יידל האט געשריבן:יאיר, אבסודר איז א גאנץ פיינער מחותן מיט פיזיקס אן אין-סופיות (זע ערך קוואנטום פיזיקס). די מולטיווערס טעאריע לכאורה איז א תירוץ אויף ונבנתה'ס קושיא. ווייל אין איין עולם איז טאקע נישט שייך אין-סוף געשעענישן, אבער פארוואס זאל עס נישט זיין שייך אין אין-סוף עולמות? לפי זה, אונזער עולם גופא איז נישט קדמון, אבער דער מולטיווערס איז יא.
כ'האב געטראכט אז איינער וועט זיכער מאכן אריינצואווארפן קוואנטום מעכאניקס און מולטי ווערס. אודה ולא אבוש אז איך האב נישט קיין השגה אין קוואנטום מעכאניקס און מולטיווערס ממילא וועל איך זיך צוריקהאלטן פון מעיר זיין דערויף.
אויסער דעם, פון וויפיל איך האב געליינט זעט מיר אויס אז אפילו ביי פיזיקער זענען די קאנצעפטן נאכנישט געהעריג מובן, ממילא ווייס איך נישט וויפיל מען קען זיך פארלאזן דערויף.