היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
-
berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
-
קאנטאקט:
שליחה
דורך berlbalaguleh »
איך אויך האט געשריבן:איי וואנדער אויב דו רעדסט פון ר' הערשל שרייבער ני''ו.
איך אויך: ניין. און איך קען נאך אזא אידל. אן אמעריקאנער אידל, וועלכער איז דער בעה"ב פון עטליכע גרויסע אפארטמענט בילדינגס. און ווען מ'זעהט איהם אויפ'ן גאס מיט זיין נעבעכ'דיגן געשטעל , ווילט זיך ארויסכאפן א צענער צו געבן דעם איד ער זאל האבן פון וואס צו מאכן שבת.
אבער דער איד פון וועם איך האב צוערשט גערעדט, איז א סאך עלטער פון ר' הערשל שרייבער. א סאקמערער חסיד, וועלכער האט זיך נאך געווייקט באם רעבין זכותעיאגנאליינע אין דער היים אין סאקמער...!
-
yatzmachp
- ידיד השטיבל
- הודעות: 330
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:10 am
- האט שוין געלייקט: 102 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל
שליחה
דורך yatzmachp »
דער אונגערישער האט סיי די וועלט און סיי יענער וועלט. מאכט א לעבן ווען ער איז יונג און ווען ער איז אלט ווייל די קינדער מיינען נאך אז לאזט איבער ירושה נעמען זיי קער אויף אים. ווען ער שטארבט ווערן זיי געווען אז להד''ם און זיי האבן נישט אויף וואס זיך צו קריגן און זיי קענען זיך נאך צאמקומען צום יארצייט. וחיליפהם בגולם.
-
אברך משי
- ידיד השטיבל
- הודעות: 349
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 16, 2016 2:29 pm
- געפינט זיך: נישט ווייט
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 443 מאל
שליחה
דורך אברך משי »
דער שיינע ניגון וואס די חברה זינגען דארט לכבוד דיימאנד דזשאו איז עפעס מעכטיג!!!
בכל אדם יש דבר יקר שאינו נמצא בשום אדם אחר! (רבי פנחס מקוריץ זי"ע)
-
גרויסע מענטשעלע
- ידיד ותיק
- הודעות: 883
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 798 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל
שליחה
דורך גרויסע מענטשעלע »
berlbalaguleh האט געשריבן:איך אויך האט געשריבן:איי וואנדער אויב דו רעדסט פון ר' הערשל שרייבער ני''ו.
איך אויך: ניין. און איך קען נאך אזא אידל. אן אמעריקאנער אידל, וועלכער איז דער בעה"ב פון עטליכע גרויסע אפארטמענט בילדינגס. און ווען מ'זעהט איהם אויפ'ן גאס מיט זיין נעבעכ'דיגן געשטעל , ווילט זיך ארויסכאפן א צענער צו געבן דעם איד ער זאל האבן פון וואס צו מאכן שבת.
אבער דער איד פון וועם איך האב צוערשט גערעדט, איז א סאך עלטער פון ר' הערשל שרייבער. א סאקמערער חסיד, וועלכער האט זיך נאך געווייקט באם רעבין זכותעיאגנאליינע אין דער היים אין סאקמער...!
ליינענדיג דערמאן איך מיך ווי מיין טאטע זז"ג האט אריינגעווישט אפאר מאות פאר אן אויסזעהדיגע ירושלמי יענער האט בשום אין אופן נישט געוואלט נעמען מיטן זיך טענען זאגט ער כמאך שיין פרנסה נישט קיין עושר אבער בעל בתיש.
Don't judge the book by his cover
דאס מענטשעלע שפילט........
-
שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
שליחה
דורך שבת אחים »
די ׳ריעל דיעל׳ באשרייבט הנגיד יואלי גאלדמאן, רופט זיי ״חסידישע ריעל עסטעיט מאכערס״!.
