אינטערסאנטע מנהגי ישראל

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
פארשפארט
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

שליחה דורך ירח בן יומו »

לאמיר צוריק גיין צום נושא:
די מנהג פון נישט זאגן תחנון שבעת ימי המילואים, ווי איז דאס איינגעפירט? ווען איז דאס געווארן?

איך האב אמאל געקעלרט אויב די מצב וואלט געווען פארקערט, אז א געווענליכער טאג זאגט מען נישט קיין תחנון נאר אין א יומא דפגרא זאגט מען יא,
וואלט מען אויך אויסגעזוכט פון אונטער די ערד יארצייטן און יומא דפגרא'ס? :D
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך מיין דער משנה ברורה רעדט דערפון. לאמיר נאכקוקן און כ'וועלל בלי"נ צוריקקומען מיט אן ענטפער. (נאר נעם דיר א בענקל. דו זאלסט נישט ח"ו מיד ווערן ווארטנדיג... :lol: )...!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דער שדה חמד מיטשעט זיך און טרעפט נישט א סיבה על מה שנהגו רבים אז מען עסט נישט קיין קנאבעל און פסח.
למעשה דער סמבאטהעלער רב בספרו ? משה , ברענגט א אינטערעסאנטע טעם להאיסור וויבאלד מען זאגט די הגדה והלל פאסט נישט אז א הייליג מויל וואס זאגט די הייליגער זאכן. זאל האבן א פארשמעקטע מויל פון קנאבעל !! (ומביא סמך מבית יוסף)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ויגד משה שמו.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

און סאטמאר דוכנ'ט מען חול המועד שחל בשבת ,
ווער עס ווייסט ביטע מסביר זיין א הסבר , מקור , לכאורה שטימט עס נישט מיט דעם רמ"א אז מען דוכנ'ט נאר יום טוב ,
וויפיל איך ווייס איז אז סאטמאר רב זצ"ל האט עס איינגעפירט בשנת תרצ"ב בקהל יטב לב ,
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

יש מנהג בעולם שהאיש מורה על האשה משום שנאמר אשה רעה מר ממות
בייגעלייגטע פיילס
mor.png
mor.png (190.19 KiB) געזען געווארן 1760 מאל
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

און ספר התשבי ווערט געברענגט א מנהג אז פסח דערמאנט מען נישט א נאמען וואס איז מלשון חמץ למשל ווייכברויט א דוגמא וכן המנהג בבאבעוו ,

דומה לזה. אז און בעלז עסט מען נישט קיין מייערן פסח ווייל עס מלשון מעהרען -יעהרען , און חלה -חמץ יערט ,
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

diff האט געשריבן:יש מנהג בעולם שהאיש מורה על האשה משום שנאמר אשה רעה מר ממות

אן אלטס , אבער ווערט א שמייכל א יעדעס מאל עקסטער ,
אויסלייזער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 45
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 07, 2014 2:58 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

שליחה דורך אויסלייזער »

דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:און ספר התשבי ווערט געברענגט ,

ער האט דא א ניק
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

diff האט געשריבן:יש מנהג בעולם שהאיש מורה על האשה משום שנאמר אשה רעה מר ממות

בירור השתלשלות המנהג.
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

ירח בן יומו האט געשריבן:אין סקווירא לייגט מען די בעיבי שלאפן די נאכט פאר די ברית אין א לעדעל (איך מיין אז די לעדל בלייבט אפען א גאנצע נאכט, איך בין נישט 100% זיכער אבער אזוי מיין איך).

ס'נישט אז מ'עפענט א לעדל, נאר מ'נעמט ארויס א לעדל און מ'לייגט עס אויף צוויי בענקלעך [סעקיורד צוגעבינדן] און מ'לייגט אריין די מאטראץ דערין, אין דעם דאס קינד.
און נישט נאר ביזן ברית, נאר גאנצע דרייסיג טעג, וואס אגב איז די דרייסיג טעג זייער א הארבע זאך אין סקווער - אז די יולדות זאל נישט ארויסגיין סתם, אלץ סכנה.
און די טעם פונעם לעדל, איז ווייל א קינד ביז דרייסיג טעג הייסט נאכנישט קיין בן קיימא, און דערפאר אלעס וואס מ'באנייעט פארן קינד, איז אלעס נאך די דרייסיג טעג.
[אלע מנהגים פון סקווירא, זענען נישט באשאפן געווארן לעצטענס, אלעס איז ממקור פון ראשונים כמלאכים וואס איז איבערגאנגען במסורה פון טאטע צו קינד, און דערפאר איז טאקע אלעס דער טאטע.. ווייל בנים מכלל דאיכא אבות.]
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

