אליין
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 378
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
- האט שוין געלייקט: 262 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל
אליין
די ברענענדיגע זון שטראלן האבן זיך אנגעקלאפט אויף די רוישיגע וואלן, פארבלענדנדיג די אויגן פון שוגי-הא, ער האט ארויפגעקלעטערט אויף א העכערן שטיקל פונעם פעלז אויף וועלכן ער איז געשטאנען און זיך אראפגעזעצט.
"אך, ווי קען איך אויפהייבן מיינע אויגן צו די זון, נאכדעם וואס איך האב אזוי ווידערגעשפעניגט אין איר?" האט ער געטראכט צו זיך, און באהאלטנדיג זיין פנים צווישן זיינע הענט זענען זיינע געדאנקען צוריקגעפלויגן צו די נישט-ווייטע פארגאנגענהייט.
- - - -
שוגי-הא איז געבוירן געווארן אויף א איזאלירטן אינזל אינעם פאציפישן אקעאן, בלויז עטליכע מייל ווייט פונעם בארטן פון דעם אמעריקאנעם קאנטינענט, אזוי נאנט אבער אזוי ווייט, אויף אט דעם פארגעסענעם עק וועלכעס קיין פרעמדער פוס האט שוין נישט באטראטן צענדליגער יארן לעבט זיך א פארצייטישער שבט וואס וואוינט שוין דא פאר הונדערטער יארן.
דער שבט באשטייט פון עטליכע צענדליג פאמיליעס און א כהן, דער כהן איז דער פירער פון די געמיינדע, יעדן אויפדערנאכט בעפאר די זון גייט אונטער קומט זיך דער גאנצער עולם צוזאם אויף א באשטימטן ארט, דער כהן נעמט א האז און ער שחט דאס אינמיטן ווען דער גאנצער עולם רינגלט אים ארום, ער גיסט אויס דאס בלוט אין א קרייז ארום זיך און דאן הייבט ער אויף זיינע צוויי הענט צו די זון און ער בענטשט איר, ער דאנקט איר פאר אירע פילע גענאדן און ער נידערט אראפ פון איר דאנקען פאר די גאנצע געמיינדע, דאן זעצט זיך דער גאנצער עולם אראפ אין א פייערליכער שטימונג און מען פראוועט די מאלצייט.
יעדן אינדערפרי ביים זון אויפגאנג און אין אוונט ביי זון אונטערגאנג קומט זיך דער עולם צוזאם און מען פראוועט די רעליגיעזע מאלצייטן און איבערן טאג טוען זיי ארבעטן שווער אויפן פעלד וואו זיי פלאנצן פארשידענע ערליי געוואוקסן זיך צו ערנערן.
שוגי-הא, א יונגער מאן אין די פריע צוואנציגער יארן, א איינציגער זון צו זיינע עלטערן, איז אויך איינגעשפאנט אין די ארבעטס קראפט, פון ווען ער איז געקומען אין דעם ערוואקסנהייט עלטער האט ער באקומען זיינע פליכטן וועלכע ער טוט ערליך ערפילן, פירנדיג זיין לעבן רואיג און סטאביל.
אלעס האט זיך אנגעהויבן אין יענעם טאג, אין דעם טאג וואס ער צוזאמען מיט זיין יוגנט פריינט סאמו-מי האבן באקומען די אויפגאבע צו באוואכן דעם ווייץ שייער ביים עק פונעם אינזל פון ווילדע חיות, סאמו-מי איז געווען א שלאנקער יונג עטליכע יאר עלטער פון שוגי-הא, מיט א שטארקן כאראקטער וואס האט זיך שוין דערקענט פון פריסטן יוגנט אזש ביי די 12 יאר האט ער שוין ארויסגעהאלפן דעם כהן ביי די רעליגיעזע צערעמאניעס, עס איז געווען ווען די זון האט אנגעהויבן אראפצוגיין און די נאכט האט איבערגענומען די הערשאפט ווען סאמו-מי האט אים צוגערופן אין א זייט.
"הער אויס, דו מיינסט אז די וועלט ענדיגט זיך דא ביים וואסער? דו געדענקסט נאך לאס-מו דער שטארקער? ווען ער איז פארשוואונדן און דער גאנצער עולם האט געוויינט? הער מיך צו, ער איז נישט פארשוואונדן, ער לעבט! ער האט מיר פארציילט א נאכט פאר ער איז געגאנגען אז ער גייט פארשוואונדן ווערן, דו זעסט דארט ביי יענעם ווינקל? דארט איז דא א שטריקענעם בריקל וואס ציט זיך ביז צו א שטיינערנעם אינזל וואס פון דארט איז דא ארויסשטארנדע שטיינער פונעם ים גענוג נאנט איינס צום צווייטן אז מען קען זיך אריבערכאפן אויף זיי, דארט נישט ווייט געפינט זיך א לאנד וואס אירע מענטשן זענען פיל ווי די זאמד ביים ברעג ים, זיי זענען הויך און שטארק און פארמאגן פיל גאלד און זילבער, דארט געפינט זיך לאס-מו דער שטארקער, איך פלאן אויך אהינצוגיין דעם קומענדיגן אינדערפרי ביים באגינען, געדענק וואס איך האב דיר געזאגט!"
און דאן איז סאמו-מי פארשוואונדן געווארן און דער גאנצער עולם האט געקלאגט און געגעסן ביטערע גראזן זיבן טעג, אבער ביי שוגי-הא אין מח האבן זיך שוין געווירבלט פארשידענע געדאנקען, ער האט זיך ארומגעדרייט בייטאג ווי א רוח און ביינאכט האט ער זיך געוואלגערט אויף זיין געלעגער, שעות אויף שעות האט ער געטראכט און נישט געקענט קומען צו א באשלוס, אבער ווען זיינע נאנטע האבן אנגעהויבן אים אויפמערקן איבער זיין פארחלומטקייט האט ער געוואוסט אז ער דארף נעמען שריט.
אין די פינסטערניש פון די נאכט האט ער זיך איינגעפאקט אביסל עסן און קליידונג, און האט זיך ארויסגעלאזט צום אנגעגעבענעם ארט, ער האט צוגעווארט אויף די ערשטע זון שטראלן וועלכע זאלן אים ווייזן דעם וועג און דאן האט ער מיט ציטערדיגע פוס געשטעלט זיינע ערשטע טריט ארויס צום ווייטן וועג...
אבער... אוי וויי! ווי האט ער זיך פאררעכנט? אין דעם מיטלסטן טאג פון חודש טוט דער כהן אפרעכטן א ספעציעלע טבילה צערעמאניע ביי זון אויפגאנג נישט ווייט פונעם ארט וואו ער איז געשטאנען, און יא! דער כהן האט אים באמערקט! שטייענדיג עטליכע צענדליג פיס פונעם בארטן האט ער נאך קלאר געקענט הערן דעם כהן'ס שטרענגן געשריי ער זאל צוריקקומען ווען נישט וועט מען אפשניידן דעם עק פונעם שטריק, שוגי-הא איז אבער שוין געווען אויפן וועג, און אין די רגע וואס זיינע פיס האבן באטראטן דעם שטיינערנעם פעלז זענען די לעצטע שטריק איבערגעריסן געווארן, עס איז נישטא מער קיין וועג צוריק...
יעצט האלט ער שוין נאך עטליכע טעג פון קריכן אויף די שפיציגע שטיינער און בלאטעס און ער זעט שוין אפילו פונדערווייטנס דעם בארטן פון די אנדערע זייט, אבער ווען ער האט דערזען די מענטשן וועלכע זענען זיך צוזאמגעקומען צום וואסער פארברענגען איז זיין הארץ איינגעפאלן.
"צו די מענטשן בין איך געקומען? פארדעם האב איך מקריב געווען מיין לעבן?" די פרעמדע געשטאלטן אין מאדנע קליידונג האבן געשריגן ווילד-קלינגנדע פראזן, און ער האט זיך געפילט אזוי אליין... א פארבלאנדזשעטער פישער שיפל האט זיך דערנענטערט צום ארט וואו ער איז געזעסן, אבער ווען יענער האט דערזען דעם ווילד פרעמדן געקליידעט אין פרימיטיווע קליידונג איז זיין פנים פארקרומט געווארן פון שרעק און ער האט שנעל פארקירעוועט זיין שיפל פון דארט.
יעצט זיצט שוגי-הא אויף דעם שפיץ פונעם פעלז ווען די טונקלקייט פאלט צו און די רוישיגע כוואליעס קלאפן זיך אן אינעם שטיין לאזנדיג הערן זייער שטורמישן ווידער-קול, און א שטומע געשריי רייסט זיך ארויס פון זיין הארץ אריין אינעם ענדלאזן חלל.....
צו וועט ער באקומען א ענטפער???
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 3
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 27, 2015 3:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל
דאס גאנצע יקום איז געקומען צו אן אפשטעל. אט דאס איז וואס שוגי-הא שפיערט איצט. אך ווי עלענד ער איז זיך, דער שטריק פונעם פארגאנגהייט איז אפגעריסן, און דער צוקונפט... איז בכלל פאראן א צוקונפט? און אויב יא א צוקונפט, וועט דען דער פרימיטיווער, שעמעוודיגער און צוריקגעצויגענער שוגי-הא, וואס האט ביים אייגענעם שבט זיך נישט געשפיערט איבריג באקוועם, זיך קענען סטאבעליזירן אין דער פרעמדער רוישיגער בייסיגער וועלט? ווער ווייס...
וואס שוגי-הא לעכצעט אויף דער רגע, איז אימער א גראזעלע וואס זאל אים באפרייען פון די דערקוטשענדע געדאנקן. וויאזוי זאל ער יעצט כח האבן זיך צו ספראוון מיטן בילד פון דאס געזונדל וואס ער האט אן זיך געזעגענען איבערגעלאזט אויפן וואסער. ווי קען ער פארמאכן די אויגן אנשטאט דעם קלארן נאכט הימל קומט גלייך ארויף אינעם מח-אויג, שווערע געדאנקן פון ברענעדיגע ווייטאג און ברויזענדע רוגזא, געפינטעלט מיט א קלייניקע קוים מערקבארע שפיץ פון - זאל דאס גאר זיין א געפיהל פון?... עה, לייגט זיך נישט אויפן שכל. פון די אנדערע זייט, איז דען דאס געפיהל אלס אנגעבינדן אין לאגיק?
״שווייג! איך בין א אינגער מענטש, איך האב א צוקונפט פאר מיר״ פרובירט ער - מיט ווייניג הצלחה - צו באצווינגן די טריבע געדאנקן,
״האב איך דען איבערגעלאזט מיין געבורטס אינזל פאר שוואוילטאג? עס איז דאך א פלאץ ווי דעם מענטשנס גייסט ווער אלס מער פארקלאפט, מעג איך דען אויפגעבן אויף לעבן, איז עס דען א טובה פאר דאס געזונדל צו פארבלייבן צעמענטירט אין פארהאקטן איזאלירטן אינזל״.
בעת שוגי-הא׳ס יקום איז טאקע ביי א שטילשטאנד, גייט עס אבער נישט אזוי אין די ווירקליכע וועלט, דארט גאלאפירן זיך ווייטער די שעות נאכאנאנד, ווען אין די אטמעספערע לויפן זיך די קאמעטן און שטערן אויף זייער קאסמאלישע רוטין.
עס איז חצות צייט, די קאלטע ים ווינטל פארגלעט אים די שטערן, עס שניידט די קעלט אין די ביינער בעת א קאלדרע דעם לייב איבערצודעקן פארמאגט ער גארנישט. ער איז שוין וואך זינט ער האט זיך ערוועקט נעכטן איידערן באגינען. און אין איינקלאנג מיט דער נאטור-געזעץ, דערשפיערט ער יעצט די מידעקייט וואס פראגרעסירט מיט זיכערע פארשריט, און ווערט וואס א מינוט שטארקער, אט ווערט ער באזיגט פונעם פאסיוו-אגרעסיווע שלאף-גאסט, דא איבערן הארטן און נאקעטן פעלז.
ער טוליעט זיך איין אינעם אויבערראק זיך אביסל צו דערווארעמען. וואס אויבערראק, ווען אויבערראק, זאג ליבערשט דער גרויער לייווענט וואס דינט אלס אזא - ער שפרייזט עטוואס ארום איבער דעם הארטן און שטעכיגן באדן פונעם פעלז-אינזל, וויילע מיט די אויסגעשעפטע פיסלעך באטאפט ער דעם ארום, מסתמא צו טרעפן א פאסיגן ארט וואו די ביינער זיך אויסצוציען, אנעם זיך צעקאליטשן פונעם שטיין.
אה, ער האט געטראפן. אט שטייט ער העכער אזאנס וואס עס שפיערט זיך ווי בארטן זאמד. עס איז נישט דער באקוועמער געלעגער צו וועלעכן ער איז געוואוינט, אבער פארט פיל בעסער ווי אויף דעם שטיינערנעם באדן.
שוגי-הא פארנויגט זיך, פארבייגענדיג די ווייעדיגע קניען, זעצט ער זיך אנידער... וויי... ער שפירט אן אומבאקוועליכקייט ביי די לענדן... וואס קען דאס זיין, ער טאפט אביסעלע ארום, און צו זיין שאק באמערקט ער ווי א דינטשיק אבער פעסטע שטריקל איז אנגעבינדן אין אים, א שטריק וואס ציהט זיך צום אינזל פון זיין פארגאנגנהייט.
זיין גאנצער וועזן ווערט איבערגענומען פון א שטורמישע מאסע פון געפיהל. צוערשט זינקט אריין דער כעס: ״ביז אהער לויפט איר מיר נאך״? שרייט פון אים ארויס אין פארעם פון א טיפע זיפץ וואס שפיגעלט אפ עטליכע אין צוואנציג יאר פון פיין, א פיינליכקייט וואס די מענטשליכע שפראך איז צו ארים ארויסצוברענגן.
ווי ספאנטאן שפרינגט ער פאר זיין רוקזאק, ביז עטליכע סקונדען געפינט ער וואס ער זוכט, נאך גוט וואס ער האט מיטגעפאקט דעם שארפן מעסערל, ער כאפט פעסט אן דעם שטריק און גענענט דערצו דאס מעסערל, מיט א שנעלקייט, מאנעווירט דעם שפיץ אריין אינעם שטריק. דאס הארץ קלאפט אים האסטיג ווי מיט א שטאלענעם האק, עס איז יעצט דער מאמענט פון אמת, דער קומענדיגע שריט וועט אנטשיידן זיין צוקונפט...
פאר זיינע אויגן שטארצן יעצט צום ערשטן מאל ארויס די אפציעס מיט א קלארקייט, און אז ער, טאקע נאר ער, שוגי-הא, גייט דא מוזן בוחר זיין, און אויף דעם איזאלירטן פעלז געפונט זיך קיינער וואס זאל אראפנעמען דעם אחריות פון אים דורכן אים נויטן צו וועלעכן עס איז, צד.
ער איז ווירקליך ״אליין״.
און אט זענען די צדדים: דער מוגבל׳דיגער אבער רעלאטיוו זיכערער פארגאנגענהייט, אנטקעגן דער מיסטריעזער אבער אפענער צוקונפט.
דער מעסער-שפיץ איז שוין עטוואס פארזונקען אינעם שטריק, ווען א ראציאנאלע מחשבה׳לע לויפט אים אדורך: ״אפשניידן דעם שטריק וועל איך קענען מארגן אויך; אבער צוריק זיך אנבינדן וועט זיין אוממעגליך״.
ווי וואונדערליך עס זאל זיך נישט הערן, האט אט די מחשב׳לע טראץ איר שניידענדע לאגיק - וואס זאג איך דא- טאקע צוליב איר לאגיק, נאכמער באפעסטיגט זיין אנטשלאסנקייט שוין צו פארשניידן דעם שטריקל.
שוגי-הא איז נישט קיין נארישער יונג, די דאזיגע געוויסן פיינוגענדע מחשבה און איר גלייכן, זענען אים זייער קענטליך, דאס קומט דאך פונעם באטריגער אליין, אט די פיר קאנטיגע לאגיק איז די פאראנטווארטליכע אין אים האלטן פאר׳משכון׳נט אין זיין געבורט אינזעל, אימער זינט ער האט זיך דערוואוסט פון א דרויסענדער וועלט. וויפיל מאל האט ער שוין געוואלט אנטלויפן, און נאר צוליב אט די ציפעדיגע מחשבות זיך אפגעהאלטן פון לויפן צו פרייהייט.
ער באפעסטיגט נאכמער זיין אחוזה אויף דאס מעסערל, און אט...
איין מינוט, גערעכט, גערעכט... עס איז ריכטיג אז זיך לאזן דיקטירן פונעם געוויסן ביסן איז נישט קיין אפציע, אבער צו מאכן אזא באשלוס א מידער און אויסגעשעפטער, איז נאך ווייניגער פראקטיש.
שוגי-הא ציהט ארויס דאס מעסערל פון שטריק, לייגט איר נישט אראפ פאר א סעקונד און מיט אן אימפעט זוכט ער אפיר אויפן פעלז א ספעציפישע ארט אין דער מערב דירעקציע. מיטן גאנצן איבערגעבליבענעם קראפט קריצט ער אריין שארף אינעם פעלז, מאכענדיג זיכער אז דער ווייסליכער קריץ איז באדייטענד מערקבאר אין קאנטראסט צום גרויען פעלז, און רופט אויס מיט אן אנטשלאסענע שטימע:
״מארגן ביי זונען אונטערגאנג, ווען די שאטן קומט אן ביי דיזן צייכן, וועט אן אנטגילטיגע החלטה געמאכט ווערן״. און מיט דעם פאלט אוועק אונמאכט אויף דער ווייכער זאמד, עס באפאלט אים א זיס/זויערער שלאף און א פרעמדע רואיגקייט נעמט אים ארום... אה, שלוה זעהט זיך אויפן האריזאנט.
- וואס באהאלט זיך אונטער דעם פארבליבענעם שטריק, האט עס נישט דער כהן ברוטאל אפגעשניטן?
די און אנדערע מיסטעריעס וועלן פארנעמען דעם מח פון שוגי-הא דורכאויס דעם מארגנדיגן טאג.
וועט ער מאכן דעם ריכטיגן באשלוס??

- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1512
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 5973 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
א גוטן [tag]מיימון[/tag] און [tag]מוח[/tag] איר האט זיך טאקע איינגעשריבן אין א צייט אפשניט פון איין טאג זעהט אויס עס איז גיוועהן א טעות איר האט נישט באקומען א ענטפער פונעם גבאי האט איר פראבירט נאכאמאל מיט אן אנדערע ניק
אבער יעצט אז איר זענט שוין ב"ה דא און איר האט שוין אנגעהויבן מהנה צו זיין די עולם מיט שיינע ווערק וואלט כדאי גיוועהן איר זאלט נעמען איין ניק און ניצן יענע און די אנדערע זאל זיין מונח עד שיבא אליהו
די עולם האט ליב צו רעדן מיט איין ניק א גאנצע צייט און ספיציעל ווען מען שרייבט א פארזעצונג איז נישט כדאי צו טוישן אינדערמיט צו א אנדערע ניק

טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
- שעפטאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
- געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
- האט שוין געלייקט: 7215 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל
Re: אליין
אפאר יאהר שפעהטער..
שוגי-הא קוק'ט שוין לאנג נישט אויס ווי דעם פרימיטיוו'ן שבט, ער דאווענט נישט צום זון, ער איז צעווילעזירט, האט א פיינעם דשאב.
אבער די בענקשאפט צו זיין משפחה, דעם זיסן געפיהל פון באקומען דאנקן פונעם זון. דעם לויטערקייט פון תמימית!
ס'געוועהן ווערד די הארעוואניע פון אזויפיהל יאהרן זיך לערנען רעדן און שרייבן ענגליש, זיך לערנען דעם אמעריקאנעם קולטור?! וואס איז אזוי שלעכט אינעם משפחה אינזל?!
אבער דארטן בינעך געוועהן ווי א קנעכט, גע'ארבעט ביטער שווער, געמוזט באטייליגען ביי יעדע צערעמאניע, פאלגן דעם כהן אפי' ווען ער מאכט נישט קיין סענס.
שוגי-הא איז מחליט צוריק שיפלן צום אינזל, ניין, נישט ווי זיי, נאר מיט זיינע געהעריגע קליידער, מיט זיין סמארטפון, כ'גיי זיי ווייזן אז די כהן ווייסט נישט בחייכון וביומיכון..
---
אין א שפעהטע רויט'ליכען נאכמיטאג, בשעת די יונגן גרייטן שוין צו דעם פלאץ פארן פארנאכט'ס צערעמאניע, והנה שוגי-הא בא!! העי וואס מאכט עטץ? קיין ענטפער! יעדער דרייט אוועק דעם פנים פון עם, פאררעטער, רשע, ווידערשפעניגער אינעם זון אין אינעם הייליגען כהן. ווען נישט דעם זון'ס גרויס רחמנות איז ער שוין לאנג טויט. אבער די זון האט צייט, זי וועט קעיר'נעמען פון עם נאך זיין טויט, זי וועט עם אנכאפן מיט זירע שטארקע פליגלן, זי וועט עם צודריקן אויף זיך, אזוי וועט ער פארברענט ווערן פאר לאנגע יאהרן, ביז א כהן וועט דערמאנען זיין נאמן ביים זון צערעמאניע, דאן וועט ער צוריק מגלגול ווערן אין א פערד וואס וועט ארבטן שווער אויפן פעלד, ביז זיין פארהוילענעם תיקון וועט אנקומען. אבער ביז דאן, איז א סכנה צו רעדן מיט עם, בייזע רוחות קומען ארויס פון זיין מויל, ס'קען פארטינקלן און פארכאפן די נשמה.
שוגי-הא דרייט זיך ארום, ער דערקענט אפאר געוועזענע חברים וואס בליקן שטילערהייט אויף עם מיט קנאה און הערצה, דער האט עס געמאכט. ער איז מער נישט צוקוועטשט דא.
שפעהט ביינאכט ווען שוגי-הא גייט צוריק צו זיין שיפל זעהט ער א געשטאלט זיצט אין זיין שיפל, ער קומט צו נענטער, ברידער סעלטא-הא דאס ביסטו?!!
א רירנדע שמועס האט זיך פארצויגן ביז פארטאג'ס. סעלטא-הא בעהט זיך "שוגי-הא, נעם מיך מיט"!
אבער שוגי-הא וויל נישט. ברידער כ'קען דא קומען יעדע נאכט מיט חברים, דיך אריבער ברענגן אהין, וועסט האקן א לעבן, און זיין צוריק פארטאג'ס. קענסט טאנצן אויף צוויי חתונות. וואס פעהלט דיך אויס אפצוהאקן?!
וועסט האבן א פאון, כ'וועל דיך קאננעקטן מיט סאמו-מי און לאס-מי דער שטארקער. קענסט זיין פונקט ווי פעטער מומו-הא וואס קומט נישט צו יעדע צערעמאניע, ווי לאנג מ'רעדט נישט קעגן, ווערט עס פארווישט. מומו-הא קומט אויך אסאך מאל צו אונז. וכו'.
וועלכע מהלך ארבעט בעסער? וואס וועט געשעהן צום סוף?!