בחירות אין מדינת ישראל 2015

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
גיבור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 231 מאל

שליחה דורך גיבור »

מדינת ישראל קאכט און דא איז טויט, מען האלט זעקס טעג צום בחירות, די לעצטע סקרים זענען שוין ארויסגעקומען, די נשיא רובי רובלין האט שוין געטרייעט איבערצורעדן די וואס ווילן נישט וואוטען יא צו גיין וואוטען, בקיצור עס איז לעבעדיג און אנגעצויגן, מען באשמיצט זיך איינער דעם צווייטן און מען קען קוים ווארטן צו זעהן צו ביבי בלייבט אדער פליעט,
איך בעט ענק ממש איבער אבער איך האב ממש נישט קיין צייט צו שרייבן לעצטענס, מען בעט ווער עס ווייסט וואס טוט זיך זאל עס ביטע ברענגן צום עולם, ותבוא עליו ברכה.
איזהו גיבור ?
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

אודאי איז דא טויט אז די שרייבסט נישט ווער יא?
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
באניצער אוואטאר
גיבור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 231 מאל

שליחה דורך גיבור »

במקום שאין איש השתדל להיות.....
איזהו גיבור ?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איינע פון די גרויסע זאכן דא אינעם פאליטישן שטורעם איז צו וועט ישי פעסן דעם אחוז החסימה און אויב יא ווי שטארק. אבער ניין.
איך האב שוין דא אויבן אראפ געברענגט די מיינונג פון רוב חרדישע זאך קענער , און לפי יענע באריכט איז לויט 12 ציט ער אן ביים גרעניץ 4. און לויט זיבען אנאליסטן ציט ער נישט אן מער ווי 0 (אקעי. דאס איז שוין סתם שנאת עם הארץ לתלמיד חכם..)
יעצט די שאלה איז וואס איז טאקע ריכטיג ?
דאס איז קלאר אז נישט אלע (עכ"פ פון אנהייב) האבן גערעכנט אז די אראבישע פארטייען ציען אן דאס מאל גאנץ שטארק דהיינו 13 בענקלעך !! וואס דאס הייבט אטומאטיש די פרייז פון א בענקל. און מען מיז האבן היפש מער צו אריבער שפרייזן דעם אחוז החסימה!! וואס דאס שטעלט און א געפאר אלי'ס אחוז.

יעצט וואס איז גיטע נייעס פאר זיי איז אז אין א פאול דורך געפירט וויפיל פראצענט וויילער זענען פארזיכערט און זייער שטימע. האט יחד באקומן 100% וויילער !!! (והסיבה לכך פשוט היא)

יעצט לאמיר גיין צו זייער חשבון פארוואס זיי ציען אן דעם אחוז החסימה און אפילו א 5'טע בענקעל (ובחלום א 6'טע..) און די חשבון איז אזוי..
ר' ברוך מרזל : 70.000 קולות. (בחירות 2013)
רב מזוז : 20.000 קולות. נכלל בזה תלמידיו ויהדות תנזיה,
הרב אבורג'ל : 20.000 קולות. נכלל בזה 7.000 תלמידי הכוללים ומשפחותיהם.
הרב אבינר : 10.000 קולות. תלמידי עטרת כהנים
הרב טאו : 10.000 קולות. תלמידיו למעלה מ'50 שנים.
הרב רפאל כהן - צפת :1.000 קולות.
הרב ברדא - אשקלון : 2.000 קולות.
משפחת מרן הגראש"ל ר' מרדכי אליהו ז"ל : 10.000 קולות.
משפחת הרב יעקב יוסף ז"ל : 5.000 קולות.
תלמידי מרכז הרב : 5.000 קולות.
דאס איז א טאטעל פון 153.000 קולות !!!
ובנוסף קומט נאך צו א 25.000/30.000 קולות פון פארשידענע אנדערע ירקות אנדעסיידעט וואטערס עמך אידן. וכן אנדעסיידעט מענטשן פון שס .ג' א דוגמא וואס צוליב די געפעכטן אינערהאלב די פארטייען. איז מעגליך אז זיי גייען דאס מאל אפ געבן זייער שטימע פאר יחד ,
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך וויל דא איבער געבן א הארציגן דאנק פאר אינזער גיבור@ וואס האט אינז געהאלטן אין איין אפדעיטען איבער די בחירות ביז אהער. ובחדא מחתא מיט א בקשה ביטע "קיפ אס אפדעיטעט" אין די קומענדיגע קריטישע טעג.
מיט דאנק הקטן ה'געוואגטער אינגל !
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

