מעלאנכאלישע מוזיק

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

אוי באשעפער, שוין לאנג נישט געווען אזא מורא'דיגן אשכול. די ניגונים און פאעזיע שניידן רויע שטיקער. געוואלד געשריגן.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

אפטעמיסט האט געשריבן:ר' עובדיה האט דאך מתיר געווען, ואין לנו רשות להרהר.

:like
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

ווי קען מען אויסלאזן "דם יהודי" פון עמיר בניון, פארפאסט נאכ'ן שוידערליכע שחיטה אין הר נוף. די ניגון, ווי אסאך פון זיינע אנדערע, שניידט שטיקער און שרייט און וויינט מיט ביטערניש, מעלאנכאלאגיע און צעבראכענקייט.

http://youtu.be/yX5pRvVMMas
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

לעיקוואד האט געשריבן:
אחד העם האט געשריבן:דער אבוטבול, און די קליפ זיין וועג פון קוקען אזוי זייטוועגס אינעם חלל אריין, איז ממחיש אביסעל די תנועות פינעם ניגון, קוקט אויס ווי דער קאפ איז ערגעץ געפלויגען בין תנור לכיריים בין שמים וארץ.
יאיר, די טרויעריג פידל איז געוואלדיג, עמוק.

וואלט איר אריין אמאל אין אן אלטער ברעסלבער שטיבל און זיך מתבונן געווען ווי אידן זיצן מיטן פארקנייטשטע שטערן מיט די צופלאשעטע פאות אזוי שבת בשעה שאינו לא יום ולא לילה און ברימן זיך דער ניגון, מיט אזא מעלאנכאלי אהבה בתענוגים, וואלט דער קליפ אייך אויסגעזעהן כקוף בפני אדם.

נא, מי ייתן לי אבר כיונה ואעופה שם, בין בתי אונגרין לבתי וורשה, בין יום ובין לילה, אעוף איתם, הזקנים והפיאות, למקום בין שמים והארץ, בין שמחה ובין עצבות, בין אהבה ושנאה, בין ההתענוגים ובין מעלאנכאלי.
[NAMELESS]

לעמעלע

שליחה דורך [NAMELESS] »

א טרויריגע שואה ליד וואס מאלט אראפ ווי ביטער די מצב איז ביי אונז. מיר האלטן ביי די עקדה, די מעסער איז גרייט, די פייער, האלץ, אלעס איז שוין דא נאר קיין לעמעלע (איל) אונז אויסצולייזן פון פיין אין טויט איז נישטא. די ווערטער האט מחבר געווען בער שנאפער פון וויען אין די צייטען ווען די נאציס האבן געהויבן די קעפ אין עסטערייך. ער אליינס איז נעבעך שפעטער געווען זיין אייגענע עקדה ווען ער איז אומגעקומען ביי די האלאקאוסט אין 1943. דאס ניגון האט פארפאסט, און געזינגן דורך חוה אלברשטיין תחי'.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=YgQn5J5Hcus[/youtube]
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

דער תנועה אויפן פיוט 'ציון הלא תשאלי'

שליחה דורך אחד העם »

רעדענדיג פון מעלאנכאלישע מוזיק, דערמאנט זיך מיר פון מיין יוגענט, ווי צובראכענע יידן, זיצען אויף דער ערד, און א צובראכענעם בית המדרש, אויף צובראכענע שבעה בענקלעך, און דעם צובראכענעם טאג תשעה באב, און זיי זינגען דעם פיוט פון המשורר רבי יהודה הלוי, ציון הלא תשאלי, אבער דער ניגון מיט וואס זיי זינגען דאס, ברענגט ארויס די טיפסטע רגש פון שברון וגעגועים, שוין אלס יונג קינד, ווען די אלטע האבען פון אונטער זייערע דיקע פארטרערטע וואנצעס, ארויסגעברימט דעם מעלאנכאלישער תנועה, בין איך פארלוירען געווארן ערגעץ וואס איך ווייס נאך עד היום נישט ווי, דאס יונגער נפש פון דעם קליינעם אחד'ל איז פארשוועמט געווארן און דעם ים פון רגשות וואס דער תנועה ברענגט מיט זיך...
די ניגון דאכט זיך מיר זינגט מען און נייטרא אויף די פיוט ציון הלא תשאלי, אויב איינער קען ארויפברענגען דעם ניגון וועל איך אים זייער דאנקבאר זיין, כמיין אז נאך חברים דא וואלטען הנאה געהאט פון דעם ליד.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום אחד העם, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל

שליחה דורך קינד_אן_קייט »

״פאפיראסן״, אן אלטער אידישער טרויעריגער ליד וואס דרוקט אויס דעם ביטער׳ן שיקזאל פונעם יתום, דער ארימאן און דער פארקנעכטעטער ארבייטער.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=pOiQC_okccM[/youtube]
כאן, חבל טבור הארץ.
[NAMELESS]

ס'איז געווען א זומער טאג

שליחה דורך [NAMELESS] »

קינד_און_קייט דערמאנט דעם "פאפיראסן" ליד פון הערמאן יאבלאקאוו. ער האט איר פארפאסט אום 1924 אין שאטן פון די שרעקליכע ארימקייט און אפגעריסענקייט פון די ערשטע וועלטס קריג יתומים. דאן האט מען נעבעך געמיינט אז ערגערס קען שוין נישט זיין. זי אילוסטרירט אן אומשולדיגע יתום'ל וואס בעט זיך ביי דורכגייער אים צו געבן צו לייזן און ביי אים צו קויפן אביסל פאפיראסן מיט שוועבלך. ער פאקט דארט אויס זיין פעקל צרות ווי זיין שוועסטערל, זיין איינציגסטער טרייסט אין לעבן איז אים אין זיינע הענט אויסגעגאנגען פאר הונגער אויף א גאסן באנק.

דורך איז א פאר יאר און א פרישע מסכת יסורים האט זיך ארויפגעווארפן אויפן מידען אפגעפייניגטע יידישער פאלק און הערשט דעמאלס איז מען געוואויר געווארן וואס צרות מיינט. אין ווילנא געטא, א קאצן-שפרונג אוועק פון דעם "פאנאר" וואלד דורכגעווייקט מיט בלוט פון זקנים און קליינע קינדער האט זיך דאן געפונען ריקעלע גלעזער, אן אכטצן יעריגע מיידל און פארפאסט א נייע ליד אויפן אלטען "פאפיראסן" ניגון.
ס'איז געװענ אַ זומער־טאָג
װי שטענדיק זוניק־שײן,
און די נאַטור האָט דאַן געהאַט
אין זיך אזױ פֿיל חן,
עס האָבן פֿײגעלעך געזונגען,
פֿרײלעך זיך אַרומגעשפּרונגען,
אין געטאָ האָט מען אונדז געהײסן גײן.

אָך שטעלט זיך פֿאַר װאָס ס'איז פֿון אונדז געװאָרן!
פֿאַרשטאַנגן האָבן מיר: ס'איז אַלץ פֿאַרלױרן.
נישט געהאָלפֿן אונדזער בעטן,
אַז ס'זאׇל עמעצער אונדז רעטן -
פֿאַרלאָזן האָבן מיר דאָך אונדזער הײם.

געװעזן זײַנען מיר צופֿיל
באַפֿױלן האָט דער האַר
צו ברענגען ייׅדן פֿון אַרום
און שיסן אױף פּאָנאַר.

פּוסט זײַנען געװאָרן שטיבער,
אָבער פֿול דערפֿאַר די גריבער.
דער שׂונא האָט דערגרײכט וײַן גרױסן ציל.

אױף פּאָנאַר איצט זעט מען אױף די װעגן
זאַכן, היטלען דורכגענעצט פֿון רעגן,
דאָס זײַנבן זאַכן פֿון קרבנות,
פֿון די הײליקע נשמות,
די ערד האָט זײ אױף אײביק צוגעדרעקט.

און איצט איז װידער זוניק־שײן,
שמעקט פּראַכטפֿול אַלץ אַרום,
און מיר זײַנען פֿאַרפּײַניקטע
און לײַדן אַלע שטום.
אָפּגעשניטן פֿון דער װעלט,
מיט הױכע מױערן פֿאַרשטעלט.
אַ שטראַל פֿון האָפֿנונג דערװעכט זיך קױם.


