צוגאנג צו חקירה

מחשבה, השקפה ועיון
ווארט זאגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 18, 2015 5:28 pm
האט שוין געלייקט: 191 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל

צוגאנג צו חקירה

שליחה דורך ווארט זאגער »

[justify]בס"ד
אנדערש ווי פאקטן וואס האט א קלארע קנה מידה דהיינו עס דארף זיך נישט 'לייגען אויפן שכל' אז ס'איז געווען א צווייטע וועלט מלחמה אדער יעדע אנדערע וועלטליכע פאקט, נאר די מציאות איז פאר שכל, נאכדעם וואס די מציאות איז קלאר קענסטו נוצן דיין שכל מסביר צו זיין די מציאות. איז אבער חקירה אנדערש אז עס האט נישט קיין מציאות מוחלטת וואס איז פאר הבנה נאר די קנה מידה איז איין זאך ס'איז פארשטענדליך אדער נישט. די חסרון פון חקירה איז אז צענדליגע אדער הונדערטער טעאריעס וואס איז אמאל פארשטענדליך געווען איז אבער אפגעפרעגט געווארן במשך די שפעטערדיגע דורות.
וואס איז די חילוק פון א בין און א שפין? א שפין מאכט אייגענס ווערט געוועבעכץ און א בין נעמט פון יענעם ווערט האניג. וועגן דעם האבן היסטארישע אדער סייענטיפישע פאקטן א מעלה אז ס'נישט קיין אייגענס געבויעט אויפן אייגענעם קאפ נאר ס'איז א מציאות, אבער חקירה איז געבויעט אויף ריין שכל און וועגן דעם וועט עס תמיד זיין שמאל קעפיג ווייל דער גרעסטע חכם איז כלפי די יוניווערס ווי א אפרוח שלא נפתחו עיניו.
וועגן דעם בעצם וואלט א נארמאלע מענטש בכלל נישט צו געגאנגען צו חקירה, ווייל ממילא איז נישט דא קיין אמת מוחלטת, און ער קען דערלייגען זיין לעבן וועגן זיין שכל! נאר די סיבה פארוואס די ראשונים האבן זיך אפגעגעבן מיט חקירה איז ווייל לשיטתם איז עס א מצוה מה"ת וידעת היום, דהיינו די תורה זאגט אז הגם אז באמת גייסטו גארנישט פארדינען פון חקירה ווייל אייביג קען מען שפעטער אפרעגן דיינע טעאריעס און הבנות, עכ"ז וויבאלד ווען א מענטש קומט צו צו אמונה דורך זיין אייגענע שכל איז עס זייער פעסט וועגן דעם זאלסטו דאס קלאר מאכן מיט 'דיין שכל' וידעת היום כי ה' הוא האלוקים אין עוד.
יעצט לויט דעם איז דא איין כלל צוצוגיין צו חקירה: 'איך פארשטיי אדער איך פארשטיי נישט', עס איז נישט דא קיין אנדערע כללים וויאזוי מ'דארף צוגיין צו חקירה. קיין שום טעאריע איז נישט קראנט און קענסט קיינמאל נישט וויסן ווען מ'גייט עס אפפרעגן, די גאנצע זאך איז געבויעט אויף 'דיין שכל' און דאס איז קובע כלפי דיר.
די נושא פון אמונה איז די הייקעלסטע נושא עלי אדמות און אויך אין חיי נצח. אלע עבירות וועט צום סוף מסודר ווערן צו דורך תשובה יסורים אדער גיהנום, ווילאנג די פינטעלע יוד וואס דאס איז די אמונה בה' איז גאנץ, אין דעם ווענדט זיך אלעס. אליהו הנביא האט געזאגט פאר כלל ישראל עד מתי אתם פוסחים על שתי סעיפים אם הבעל לכו אחריו ואם ה' לכו אחריו, ס'נישט דא קיין מקום פאר לייכטזיניקייט און הפקרות צו זאגן "מאן יימר?" "כ'ווייס נישט מ'קען זאגען לכאן ולכאן ס'נישט קלאר". אויב איז דיר נישט קלאר דאן שלאף נישט ביינאכט ווילאנג ס'וועט נישט זיין קלאר! דאס איז די הייקעלסטע זאך אין לעבן! האסט א ספק צו אוועלאשען אדער אנדערע טעאריעס איז די אמת אדער די תורה הקדושה איז די אמת דאן זיי מברר וואס ס'לייגט זיך "דיר" אויפן שכל, פרעג אלע מומחים אין די נושאים וואס זיי זאגען, נישט האק אויפן סיסטעם, נישט פארגעסן מ'רעדט דא פון לעבן און טויט!
ובחרת בחיים!!![/justify]
ס'נישט דא קיין כופר! ס'דא וואס האבן קשיות און נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מענטש וועם צו פרעגן...
ס'נישט דא קיין אפגעפארענע! ס'דא וואס האבן נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מורה דרך...
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

שליחה דורך petergrifin »

ס'איז דא בכלל א מציאות פין אן קומען צי אן החלטה נאך א גאנצע חקירה? ווי אזוי קענסטו זאגן אז טו עס אדורך ביז דו ווייסט לכאן או לכאן ווען חקירה האט דאך נישט א סוף.
און אפילו א מענטש איז שוין מחליט איז מארגן קען ער קלוגער ווערן.
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

ווי איך פארשטיי מיינט ער צו זאגן אז נאך וואס אין דיין מח ווייסטו אז דו וועסט צום סוף בלייבן מיט די אמונה, דעמאלטס קענסטו עס מחזק זיין דורך חקירה
כפי הבנתי בדבריו הנעימים
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
ווארט זאגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 18, 2015 5:28 pm
האט שוין געלייקט: 191 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל

שליחה דורך ווארט זאגער »

ווען איינער וויל באמת וויסן קען ער זיך איבערצייגן מיט חקירה נישט אז ער זאל וויסן אז מ'גייט עס קיינמאל נישט קענען אפפרעגן נאר אז ער מיט "זיין שכל" זאל וויסן אויף 100 פראצענט אז דאס איז דער אמת.
ס'נישט דא קיין כופר! ס'דא וואס האבן קשיות און נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מענטש וועם צו פרעגן...
ס'נישט דא קיין אפגעפארענע! ס'דא וואס האבן נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מורה דרך...
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך chusid »

געוואלדיג האט געשריבן:ווי איך פארשטיי מיינט ער צו זאגן אז נאך וואס אין דיין מח ווייסטו אז דו וועסט צום סוף בלייבן מיט די אמונה, דעמאלטס קענסטו עס מחזק זיין דורך חקירה
כפי הבנתי בדבריו הנעימים

יעדע זאך וואס איך גלייב פאר 100% קלער איך אז א חקירה וועט מיך נישט משכנע זיין אנדירש ווייל 'דאס' איז דאך אמת... לכאורה דער וואס וויל נישט טראכטן ווייל עס קען ער וועט זען אנדירש איז נישט זיכער.
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ווארט זאגער האט געשריבן:די נושא פון אמונה איז די הייקעלסטע נושא עלי אדמות און אויך אין חיי נצח. אלע עבירות וועט צום סוף מסודר ווערן צו דורך תשובה יסורים אדער גיהנום, ווילאנג די פינטעלע יוד וואס דאס איז די אמונה בה' איז גאנץ, אין דעם ווענדט זיך אלעס. אליהו הנביא האט געזאגט פאר כלל ישראל עד מתי אתם פוסחים על שתי סעיפים אם הבעל לכו אחריו ואם ה' לכו אחריו, ס'נישט דא קיין מקום פאר לייכטזיניקייט און הפקרות צו זאגן "מאן יימר?" "כ'ווייס נישט מ'קען זאגען לכאן ולכאן ס'נישט קלאר". אויב איז דיר נישט קלאר דאן שלאף נישט ביינאכט ווילאנג ס'וועט נישט זיין קלאר! דאס איז די הייקעלסטע זאך אין לעבן! האסט א ספק צו אוועלאשען אדער אנדערע טעאריעס איז די אמת אדער די תורה הקדושה איז די אמת דאן זיי מברר וואס ס'לייגט זיך "דיר" אויפן שכל, פרעג אלע מומחים אין די נושאים וואס זיי זאגען, נישט האק אויפן סיסטעם, נישט פארגעסן מ'רעדט דא פון לעבן און טויט!
ובחרת בחיים!!!


והדברים עתיקים
פעסקעל'ס געוועט
קאנטער ארגומענטן
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

עוואלושען (און אנדערע סייענטיפישע שאלות וועלכע קענען לכאורה זיין א סתירה מיט פרטים פון אמונה) איז א פאקטועלע שאלה, נישט עפעס וואס איז תלוי אין פילאזאפישע חקירות.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

גראדע עוואלושען קען אויך שטימען מיט די תורה
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

געוואלדיג האט געשריבן:גראדע עוואלושען קען אויך שטימען מיט די תורה

כפשוטו של מקרא?

אויב נישט כפשוטו קען מען מסביר זיין די פסוקי הבריאה אפילו לויט קדמות, אזוי שרייבט דער רמב"ם
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

[justify]
ווארט זאגער האט געשריבן:אויב איז דיר נישט קלאר דאן שלאף נישט ביינאכט ווילאנג ס'וועט נישט זיין קלאר! דאס איז די הייקעלסטע זאך אין לעבן! האסט א ספק צו אוועלאשען אדער אנדערע טעאריעס איז די אמת אדער די תורה הקדושה איז די אמת דאן זיי מברר וואס ס'לייגט זיך "דיר" אויפן שכל, פרעג אלע מומחים אין די נושאים וואס זיי זאגען, נישט האק אויפן סיסטעם.


איך בין מיט דיר fully אז די ענינים זענען עקזיסטענציעל, זיי זענען matters of life and death וואס דארפן האלטן די מענטש אויף ביינאכט. אבער איך האב אפאר קשיות.

1) שרייבסט קודם "זיי מברר וואס ס'לייגט זיך "דיר" אויפן שכל" און דערנאך הייסט דו פרעגן מומחים. Make up your mind.
2) ווער פונקטליך זענען אט די "גרויסע מומחים"? יוסי מזרחי? זמיר כהן? ווייל עס זענען דא" גרויסע מומחים" פון אלע צדדים, אינקלאדינג מומחים וואס האלטן אז די תכלית איז צו לעבן אין א ספק.
3) פארוואס שרייסטו אן דעם ספקן, כאילו ער האט זיך אויסגעקליבן צו זיין מסופק. מיינסט דען אז יענער וואלט נישט ענדערש געקענט באשטיין צו זיין אזוי קלאר ווי דו ביזט און לעבן די זעלבע זיסע לעבן ווי דו לעבסט? וואס זאל ער טון? ער איז מסופק על אף זיינע שווערע באמיאונגען צו קומען צו אן החלטה? דו מאכסט עס סאונדען כאילו עס איז א לאמפ קנעפל וואס מען גיבט א קוועטש און אויס ספיקות.
4) ווי קומט דא אריין האקן אויף די סיסטעם? האסט אמאל געזעהן איינעם האקן אויף די סיסטעם צוליב דעם וואס ער האט געליינט דארווינ'ס בוך?


.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
ווארט זאגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 18, 2015 5:28 pm
האט שוין געלייקט: 191 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל

שליחה דורך ווארט זאגער »

הוגה האט געשריבן:
1) שרייבסט קודם "זיי מברר וואס ס'לייגט זיך "דיר" אויפן שכל" און דערנאך הייסט דו פרעגן מומחים. Make up your mind.
ס'איז פשוט אז כדי צו פארשטיין וואס לייגט זיך אויפן שכל דארף מען הערן וואס מומחים זאגן און בפרט איינער וואס קען נישט אליינס אנקומען צו א מסקנה זאל ער רעדן צו מומחים
2) ווער פונקטליך זענען אט די "גרויסע מומחים"? יוסי מזרחי? זמיר כהן? ווייל עס זענען דא" גרויסע מומחים" פון אלע צדדים, אינקלאדינג מומחים וואס האלטן אז די תכלית איז צו לעבן אין א ספק.
אונז זענען יודען און ס'קען נישט זיין קיין תכלית צו לעבן אין א ספק! און איינער וואס וועט רעדן צו מומחים פון אלע צדדים וועט ער אנקומען צו א מסקנה
3) פארוואס שרייסטו אן דעם ספקן, כאילו ער האט זיך אויסגעקליבן צו זיין מסופק. מיינסט דען אז יענער וואלט נישט ענדערש געקענט באשטיין צו זיין אזוי קלאר ווי דו ביזט און לעבן די זעלבע זיסע לעבן ווי דו לעבסט? וואס זאל ער טון? ער איז מסופק על אף זיינע שווערע באמיאונגען צו קומען צו אן החלטה? דו מאכסט עס סאונדען כאילו עס איז א לאמפ קנעפל וואס מען גיבט א קוועטש און אויס ספיקות.
ס'זעהט מיר אויס דא אין קאווע שטיבל אז ס'דא אסאך וואס זענען באקוועם צו לעבן אין א ספק ווייל ס'געט זיי א געפיל כאילו זיי זענען נישט סתם פון די גלייבערס זיי טוען אין סייענס! אנדערש קען איך נישט פארשטיין ווי אזוי מענטשן וואס שטעלן צוזאם דארווינס טעאריע אקעגן מתן תורה און קענען נישט אפמאכן וועלכע ס'זעהט אויס ריכטיגער פאר זייער שכל. בעת מתן תורה איז נישט אנדערש ווי קיין שום אנדערע היסטארישע פאקט, און בעת ס'נישט דא קיין איין אנדערע מעמד אזוי גרויס ווי מתן תורה וואס איז נישט אנגענומען און קיין שום אנדערע טעאריע אקעגן די תורה האט נישט די היסטארישע פאקט, און דארוויןס טעאריע שטייט אויף הינער פיס נאכדעם וואס ער אליינס שרייבט אז אויב וועט במשך די יארען געפינען ווערן די ארכעלאגישע גרובינגען און מ'וועט נישט טרעפן קיין ברואים וואס זענען אינצווישן ווי מיט איין אויג וכדומה וועט ער צוריקציען פון זיין טעאריע, און ווען ער האט פארשטאנען אז סעלס זענען פינטעלעך נישט האבנדיג קיין שום מושג וואס א פעקטארי ליגט אין יעדע איינציגסטע סעל!
ס'ממש אומגלויבלעך מתן תורה איז אפשר א שקר אין די פרימיטיווע צייטען אבער דארווין'ס טעאריע דאס קען זיין די אמת!!!

