מפגרים ומנצלים

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

מפגרים ומנצלים

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

הער איך היינט ווי א היגער ארץ ישראלדיגער איד רעדט אויפן טעלעפאן צו זיין שוואגער פון בני ברק און עס מסביר בטוב טעם ודעת:

די הערסט יענקל וואס איך בין דיר מסביר ?
סגייט נישט אזוי מען קען נישט זיין ביידע!
אדער איז מען א מפגר
אדער איז מען א מנצל
סיי א מנצל סיי א מפגר דאס קען קיין שום נארמאלער מענטש נישט אראפשלינגן.

ענק חדרים דארט זענען סיי מנצלים און סיי מפגרים, סיי מען זויגט אויס די מדינה עד טפה האחרונה, און סיי מען פירט זיך אויף ווי מפגרים, נישט מען ארבעט נישט מען גייט אין מיליטער.

די פארשטייסט נישט יענקל אז עס ארבעט נישט!
אוי קיי איך דארף אראפלייגן ווייל איך בין דא אין א לייבערי
עכ"ל

טראכט איך צו מיר, די בהמה, כאפסט נישט! סאיז דאך הא תליא בהא! אז מען איז א מפגר און מען ארבעט נישט האט מען נעבעך נישט קיין ברירה און מען מוז זיין א מנצל. ואב"ע איפכא אז מען איז מנצל און יענער האלט מיך אויס קען מען זיך ערלויבן צו זיין א מפגר, און נישט צולייגן קיין פינגער אין קאלט וואסער. נעם אוועק איינס פון די צוויי און דער צווייטער פאלט בהכרח אוועק.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

גיי רום עם אריין אין אויער אז א היגע באראפארקער איד זאגט די זעלבע אויף ווילי און מאנרא..
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

פארוואס זאגסטו אזוי? אין ווילי און מאנרא ארבעט מען נישט?
וירח ה' את ריח הניחוח
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

...זאגט א מפגר וואס איז מנצל מענטשענס גוטהארציגקייט צו רעדן הויך אויפן טעלעפאון אין לייברערי.
פארשפארט