[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=K_HZWPU739c[/youtube]
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אחד העם האט געשריבן:רעדענדיג פון מענלאנכאלישע מוזיק, דערמאנט זיך מיר פון מיין יוגענט, ווי צובראכענע יידן, זיצען אויף דער ערד, און א צובראכענעם בית המדרש, אויף צובראכענע שבעה בענקלעך, און דעם צובראכענעם טאג תשעה באב, און זיי זינגען דעם פיוט פון המשורר רבי יהודה הלוי, ציון הלא תשאלי, אבער דער ניגון מיט וואס זיי זינגען דאס, ברענגט ארויס די טיפסטע רגש פון שברון וגעגועים, שוין אלס יונג קינד, ווען די אלטע האבען פון אונטער זייערע דיקע פארטרערטע וואנצעס, ארויסגעברימט דעם מענלאנכאלישער תנועה, בין איך פארלוירען געווארן ערגעץ וואס איך ווייס נאך עד היום נישט ווי, דאס יונגער נפש פון דעם קליינעם אחד'ל איז פארשוועמט געווארן און דעם ים פון רגשות וואס דער תנועה ברענגט מיט זיך...
די ניגון דאכט זיך מיר זינגט מען און נייטרא אויף די פיוט ציון הלא תשאלי, אויב איינער קען ארויפברענגען דעם ניגון וועל איך אים זייער דאנקבאר זיין, כמיין אז נאך חברים דא וואלטען הנאה געהאט פון דעם ליד.


רעקאדירונג פון יום תשעה באב בישיבת תפארת משה בראשות הגר''מ בעק שליט''א
נישט 100% קלאר און נישט פראפעשענל אבער דאך ווערט,

עס איז עפעס די גאלדענע קלארע ווערטער וואס געקענט שרייבן האט נאר אזא איינער וואס האט געזאגט אויף זיך 'לבי במזרח ואני בסוף מערב' צוזאמען מיט דעם טרויעריגע ניגון וואס אידן קלאגן מיט דעם שוין הינדערטער יארן לענגאויס אלע גלות'ן, וואס מאכט די טיפע רושם,
ווען איך טראכט פון א נסיעה צום ארץ הקודש זעה איך מיך שטיין ביים כותל ברימענדיג ציון הלא תשאלו...
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

וואס איז מיט אלי ציון ועריה?
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

א דאנק אייך רבי מיכל פאר די רעקעדירונג פון דעם גאון רבי מרדכי, טאקע אויך עפעס. אבער מיין כוונה איז געווען טאקע אויף עפעס מער אהער געשטעלט ווי דעם.
די ווייסט אפשר דעם מקור פון דער תנועה, פון ווי קומט דאס, ווער האט דאס געמאכט וכו וכדו?
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

מי יתן און איינער זאל דא ארויפלייגן א רעקארדינג פון די תנועה אויף די פיוטים וואס מען זאגט אין מונקאטש ועוד מקומות בין פסח לעצרת מיט אזא טיפע און בענקעדיגע תנועה החודר כליות ולב
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

קינד_אן_קייט האט געשריבן:[tag]פרייוויליג[/tag], כבר התבטא בזה הפייטן הנפלא:

Melancholy is the happiness of being sad
Victor Hugo

איך פארשטיי דאס נאכאלס נישט. מען קען פארשטיין אז א ווארעמע אדער אפשר היציגע ליד זאל לינדערן מעלאנכאליע. אבער א מעלאנכאליע ליד זאל היילן מעלאנכאליע דאס זעט אויס צו זיין ווי א וואקסין קעגן א וויירוס וואס איז פון די זעלבע מין. קען מיר איינער געבן פארשטאנד?
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

It's not the melancholy that's healing the melancholy, it's the enjoyment of melancholy that's healing it. You understand the difference? Z
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

א דאנק [tag]יאיר[/tag] פאר דעם אשכול, זייער שיין און הארציג.

לעיקוואד האט געשריבן:אינטרעסאנט, כ'האב אמאל געהערט אז ר' נתן האט נישט געלאזט זינגען דער ניגון ליל שבת, ער האט געהאלטן מען דארף זיין ליל שבת מער פריילאך, נאר ביי שלש סעודות האט ער געלאזט..

אויסצוקלארן אביסל, נישט אז ער האט נישט געלאזט, נאר ער האט געזאגט אז אים פערזענליך איז דער ניגון גאר שטארק מעורר און עס מאכט אים טרויעריג, און דעריבער האט ער עס נאר געזינגען ככלות השבת.

אגב, א שטיקל שיחות הר"ן (קנה) איבער דעם ענין:
שייך לסימן י"ז ב"לקוטי תנינא" המתחיל: צריך לזהר מאד להיות בשמחה בשבת וכו', כל זה אמר בליל שבת קדש (שיט). ובתחלה שאל אותי: האתה שמח בשבת? השבתי: אני לפעמים נתעורר עלי איזה יראה בשבת שקורין (פרום). ואמרתי לו בזו הלשון: איך בין אמאל פרום. והשיב: לא כך הוא, העקר הוא שמחה:

ואז הוכיח אותי הרבה להיות בשמחה דיקא בשבת. ואז אמר כל הענין הנדפס ב"לקוטי תנינא" סימן י"ז הנזכר לעיל מענין מעלת השמחה בשבת. ונכלל שם שגם היראה עקר עליתה על ידי השמחה של שבת דיקא, הינו שעקר הוא רק השמחה בשבת. ואז דיקא עולה היראה שהוא בחינת מה שקורין פרום. והאריך הרבה בשיחה הקדושה הזאת והוכיח אותנו ואותי ביותר להתגבר להיות שמח וטוב לב בשבת ולהרבות בתענוגי שבת וכו' כנדפס שם. ואמר: הלא כל הוצאותיו של אדם קצובין חוץ מהוצאות שבתות ויום טוב וכו' (שכ). ואמר: הלא גם בעל הבית פשוט הוא שמח בשבת בהדגים והז'ופיצא שלו:

ואחר כך אמר לי: עתה יהא לך ממה להיות במרה שחורה. כונתו, כי מאחר שהוכיח אותי הרבה להיות בשמחה בשבת יכול להיות שאהיה חס ושלום במרה שחורה ביותר מזה בעצמו, מחמת שצריכין להיות בשמחה בשבת ואיני זוכה לזה. (ובאמת כון מאד למחשבתי בזה כי תכף בעת אמירתו כל הנזכר לעיל התחיל לעלות על מחשבתי דאגות איך זוכין לשמחה בשבת). ובזה שאמר דבוריו הקדושים האלו "עתה יהיה לך" וכו'. בזה נחם וחזק אותי הרבה שעל כל פנים לא יהיה לי מרה שחורה מזה בעצמו שאני מחויב לשמח בשבת וכנ"ל:

גם בעת שהיה מרבה להוכיח אותי על זה להיות שמח בשבת אז עניתי ואמרתי אני חפץ ורוצה מאד להיות בשמחה בשבת (וכונתי היה אם איני זוכה לשמחה בשבת על כל פנים אני רוצה מאד להיות בשמחה. וכבר שמעתי הרבה ממנו מגדל מעלת הרצון והכסופין וכו') (שכא) ענה ואמר להעולם: השמעתם מה שהוא אומר? היטב אשר דבר!
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
בר דעת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:17 pm
האט שוין געלייקט: 868 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 660 מאל

שליחה דורך בר דעת »

א
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 5 אום בר דעת, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
בר דעת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:17 pm
האט שוין געלייקט: 868 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 660 מאל

שליחה דורך בר דעת »

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=wR48YVl-Ric[/youtube]
בר דעת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:17 pm
האט שוין געלייקט: 868 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 660 מאל

שליחה דורך בר דעת »

[א גאר טרויעריגע ליד, "עס ברענט, דאס שטעטעלע ברענט" וואס מרדכי גבירטיג, א אידישער זינגער און פאעט פון קראקא האט געמאכט אין די ביטערע צייטן, עס רעדט איבער די אידישע וועלט וואס האלט אינמיטן ווערן חרוב. דאס איז געווען די טרויעריגע הימנע פון די חורבן טעג.
בר דעת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:17 pm
האט שוין געלייקט: 868 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 660 מאל

שליחה דורך בר דעת »

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=3q3BL7H6a_g[/youtube]

