הצעות פאר תקנות המוסדות

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2305 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1353 מאל

הצעות פאר תקנות המוסדות

שליחה דורך גנדי »

אזוי ווי די מוסדות'ער האבן א קאמפאטישאן צו אויפקומען מיט מער פרומערע תקנות צו הייסען חשובער און בעסער פון די אנדערע.

לאמיר זיי העלפן. דא איז א ליסטע פון הצעות פאר תקנות.

טאטעס טארן נישט גיין מיט אן אפענעם רעקל אויפען גאס.
מאמעס טארן נישט קיין מיט קעפט סליווס.
טאטעס מוזן גיין מיט א וועסטעל (אונטערן רעקל).
א קנאבעל אין די בארד איז נישט חסידיש.
מאכט זיכער צו שיקן צו א פלעי גרופ וואס די טיטשער גייט נישט א באנדענע.
סיי די מאמע און סיי די טאטע מוזען האבן א שיעור אין חפץ חיים - שמירת הלשון א יעדן טאג.
נעגל וואסער פאר טאטע און מאמע זאלן נישט ווערן אנגערייגט און איין שיסעל.
טאטע מוז האבן א פלעסטיק אויפן טלית באטעל כנהוג.
מאמע גייט נישט מיט א הוד צוגעטשעפעט צום מאנטל אדער סוועטער.
הערט קול מבשר צו באקומען נייעס.
זיכער מאכן אויף די פעמפער פעקלעך (וואס מען באקומט דורך די שכן'ס עמעזאן) צובאדעקן די אומצניעות'דיגע שווארצע בעביס.
מען נוצט בעקינג סודע פאר שעמפו.
נישט לייגן דיפיטי דו פאר די קינדער אויף די פיאות.
חלילה נישט לאזן די יונגלעך מאכן א מיידעלישע פערם פאר די פיאות.
חלילה לאזן די קינדער טוישען אדער זעהן ווי מען טוישט די פעמפער פאר די בעביס.
נישט מאכן איין זייטיגע צעפ פאר די מיידלעך. נאר צוויי צוועפ כמנהג הצניעות.
די פרויען זיצען עקסטער אין קאך ביי די שבת סעודה.
סיי טאטע און מאמע שערן זיך אויף א זירו.
גייט נישט מיט די מאדערנע שטארק און ווילד געבלומטע בעקיטשע.
שווימט מיט אן אינטערהעמעד.
נישט לאזן די יונגלעך און מיידלעך אנטוהן מעטשינג פון העכער צוויי יאר. מען דארף איינגעוואוינען פון קליין אז מען דארף זיין באזונדערט.
גייט נישט מיט א קוטשמען צו שחרית (נאר אויפן B&H באס מעג מען גיין א קוטשמע).
בורבערי איז פון די אויסגלאסענע מאדעס פון אייראפע. נישט גייט דערמיט אויף שפיצלעך, שאל, סטרעטשיס, קערידש בעג אד"ג.
טאטע טראגט א קאפעל ביז די בור פון די מקוה.
שערן די קינדער נאר ביי א שמש נישט חלילה ביי א בארבער ווי מען קען הערן רוסישע ניבול פה.
טאטע טראגט נישט די כשר'ע פליפ-פאון אויף די פאסיג.
טאטע טארגט נישט מער פון 5 שליסלעך און איין קליינע פליפ-לאפ אויפן הויזען.
טאטע טראגען נישט ברייטע הויזען טראגער מיט איין צונגל פון אונטען, נאר דינע מיט צוויי צינגלעך. פון בלוי אדער שווארץ.
די מאמע האלט נישט די טעלעפון פון זיך אליינס אין טורבאן.
אין מקוה טאטע וויקעלט ארום די האנטוך אויך פון אונטען.
נישט לייגן קיין שום לעדער (אדער אפילו פלעדער) אויף די קערידזשעס.
מאמע גייט נישט מיט טעלעפון אויף א קייטל.
הערט אויס נאר תורה טעיפ אין די קאר (חלילה נישט קיין MP3 סידי'ס)
טאטע און מאמע נעמען נישט א שויער יעדן טאג.
מאמע גייט נישט מיט ווייסע שטרימפ אין סניקערס
פארמאגן נישט קיין ז'קוזי אינדערהיים.
נישט גיין לאנגע קליידער ביי חתונה. אדער גיין צו מעיק-אפ לעדיס.
גייט אויף וואקאציע נאר ווי עס איז דא א מנין און א מקוה.
מאמע און טעכטער גייען מיט רעגן מאנטלען ווען זיי גייען געקליידט צו א חתונה אפילו אין זומער.
מאמע און גרויסע טעכטער גייען נישט מיט פעדעד (PUSH-UP) פרויען מלבוש.
מאמע גייט נישט נייע סטייל צ'יקיני אונטערוועש. אפילו אונטער הונדרעט בגדים איז דאס א מלבוש של פריצות.
ווען עס קומט אייך צו דינגען א קאר חלילה אנעמען א רויטע אדער ווייסע קאר.
נישט לאזען די משפחה טראגן קליידער פון ז'וסי קט'ור. די ווארט ז'וסי איז מרמז אויף תאוות.
נישט האבן קיין זומער דאך (SUN ROOF) אויף די מיניווען. אויב דינגט מען א קאר וואס קומט דערמיט זאל מען עס נישט עפענען ווען די קינדער זענען אין קאר.

מיט אונזער אינטערשריפט טוען מיר באשטעטיגען אז מיר האבן איבערגעחזרט די תקנות פאמעלעף און צוזאמען 3 מאל. און מיר האלטן אז אלע תקנות זענען זעלבסט פארשטענדליך אז דאס זענען זייער וויכטיג פאר אידישקייט, און מיר נעמען זיך אונטער איינהאלטן אלעס וואס די מוסדות איז מחליט, אזוי אויך אלע תקנות וואס די מוסדות גייט מחליט זיין. אויב איז דא א צל של חשד אז מיר האלטן נישט איין איינע פון די תקנות קען מען ארויסווארפן אלע אונזערע קינדער אן א ווארענונג. אזוי אויך אויב איז דא א חשש אז מיר "וועלן" נישט איינהאלטן איינע פון די תקנות, אדער עס איז דא אן הרגשה ביי די וועד התקנות אז מיר האלטן נישט פאר גאר וויכטיג די תועלת פון די תקנות אדער מיר שעצן נישט די שווערע ארבעט פון די וועד התקנות, קען מען שוין אהיים שיקען אלע מיינע קינדער און מיר וועלן צאלן א קנס פאר די וועד התקנות לויט וויפיל די וועד התקנות וועט מחליט זיין.

חתימת האב _________________
חתימת האם _________________


מיר געבן אויך רשות פאר די בלאט צו שיקן בריווען פון ליינער צו מעורר זיין אויף די ענינים.

אויב מאכט איר אן אסיפה צו מעורר זיין אויף די זאכן און עס בלייבט איבער געלט ביטע גיבט קאמישאן פאר גנדי תקנות אינק.
You must be the change you want to see in the world

דער אשכול פארמאגט 30 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר