לעיקוואד האט געשריבן:במחכ"ת כאפט איר נישט די מעשה. איר קוקט מיט אזא יידיש-צענטרישע בליק, ווי כאילו אלע זענען מודה אין די התגלות פון משה נאר נאכדעם הייבט זיך אן חילוקים. די פראבלעם איז אז איסלאם קוקט עס נישט אן אזוי. מוחמד בעיסט זיך נישט אויף די כוזרי'ס ראיה און מסורת, בסך הכל איז זיין רעליגיע אזא מין פתי יאמין לכל דבר רעליגיע ער איז מקבל אלע נביאים משה יאשקע און יעדער אנדערע נביא וואס ער האט געהערט. ער האלט אז די בייבל וואס מיר האבען יעצט איז קאראפטירט און זיינע ווערזיעס פון די מעשיות זענען די ריכטיגע. וואס א חילוק אויב דו רופסט דאס מסברא ער איז דאך געווען א נביא. ער דארף בעצם נישט בכלל קיין תירוצים פארוואס ער איז נישט קיין איד עס פאלט עם נישט איין די קשיות וואס דיר פאלט איין. פארקערט, ער האלט אז משה רבינו מיט אברהם אבינו מיט נח מיט בלעם זענען געווען מוסלעמעינער און די אידען האבען פארדרייט. איך זעה נישט מיט וואס זיין מסורה איז שוואכער פון די אידישע. אבער עס זעהט מיר נישט אויס אז דו קומט פאר בכלל א דיון.
וואס איז געווען פאר מוחמד זענען געווען יודען און קריסטן און געצן דינער, וואס הייט אז ער האלט אז משה רבינו וכו' זענען מוסלעמענער וויאזוי קוקט ער אן די מעשה פון יציאת מצרים, אדער וועלכע היסטאריע דען ווייסט ער אויף יודישע פאלק?
די קבלה פון קריסטן איז פון איין מענטש און מוחמד איז ווייטער איין מענטש וואס קומט מאכן נייע תורות עס איז בכלל נישט רעלעוואנט צו שטעלן וואס איין מענטש וואס האט נישט קיין ראיות אז ער איז נישט קיין חולם חלום האלט אקעגן די תורה וואס א גאנץ פאלק האט מקבל געווען.
מתן תורה איז שטותים אבער מוחמד איז א נביא?!
עס איז נישט קיין יודישע קשיות איז ראציאנאלע קשיות וואס איז די היסטאריע פון כלל ישראל ווי אזוי זענען זיי צושטאנד געקומען און מיט וועלכע כח קומט מוחמד יעצט טוישן?