יסודות פון אמונה 1 כוזרי

מחשבה, השקפה ועיון
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

ווארט זאגער האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:ליין פליז איבער דער חומש. איך רעד דאך אז עס איז געווען משה נו און ער האט געוויזען מופתים מוכיח זיין זיין נבואה, פונקט ווי אלע אנדערע מנהיגים. לאמיר זאגען עס איז א חידוש אז מער מענטשען האבען געזעהן זיינע מופתים ווי א צווייטער אקעי טוישט דאס נישט דער פאקט וואס דער חומש דערציילט אז משה רבינו האט משכנע געווען דער עולם אז ער איז א נביא טאקע דורך די מופתים יציאת מצרים און מתן תורה, אבער נישט אלע זענען געווען די נביאים וואס האבען מקבל געווען די תורה נאר האבען אלע געגלייבט משה, פונקט ווי עס שטייט ויאמינו בהשם ובמשה. איך זעה נישט וואס איז דא זיך דינגען אויף דעם.


זעה אין רמב"ם הלכות יסודי התורה פ"ח אז יודען האבן נישט געגלייבט אין משה וועגן די מופתים נאר ווייל זיי האבן אליינס געהערט בנבואה ווי דער אייבערשטער רעדט צו משה.


איך ווייס אז דער רמבם זאגט אזוי נאר א , כבר הכו על קדקדו אז ער דינגט זיך מיט צענדליגע פסוקים און מיט די קלארע משמעות פול גאנצע פרשיות אין די חומש. ב, ווייס איך נישט וואס עס העלפט און וואס איז די נפקא מינה. זאל שוין זיין אז זיי האבען אליינס געהערט איין מעל ווי דער אייבישטער רעדט מיט משה, אלו מען וועט זיך נישט וויסענדיג מאכן פון די קשיא וואס איז דאס שווערער צו פעיקען ווי מופתים, העלפט דאס נאר אויף דער איין דיבור אויף די גאנצע תורה האבן זיי ווייטער געגלייבט משה. ג, דער רמבם אליינס אין מורה איז מחולק און זאגט בפירוש די אידן האבען גארנישט געהערט. און אפילו וועסטו זיך דינגען אויף זיין פשט בלייבט דאס א מחלוקת פשט הפסוקים קיין מסורה האסטו נישט.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

הקטן האט געשריבן:פין לעקוואדס לינק:
The Qur'an – identifies three sets of books from the Bible as genuine divine revelation given to trusted messengers: the Tawrat (Torah) given to Musa (Moses),

The Qur'an mentions the word Torah eighteen times and confirms that it was The Word Of Go
. .

פרעג דיין רבי אויף איסלם צי זיי זענען מודה אין די מעמד ההתגלות אויף הר סיני ווען אידען האבן פארלאזט מיצרים

איר קענט ליינען?
זיי זאגן אז די טעקסט וואס מיר האבען איז פארגרייזט און בויען זיך נישט אויף יציאת מצרים און מתן תורה נאר אויף אלע נביאים ובכללם משה אברהם און מוחמד חותם הנביאים.
I have a dream
Martin Luther King ~
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

לעיקוואד האט געשריבן:און בויען זיך נישט אויף יציאת מצרים און מתן תורה
???
וואו האסטו דאס געזען??
גיט זיי זאגן אז ס'דא נאך נביאים אין האלטען אויך א משה איז דער גרעסטער פין זיי אלע.

אלס א איסלאם קענער ווייסטו אז איבעראל וואו עס שטייט זכר ליצאת מיצרים מעקן זיי דאס אויס??
דו ווייסט דאס פאר א פאקט?? א מקור פליז


משה איז געווען הויפט נביא אין פארקויפט פאלשע געבעקס?
נעם ארויס מתן תורה אין יצאת מיצרים פין די תורה און די בלייבסט מיט גארנישט.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

מאטי האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:
ווארט זאגער האט געשריבן:?


ווייזט פשוט אויף אז טויזענטער מענטשן האבן צוזאמען געגלייבט א געוויסע ערשיינונג וואס איז געשען בפומבי.

גענוג כוזרי'דיג?

ניין.


"ניין" באמונה? או בעזרת עדות קהל ק"ש?

בעזרת די כיזרו וואס מען האט אראפגעברענגט.

