ווארט זאגער האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:נישט צו לאנג צוריק, ווענדט זיך אין וועלכע לאַנד אדער קאַנטינענט דו רעדסט פון,
דרך אַגב מ׳דארף נישט צוריק גיין אזוי ווייט ס׳איז נאָך דא אסאך פלעצער היינטיגע טעג אין אפריקע און אין אינדיע ווי רוב מענטשען פונעם שטאָט זענען מורא׳דיג צוריק־געשטאַנען און זיי קענען נישט ליינען און שרייבן און מ׳קען זיי פארקויפן די ברוקלין בריטש עני דעי פון די וואָך
דו דינגסט זיך אויף דעם ?
די תנ"ך איז שוין געשריבן לכו"ע 3000 יאר און משניות 2000 טויזנט יוסיפין איז שוין אויך מער פון 2000 יאר ס'נאך יעצט דא ארכעלאגישע מצרישע כתבים אויסגעשריבן אויף שטיין פון די צייט פון יציאת מצרים
דאס מיינט אז די עליטע האבן געקענט שרייבן און ליינען, די מאסן האבן אבער נישט. ווי מ'זעט סאך שפעטער אין די זמן הגמרא והגאונים ווען מ'האט מתקן געווען חזרת הש"ץ.