טעלעפאן האט געשריבן:פריינדליך האט געשריבן:טעלעפאן האט געשריבן:במחילת כבוד הרב, דער סיסטעם פון די קהילות טוט בפירוש אנטמוטיגן דאס זיך טרעפן א פריוואטער מורה דרך.
אויך דער ציל פון די ארונים מיטן אויפשטעלן די דיינים איז בכלל נישט געווען דאס.
בעפאר דו שרייבסט הסבר און א ראיה צי דיינע ווערטער אז די קהלה
טוט בפירוש אנטמוטיגן דאס זיך טרעפן מיט א מורה דרך. אפשר גיבסטע קודם א קורצע הסבר אויף די צווייטע חלק פון דיין תגובה. און זיי אונז מסביר וואס עס איז
יא געווען די ציל מיטען אויפשטעל די דיינים? פאר וואס טיען זיי דאס? און וואס ווילען זיי - לדעתך - אויפטיען דערמיט?
זייער פשוט. ווען זיי האבן אנגעהויבן א פרישע הופער קהילה האבן זיי געדארפט - איינע פון די קהילה׳שע זאכן - אויך האבן אייגענע דיינים. אבער זיי האבן נישט געהאט קיין עלטערן דיין וועם ממנה צו זיין, האט מען גענומען עטליכע יונגע דיינים און זיי ממנה געווען. דערנאך האט התאחדות אברכים באשלאסן אז פאר די דיינים - מעגליך אויך פאר די אינגעלייט - איז בעסער צו צוטיילן די יונגעלייט אויף א סיסטעם אז נישט וועט איין דיין באקומען צופיל, (צוליב וואס די יונגעלייט האבן מער ליב איינער פונעם צווייטן וכדו׳), עכ״פ פראקטישע סיבות.
פון וואו ווייס איך דאס? ווייל איך געהער צום ארונישן סיסטעם און כ׳האב חתונה געהאט כמעט א יאר- אדער ווייניגער - נאכדעם וואס מען האט איינגעשטעלט דעם סיסטעם. און איך קען פערזענליך עטליכע דיינים און איך בין גוט מיט זיי.
לגבי ר׳ י״י שלעזינגער, איך בין באקאנט מיט אמווייניגסטענס איין זייער פערזענליכע פאל וואס א יונגערמאן האט פרובירט צו רעדן צו אים און ער האט זייער זייער א פרומער בליק. והא ראי׳, ווייל דערנאך האט דער יונגערמאן גערעדט צו א צווייטן גאר היימישן (!) משפיע, און ער האט געהאט גאר אן אנדערן בליק
(צו די ביזט אן ארוני צו נישט דארף איך דיר גלייבן,
אבער דאס אז עס זענען נישט געווען קיין עלטערע דיינים וועם אויפצונעמען, רעדסטו זיכער ווי א זאלי
פארוואס האט מען נישט געקענט נעמען ר' לייבוש ט''ב, ר' בעריש רז''ב, ר' שמעי' גר''ב, ר' שמואל בראך, ר' ישראל דוד הארפענעס אא''וו פעלט דען אין אזא גרויסע קהילה עלעטרע ת''ח?)
די גאנצע ראיון פין אויפנמען פרישע מורא הוראה האט זיך אנגעהויבן אסאך פאר די פאליטיק האט אויסגעבראכען,
עס נעמעט א שיינע פאר יאר צו באקומען הוראה אויף ג' חלקי שו''ע, אין קיינער מאכט נישט אפ איבערנאכט אז מען נעמט אויף 10 פרישע מורא הוראה
די דיינים לערנען שוין יארען לאנג אין א ספציעלע מסגרת אין כולל אויפן אינצאטיוו פין ר' שמואל דוד מארקאוויטש וואס האט שוין פאר 20 יאר צירוק געזעהן
אז די קהילה וואקסט אין דער דיין קען קען נישט סערווירן אזא גרויסן ציבור,
האט ער גענומען די 12 בעסטע יונגעלייט אין כולל אין ארגענזעירט א חבורה צו באקומען הוראה
ער האט זיי אליין געשאפט מעמדות (ער האט נאך היינט די כולל להוראה)
און נאך א שיינע פאר יאר נעמען שימוש ביי ר' עזריאל מאיר קאהן אין ר' אברהם הערש וואזנער האט מען זיי אויפגענומען פאר מורא הוראה אין די קהילה
גראדע נישט יעדער פין יענע חבורה איז געוואען א דיין ביי די ארונים, (למשל ר' שלמה טירנויער האט זיין טאטע אים נישט געלאזט ווערן א דיין ביי די ארונים, ווי אויך איינער ליעבערמאן)
שפעטער איז די התאחדות אבריכם אויפעקומען מיט די א''ד המצאה, האבען זיי אויסגעקליבן עטליכע מורא הוראה, וועם זיי האבען געהאלטן פאסיג דערפאר
מען ניצט נאר די וואס פארשטייען צו יונגעלייט א שטייגער ווי די דיינים וואס איך האב אויבן אויסגערעכנט
אין עס ארבעט זייער פיין
פרעג נאר א יונגערמאן וואס האט שיכות מיט אזא דיין ווי ר' חיים אהרן אנגאר אדער ר' ישראל שלמה ליכטענשטיין
אין רובא דרובא איז עס א מורא'דיגע סוקסעס
אין אסאך קהילות פירן איין ענליכע סיסטעמען פאר די יונגעלייט
טו די פוניט:
פין דיין רעדן קוקט נישט אויס ווי די זיכסט א מורא הוראה
די קוקסט אויס צו זיין ציגעבינדען צו א משפיע ביי וועם זאלסט האבען א אפענע אויער
אין דעם קען איך שוין נישט אריינרעדן
אבער איך האב געהערט לעצטנס אז דער קאליבער רבי פין וויליאמסבורג איז פיין פאר די זאכען,
אויך געהערט פין געוויסע וואס קלעבן זיך אן אינעם טשערנאוויצער רבין, ער האט טאקע די רבישע משוגעתן אבער ער איז א גרויסער ת''ח אין זייער א טייערע איד
אפשר וואלט ער געווען א קאנדידאט
אויב נעמסטו איין פין די 2 באקום איך קאמישאן