Learning and earning: Hasidic Brooklyn’s real estate machers
http://therealdeal.com/2016/08/22/learn ... e-machers/
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
-
berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
-
קאנטאקט:
שליחה
דורך berlbalaguleh »
גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:איך אויך האט געשריבן:איי וואנדער אויב דו רעדסט פון ר' הערשל שרייבער ני''ו.
איך אויך: ניין. און איך קען נאך אזא אידל. אן אמעריקאנער אידל, וועלכער איז דער בעה"ב פון עטליכע גרויסע אפארטמענט בילדינגס. און ווען מ'זעהט איהם אויפ'ן גאס מיט זיין נעבעכ'דיגן געשטעל , ווילט זיך ארויסכאפן א צענער צו געבן דעם איד ער זאל האבן פון וואס צו מאכן שבת.
אבער דער איד פון וועם איך האב צוערשט גערעדט, איז א סאך עלטער פון ר' הערשל שרייבער. א סאקמערער חסיד, וועלכער האט זיך נאך געווייקט באם רעבין זכותעיאגנאליינע אין דער היים אין סאקמער...!
ליינענדיג דערמאן איך מיך ווי מיין טאטע זז"ג האט אריינגעווישט אפאר מאות פאר אן אויסזעהדיגע ירושלמי יענער האט בשום אין אופן נישט געוואלט נעמען מיטן זיך טענען זאגט ער כמאך שיין פרנסה נישט קיין עושר אבער בעל בתיש.
Don't judge the book by his cover
גרויסע מענטשעלע: הלוואי אויף מיא געזאגט. איך זאל אויסזעהן ווי א שלעפער און זיין א גרויסער עושר. ווי ח"ו פארקערט. אויסזעהן ווי ראטשילד'ס מחותן. און זיין א שנארער...! אט די מענטשן זענען די גרעסטע רחמנות. ווייל ווען ער מאכט א שמחה מוז ער זיך אהערשטעללן ווי אן עושר. אבער ער איז דאך א שלעפער...!
-
תנחום
- ידיד השטיבל
- הודעות: 324
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 10:42 pm
- געפינט זיך: אין די הייסטע פלאץ אין גיהינום
- האט שוין געלייקט: 221 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל
שליחה
דורך תנחום »
קוקט אויס ווי די זעלבע ארטיקל קוירסירט צווישן די פאר ביזנעס נייעס קוועלער
לא באתי לנצח (שולי)
-
שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
שליחה
דורך שמעון וואלף »
תנחום האט געשריבן:קוקט אויס ווי די זעלבע ארטיקל קוירסירט צווישן די פאר ביזנעס נייעס קוועלער
דאס איז אן אלטע ארטיקל. וואס האט מען עס יעצט אויפגעוועקט?
-
שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
שליחה
דורך שבת אחים »
אויב איז ער אזא גרויסע מיליאנער פארוואס באצאלט ער אזוי שווער זיינע סובס? כהאב געהערט פון אינגעלייט וואס זענען געגעאנגען באנקראט ווען ער האט זיי נישט באצאלט. זיי נעמען היימישע סובס און זיי שלעפן ארום מיט זיי פאר יאהרן... נישט 90-120 דעי״ס נאר אפאר יאהר!!! און ווען מהאט אים פערזענליך פארגעהאלטן האט ער זיך געמאכט געפגרט. און געשפילט שיינע איד. (אזויווי דער רבי פון דזשאולענד-איך וועיס נישט!) די זעלבע איז געזאגט געווארן אויף אסאך אנדערע היימישע דיוועלעפער. זיי שפילן מיט יענעמס געלט און מיט יענעמס בלוט. אסאך מענשטען זענען ליידער אריינגעפאלן.
איך ווער נישט נתפעל פון אזעלכע מענטשען. דאס איז טראמפס וועג פון מאכן ביזנעס. באגנבנן און אראפקוועטשן די קליינע חברה.
איך אין אזוי פאלל שריי הויעך פוי פוי פוי! עקעלדיג...! גרויליג...! חוצפה...! רשעותדיג...!