4) ווי קומט דא אריין האקן אויף די סיסטעם? האסט אמאל געזעהן איינעם האקן אויף די סיסטעם צוליב דעם וואס ער האט געליינט דארווינ'ס בוך?
לעניות דעתי זענען אסאך פון די סיסטעם האקערס נישט אינטרעסירט באמת זיך צו פארבעסערן זיי זענען צופרידן צו האקן אויפן סיסטעם אויב דו ביסט נישט פון די סארט האב איך דיך נישט געמיינט.


.[/justify]
ס'נישט דא קיין כופר! ס'דא וואס האבן קשיות און נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מענטש וועם צו פרעגן...
ס'נישט דא קיין אפגעפארענע! ס'דא וואס האבן נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מורה דרך...
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

1) צו פארשטיין וואס לייגט זיך אויף די שכל דארף מען טראכטן. דורך הערן פון מומחים קען מען נאר וויסן וואס לייגט זיך אויף יענעמ'ס שכל.
2) איז אפשר זאגסטו שוין לתועלת הרבים. ווער זענען די מומחים ביי וועם מען קען גיין הערן דעם אמת? גיב א נאמען, אן אדרעס און שעות לקבלת קהל סקעדזשועל.
3) בקיצור, דו מאכסט אייגענע הנחות איבער מענטשן וואס דו קענסט בכלל נישט, וואס דו ווייסט נישט בכלל אז זיי הארעווען אין אמונה אין איין וואך מעגליך מער ווי דו האסט געהארעוועט דיין גאנץ לעבן. ועל סמך זה טיילסטו דעות? זייער שיין.
4) מיין נקודה איז געווען אז דיין שורה איבער האקן אויפן סיסטעם קומט בכלל נישט דא אריין. סתם האקן אויף די סיסטעם האט נישט קיין שום זינען אפילו אויב דו ביזט די גרעסטע מאמין. און הארעווען אין אמונה ברויך מען אפילו אויב מען האקט נישט אויף די סיסטעם. פארשטייסט?


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

ווארט זאגער האט געשריבן:ס'זעהט מיר אויס דא אין קאווע שטיבל אז ס'דא אסאך וואס זענען באקוועם צו לעבן אין א ספק ווייל ס'געט זיי א געפיל כאילו זיי זענען נישט סתם פון די גלייבערס זיי טוען אין סייענס!


הוגה האט געשריבן:בקיצור, דו מאכסט אייגענע הנחות איבער מענטשן וואס דו קענסט בכלל נישט, וואס דו ווייסט נישט בכלל אז זיי הארעווען אין אמונה

[tag]הוגה[/tag] איך האלט אז דו ביסט גערעכט!
דו האסט פינקט אזא רעכט וואו [tag]ווארט זאגער[/tag] צו מאכן אייגענע הנחות איבער מענטשן וואס דו ביסט קיינמאל נישט געווען אין זייער קאפ
די assumes אז זיי הארעווען אין אמונה (מער וואו ווארט זאגער און א יאר)
און ווארט זאגער assumed אז זיי האבן די געפיל וואו זיי טוען אין סייענס

איך מיין אז ס'דא וואס האבן די געפיל וואו זיי טוען אין סייענס און זיי הארעווען אין אמונה. מיי עסאמשען אויב איך מעג
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
פארשפארט