berlbalaguleh האט געשריבן:דער געוואגטער יונגל: דו און דיינע קאלעגעס ציבעלע קוגל און להבחל"ח מנשה'לע ע"ה האבן א סענסיטיוויטעט צו סקווירא. יא סקווירא. דאמאלס פארוואס פארשטייט עטץ נישט אז א צווייטער (אזוי ווי איך,למשל.) האב א סענסיטיוויטעט צו סאטמאר. נישט אז סאטמאר דארף אז איך זאל מיך אננעמען פאר זייער כבוד. אבער דאס אוממענטשליכקייט און ריינע (אדער שמוציגע) שנאה וואס גיסט זיך פון ענקער מויל איז מבהיל את הרעיון. וויאזוי אידישע יונגעלייט וועלכע זענען נתחנך געווארן עפ"י דרך התורה והחסידות קענען האבן אזא בייזוויליגע שנאת חינם אויף א צווייטע גרופע פון ערליכע אידן. יא. א ביסעלע הומאר אויף יענעמ'ס חשבון איז גאנץ א גוטע זאך. אבער עטץ פארפאסט נישט קיין געלעגנהייט אויפצוברענגען אלע אמת'ע און אויספאנטאזירטע אזוי גערופענע חטאים פון סאטמאר. ווען אין די זעלבע צייט ווילט עטץ חס זיין אויף ענקער גרופע'ס כבוד המחולל...? אנא. ביטע ענטפערטס אויף אט די הארבע פראגע...!


קודם כל זע איך אז דו האסט מיר געוואלט הארגענען..
שנית, איך האב שוין עטליכע מאל מגלה דעת געווען, אז אלעס וואס איך בין מעלה אוב וידעוני פון סאטמאר, איז נאר צוליב די קאלטע ביזיון קעגן אנדערע בכללם מיין חסידות, וואס אויב מ'זאל צענזערירן יענס, וואלט איך נישט געשריבן מיינס. אויב אזוי הכל במקומו יבוא בשלום, אז דו וועסט שפירן יענעם וועט יענער שפירן דיר. נישט נאר ווען עס ברענען אפ צען נפשות אין פלעטבוש דארף עס ציפן, נאר אויך ווען מ'שמירט אויס בלעטער מיט טמא'נע ליצנות אויף יענעם, וואלט ווען געדארפט זיך שפירן א ציפ, און אז מ'כאפט נישט, בא מנשה וכיפר אדמתו עמו
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מנשה לוסטיג: שלום עליכם און ברוך מחיה המתים. לגבי דעם ענין פון באשמוצן איינער דעם אנדערנ'ס רבי און חסידות ביסטו100% גערעכט. פארוואס זאלל עס זיין אזוי איינגעשטעלט (מעשה היצר) אז די אנדערע גרופע וועט מבזה זיין מיין רבי'ן און חסידות. און איך וועל גיסן בזיונות אויף זייער רבי'ן און חסידות. ניין. לאמיר זיך רעספעקטירן איינער דעם אנדערן. ווייל סוכ"ס זעמיר דאך אלע אידן. איך האב געהערט כמה מעשיות פון די צווייטע וועלט מלחמה וואו צוויי גרופעס פון חסידים, וואס זייערע רבי'ס זענען אפילו געווען קאזינס. נאר מ'האט זיך ארומגעריסן און אפגעטון שטיקלעך איינער פאר דעם אנדערן. ביז ווען די נאציס ימ"ש זענען אריינגעקומען און זיי האבן באפוילן אז אלע רבנים זאלן קומען צו א מיטינג. דאמאלס האבן זיך די צוויי רעבעס געטראפן און זיי האבן זיך געקושט און איבערגעבעטן און אויסגעדרוקט חרטה אויף אלע זייערע נארישע מחלוקות...! פארוואס לאמיר ווארטן ח"ו אז די שונאי ישראל זאללן אונז דערמאנען אז אונז זענען ברידערס. לאמיר זיך אליין דערמאנען און תשובה טון און א יעדע גרופע זאלל רעספעקטירן די אנדערע רבי'ס און חסידות...און ס'זאלל זיין שלום ושלוה בתוך מחנינו... אין דעם זכות וועט משיח זיכער שנעלער קומען...בניסן נגאלו ובניסן עתידין להיגאל...!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בערל ביזט א ריכטיגער מנהיג, זאגסט אזוי גוט. די איינציגסטע זאך וואס באדערט מיר נאך איז, אז אסאך ווי איך וואס געהערן נישט צו קיין איינע פון די קרעפ, מיר זענען private property, אונזערע קינדער זענען אונזערס, און אונזערע ווייבער אויך, רוב די סארט מענטשען קענען פארנעמען אלע חסידות׳ער, אבער ווען ס׳קומט צו סקווירא גייט עס נישט, פשוט מ׳קען נישט, סלאזט זיך נישט שלינגען. ודי בזה
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:און סאטמאר דוכנ'ט מען חול המועד שחל בשבת ,
ווער עס ווייסט ביטע מסביר זיין א הסבר , מקור , לכאורה שטימט עס נישט מיט דעם רמ"א אז מען דוכנ'ט נאר יום טוב ,
וויפיל איך ווייס איז אז סאטמאר רב זצ"ל האט עס איינגעפירט בשנת תרצ"ב בקהל יטב לב ,


נישט געוויסט אז קהל יטב לב האט שוין עקזיסטירט אין תרצ"ב
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

מנשה לוסטיג האט געשריבן:
ירח בן יומו האט געשריבן:אין סקווירא לייגט מען די בעיבי שלאפן די נאכט פאר די ברית אין א לעדעל (איך מיין אז די לעדל בלייבט אפען א גאנצע נאכט, איך בין נישט 100% זיכער אבער אזוי מיין איך).

ס'נישט אז מ'עפענט א לעדל, נאר מ'נעמט ארויס א לעדל און מ'לייגט עס אויף צוויי בענקלעך [סעקיורד צוגעבינדן] און מ'לייגט אריין די מאטראץ דערין, אין דעם דאס קינד.
און נישט נאר ביזן ברית, נאר גאנצע דרייסיג טעג, וואס אגב איז די דרייסיג טעג זייער א הארבע זאך אין סקווער - אז די יולדות זאל נישט ארויסגיין סתם, אלץ סכנה.
און די טעם פונעם לעדל, איז ווייל א קינד ביז דרייסיג טעג הייסט נאכנישט קיין בן קיימא, און דערפאר אלעס וואס מ'באנייעט פארן קינד, איז אלעס נאך די דרייסיג טעג.
[אלע מנהגים פון סקווירא, זענען נישט באשאפן געווארן לעצטענס, אלעס איז ממקור פון ראשונים כמלאכים וואס איז איבערגאנגען במסורה פון טאטע צו קינד, און דערפאר איז טאקע אלעס דער טאטע.. ווייל בנים מכלל דאיכא אבות.]


איך פארשטיי נישט די טעם וואס די גיבסט אן. פארוואס קען מען נישט לייגן די קינד אין א קריב אנשטאטס א לעדל?

און אפשר ביסטי מסביר די אנדערע מנהגי סקווירא ווי שטיוול, (נישט פארוואס סקווירא רבי ז"ל איז געגאנגען דערמיט נאר פארוואס דארף די המון עם עס נאכטון), זיך שערן נאר אין געוויסע זמנים
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אין געוויסע נדבורנא מקומות טוט נישט דער ש"ץ אן א טלית שבת ביי מנחה. מען דאווענט בלויז מיטן שטריימל/בעקישע.
וירח ה' את ריח הניחוח
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

חסיד האט געשריבן:
ירח בן יומו האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:אין באבוב (קען זיין ס'שטאמט פון צאנז) איז די מנהג אז שושן פורים גייט די רב "רימפלן" ווי מ'האקט מיט'ן שטעקן אויף די פענסטער ביז עס צעברעכט זיך

בין קיש שהקיש על דלתות שמים ונענה

דער מנהג איז פון צאנזער רב זצוק''ל, שושן פורים ארומצוגיין צו גוטע פריינד און אנשים חשובים וואס דאס ווערט געריפן 'רימפלען', דער צאנזער רב פלעג להרבות שמחה (מ'קען אלע ענינים פון דאס פארברענען זייד ל''ג בעומר ביי הדלקות והיתרם דא אויך אויסשמיעסן באריכות ואין כאן מקומו) דער ענין האט אויך שייכות מיט די הלכה פון מזיק בפורים.
כ''ק אדמו''ר מהר''ש מבאבוב זצוק''ל אלץ רב אין שטאט ווישניצא (בגאליציע) האט אויך מתחילה געטוען אזוי, אבער משום מעשה שהי' אז דער בעה''ב אביסל א מער מאדערנע האט עס פארדראסן, האט ער אויפגעהערט זאגנדיג אז דער דייטש (מאדערנקייט) האט זיך שוין אריינגעכאפט און נאר צובראכן גלעזלעך. די לעצטע יאר פארן קריג האט בנו כ''ק אדמו''ר מהרב''צ זצוק''ל שושן פורים צובראכן די לעצטע גאנצע שארב (פענטסטער) בביתו פון החסיד המפו' ר' עזריאל מנדלבוים זצ''ל (מלחין החופה ניגון הידוע ועוד, און ברודער פון החסיד ר' יוסעלע ז''ל מחבר איזהו מקומן ועוד). פאריאר האט כ''ק האדמו''ר מבאבוב שליט''א צוריק איינגעפירט ביים רימפלען אין די מתיבתא עץ חיים אין ציבראכן צוויי שארבן (און שוין אזוי אויך היי יאר).

א צעדרייטן מנהג, with all due respect.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

יואב האט געשריבן:א צעדרייטן מנהג, with all due respect.


וויאזוי גייט ביידע צוזאמען?
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

He concluded that no respect is due
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

עזריאל האט געשריבן:בערל ביזט א ריכטיגער מנהיג, זאגסט אזוי גוט. די איינציגסטע זאך וואס באדערט מיר נאך איז, אז אסאך ווי איך וואס געהערן נישט צו קיין איינע פון די קרעפ, מיר זענען private property, אונזערע קינדער זענען אונזערס, און אונזערע ווייבער אויך, רוב די סארט מענטשען קענען פארנעמען אלע חסידות׳ער, אבער ווען ס׳קומט צו סקווירא גייט עס נישט, פשוט מ׳קען נישט, סלאזט זיך נישט שלינגען. ודי בזה

אז איינער האט עפעס 'נישט' ליב, איז די חסרון נישט אין יענע זאך, נאר אין עהם, ווייל טויזענטע האבן דאך עס יא ליב.
אגב, ביסטו שוין אמאל געווען א שבת אין סקווער? קענסטו דען פערזענליך סקווער? שטערט דיר טאקע עפעס א רוחניות'דיגע זאך פון זיי?
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

שמעון וואלף האט געשריבן:
מנשה לוסטיג האט געשריבן:
ירח בן יומו האט געשריבן:אין סקווירא לייגט מען די בעיבי שלאפן די נאכט פאר די ברית אין א לעדעל (איך מיין אז די לעדל בלייבט אפען א גאנצע נאכט, איך בין נישט 100% זיכער אבער אזוי מיין איך).

ס'נישט אז מ'עפענט א לעדל, נאר מ'נעמט ארויס א לעדל און מ'לייגט עס אויף צוויי בענקלעך [סעקיורד צוגעבינדן] און מ'לייגט אריין די מאטראץ דערין, אין דעם דאס קינד.
און נישט נאר ביזן ברית, נאר גאנצע דרייסיג טעג, וואס אגב איז די דרייסיג טעג זייער א הארבע זאך אין סקווער - אז די יולדות זאל נישט ארויסגיין סתם, אלץ סכנה.
און די טעם פונעם לעדל, איז ווייל א קינד ביז דרייסיג טעג הייסט נאכנישט קיין בן קיימא, און דערפאר אלעס וואס מ'באנייעט פארן קינד, איז אלעס נאך די דרייסיג טעג.
[אלע מנהגים פון סקווירא, זענען נישט באשאפן געווארן לעצטענס, אלעס איז ממקור פון ראשונים כמלאכים וואס איז איבערגאנגען במסורה פון טאטע צו קינד, און דערפאר איז טאקע אלעס דער טאטע.. ווייל בנים מכלל דאיכא אבות.]