נעכטען איז פארגעקומן א כינוס רבתי און בני ברק פארופן דורך דגל התורה.ווי עס האבן זיך באטייליגט א געשאצטע 100.000 מענטשן !!! מתחילה האט געהייסן אז דאס גייט זיין דורך "גימל" דהיינו אויך די חסידים. למעשה האבן זיי ארויס געבעקט און די לעצטע מינוט , די גערער האט מתחילה שוין פארלאנגט אז עס זאל זיין צוטיילט און איטליכע עצרת'ן מיטן הסבר אז א גרויסע פארזאמלונג אויפן גאס אינטערן פרייען הימל מאכט מען נאר ביי גאר גרויסע גזירות.
למעשה האבן אלע אדמורי"ם ארויס געבעקט און די ענדע. דעם גערער'ס חשבון איז אז ער האלט נישט ביים זיין ביי אן עצרת ווי מען גייט אומאפציעל פריש מחרים זיין די מחבלים. און מיט א קליין ביסל חכמה מיטן זיי צוווארפען א ביינדל דהיינו רוטיציה אויף דעם 7'טע בענקל וואלט מען פארדינט זייער 25.000 קולות ובנוסף נישט פארלירן די וואטערס וואס גייען אוועק צוליב זייער קאמפיין " רק לא ג ",און דער וויזניצער איז אויך פשוט ביי דעם געדאנק נישט צו פארווארפן די אוירבך'ניקעס , געבליבן איז נאר דער בעלזער וואס האט געקענט באשטיין צו גיין זיך באטייליגן מיט דגל (פארגעסט נישט ער איז דאך אלע יארן צוליב פאליטישע חשבונות געגאנגן מיט דגל ...) נאר נישט ווילענדיג זיין די איינציגסטע האט ער אויך ארויס געבעקט אבער ער האט געשריבן א בריעף וואס איז געווארן פארגעליינט דורך ח"כ ישראל אייכלר.
למעשה איז עס געווען א גרויסע סוקסעס!!, אבער משום סיבות שונות האבן זיך די חסידים פארהוילן פון באריכטן דעם עצרת. המבשר האט באריכטעט עטוואס אבער די המודיע האט ממש נישט באריכטעט דעם נעכטיגן עצרת ,
לך לך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 339
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 2:51 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל

שליחה דורך לך לך »

לויט ווי כ'זעה איז ביבי אויף געהאקטע צרות. איז עס אמת? אלע פאולס ווייזן אז ער פאלט אונטער הערצאג
העסט מיר זאגן אז בודזשי גייט זיין קומענדיגע ראה"מ?? .....
וויאזוי זאכן טוישן זיך
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

אין פאליטיק קען אלעס פאסירן, אז אבאמא האט געקענט ווערן פרעזידענט, קען ענטעני ווינער אויך ווערן פרעזידנט... אבער לויט וויאזוי עס זעט אויס וועט ביבי בלייבן זיצן. ער איז צו א פיפיגער פאליטישען און כיטרע פארשוין צו ווערן ריפלעסט. אין אנדערע ווערטער, עס איז נישטא קיין בעסערע קאנדידאט פון אים. וויאזוי האט הארץ געשריבן: איזראליס גלייכן נישט ביבי, אבער האבן מער מורא פון א ריפלעסמענט.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יא דאס איז אמת אז ביבי איז אויף געהאקטע צרות. ער שטייט ביי 21 (און געוויסע האלטן אז עס איז אפילו ווייניגער צוליב איטליכע סיבות) אין בוזשי האלט ביי 24!

יעצט ווער עס וועט עס מאכן אין די ענדע ? איך האב נישט קיין נביאה איך בין נישט קיין שוטה !!(הע..נחתומו מעיד על עצמו...) אין טאמער האב איך יא די נביאה גיי איך נאך אלטץ נישט זאגן.ווייל איך וויל נישט זאלסט זאגן אז איך בין א שוטה!! אבער יעצט מיט אזא קליגן חשבון בין איך זיכער נישט קיין שוטה..במילא האב איך נישט די נביאות.אבער אז איך זאג דיר אויס דעם חשבון בין איך שוין ווייטער צוריק א טיפש..איך בין שוין אינגאנצן צומישט. אבער אידער וועי ווייס איך /זאג איך. נישט

עס זענען אבער למעשה דא איטליכע פאקטורן וואס וועלן שפילן א ראלע און צוזאם שטעלן א קואליציה, דהיינו סיי די אראבישע פארטייען אין סיי לאפיד האבן נישט געמאכט א "הסכם עודפים" , און דאס אליינס אז די אראבישע פארטייען האבן נישט געמאכט א הסכם עודפים מיט מרצ (ווי מען האט שפעקעלירט) וויבאלד עס איז א ציוניסטישע פארטיי !! ווייזט אז זיי זענען נישט גרייט אויף א צוזאם שטעל.וואס די ביידע חלקים זענען שלעכט פאר בוזשי.

יעצט אויב יחד וועט יא פעסן דעם אחוז החסימה גיבט עס א שטארקע כח פאר ביבי צי פארמירן א קואליציה.
[NAMELESS]

די לעצטע אנקעטעס פאר די בחירות קומענדיגע דינסטאג כ"ו אדר

שליחה דורך [NAMELESS] »

דאס זענען 2 פון די לעצטע אנקעטעס .פון זינטאג טאר מען שוין נישט קאמפיינען געבן אינטערוויא'ס א דוגמא גארנישט ,

איינס איז פון וואלה דורך טלסקר , המחנה 25 , ליכוד 23 , אראבישע פארטייען 12 , לפיד 12 , בנט 11 , כולנו 9 , שס 7 , יהדות התורה 7 , ליברמן 6 , מרץ 4 , יחד ,
נאך 2 שאלות און די אנקעטע. וועמען ווילסטו פאר ראש הממשלה ? נתניה 48% , בוזי הרצוג 28%,
וואסערע רעגירונג ווילסטו האבן אין די קומענדיגע קאדענציע ? רעכטס 36% , אינדערמיטן (א זאך וואס ביבי זאגט קלאר. איך גיי נישט אויף א רוטציה מיט בוזשי !!!) 19% , לינקס 27% ,

אנקעטע פון ערוץ 2 דורך מינה צמח ( וואס ער הייסט אפציעל גאנץ אקוראט ) המחנה 26 , ליכוד 22 , (ארויף פון 21) אראבישע פארטייען 13 , לפיד 12 , בנט 11 , כחלון 8 , שס 7 , יהדות התורה 6 , ליברמן 5 , מרץ 5 , ישי/יחד 5 ,

עס איז צום האפן אז ישי זאל אריין קומן שטארק אזוי וועלן די חרדים קענען זיצן אין א רעכטע רעגירונג,

א ריפארט פון גלובס גיבט היינט איבער אז שס/דרעי קען אנציען אזוי שטארק ווי 9 בענקלעך !! (זייער לעצטע וואפן גייט זיין מוצאי שבת דורך די יאזדים שיעור ) שטארק מעגליך אז שס גייט איבערראשען דעם ציבור !! (כאטש בלויז 3% זאגן אזוי ,
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

בעפאר א יעדע בחירות זענען דא שטארקע שפעקולאציעס אז דער וואס קומט אריין צווייטע וועט ענדערש קענען פארמירן א קואליציה ווי דער געווינער. איינער נעמט עס לענגער און איינער שנעלער אבער צום סוף בלייבט דער געווינער אלעמאל מיט די ראשות ממשלה (אויסער דער איין רוטציה רעגירונג). אויב געווינט דער ליכוד ערשטע פלאץ וועט ביבי זיין ראש ממשלה, אויב נישט גייט ער ריטייערען.


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

שמיעות קורסירן אז דער ווייסע הויז האט געארבעט ארויס צוריק ריקען ביבי פון אמט. אבער עס גלויבט זיך שווער. דאס איז אמאל זיכער אז אויב ביבי פארלירט וועט אבאמא האבן א זיסער נקמה אין ביבי. איך גלייב אבער שווער אז ביבי גייט סוף כל סוף פארלירן צו דער כאריזמאטישלאזער בוזשי, איך גלייב אז עס גייט קומען געזונטע סורפרייזעס.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