אבער אין ביהמ״ד שנאדערן זיי מיליאנען. אפשר זאלן זיי קודם באצאלן פאר זייערע ארבעטארער? מענטשען וואס האבן געשוויצט פאר זיי? קליינע מענשטען וואס בארגן געלט צוקענען ארבעטן פאר זיי.
טוה מיר א טובה! לאמיך לעבן מיט די פאלשע רייכע לייט. זאלן זיי אלע גיין קאקן. אמן.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
-
איסר האטלקי
- חבר ותיק
- הודעות: 2265
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
- געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
- האט שוין געלייקט: 955 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל
שליחה
דורך איסר האטלקי »
אנטשולדיגט מיר אבער, נישט יעדע זאך אינעם ארטיקל איז אמת'דיג אזוי גאלד, נישט יעדע זאך וואס דו הערסט פון דיינע חברים זענען טאקע געשען...
ס'מאכט זיך ביי די גרעסטע אז ס'קומט א צייט וואס מ'האט נישט קיין פעני אין טאש און מ'קען נישט באצאלן. יואלי האט געהאט גאר גאר שרעקליך שווערע צייטן ביז פאר פינף-זעקס יאר צוריק. ער איז צוויי מאל שוין געווען בעירום ובחוסר ביז ער האט ענדליך מצליח געווען.
-
Gimpel
- ידיד השטיבל
- הודעות: 157
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 06, 2017 4:40 am
- האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל
שליחה
דורך Gimpel »
הוי דן את כל אדם לכף זכות
-
שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
שליחה
דורך שבת אחים »
איסר האטלקי האט געשריבן:אנטשולדיגט מיר אבער, נישט יעדע זאך אינעם ארטיקל איז אמת'דיג אזוי גאלד, נישט יעדע זאך וואס דו הערסט פון דיינע חברים זענען טאקע געשען...
ס'מאכט זיך ביי די גרעסטע אז ס'קומט א צייט וואס מ'האט נישט קיין פעני אין טאש און מ'קען נישט באצאלן. יואלי האט געהאט גאר גאר שרעקליך שווערע צייטן ביז פאר פינף-זעקס יאר צוריק. ער איז צוויי מאל שוין געווען בעירום ובחוסר ביז ער האט ענדליך מצליח געווען.
איך ווייס עס פאר א פאקט.
ס׳מאכט זיך נישט ביי די גרעסטע. דאס איז די היימישע וועג אפשר פון מאכן פרנסה. דריי נישט קיין קאפ! פאר אפאר יאהר האט ער נישט באצאלט קיין סובס. און מיט די געלט געקויפט נאך פראפעטי...
דריי א קאפ פאר צווייטן.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
-
berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
-
קאנטאקט:
שליחה
דורך berlbalaguleh »
איסר האטלקי האט געשריבן:אנטשולדיגט מיר אבער, נישט יעדע זאך אינעם ארטיקל איז אמת'דיג אזוי גאלד, נישט יעדע זאך וואס דו הערסט פון דיינע חברים זענען טאקע געשען...
ס'מאכט זיך ביי די גרעסטע אז ס'קומט א צייט וואס מ'האט נישט קיין פעני אין טאש און מ'קען נישט באצאלן. יואלי האט געהאט גאר גאר שרעקליך שווערע צייטן ביז פאר פינף-זעקס יאר צוריק. ער איז צוויי מאל שוין געווען בעירום ובחוסר ביז ער האט ענדליך מצליח געווען.
איסר האיטלקי: אבער דער לאוו פון לא תלין גייט אייביג אן. באצאלן ארבעטערס און סוב קאנטראקטארס קומט פריער פון גיין אין א שיינע באנגעלוי קאלאני און שפילן מעשה גביר. און ספאנסערן גרויסע קידושים און בארביקיו'ס. און פאר, קויפן טייערע עליות ...!