הוגה האט געשריבן:[justify]7) איך האב אין די פריערדיגע תגובה געברענגט א "איזביצא'ער בלאג. איך וויל דא צוצייכענען נאך איינס, מי השילוח, טיפע מאמרים נשגבים מיוסד אויף תורת המי השילוח וממשיכי דרכו. די מחבר, הרב יצחק לאווי איז א געווייקטע חסיד'ישע איד, פון דערויסן זעהט ער אויס ווי א טיפישע חאניאק'ישע איד, אבער בתוך תוכיות איז ער א גאר טיפע און ברייטע טראכטער, מיט ידיעות בכל מכמני התורה והמדע, נגלה ונסתר. גלייבט מיר נישט אויפן ווארט, צייגט אייך אליינס איבער. אגב, האט ער דארט א גאר שיינע מאמר אויף פרשת וישב, די וויכוח צווישן יוסף און זיינע ברודער, עיי"ש ותמצאו נחת. עס איז צום האפן אז ער וועט היי יאר צולייגן די צווייטע חלק צום מאמר אזוי ווי ער האט פארשפראכן.
8) די זעלבע מחבר האט נאך א בלאג מחשבת אמונה, וואס איז פון איין זייט נישט אזוי באארבייט ווי די פריערדיגע, אבער פון די אנדערע זייט איז עס ברייטער און דעקט א גרעסערע ספקטרום פון נושאים. ווער עס לערנט אדורך די מאמרים אויף די בלאג וועט באלד באמערקן ביי א גרויסע טייל, אז די מחבר לופטערט אויס זיינע מחשבות אן צוקומען צו א ספעציפישע מסקנא וודאית. די מאמרים דעקן נושאים מכל השייך צו חכמה, מדע, יהדות, הלכה, מיסטיקה, חסידות, תורת הסוד, פילוסופיה, ועוד ועוד. רוב מאמרים זענען העתקות וואס זענען ארגינעל געשריבן געווארן אין עצכ"ח אדער אין אנדערע מקורות. אויב ווילט איר ווערן א ברייטע ידען איז דער בלאג א גוטע אנהייב.
.[/justify]
כוכב האט געשריבן:נישט געטראפן דארט קיין שום השכלה, פונקט קאפויער, נעם אזא שרייבער ווי הרב יצחק לאווי, א היבשער משכיל וחוקר, אן אקטיווער פעיסבוק באנוצער און פירט אן א בלאג מיט איזשביצער תורות (אגב א מבהיל'דיגער בעל כשרון ועילוי און גאלדענע פענע, הוגה האט אמאל גערעדט פון אים ערגעץ, ויבוא המלנקקים וילנקקו) דארט ווידעראום אין הפעמון שרייבט ער א תמימותדיגע מאמר איבער מפרשי התורה, קאכט זיך אין שטיקער אור החיים הק' און נוצט דעם מעשה איש אלס סעד לתמכו.
יצחק לאווי האט געשריבן:שלום עליכם טייערע ידידים און פריינט , דא בין איך במלוא יפי והדרי, בשם המפורש, מיט אלע אינפארמאציע.
דא וועל איך שטיין אונטער מיינע מיינונגען, אלעס מיט מיין נאמען מיין בילד אן זיך באהאלטען אינטער מאדנע ניק-נעמען און אן מורא האבען פון די אייגענע שאטן.
ואליכם אישים שומרי משמרת הקודש אקרא, אז איר האט א פארבלעם מיט עפעס וואס איך שרייב, זייט מוחל הייבט אויף א טעלעפאן, שיקט מיר אן אימעיל, אינבאקס מיר אויף מיין פעיסבוק, שיק מיר א פאקס, שרייבט מיר א צעטל אויף א פאפירוס, שיק מיר א בריעף מיט א טייבל, שרייבט מיר אויף די פארע וואס זאמלט זיך איין אויף מיין פענסטער, קאנטעקט מיר עני וועג וואס עטס ווילסט, נאר מיט איין תנאי, אז איר חתמ'ט זיך אינטער מיט אייער פילער נאמן אן זיך באריפען עפעס א מאדנע פאשקיוויל אינטערשריפט נאמען. מיט 'היהדות החרדית', 'בני הישיבות', 'מרנן ורבנן', 'מקום חותם הבד"ץ', וועל איך נישט האבען צוטוהן.