עס איז נישט אויס געשלאסן אז ביבי גייט זיין ראש הממשלה אפילו ער קומט אריין די 2'טע !! וואו שוין אויבן דערמאנט האט ביבי אסאך מער טשאנסן צוזאם צי שטעלן א קואליציה וואו בוזשי. ווייל וואו עס שטעלט זיך ארויס האבן די אראבישע פארטייען נישט געמאכט קיין הסכם עודפים מיט מרצ (לויט וואו עס האט געהייסן לויט רוב שפעקולאציעס) וואו באלד זיי ווילן נישט איין גיין אויף א הסכם מיט א ציוניסטישע פארטיי ! סא עס איז שטארק מעגליך אז זיי וועלן זיך עקשנ'ען צו פארבלייבן אין די אפוזיציע ! משא"כ ביבי האט סאך שטערקערע מעגלכקייטן.= און וואו בנט האט היינט געמאלדן אז ער מאכט א "בלאק" צוזאמען מיט ביבי !! = סא אפילו ביבי קומט אריין שוואכער און די ענדע האט ער נאך אלטץ מער טשאנסן צו זיין ראש הממשלה ! ובפרט אויב יחד גייט אריבער דעם אחוז החסימה און זיכער אויב זיי ציען אן 5 בענקלעך !! איז דאס זיכער א שטארקע פאנטש ליין פאר א רעכטע רעגירונג!!
אליצפן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 663
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 20, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 534 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך אליצפן »

הוגה האט געשריבן:בעפאר א יעדע בחירות זענען דא שטארקע שפעקולאציעס אז דער וואס קומט אריין צווייטע וועט ענדערש קענען פארמירן א קואליציה ווי דער געווינער. איינער נעמט עס לענגער און איינער שנעלער אבער צום סוף בלייבט דער געווינער אלעמאל מיט די ראשות ממשלה (אויסער דער איין רוטציה רעגירונג). אויב געווינט דער ליכוד ערשטע פלאץ וועט ביבי זיין ראש ממשלה, אויב נישט גייט ער ריטייערען.


.

נישט אמת.
ווען נתניהו איז געווארן ראה"מ אין תשס"ט, האט ציפי ליבני'ס קדימה פארטיי געוואונען איין בענקעל מער ווי ליכוד, דאך איז ער געווארן ראה"מ צוליב דעם וואס דער גוש הימין האט געהאט מער זיצן, און ער האט געקענט צוזאמשטעלן א ממשלה און זי נישט.
לויט אלע ווארשיינליכקייטן וועט די זעלבע זאך געשען יעצט.
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

איך געדענק נישט אזא זאך אבער אויב דאס איז אמת צו איך צוריק.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
אליצפן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 663
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 20, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 534 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך אליצפן »

http://en.m.wikipedia.org/wiki/Israeli_ ... tion,_2009


Although the incumbent prime minister's party, Kadima, won the most seats in the parliament, the Likud leader Benjamin Netanyahu was able to form a majority coalition government and become the new prime minister.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

רבותי וועקט ענק אויף נאך אינטער 24 שעה ביז צום בחירות !! און דא קוקט אויס וואו פורים און מאנסי..

היינט זענען פארגעקומן 2 ראליס , איינס אין ככר רבין וואו די רעכטע האבן אפגעהאלטן א מאסן ראלי וואו עס האבן אויף געטרעטן מיט דרשות דער ראש הממשלה ביבי וואו ער האט ארויס געברענגט אז די מדינה באשטייט אויך פון די "מנשקי מזוזות" אראפ רייסענדיג די לינקע מיט דעם ,

דערנאך האט בנט אויף געטרעטען , אזוי אויך האט ער אראפ געשפילט א ניגון מיט א פידעל ,(דערנאך וואס די זינגערס,שפילערס, האבן געקענסעלט וואו באלד עס איז פארבאטן צו קאמפיינען אזוי נאנט צום בחירות)

דערנאך האט אלי ישי אויף געטרעטען און ארויס געברענגט אז דורך זיין פארטיי וועט זיין שלימות התורה והארץ !!

וואו שוין באריכטעט שטיצט ליכוד זייער שטארק די נייע פארטיי פון ישי אזוי זיך צו פארזוכערן א ממשלת ימין, וואו באלד די אויסגאנג פון די בחירות קען זיך שטארק ווענדען און יחד'ס אריבער גיין דעם אחוז החסימה אדער נישט ,

דער צווייטער כינוס וואס איז היינט פארגעקומן איז געווען דורך די פלג הירושלמי , געשלעפט און געדרייט האבן זיי יעדען די נערווען אז 2 טאג פאר די בחירות גייען זיי מחליט זיין פארוועמען זיי גייען שטימען (אויב בכלל ?) היות עס האט דאך געהייסן אז אילי גייען זיי אויס ריפען אז זיי זענען קעגען די בחירות האבן זיי שוין באוויזן צו שאפען געלט פון סאטמארע נגידים ארויס צו העלפען מיט די כינוס , און זענען נעבעך געבליבן אויס געשפיעלט..

