מאראלישע חקירות און ספיקות

מחשבה, השקפה ועיון
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

אז מ'רעדט שוין, איז דא מאראלישע פליכטן צו אן אייגן פאלק איבער א פרעמדן פאלק? איז אן אמעריקאנער מחויב צו העלפן א צווייטער אמעריקאנער מער ווי א קאנאדישער, בלויז ווייל פאליטיק האט געזאגט "דא איז די גרעניץ?" וואס טוט זיך מיט שכנים, משפחה, חברים וכדו'?
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

אמעריקא איז טאקע נישט קיין פאלק.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

העלפען מילא, וואס איז ווען אמעריקע וועט ערקלערן קריג אויף קאנאדא? וועט זיין א מאראלישע היתר פאר דער אמעריקאנער סאלדאט שיסען דער קאנאדישער? וכבר דשו בזה רבים..
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

ונבנתה העיר האט געשריבן:אמעריקא איז טאקע נישט קיין פאלק.

פארוואס איז אמעריקע ווייניגער פאלק ווי ענגלאנד אדער פראנקרייך? ווי לאנג דארף א פאלק שטיין עס זאל קונה זיין דער שם?
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

ווען האט זיך געענדיגט די טעכניק פון פאלק-שאפונגען

ל"ה
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

איך דערמאן זיך, ערב שבת זכור האב איך געזעהן הרב בני פרל שרייבט אזא מעשה.

הרב בני פרל האט געשריבן:בנתניה שלפני ארבעים שנה היה זקן אחד, שכתב קונטרס על האירועים שעבר בשואה, לקונטרס קרא: "זכור את אשר עשה לך עמלק"
****************
פעם בא לבית הכנסת שהתפללתי בו וניסה למכור את הקונטרס הזה [שכפולים שבורים על נייר גרוע]
האנשים עיינו. ראו איך פעם אחר פעם הוא מכנה את הגרמנים עמלק וכמה צעירים שאלו: "אם היה בא לכאן גרמני, היה מותר להרוג אותו מיד?"
****************
חס וחלילה, ענה הזקן, איך אתם מדברים.
.......... אבל הוא עמלק? שאלו, כתוב "מחה תמחה"
*********************
ואז למדתי פעם ראשונה בחיי פרק בלמדנות [לומדעש]
הגרמנים, ענה הזקן, הם בחינת עמלק.
גם בלמדנות, גם בחסידות, יש המרה של העיסוק בממשי לעיסוק במהויות.
טוב או לא... זה לא העניין. מעניין הרבה יותר הוא העיקרון. עמלק, הוא כבר לא משהו ממשי, הוא רעיון.
לגבי אותו זקן, הגרמנים היו דבר יותר מידי ממשי. שנה לאחר מכן זכיתי להכיר אותו יותר... הוא מעולם לא הפסיק להתגעגע לאשתו, לילד ולילדה שלו.. שהוא לא ידע לומר היכן נרצחו.
אשתו החדשה הייתה ניצולת שואה עמוסת סיוטים, שהשרתה עליו מרירות וכעס.
והוא... לא היה הורג שום גרמני... כי עמלק זה בחינת עמלק.
********************
[אגב, מה היא בחינת עמלק? בחסידות עסקו בכך הרבה... הרבי צדוק הכהן מלובלין כותב כמה פעמים שהמהות היא הרצון לשכוח... לכן אנו מצויים לא תשכח... ויש עוד רעיונות: האמונה במקריות, הציניות ועוד ועוד...]
*********************
**********************************
השבוע הייתי עם תלמידי בבית ספר און.
חייב לומר מליון מילים טובות על הצוות של בית הספר הזה... יום יום להתמודד עם תלמידים מאוד שונים. [אולי אנחנו שונים...]
לא קל.
כל שנה אנו נמצאים שם לפעילות פורימית, הרקדות וכו'.
בשנה שעברה פגשתי שם בחור צעיר מאוד מגרמניה.
מתנדב.
הוא הסביר לי שלאחר שלמד היסטוריה בתיכון החליט להתנדב שנה אחת בישראל.
גרמני שלא היה בו בחינת עמלק.
בתמונה: השבוע, פעילות אחד ההרכבים יחד עם תלמידי בית הספר המופלא "און"
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

ריכטיג, כ'האב עס געמישט מיט ראסע.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

ישראל קאפקע אלערט.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

נו, אודאי, ר' יואל כהן האט אמאהל פארברענגט איבער עבודת התפלה, דערנאך שטעלט ער זיך אויף און כיפערט אפ א מעריב, פרעגט מען איהם מאי האי, זאגט ער: עס איז פארהאן דער ענין פון עבודת התפילה...
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