הרב יצחק לאווי איז א חסידישער יונגער יונגערמאן, ניטאמאל א בן שלשים, א תלמיד חכם וכתבא רבא, באקאנט אלס אן אייגנארטיגער און העכסט אריגינעלער געשטעל וואס פארקערפערט מיט זיך דעם "עילוי" און "משפיעים און זייערע השפעות" זשאנארן, די נאסטאלגישע ערשיינונג פון אן אמאליגן עילוי פון די מעשה ביכלעך, אלץ אין א מאדערנעם און פארגעשריטענעם פענאמען.
ער איז דער פרעצעדענטלאזער טיפ וואס איז משלב און מאחד דעם מיסטישן קבלה'ישן טראכט, די חסיד'ישע לערע, דער פילאזאפישער מיטל-אלטער געדאנקענגאנג, אינאיינעם מיט דער סאציאלער ווירטואלער מאדערנער לעבנסשטייגער, אראפברענגענדיג אלוקית און געטליכקייט ביז למטה מעשרה טפחים. אונטער'ן זעלבן ארעם טראגט הרב לאווי א באנד שפינאזע און אויך דעם רש"ש סידור. ער איז דער כותב פון טיפזיניגע איזשביצער תורות און מאמרים אין חסידות, אין דער צייט וואס ער איז אן אקטיווער בלאגגער און קאמענטאר, און סאציאלער נעטווארק באנוצער.
אין די לעצטע פיר און צוואנציג שעה האבן מיר זוכה געווען צו דעם "ובמורא גדול זו גילוי" ווען הרב לאווי האט זיך מגלה געווען אלס אונזער "לעיקוואד" אויף קאווע שטיבל!
לעיקוואד איז דער ניק וואס מאכט אונז שטוינען און זעלבסטצייטיג שמייכלען, דער וואס געניסט פון אן אומגעהויערע רעספעקט ביי אלעמען, אבער גלייכצייטיג מאכט אונז אמאל דרייען מיט'ן טייטלען-פינגער איבער דעם שטערן מיט א גרימאסע אויפ'ן פנים.
לעיקוואד איז דער ניק וואס איז אומפאראויסזעבאר און אומפאראויסשאצבאר. זיינע מיינונגען קען מען נישט פארשרייבן, ווען מ'מיינט אז מ'קען ערווארטן זיין שטעלונג וועט ער אלץ איבערראשן מיט א פרישן עמוק'דיגן שניט און טראכט. נישט ליבארעל, נישט קאנסערוואטיוו און נישט מעסיג. נישט נעגאטיוו און נישט פאסיוו. עס איז איז די לעיקוואד אידעאלאגיע!
הרב לאווי האט זיך מגלה געווען אלס דער איין און איינציגער לעיקוואד, דעם וועמען מיר האסן און ליבן צו דער זעלבער צייט. דער ניק וואס ברענגט אויפברויז און התפעלות אלעס אויף איינמאל.
אין ביאגראפישן זין איז הרב לאווי מנעוריו א סלאבאדקער און רבי מרדכי בעק תלמיד. נאך אלס בחור האט ער שוין גע'שם'ט אלס דער יוצא דופן'דיגער עובד און משכיל וואס דאוונט מיט כוונת הרש''ש ובקי ברזי דרזין ובכל חדרי תורה וואס ווער ס'איז נאר געקומען מיט אים אין בארירונג איז ארויס פון התפעלות.
מבית אבותיו האט ער דעם כל שהוא ובנו ובן בנו תלמיד חכם. זיין פאטער איז דער משפיע און רב פון רחמסטריווקער שטיבל אין לעיקוואד. דער בוים פאלט נישט ווייט פון עפל און זיין פאטער איז אויך אן אייגנארטיגער טיפ תלמיד חכם, וועלכער האט פאר א שטיק צייט געדינט אלס מגיד שיעור אין ישיבת אור ישראל אבער האט זיך עווענטועל געמוזט אפזאגן, צוליב וואס די אורות זענען געווען גרעסער ווי די כלים, און די תלמידים האבן נישט געקענט מיטהאלטן די טיפזיניגע שיעורים.