דערמאמט וואס אידען האבן געזען נישט וואס זיי האבן געגלייבט
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

אוי מאמעלע שיינע... איך בין עפעס א ראשון? קוק די קליפס, מ'רעדט פון א פאל וואו טויזענטער האבן געזען, געגלייבט, איבערגעגעבן, און ס'איז קיים עד היום הזה..

בד"וו וואס מיינט דאס "ערשיינונג?"
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

הקטן
עס וואלט געהאלפען ווען איר טראכט דורך וואס איר ווילט דא טענהן ווייל איך האב נישט קיין אהנונג.
I have a dream
Martin Luther King ~
ווארט זאגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 18, 2015 5:28 pm
האט שוין געלייקט: 191 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל

שליחה דורך ווארט זאגער »

לעיקוואד האט געשריבן:איך ווייס אז דער רמבם זאגט אזוי נאר א , כבר הכו על קדקדו אז ער דינגט זיך מיט צענדליגע פסוקים און מיט די קלארע משמעות פול גאנצע פרשיות אין די חומש.
כ'ווייס נישט וועלכע פסוקים די תורה זאגט קלאר אתה הראית לדעת וגומר משמים הראך את קולו וגו' און נאך פסוקים וואס דער רמב"ם ברענגט
ב, ווייס איך נישט וואס עס העלפט און וואס איז די נפקא מינה. זאל שוין זיין אז זיי האבען אליינס געהערט איין מעל ווי דער אייבישטער רעדט מיט משה, אלו מען וועט זיך נישט וויסענדיג מאכן פון די קשיא וואס איז דאס שווערער צו פעיקען ווי מופתים,
נבואה איז אסאך מער ווי מופתים כמבואר במורה ח"ב פט"ז ועוד כמ"פ במורה.
העלפט דאס נאר אויף דער איין דיבור אויף די גאנצע תורה האבן זיי ווייטער געגלייבט משה.
דער רמב"ם איז מבאר אז די יודען האבן געהעט ווי דער אייבערשער זאגט אז ער גייט איבער געבן די תורה פאר משה רבינו עיין שם
ג, דער רמבם אליינס אין מורה איז מחולק און זאגט בפירוש די אידן האבען גארנישט געהערט. און אפילו וועסטו זיך דינגען אויף זיין פשט בלייבט דאס א מחלוקת פשט הפסוקים קיין מסורה האסטו נישט.

שטותים! עס איז דא אמחלוקת דארט אין די מפרשים וויאזוי צו לערנען פשט דארט אין רמבם וועלגע דרגה נבואה יודען האבן געהאט צו יודען האבן יא געהערט חיתוך האותיות צו נישט אבער זיכער האבן זיי געהערט א זאך וואס איז ביי זיי קלאר געווען אז דאס איז דבר ה' צו משה רבינו ווי ער שרייבט אין ספר היד.
ס'נישט דא קיין כופר! ס'דא וואס האבן קשיות און נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מענטש וועם צו פרעגן...
ס'נישט דא קיין אפגעפארענע! ס'דא וואס האבן נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מורה דרך...
ווארט זאגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 18, 2015 5:28 pm
האט שוין געלייקט: 191 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל

שליחה דורך ווארט זאגער »

מאטי האט געשריבן
אוי מאמעלע שיינע... איך בין עפעס א ראשון? קוק די קליפס, מ'רעדט פון א פאל וואו טויזענטער האבן געזען, געגלייבט, איבערגעגעבן, און ס'איז קיים עד היום הזה..


ווארט זאגער האט געשריבן

עס איז נישט געווען קיין התגלות נבואה נישט מער ווי א מראה און אויך נישט פון גאט וואס האט געגעבן די תורה נאר ווי די מאמע פון ישו כישוף איז דא אסאך, חוץ פון דעם איז עס געווען ווי א שאטן (קוק נאך) און אסאך האבן געגלייבט! אז דאס איז די מאמע. און אויך האט זי נאר געבענטשט און נישט מוכיח געווען אז נצרות איז די אמת.
ס'נישט דא קיין כופר! ס'דא וואס האבן קשיות און נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מענטש וועם צו פרעגן...
ס'נישט דא קיין אפגעפארענע! ס'דא וואס האבן נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מורה דרך...
kliger
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 287
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 96 מאל

שליחה דורך kliger »

פארוואס איז זיך נישט דער אייבישטער מגלה איינמאל פאר אלעמאל אז די היינטיגע וועלט זאל וויסן פונקטלעך וואס ער וויל.
די תירץ אז דאס איז דער נסיון איז זייער נאריש און נישט אויסגעהאלטען שכל'דיג. פונקט ווי איך זאג דיר געב מיך טויזענט דאללער און מיין חבר וועט דיר געבן 2000$ נעקסטע יאר אבער דו מוזט מיר גלייבען און דאס איז די נסיון! די נסיון בכלל איז א פראגע צייכען

און בכלל, ווען איינעמס שכל זעהט איין קלאר אז מען ברויך זיין ערליך פארלירט ער די נסיון פונקט אזוי
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

מיין אויגן פארטראגט נישט קיין רויטע אותיות. שרייב ביטע קלאר און מיושב וואס איר ווילט וועט מען קענען רעדן. פון וואס איך האב געזעהן האב איך נישט געטראפען קיין תשובות צו וואס איך האב געשריבען (אויזער אויב א גרויסע רויטע שטותים מיט עקסלעמעישין מארקס פרעגט עפעס אפ).
I have a dream
Martin Luther King ~
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

בנוגע Our_Lady_of_Zeitoun

די פאקט איז אז טויזעטער מענטעשן זאגן אז זיי האבן אליין געזען די לייט
(טייל גלייבן אז די לייט איז מסמל אויף גברת מערי)


קיינער וואס איז דארט געווען זאגט נישט אז ס'נישט געווען קיין לייט, א יעדער שטיק צייט פאר א פאר מעניט
די פאליציי וואס איז דארט בשעת מעשה זאגן אויך אז אז ס'דא א שיין, וואס קימט אפשר פין די סטריט לייט
אנדערע ווילען זאגן אז זיי דאכט זיך אז די לייט ענדעלט זייער אין עפעס א געשטאלט פין א מענטש (apparition)
מען זיכט 15 מייל ארים צי זען אויב די לייט וואס איז דא פאר א פאר מעניט א וואך קימט אפשר פין א projector אבער מען טרעפט נישט דעם לץ

די פיקטשער'ס דערפין זענען דא - ס'גלייבט זיך נישט אז די פיקטשערס זענען געפעלשט חאטש מען קען פעלטשען פיקטשערס.
די סיבה פארוואס א יעדער גלייך דענקאיגער מענטש וועט האלטן אזוי די פיקטשערס זענען עטענטיש איז ווייל:
the sheer number of photographs from independent sources suggests that no photographic manipulation was involved

די בילדער זענען דא אין דו קענסט דאס אליין זען אפשר וועט דיר דאס אויסקיקען וואו מערי וואו א טייל האבן געהאלטן און אפשר וועט דאס ליכטיקייט פאר דיר מער ענדלען צו יאסעלע פין סלוצק אדער גאר וואו סתם
nothing other than a few 'intermittent flashes of light'
אזוי וואו אנדערע וואס זענען דארט געווען האבן געזען.

הקיצר: אויב איז דא איינער וואס האלט אז דארט איז קיין לייט, א געוויסע ליכיגקייט, נישט געווען דארף ער באזיכן א דאקטר.
האלט איינער אז זעלעטס האבן דאס ארויף געצווינגען אויף די נאאיווע המון עם, אין האבן דערשטיקט ווער עס וויל זאגן אנדערש, זאל זיך מיטכאפן

קלאר אז דארט איז געווען א לייט, סאיז אן היסטארישע פאקט!
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

קומט אויס אז די זון נס באפעסטיגט גאר דעם כוזריס ראיה. ווארום יעדער וואס גלייבט די בילדער באשטעטיגט דערמיט דעם מעמד הר סיני אויף א וואונדערבארע אופן.
האדם לא נברא אלא להתענג
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

לעיקוואד האט געשריבן:@ הקטן איר כאפט נישט וואס איך זאג.
די טענה אז זיי דיספיוטען נישט די התגלות פרעגט דאך טאקע אפ אייער גאנצער "הוכחה". מבחינתם איז די חילוק פון זיי און אונז אזויווי די חילוק וועלכע קוגל צו עסן. ביידע דינגען זיך אויף די שלשלת הקבלה

טעות. ער האט געהאלטן אז גאט האט געגעבן די תורה פאר אידן - זיי האלטן נישט אז ער איז פין די ממשכי השלשלת -ער האט סך הכול באקימען א פרישע התגלות אין אישי.

לעיקוואד האט געשריבן:אגב איסלם איז נישט מקדש די אלטע טעסטעמאנט בכלל נאר האבען געוויסע פון די זעלבע אדער ענליכע מעשיות אין זייער ספר און מבחינתם זענען זיי די אידישקייט וואס אתם ראיתם. וכבר דיברו בזה למעלה.


ווידער ביסטו זיך טועה דא האסטו פין די קאראן
Jews and the Scriptures
The Jewish people were given the Torah
(first five books of the Bible) (62:5).

The Children of Israel were given the Bible, prophethood and favored above all other peoples. It was only after the Scriptures (נאך ישי ימ"ש) had come to them that they divided into factions (45:16-17).

Guidance was given to Moses and the Children of Israel inherited the Bible, which is a guide for men of understanding (40:53-54).


ער האט מסברה געהאלטן אז געוויסען זאכן אין די תורה מיז זיין איז out of context א שטייגער ווי די היינטיגע בייבעל קריטיקער
T
they pervert the words of the Bible and take them out of context. All but a few of them are continually treacherous. (5:13).
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הקטן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

יאיר האט געשריבן:קומט אויס אז די זון נס באפעסטיגט גאר דעם כוזריס ראיה. ווארום יעדער וואס גלייבט די בילדער באשטעטיגט דערמיט דעם מעמד הר סיני אויף א וואונדערבארע אופן.

אנטאשלדיקט הרב יאיר - אויב גלייבט איר אין די האליקסאט, און ווייסט אז דאס איז געווען, חאטש איר האט דאס נישט געזען מיט אייער אויגן, באשטעטיגט איר דערמיט דעם מעמד הר סיני אויף א וואונדערבארע אופן. אין איר באפעסטיגט גאר דעם כוזריס ראיה.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

און די אפיקורסים ומינים נוצן נאך די האלאקאוסט גאר צו פרעגן קשיות אויף גאט. א באנדע טפשים.
אגב, אפשר וואלט געווען כדאי זאלסט פארשאפן עטליכע בילדער פון מעמד הר סיני מזאל טאקע זען אויב דער פייער וואס מאנכע האבן געזען אויף יענעם בארג איז טאקע געקומען פון גאט.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

במחכ"ת כאפט איר נישט די מעשה. איר קוקט מיט אזא יידיש-צענטרישע בליק, ווי כאילו אלע זענען מודה אין די התגלות פון משה נאר נאכדעם הייבט זיך אן חילוקים. די פראבלעם איז אז איסלאם קוקט עס נישט אן אזוי. מוחמד בעיסט זיך נישט אויף די כוזרי'ס ראיה און מסורת, בסך הכל איז זיין רעליגיע אזא מין פתי יאמין לכל דבר רעליגיע ער איז מקבל אלע נביאים משה יאשקע און יעדער אנדערע נביא וואס ער האט געהערט. ער האלט אז די בייבל וואס מיר האבען יעצט איז קאראפטירט און זיינע ווערזיעס פון די מעשיות זענען די ריכטיגע. וואס א חילוק אויב דו רופסט דאס מסברא ער איז דאך געווען א נביא. ער דארף בעצם נישט בכלל קיין תירוצים פארוואס ער איז נישט קיין איד עס פאלט עם נישט איין די קשיות וואס דיר פאלט איין. פארקערט, ער האלט אז משה רבינו מיט אברהם אבינו מיט נח מיט בלעם זענען געווען מוסלעמעינער און די אידען האבען פארדרייט. איך זעה נישט מיט וואס זיין מסורה איז שוואכער פון די אידישע. אבער עס זעהט מיר נישט אויס אז דו קומט פאר בכלל א דיון.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

איך קלער אז דער וואס האלט אז אן עדות פון הונדרעטער טויזנטער מענטשען ביי איין איווענט איז בעסער פון איין אדער אפאר איז קיינמאל געווען ביי אזא מאסן איווענט. איך בין ב"ה געווען ביי עטליכע ריזיגע לוויות און פראטעסטן אין ארץ ישראל, מיין התרשמות איז אז אויב אויסטראכטען מעשיות שלא היו איז דארט די גרינגסטע פלאץ צו מאכען דער עולם גלייבען. ווען עס קומט זיך צאם הונדרעט טויזנט מענטשען אויף איין גאס דער עולם איז אין אן עקסטאז מען שטופט זיך מען ווייסט נישט פונקט וואס גייט פאר הונדרעט מענטשען ארויפציער איז די גרינגסטע זאך אנהייבען א רומאר און נאך צען מינוט שווערט זיך די גאנצע גאס זיי האבען עס אליינס געזעהן. איך האב אליינס בייגעוואוינט אזא זאך ביי א געוויסע גרויסע לוויה. די זעלבע קען מען זעהן ביי גרויסע ספארטס איווענטס ווי מענטשען שווערן זיך דער באל איז געפלויגען אזוי ניין עס איז געפלויגען אזוי. דאס איז די סיבה פארוואס איך בין מפקפק אז עס איז געווען א שום זאך ביי פאטימא.

פארקערט אפשר, די עדות פון עטליכע מענטשען נאמנים וחכמים און מומחים וואס מיר קענען טראסטען זיי גיין נישט סתם נאך דער שטראם און זענען בודק קלאר וואס טוהט זיך איז פיל בעסער ווי די עדות פון א המון פתאים וואס זענען זיך סומך איינער אויף די צווייטער. מען זעהט אזוי איז די הסכמה ביי די מערכת המשפט אדער ביי גרויסע ספארטס איווענטס מען נעמט איינס צוויי שופטים זאלן מחליט זיין וואס איז געשעהן ווען מען זאל זיך סומך זיין אויף וואס דער המון אויף די בליטשערס שרייט איז דאס פיל שוואכער.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

פארדעם האבן משה און די זקנים טאקע ארויף אויפן בארג זיכער מאכן אז גאט'ס פיס שטייט טאקע אויף די מארמויער שטיין.
דער פראבלעם איז נאר אז דאס איז אויך א שמועה פון דער המון עם.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

צום סוף דער המון עם איז דאך אונז, נו וואס זאל מען טוהן איך מוז זיך סומך זיין אויף מיר. נאר אפשר דער המון עם איז בעסער מוכשר אויף זיך קלייבען מנהיגים חכמים ונבונים ווי זיך אליינס מחליט זיין? עכ"פ עס קען זיין אזא סברא.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

לעיקוואד האט געשריבן:צום סוף דער המון עם איז דאך אונז

Hey, speak for yourself! :lol:
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

לעיקוואד האט געשריבן:נאר אפשר דער המון עם איז בעסער מוכשר אויף זיך קלייבען מנהיגים חכמים ונבונים ווי זיך אליינס מחליט זיין? עכ"פ עס קען זיין אזא סברא.

די היינטיגע דעמאקראטישע פאליטיק ווייזט דאך קלאר ווי נאריש דער המון עם ערווועלט מנהיגים.
אגב האט מיר א חבר פונקט היינט צוגעשיקט אן אינטערעסאנטע פסיכאלאגישע שטודיע וואס ווייזט אויף דורך א גאר אינטערעסאנטע אופן אז דער המון עם פארמאגט נישט די חוש הביקורת צו ערוועלן חכמים ונבונים אלס מנהיגים. דאס איז מיר געווען א גרויסער חידוש.
http://www.washingtonpost.com/news/ener ... 5986674186
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

דאך אבער אפילו אין די דעמאקראטיע זענען די מנהיגים וואס ווערן ערוועלט על פי רוב קלוגער ווי די מיינונגען וואס דער המון עם האט אויף די עצם אישוס.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

לעיקוואד האט געשריבן:דאך אבער אפילו אין די דעמאקראטיע זענען די מנהיגים וואס ווערן ערוועלט על פי רוב קלוגער ווי די מיינונגען וואס דער המון עם האט אויף די עצם אישוס.

אודאי, זיי דארפן דאך זיין גענוג קלוג צו קענען אפענטפערן אויפ'ן פלאץ פארוואס זיי האבן גענוצט איין אימעיל אקאונט אנשטאט די צווייטע.
האדם לא נברא אלא להתענג
פארשפארט