אלזא וואס בלייבט? מעג איך מיר טוישן די קינדער מיט מיין שכן , פארוואס זאל ביאלאגיע מחליט זיין?
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

הרב קוק האט געשריבן:הזוהמא הנשמתית כשם שהיא יכולה להתקבץ בתוך נפש יחידית, להסיר אותה מתכונתה הטובה, ולהפכה לתכונה שפלה, שתוריד אותה למדרגת שפלי החיים, כך היא יכולה להתקבץ בתוך הנפש הכללית של אומה שלמה, לעשות אותה לאומה שפלה ורשעה, בזויה ונגעלה, באופן שהיא ראויה לעבור מן העולם, כדי שלא לעכב על הנוי העולמי של יפיו של עולם מלהתפשט.
האדם לא נברא אלא להתענג
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

שליחה דורך petergrifin »

ונבנתה העיר האט געשריבן:
petergrifin האט געשריבן:
װײל מען איז אנגעװײטאגט. איך מײן עס האט נישט מיט מאראל נאר פשוט רצחת וגם ירשת?!

וואס עפעס רצח'ת'?


עס איז א פארשטענדליכע פילינג. שטעל דיר פאר מײן זײדע צװאנציג יאר נאך באפרײט װערן פון די לאגער
קומט זײן זין צי רײטן מיט א מערצעדעס. האסט אונז אויס ג׳הרגט זאל איך דיר געבן פרנסה?

בדרך אגב איך מײן אז דו מײנסט נישט דוקה דײטשלאנד נאר איך האב זיך באצויגען צו דײן דוגמה.
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

מאטי האט געשריבן:אלזא וואס בלייבט? מעג איך מיר טוישן די קינדער מיט מיין שכן , פארוואס זאל ביאלאגיע מחליט זיין?

ווענדט זיך וועם איר פרעגט.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל

שליחה דורך קינד_אן_קייט »

ונבנתה העיר האט געשריבן:מיר וועלן נאך זעהן א נקמה אין די דייטשן, איז בכלל דא עפעס א צד אויף דעם אין מאראל? קען מיר איינער מסביר זיין עפעס א צל סברא פארוואס א היינטיגער דייטש זאל זיין עפעס א מחותן מיט וואס זיין טאטע האט געטוהן?


דאס נישט קויפן דייטשע פראדוקטען האט לכאורה ווייניגער מיט מאראל אדער נקמה, און מער מיט אויסדרוקן פראטעסט (א שטייגער ווי מאראלישע קאנסומעריזם) וואס זאל דינען אלץ א סיגנאל פון ״לא נשכח, לא נסלח״.

און אין א וועלט וואו פארשפרייטן ספיקות אדער פראסט שקר איז פונקט אזוי לייכט (אדער גאר לייכטער) וואו דאס פרסום פון אמת׳ע קאפיטלען היסטאריע, זענען אזעלכע סימבאלישע אקטן א געווער צו דערהאלטן דעם אמת אויפ׳ן אויבערפלאך.
כאן, חבל טבור הארץ.
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

די שאלה גייט לכאורה ביידע וועגן. איז מאראליש אויסגעהאלטן צו באשטראפן א דייטשע אייניקל צוליב זיין זיידנ'ס חטאים. בלויז צו האלטן אמת אויפן אויבערפלאך איז נישט קיין תירוץ.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל

שליחה דורך קינד_אן_קייט »

פון נישט קויפן זיינ׳ס א פראדוקט ביז מעניש זיין איז דא א שטיקל מרחק (כ׳קויף אויך נישט וויין ביים מקוה איד, איז נאך נישט טייטש אז כ׳בין אים מזיק).
כאן, חבל טבור הארץ.
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

ס'איז אויך דא א נפק"מ צווישן "נישט קויפן" און "בויאקטירן."
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל

שליחה דורך קינד_אן_קייט »

אמת, דער צד השוה איז אז כ׳האב אן אגענדע, איינס מער ערנסט און איינס ווייניגער, אבער כל עוד בFree Market עסקינן, אין בזה משום ענישה או צד היזקא.
כאן, חבל טבור הארץ.
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

לעיקוואד האט געשריבן:
אחד העם האט געשריבן:.
לעיקוואד, די קולטור מיינסטו דיעות ושיטות הגרמנים, אדער עפעס מער פיזיש?


איך ווייס נישט פונקט די הגדרה, און בכלל בין איך נישט מציע דאס למעשה, איך האב דווקא ליב דייטשע קולטור.. איך פראביר נאר מסבר זיין את האוזן דער געדאנק.

אבער למשל, אז מען וועט חרוב מאכען די אלע אוטובאנען וואס היטלער האט געבויט, וואלט דאס מיר מתקבל געווען אלץ א גלייכע נקמה.