זיין מוטער איז א טאכטער פון הרב שמעון ווייספעלד, אן אייגנארטיגער תלמיד חכם און מגיד מישרים אין בארא פארק, א נאנטער תלמיד מובהק פון רבי משה פיינשטיין זצ"ל. ווען הרב ווייספעלד האלט א דרשה ברבים טראגט עס א כאראקטעריסטישן אריגינעלן טעם. זיין אויסגעשפראכנקייט איז צום באוואונדערן ווי ער נעמט שטעלונגען על דא והא וואס מוזן נישט אלעמאל שטימען אדער אריינפאסן מיט'ן אלגעמיינעם שטראם. ער איז נישט נושא פנים פאר קיינעם און פאר גארנישט. טראגט הרב לאווי געוויס מיט זיך די הבטחה פון חז"ל אז שוב אין התורה פוסקת ולא במהרה ינתק. זיין פעטער איז ר' דוד אלי' ווייספעלד, א בארימטער תלמיד חכם מופלא ומופלג אין מאנסי, וועלכער דינט אלס ראש ישיבה אין נייטרא מאונט קיסקא.
אלס בחור איז ער געווען משומעי לקחו פון רבי מאטל זילבער, אבד"ק תולדות יהודה, מיט וועמען ער האט אנגעקנופט א פערזענליכן קשר און פיל פארברענגט במחשבת חסידות. אין די ערשטע יארן נאך דער חתונה האט הרב לאווי געוואוינט אין ארץ ישראל וואו ער איז געווען מבני היכלא קדישא פון רבי איטשא מאיר מארגנשטערן שליט"א. כהיום וואוינט ער אין ניו יארק, וואו ער דינט דעם אויבערשטן והשפעתו ואורו איז זורחת למרחוק פיל ווייטער און ברייטער ווי כותלי ביהמ"ד וד' אמות של הלכה.
עס איז פאר אונז א כבוד זיך צו באקענען מיט דעם זעלטענעם גדול'ישן געשטעל, וואס טראגט אונז אריין אין א ניכטערער וועלט, מיט ענדלאזע האריזאנטן און אומאפשטעלבארע ברעגעס וואס מאנען אן אייביגער גלוסט פאר אור און אורות.
איך וועל שליסן זיין מיינע ווערטער מיט א ציטאט וואס איך האב געשריבן במקום אחר:
מאראנצןזאפט האט געשריבן:אין א סיורויס נאוט איז מרן דער וואס האט ארויפגעשלעפט קאווע שטיבל פון א פארום צו א בית וועד לחכמים, ווען מרן איז פתוח פיו בחכמה ציפט מען זיך אויב עס עקזיסטירט טאקע אזעלכע מענטשן, ווען נישט די טיטלען זענען געטרעיד מארקט פאר בורים וריקים וואלט מען אים באצייכנט אלס חכימי דיהודאי, נר ישראל, עמוד הימיני, פטיש החזק, עס איז מרן וואס די גרעסטע קארפן קעפ דא (און אין עצכ"ח און אין ספר הפנים, ועוד ידו נטוי' ואין מגלין אלא ליודעי ח"ן) זענען מקבל מרות מיט א ביטול גמור.
מרן איז דער ניק וואס הונטער דעם זון פון א ב*טש וואס מיר אלע קענען, ווערט באהאלטן א הארץ פון גאלד, און פאר ווער ס'געדענקט, ווען א ניק האט דא אמאל געוויינט אז ער איז איינזאם, האט אים מרן געאפפערט צו פארברענגען מיט אים 24 ביממה, און אלעמאל גרייט אויפצוהייבן אויף אים די פאון.
בשם מכון מהרנ"פ להוצאות ספרי רביה"ק פרידיריך ניטשה זי"ע וואונטשן מיר א מזל טוב פאר מרן לרגל דאס געבן דעם טויזנטסטן לייק (דאס איז אגב א פעלד וואס מרן צייכנט זיך נישט אויס, און ווען ס'קומט צו דיפלאמאטיע איז ער אן עי"ן ה"א גמור...) למען יאריך ימים על ממלכתו, וכמאמר ז"ל אפילו אתה נותן לי כל כסף וזהב ואבנים טובות ומרגליות שבעולם, איני דר אלא במקום תורה, מיר בלייבן מיט'ן עיר התורה, מרן זאל זיין געזונט (נישט שטארק ווייל ווען יא איז דעינזשרעס) און אונז פירן קעגן משיח'ן במהרה (על צד אז מ'פסק'ענט נישט ווי הלל.)
והיו עיניך רואות את מוריך: