלאגט מיט א מעשה אז זי האט געמאכט א יד אחת מיט 2 אנדערע מענער צו הרג'ענען איר זון, כדי צו קלעימען אינשורענס. עס איז נישט געווען קיין שום עדות דערצו, אבער א דעטעקטיוו האט אזוי דערקלערט און אויף דעם ארויף האט מען איר צוגעטיילט טויט שטראף, און זי ווארט שוין דערויף 22 יאר.

אצינד האט א דזשאדזש איבערגעקוקט איר קעיס, און איר פשוט באפרייט!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

און אז מען רעדט שוין,

a 152 Innocents, Marked for Death

עס כאפט א פחד צו ליינען ווי דער פראקוראר זעלבסט איז זיך מתוודה אז די טעותים פאסירן בלויז ווייל זיי זוכן ענדערש צו געווינען בכל אופן שהוא ווי איידער יוסטיץ. עלובה עיסה וכו'.

(ייש"כ פארן ניק וואס האט מיר דאס צוגעשיקט)
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל

שליחה דורך קינד_אן_קייט »

[left]FBI admits flaws in hair analysis over decades[/left]
[left]
The Justice Department and FBI have formally acknowledged that nearly every examiner in an elite FBI forensic unit gave flawed testimony in almost all trials in which they offered evidence against criminal defendants over more than a two-decade period before 2000.

Of 28 examiners with the FBI Laboratory’s microscopic hair comparison unit, 26 overstated forensic matches in ways that favored prosecutors in more than 95 percent of the 268 trials reviewed so far, according to the National Association of Criminal Defense Lawyers (NACDL) and the Innocence Project, which are assisting the government with the country’s largest post-conviction review of questioned forensic evidence.

The cases include those of 32 defendants sentenced to death. Of those, 14 have been executed or died in prison, the groups said under an agreement with the government to release results after the review of the first 200 convictions.
[/left]
אומגלויבליך, איז נישט דאס ווארט.
כאן, חבל טבור הארץ.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

קינד_אן_קייט האט געשריבן:אומגלויבליך, איז נישט דאס ווארט.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 761 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל

שליחה דורך מצטמק ויפה »

אין די עמי מאגעזין איז געווען די וואך א הערליכע ארטיקל מיט 'בערנארט קעריק' געוועזענער ניו יארק פאליציי קאמישענער וואס איז אויך געזיצן עטליכע יאר, איבער די קרופטירטע יוסטיץ אין אמעריקע.
א געוואלדיגע ארטיקל A must to read
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום מצטמק ויפה, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
פארשפארט