טאקע דאס איז די פראגע, וויאזוי און מיט וואס פאר א רעכט קען איך אוועקנעמען פון א היינט-צייטיגע דייטש די הנאה וואס די דייטשע קולטור גיבט אים? ווייל מיט דעם קולטור און קאפ, האט זיין עלטער זיידע גשאסען? צו ווייל ער איז אן אייניקל פון דעם זיידע וואס האט געשאסען, נעם איך אלעס אוועק פון אים אלס נקמה? ווי איך האב פארשטאנען אז דיין הצעה איז געווען שנייד אויס יעדן זכר פון דעם אמאליגען דייטש, כדי דער נייער דייטש זאל ח"ו נישט הנאה האבען פון דעם אמאליגען דייטש, א. הא גופא, האב איך פארשטאנען אז דער פותח האשכול פרעגט, ווער גיבט די מאראלישע רעכט צו דעם. ב. עס קומט אויס א אינטרעסאנטע זאך, לפי דבריך, אז באמת צו דעם נייעם דייטש טאר איך גארנישט טוהן מכח דעם ביאלאגישער קשר צום אלטען דייטש נאר איך מעג נאר עוקר זיין וואס עס איז נאך געבליבען פינעם אלטען דייטש, למעשה אבער טוסטו דאס צום נייעם און נישט צום אלטען, והוא לא חטא.
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

[justify]ווען מען איז דן אויף דעם מיט הלכה'ישע ברילען, וואלט די דיון לכאורה געדארפט זיין אויב גרמנים האבען א דין פון עמלק אדער נישט. ווטס אויב יא, כמובן דארף מען געדענקען זייער שלעכטס און יא נקמה נעמען וכו וכדו'.
אינטרעסאנט איז אז טאקע הרב סאלאווייטשיק האט געהאלטען אז די דייטשען האבען א דין פון עמלק. ער האט דעם געדאנק געהאלטען און איין איבערחזרען סיי און זיינע הימלישע ווערק און סיי ביי זיינע פערלדיגע רעדעס, ער האט געהאלטען אז איינע פון די גרויסע חטאים וואס מדינת ישראל איז באגאנגען איז געווען אז זיי האבן גענומען די ווידער גוטמאכונג געלט וואס די דייטשען האבען געגעבן, וואס לדעתו פארמאגען די דייטשען אויף זיך די דין פון עמלק, און מען טאר פון זיי קיין געלט נישט נעמען. ער האט אויך געהאט גרויס טענות אויף די ארץ ישראל'דיגע רבנים פארן נישט אריינמישען זיך און זאגן דעם הלכה, און ווען עס קומט צו גיוס בנות מאכט מען געוואלדען, עטס רבנים האטס געלערנט בן גריון'ען אז מען דארף זיך מיט דער הלכה נישט רעכענען...
און קול דודי דופק, איינס פון זיינע מייסטעווערק שרייבט ער אזוי:

אין הדבר נוגע לעתידה הפוליטי של הארץ בלבד. מזימות הערבים אינן מכוונות רק לעצמאותה המדינית, אלא כלפי עצם קיומו של היישוב בכלל. הם שואפים להשמיד, חלילה, את היישוב מאיש ועד אישה, מעולל ועד יונק, משור ועד שה. באחת האסיפות של המזרחי אמרתי בשם אבא מרי ז"ל, כי פרשת "מלחמה לה' בעמלק מדור דור" אינה מוגבלת בחלותה הציבורית כמלחמת - מצווה לגזע מסוים, אלא כוללת חובת התקוממות נגד כל אומה או קבוצה החדורה שגעון של שנאה, והמכוונת את משטמתה כלפי כנסת ישראל. כשאומה חורטת על דגלה "לכו ונכחידם מגוי ולא יזכר שם ישראל עוד" היא הופכת לעמלק. בשנות השלושים והארבעים מילאו תפקיד זה הנאצים והיטלר הראשם. הם היו העמלקים, נציגי שגעון האיבה של התקופה האחרונה.

פון הרב סאלאווייטשיק'ס ווערטער קומט אויס, אז דייטשען האבען א פולען דין פון עמלק, ער בויט דאס אויף א דיוק און רמב"ם. אז בנוגע די הלכה פון ז' עממין אז מען דארף זיי מחרים זיין זאגט דער רמב"ם 'וכבר אבד זכרם', און דער ראב"ד גיבט די מקור פאר די רמב"ם'ס ווערטער פון רבי יהושע 'כבר עלה סנחריב מלך אשור ובילבל את כל האומות'. אבער בנוגע דינו של מחיית עמלק דערמאנט נישט דער רמב"ם דעם געדאנק פון 'כבר אבד זכרם'. פרעגט האב סאלאוויטשיק וואס איז געשעהן מיט רבי יהושעס מימרא? נאר ביי עמלק איז אנדערש, ווי ס'שטייט מלחמה לה" בעמלק מדור דור, עמלק איז נאך דא. ווי איז ער? זאגט ער דעם געדאנק אז עמלק איז קיין ביאלאגישער פיגור, עמלק עקזעסטירט און דיעה ושגעון השנאה לעם ישראל, און א פאלק וואס האט דאס, באקומט א דין פון עמלק. ( די גאנצע הלכה'ישע שמועס האב איך געלאזט, אולי פאר אן אנדערע אשכול) כנזכר לעיל.
פון די בריסקע חדר און ירושלים האט מען געהערט גאר שארפע ביקורת אויף הרב סאלאוויטשיקס געדאנק, ביז אזוי ווייט ווי 'ודברים אלו אסור לאומרן ואסור לשומען'. די ווערטער האט אנגעבליך רבי בערל סאלאוויטשיק, רבי וועלוולס א זוהן, געזאגט, טענה'נדיג אז עס קלאר אז די חיוב פון מחיית עמלק איז יא א ביאלאגישער, און נאר קינדער פון דעם יחוס פון עמלק בנו של אליפז בנו של עשיו, זענען עמלקים. אנדערע ווייסען יא נאך צו זאגען בשם רבי חיים עוזר'ן אז ער האט אויך געהאלטען אז זיי האבן א דין פון עמלק.
לפי דברי הרב סאלאוויטשיק [tag]לעיקוואד[/tag] האט דער אלטער פון דיין ארטיקל סימוכין [ הרב סאלאוויטשיק וואלט אויך נישט געהארגעט קיין דייטש...]. און [tag]יאיר[/tag], עס קומט אויס לפי זה, אז עס יא א בדומה'דיגער שאלה צו לא תחנם, ממזר וכו וכדו', וכמש"כ לעיל זענען די ישובים פאר דעם שוורכליך.
דאס אלעס פיין הלכה'יש גערעדט, אבער דא באהאנדעלט מען עס פון א מאראלישע שטאנדפונקט, נא לאמיר יעצט ארויס לאזען עמלק'ן פון דא...[/justify]
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אויב איז עמלק איז א רעיו'נישע גדר און נישט א ביאלאגישע, דאן ווי נאר די פאלק אנטזאגט זיך פון די 'שגעון של שנאה' זענען זיי אויס עמלק, ניין?

בכלל לפי די רעיון קען מען אנקלעבן די עמלק טיטיל אויף רוב אייראפעישע פעלקער וואס זענען ערגעץ במשך הזמן געווען חדור בשגעון של שנאה נגד עם ישראל,
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

מאטי האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין, איז דא מאראלישע פליכטן צו אן אייגן פאלק איבער א פרעמדן פאלק? איז אן אמעריקאנער מחויב צו העלפן א צווייטער אמעריקאנער מער ווי א קאנאדישער, בלויז ווייל פאליטיק האט געזאגט "דא איז די גרעניץ?" וואס טוט זיך מיט שכנים, משפחה, חברים וכדו'?

בפשטות איז ריכטיגער צו העלפן דעם אייגן פאלק/משפחה ווי א פרעמדן, נישט קלאר צי ס'איז אלס מאראל אדער פשוט שכל'דיג, מען קען דאך נישט העלפן יעדן אויף דער וועלט, ממילא ווי נענטער די צוועק איז צו דיר אלס מער האסטו א (מאראלישע?) פליכט צו העלפן, וכמו ששמעתי מרב א' אז דאס איז דער כוונה אין חז"ל עניי עירך קודמין, און די מצוה פון ומבשרך אל תתעלם.

(לגבי דאס נישט קויפן ביי די דייטשן איז מער א געפיל, ווי נענטער צום שואה אלס ערליכער האלט מען דעם פארבאט/בויקאט, ווי שפעטער וועט עס מער נאכגעלאזט, אזוי ווי דער איסור פון נישט גיין קיין מצרים, שפאניע, א.א.וו. כנלענ"ד)
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

גראדע האט היטלער ימ"ש געזאגט אז כלל ישראל האט קאליע געמאכט די וועלט מיט מאראל,
די שאלה איז לכאורה צו די היינטיגע דייטשן וואלטן זיך אויפגעפירט די זעלבע ווי זייערע זיידעס אויב וואלט געווען היינט א היטלער וואס רייצט זיי אן, אויב יא זענען זיי דאך אונזערע רוצחים בכח ועדיין לא בפועל,
אולי
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
פארשפארט