איך פארשטיי נישט די טעם וואס די גיבסט אן. פארוואס קען מען נישט לייגן די קינד אין א קריב אנשטאטס א לעדל?

און אפשר ביסטי מסביר די אנדערע מנהגי סקווירא ווי שטיוול, (נישט פארוואס סקווירא רבי ז"ל איז געגאנגען דערמיט נאר פארוואס דארף די המון עם עס נאכטון), זיך שערן נאר אין געוויסע זמנים

איך ווייס נישט 'אלעס', אבער וואס איך ווייס, קען איך דיר זאגן, ואידך זיל גמור, ווייל ס'דא אויף אלעס מקורות.
א קריב איז א אפציעלע בעטל פאר א קינד, און א לעדל איז מעין א קעסטעלע.
שטיוועל, איז א לבוש, וואס דער פריערדיגע סקווערע רבי זצוק''ל האט געוואלט דערמיט מאכן א ספעציעלע לבוש פאר זיינע חסידים, ווי יעדע חבורה האט זייער יוניפארעם וואס צייגט אוואו זיי געהערן.
מיט שטיוול איז נישט לייכט צו גיין און טון וואס מ'וויל, עס פארלאנגט זיך א זהירות, דאס איז איין זאך, און ס'איז געווען א חסידישע טראגע אין חסידישע שטעטלעך אין מזרח אייראפע פארן קריג.
וועגן זיך שערן, אין סקווער בכלל איז נישטא אזא זאך, מ'טוט זאכן סתם! יעדע זאך האט א ענין פון עבדות השם, א מצוה א מנהג, און יעדעס מאל וואס מ'שנייד די נעגל איז עס ליבערשט פון מיטוואך און ווייטער ס'זאל זיין לכבוד שבת, און אזוי ווען מ'שערט זיך, איז עס אלץ לכבוד יום טוב, און דאס גלייכן.
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

שריפת חמץ בהלכה ובמנהג

שליחה דורך ירח בן יומו »

כלל ישראל פירט זיך צו מאכן שריפת חמץ.

ווואס? א מנהג? ס'איז דאך מדאורייתא?

לאמיר צונעמען די זאך אביסל:

להלכה פסק'נט די מחבר אז דער וואס טרעפט חמץ אום פסח דארף דאס משבית זיין בכל דבר (זורה לרוח או מפרר לים).

די רמ"א ברענגט צו די מנהג צו מאכן דוקא שריפה (לחשוש לשי' ר"י).

אבער דאס איז נאר ווען מטרעפט אום פסח, קודם זמן האיסור שטייט נישט אין שו"ע.

די משנה ברורה ברענגט צו אז מ'פירט זיך אפי' קודם זמן האיסור, (אך דא עקא, אז לויט ווי די שער הציון איז מסביר די מנהג דארף מען פארברענען די חמץ וואס מ'ווארפט ארויס פון פורים כל ל' יום, איך האב נישט געזען קיינער וואס פירט זיך אזוי).


אבער ווייטער דאס איז אלס אויב מ'האט חמץ, אויב האט מען גארינשט געפונען זאגט די רמ"א אז די מנהג איז אז מ'פארברענט די לעפל און די לעכט.

נאך א מנהג ברענגט די רמ"א אז מ'לייג 10 פירורים ממילא איז שוין דא וואס צו פארברענען.

דא האב איך געמאכט א קורצע ליסטע פון זאכן וואס מ'פירט זיך צו פארברענען:

א) די 10 פירורים (לכתחילה זאל עס זיין א כזית-חיי אדם)
ב) די לעכט און די לעפל (רמ"א)
ג) לולב מיט די הושענות (מהרי"ל)
ד) פתילות ושמנים פון חנוכה
ה) די מצה פון עירובי חצירות (ראב"ן ס"ז)
ו) אפיקומן פון פאריאר (משנה שכיר)
ז) י"ב חלות פון רבי'ן (ערוגת הבושם קי"ב)
ח) די נעגל וואס מ'האט אפגעשוירן אגאנץ יאר (אורחות רבינו).
ט) ס'איז דא וואס נעמען די הפרשת חלה פון אגאנץ יאר (צריך שאלת חכם)

האב איך עפעס אוסגעלאזט?
פארשפארט