הוי רב חובל. א הארצרייסנדע ליד. געשריבן ארגינעל דורכן אמעריקאנער פאעט וואלט ווייטמאן ווען מען האט געהרגעט אבראהאם לינקאלן. די לעגענדארע נעמי שמר האט טראנסלערירט די ניגון און געמאכט די גאר הארציגע מעלאנכאלישע ליד ווען מען האט געשאסן יצחק ראבין. דא זינגט עס מיטל טרבלסי אין א הימלישע הייליגע טרויער ליד, ביי די זייט זעהט מען די ראבין אלמנה און די יתומה יצחק ראבין'ס טאכטער, הערן צו דעם ניגון מיט טרויעריגע אויגן. איינס פון די טרויעריגסטע ניגונים וואס איך האב אמאל געהרגעט
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום בר דעת, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

הוגה האט געשריבן:It's not the melancholy that's healing the melancholy, it's the enjoyment of melancholy that's healing it. You understand the difference? Z

Please come again, why should There be any enjoyment of a melancholy song?
בר דעת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:17 pm
האט שוין געלייקט: 868 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 660 מאל

שליחה דורך בר דעת »

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=eo9RA4kELis[/youtube]

שולי רנד מיט זיין פשוטע אבער הארציגע שטימע שילדערט א וויכוח מיט זיין פריינד דער קאמפאזיטאר און זינגער חנוך לוין, א פרייער איד וואס האט זיך אסאך מתווכח געווען מיטן פאפולערן בעל תשובה, יעצט ליגט חנוך לווין אויף זיין טויטן בעטל, ער שטארבט יונגערהייט און שולי ראנד האט מיט אים דעם לעצטן וויכוח
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

Some people get enjoyment from singing such songs. It makes them feel good and maybe even happy. It's not the same happiness than when you laugh at a good comedian till your stomach hurts, but it's in the vicinity. I personally get great pleasure from watching or even reading raw emotions. The more the better. And if I read or saw something that was so touching that it made me cry, it gives me great pleasure and make new feel good.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
בר דעת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:17 pm
האט שוין געלייקט: 868 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 660 מאל

שליחה דורך בר דעת »

אדוני המשורר מלוא כל העיר כבודך,
אתה זוכר איך נפגשנו בלב הבריכה,
שחיתי לאט, שחית מהר חזה מתוח,
כיאה למשורר.

עצרנו לפוש, גלגלנו דיבור
על טמא וטהור, על מותר ועל אסור
תענוג לדבר איתך רב מג של מילים,
מה כבר אמרתי ששברת את הכלים.

זאת הייתה דעתי לא הייתה לי
ברירה, בינינו לפתע תהום נפערה,
אני הצבעתי לשמיים, אתה צללת
במים, ואמרת לא, אני אמרתי כן,
ואם אמרתי יש, אתה צחקת אין.

אתה בטח זוכר אותו בוקר אומלל,
שנינו צנחנו על אותו הספסל,
טחנתי סיגריות, קילפת אגס,
כל אחד מאיתנו בעלבונו מכונס.

איך שוב נקלענו לאותה השיחה,
על מותר האדם ואם יש השגחה
אתה רב מג של מילים, לא היינו כוחות,
הפעם זה כמעט נגמר במכות.

זאת הייתה דעתי לא הייתה לי
ברירה, בעיניך ראיתי פתאום אש זרה,
אתה גיכחת לשמיים, אני לא הרמתי
ידיים, כשאמרת לא, צעקתי כן,
בטח שיש, אתה צעקת אין.

הלילה ההוא בבית החולים, אתה
היית מלופף צינורות מבהילים, על
קצה הכיסא ישבתי בלאט, נשמת
כבד דיברנו מעט.

בינינו אימה בחדר צללים, היו לי
תחושות לא היו לי מילים, עיניך
תלויות בי גדולות ורכות, שנינו
ביחד התחלנו לבכות.

שנינו ראינו אותה התמונה
מעל לראשך מוטלת שכינה
ופחד נורא ואיום כשאתה נרעדת פתאום
והתחננתי לא, אתה ידעת כן,
סע לשלום, אתה ענית אמן.

שחר פרץ לבית החולים,
בעצב כזה לא היו לי כלים,
ידידי המשורר זכרונך לברכה,
נוח בשלום תהה שלמה מיתתך.
פארשפארט