שמעון וואלף האט געשריבן:מנשה לוסטיג האט געשריבן:ירח בן יומו האט געשריבן:אין סקווירא לייגט מען די בעיבי שלאפן די נאכט פאר די ברית אין א לעדעל (איך מיין אז די לעדל בלייבט אפען א גאנצע נאכט, איך בין נישט 100% זיכער אבער אזוי מיין איך).
ס'נישט אז מ'עפענט א לעדל, נאר מ'נעמט ארויס א לעדל און מ'לייגט עס אויף צוויי בענקלעך [סעקיורד צוגעבינדן] און מ'לייגט אריין די מאטראץ דערין, אין דעם דאס קינד.
און נישט נאר ביזן ברית, נאר גאנצע דרייסיג טעג, וואס אגב איז די דרייסיג טעג זייער א הארבע זאך אין סקווער - אז די יולדות זאל נישט ארויסגיין סתם, אלץ סכנה.
און די טעם פונעם לעדל, איז ווייל א קינד ביז דרייסיג טעג הייסט נאכנישט קיין בן קיימא, און דערפאר אלעס וואס מ'באנייעט פארן קינד, איז אלעס נאך די דרייסיג טעג.
[אלע מנהגים פון סקווירא, זענען נישט באשאפן געווארן לעצטענס, אלעס איז ממקור פון ראשונים כמלאכים וואס איז איבערגאנגען במסורה פון טאטע צו קינד, און דערפאר איז טאקע אלעס דער טאטע.. ווייל בנים מכלל דאיכא אבות.]
איך פארשטיי נישט די טעם וואס די גיבסט אן. פארוואס קען מען נישט לייגן די קינד אין א קריב אנשטאטס א לעדל?
און אפשר ביסטי מסביר די אנדערע מנהגי סקווירא ווי שטיוול, (נישט פארוואס סקווירא רבי ז"ל איז געגאנגען דערמיט נאר פארוואס דארף די המון עם עס נאכטון), זיך שערן נאר אין געוויסע זמנים
איך ווייס נישט 'אלעס', אבער וואס איך ווייס, קען איך דיר זאגן, ואידך זיל גמור, ווייל ס'דא אויף אלעס מקורות.
א קריב איז א אפציעלע בעטל פאר א קינד, און א לעדל איז מעין א קעסטעלע.
שטיוועל, איז א לבוש, וואס דער פריערדיגע סקווערע רבי זצוק''ל האט געוואלט דערמיט מאכן א ספעציעלע לבוש פאר זיינע חסידים, ווי יעדע חבורה האט זייער יוניפארעם וואס צייגט אוואו זיי געהערן.
מיט שטיוול איז נישט לייכט צו גיין און טון וואס מ'וויל, עס פארלאנגט זיך א זהירות, דאס איז איין זאך, און ס'איז געווען א חסידישע טראגע אין חסידישע שטעטלעך אין מזרח אייראפע פארן קריג.
וועגן זיך שערן, אין סקווער בכלל איז נישטא אזא זאך, מ'טוט זאכן סתם! יעדע זאך האט א ענין פון עבדות השם, א מצוה א מנהג, און יעדעס מאל וואס מ'שנייד די נעגל איז עס ליבערשט פון מיטוואך און ווייטער ס'זאל זיין לכבוד שבת, און אזוי ווען מ'שערט זיך, איז עס אלץ לכבוד יום טוב, און דאס גלייכן.