מערץ 18 2012 - 2015 - שיתא אלפא תגובתא וחד חריב.

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8035 מאל

מערץ 18 2012 - 2015 - שיתא אלפא תגובתא וחד חריב.

שליחה דורך קאווע טרינקער »

דא לדא נקשן, ווען מ'קוקט אויף צוריק - ס'ווערט גאנצע 3 יאר פון ווען "קאווע טרינקער" האט זיך איינגעשריבן דא אין קאווע שטיבל - ס'כאפט א שוידער. שוין פון לאנג ווירבעלען מיינע געדאנקען איבער וואס צו שרייבן לכבוד דעם זעקס טויזענטסטע תגובה. געטראכט האב איך צו מאכן אזא שטיקל משנה תורה, א שנעלע חזרה איבער מיינע גרעסערע תגובות, מיינע קינות'ן און נביאות'ן, קווענקעלנישען, שיעורים אין קול מבשר און אנאליזען אויף אחב"י האשכנזים, מילקשעיקער'ס חידו"ת און סיפורים פון צדיקים בדוים. האב איך דען די צייט איבערצוגיין 6000 תגובות צו זיך דערמאנען מיינע אלטע / צייטווייליגע שיטות און שטיות? - מצד שני, שרייבן עפעס ניי איז אויך נישט אזא לייכטע זאך. איבער וואס האב איך נאך נישט געשריבן? מוסדות / תקנות? סודות פון בית שמש? אנשיל'ס שמייכל? א.א.וו. - בא הכתוב השלישי, איין זאך קען איך אייך צווויסען טוהן בגדר צוואה: זאג נישט קיינעם ווער דו ביסט. קיינער קען נישט באהאלטן דיין אידענטיטעט אזוי גוט און געטריי ווי דו אליינס.
Under influence

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר