פישלע העררינג האט געשריבן:יידל האט געשריבן:וואס איז די מעשה "קויפסטו איר", "איך וויל איר נישט קויפן", די ווייב איז עפעס א טינעידזשער וועמען מ'ווארפט צו אפאר גראשן פאקעט מאני? פארוואס זאל ער איר נישט דארפן פרעגן בעפאר ער קויפט זיך די לעיטעסט און גרעיטעסט אין די צייט וואס זי, נישט בלויז זי קען נישט קויפן אן אים פרעגן, זי קען בכלל נישט קויפן! ער קויפט איר איין! אתמהה
די סטאטיסטיקס ווייזען טאקע אז תורת האיקוועליזם האט צאמגעהאלטען מער מעריעדזשעס? געהאלפן עפעס פאר די סטאבילע דיינעמיקס אין די משפחה? אדער איז איקוועליזם אזא רעליגיעזע קולט / קולטור אזוי ווי גלאבעל ווארמינג ווי דער פראבלעם ווערט געשאפען דורך אג'ענדע געטריבענע לייט בעת וואס די באטרעפענדע זעהן בכלל נישט קיין פראבלעם דארט ווי מען וויל אנדרייען א פראבלעם?
וויפיל מענטשען ביזטו גרייט מקריב צו זיין אויפן מזבח ה"צאמהאלטן מער מערידזשעס"? ווער זאגט אז בלייבן חתונה געהאט איז בכלל א מטרה צו וואס מ'דארף ארבעטן? אין דעם פאל האלט איך שטאפענע זאל זיך גט'ן, ער קען נישט וואוינען מיט א ווייב וואס האט אזעלכע מאדנע תאוות ווי האבן א סמארט פאון, און זי דארף נישט וואוינען מיט א מאן וואס באגרעניצט איר ווי אין א תפיסה. ס'טו געהערט אזא זאך? זי בעט עם, ער לאזט יא, ער לאזט נישט..