יעצט פארוועמען גייען זיי וואטען ??, קיין קלארע החלטה איז נישט ארויס געקומן, חוץ אז פאר ג זיכער נישט !! געוויסע און די פארטיי האלטען אז מען זאל גיין פאר שס.. למעשה זענען די פאליטישע פירער און די פארטיי דערקעגען און זיי האבן אפ געהאלטן ראשי ישיבות פון אויף טרעטען מורא האבענדיג אז זיי וועלען דערמאנען שס !! , און נאך זענען זיי נישט מסכים שס וואו באלד שס האט געמאכט א הסכם עודפים מיט זייערע "שונאים"...!!
וואו עס משמע געווען פון באטייליגטע האט מען פארשטאנען אז מען זאל גיין פאר יחד !! אבער עס איז נישט דא קיין גרעסערע היפעקראטיסווע וואו גיין פאר יחד ... פאר פאליטישע ווייטאג און חשבונות (מיט רעכט צו אן רעכט) גייט ער הייסן גיין פאר יחד וואס זענען אויסגעשפראכענע רעכטע !! ר' שמואל באגייט א גרויסע נארישקייט דערמיט ווייזענדיג פאר יעדען עטס האט'ס ענק נישט גערעכנט מיט מיר נא נא...יעצט וועל איך ענק צו פאכענען..
פון די אנדערע זייט אבער קען ער ווייזען גדלות אזוי ווי ר' מענדעלע האט געטון דהיינו די לעצטע מינוט אויס געדרייט דעם דאשיק און געוויזן מנהיגות און געהייסן מצביע זיין ג' און אזוי באוויזן זיך ארויף צו דראפען אויפן לייטער..
לאמיר צו ווארטען וואס דער הפלס וועט קובע זיין אין די קומענדיגע 2 טעג ,
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

וואס מיינט אז עס איז פארבאטן צו קאמפיינען אזוי נאנט צו די בחירות, וואס איז געווען די ראלי היינט אויב נישט א קאמפיין ראלי?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

(אנטשולדיגט פארן נישט אפ דעיטען אין צייט.איך בין געווען פארהאנקעט מיט די סיסטעם,)
און גרויסע נייעס האט ליבני נאך שטארקע פרעשער פון די לינקע געמאלדן אז זי גיבט אויף די רוטציה !! וואס דורך איר אפטרעטען קען עס צוברענגן א פרישע 2 בענקלעך צו די לינקע המחנה הציוני פארטיי,
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

וואס בלייבט מיט די עץ'ניקעס ?? וואו שוין געשריבן נעכטען הערשט א גרויס צומישעניש צווישן די ראנגען און די פארטיי וואס מען טוט דאס מאל ,דאס איז קלאר אז א חלק גייען גיין פאר שס למשל פאנעוויזש צוליב וואס רב שך זצ"ל ווען ער איז ארויס פון אגודה האט ער געהייסן מצביע זיין שס און די מחבלי פאנעוויזש פאררופען זיך אלץ ממשיכי דרכו..
למעשה דער עיקר חלק וואס גייען וואטען (א גרויסע חלק גייט בכלל נישט גיין וואטען דאס מאל..) גייען גיין פאר יחד ווייל אזוי האבן זיי פארשטאנען נעכטען ביי די כינוס , און אזוי האבן זיי געזען אז די איינציגסטע פאמפלעטן וואס מען האט געלאזט פארטיילן איז געווען פון יחד..,מען האט טאקע געזען היינט און אלע פרייע צייטונגען (די פרומע באריכטען דאך דאס נישט..) אז עס איז משמע אז זיי גייען פאר יחד דערנאך וואס רב מזוז שליט"א דער מרן פון דער יחד פארטיי האט צוגעזאגט פאר ר שמואל אז די ערשטע זאך וועט זיין דעם חוק הגיוס !!

למעשה און הפלס איז היינט געשטאנען אז מען גייט פאר קיינעם !! וכן מסר יד ימינו יוסי פטרוב אז מרן האט אום געזאגט אז מען גייט פאר קיינעם..!!

די חברה זענען טיף צוריסען וואס מען זאל טון.. למעשה ר' שמואל האט געענטפערט פרווה זאגען אסור בהחלט קען ער נישט למעשה אבער האט ער גענומען געלט פון סאטמר...,זאגען בפומבי ישי קען ער אויך נישט ווייל דאן איז ער א פאררעטער אויפן העכסטן גראד וואס נאר שייך ,

טאמער גייען זיי טאקע מיט א שטארקייט פאר ישי און ער גייט אריבער דעם אחוז החסימה קען מען זיי צוטיילן קרעדיט (כאטש די עיקר וועט זיך קומען פאר ליכוד) אבער טאמער יהדות התורה ציט אן א זיבעטע בענקל אפילו דורך די הסכם עודפים מיט שס. דאן וועלען זיי זיין די לאזער'ס פון דעם יאר הינדערט ...!!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ישראל קאפקע האט געשריבן:וואס מיינט אז עס איז פארבאטן צו קאמפיינען אזוי נאנט צו די בחירות, וואס איז געווען די ראלי היינט אויב נישט א קאמפיין ראלי?
דער איסור איז חל אויף פרישע אנקעטעס , פרישע עדס און די צייטונגען , א דוגמא
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך chusid »

.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אז עס וועט זיין פרישע נייעס וועט מען פראבירן צו מעלדן , אויף דערווייל איז אזוי..

די קלפי'ס מאכן זיך אויף מארגן 7:00 אינדערפרי. די מספר פון שטום בארעכטיגטע איז 5.883.365 , 25 רשימות , און 11.666 קלפי'ס אונעם גאנצע לאנד ,

פון די פאליטישע חברה אינערהאלב די אוירבאך'ניקעס איז היינט ארום געפארן א ריקארדינג אז מען זאל שטימען פאר ישי..און נישט פאר שס וויבאלד זיי האבן א הסכם עודפים מיט יהדות וואס דאס קען פארזוכערן דעם בענקל פאר יעקב אשר , (רח"ל להיכן הגענו..)
ישעיהו וויין זאגט אז ער גייט בכלל נישט מצביע זיין דאס מאל !!

פאר אינטרסאנטקייט וועל איך נאך אמאל אראפ ברענגן די מיינונג פון די גרויסע חרדישע פאליטישע זאך קענערס איבער די אויסגאנג פון די חרדישע פארטייען ,

דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:1) קובי נחשוני פון ynet : שס 6. יהדות התורה 6. יחד 4
2) אריה יואלי פון סרוגים : ש"ס 6. יהדות התורה 7. יחד 4.
3) חיים גרידינגר פון מעריב : שס 7 יהדות התורה 6 יחד 4
4) אהרן קליגר פון בקהילה : שס 7 יהדות התורה 6 יחד 5
5) צביקה גרוניך פון ככר הש' : שס 7 יהדות הת' 7 יחד 0
6) ישי אדמקר פון וואלה : שס 7. יהדות התורה 7. יחד 4
7) יאיר אטינגר פון הארץ : שס 7. יהדות התורה 7. יחד 4
8) אבי שיף פון בחדרי חרדים : שס 7/8 יהדות הת' 7. יחד 4
9) איציק הלפרין פון ערוץ 1 : שס 7. יהדות התורה 7. יחד
10) אריה ארליך פון משפחה : שס 8 יהדות התורה 6 יחד 4
11) שלהבת חסדיאל פון קול ח' שס 8 יהדות התורה 6 יחד 4
12) ישי כהן פון ככר השבת : ש"ס 8. יהדות התורה 7. יחד
13) משה גלסני פון קול ברמה : שס 8 יהדות הת' 6 יחד 5
14) מני גירא פון קול חיי : ש"ס 8. יהדות התורה 6 יחד 5
15) ישראל כהן פון ככר : ש"ס 8. יהדות התורה 7 יחד 5
16) מוטי סגל : ש"ס 8 יהדות התורה 7 יחד 5
17)ינון פלאח פון קו עיתונות : שס 8/9 יהדות 7 יחד 3
18) גועל ועקנין פון קול חיי : שס 9 יהדות הת' 6 יחד 0
19)ארי גלהר : שס 9 יהדות התורה 6 יחד 0
20) איתו גדסי פון קו עיתונות : שס 9/10 יהדות 6 יחד 0
21) דוד חכם פון קול חיי : שס 9 יהדות התורה 7 יחד 0
22) אבי גרינצוויג פון בחדרי : שס 9 יהדות הת' 7 יחד 4
23) בצלאל קאהן פון קול חיי : שס 9/10 יהדות 7 יחד 4

לאמיר זען ווער עס וועט למעשה זיין די מערסטע אקוראט . ונזכה ונחיה ונראה.. (קרעדיט ב"ע)
פארשפארט