וואס האלט איר? (באגעבא קערידזשעס)

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
קאמפיאטער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 13, 2012 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל
קאנטאקט:

וואס האלט איר? (באגעבא קערידזשעס)

שליחה דורך קאמפיאטער »

א ברענד נא קערידזש צי פארקויפן פארן שטויענדיגן ביליגן פרייז פין 1,050 דאללער כאפט אריין א מציאה עס מאכט זיך נישט יעדען טאג..... אט אזוי ליינט זיך אן עדווערטייזמענט אין א היימישע אויסגאבע.

דא האט איר א מיינוג איינער רעד איבער די נושא 206-309-6649 הערטס אויס אין האט הנאה!


איך מיין דאס איז אלזער לאנדא פין "סנעפ עהעד" ער איז אויף כל מבשר אסאך!
ער רעד וועגן באגעבא קערידזשעס ער טענה'ט אז דער עולם, מער ווייניגער די פרישע יונגעלייט וואס זיי מאכן קוים 600 דאללער אין צאלן פיפצען הינדרעט/צוויי טויזענט דאללער פאר רענט אבער א קערידזש קויפט מען פאר טויזענט דאללער ער קען עס נישט פארשטיין.

(ער זאגט דארט אויך וועגן די נאמען פין די קערידזש אבער דעס איז לפי עניות דעתי שטיתים סאררי....)
איז וואס האלט דער עולם דא? מקען זאגן יא ער איז גערעכט ער האט א פיינע פוינט. אין פארוואס פעלט דאס אויס געלט אין גארביטש...

פין די אנדערע זייט איז שייך צי זאגן ניין, א פרוי פלאגט זיך אן ניין חדשים, אין אזויפיל מעג זי פארדינען אז ווען זי וואקט אויפן גאס זאל זי פילן אז זי פירט די פרינצעסן אזוי ווי עס פאסט יא אפי מען האט זיך געדארפט אנשטרענגן עס צי צאלן!

איך אויב איך מעג האבן א שטיקל מיינונג.. איך האלט אז יא (דא....!) ער איז גערעכט פארפאלן אז איר האט נישט קיין געלט איז נישט, מען קען זיך נישט אלעס ערלויבן, וואס האלט איר?

אבער וויאזוי איז מען דאס מסבר פאר א פרוי? נאך דערצי אויב זי ברענגט אהיים די געלט?
actually; i'm using my blackberry more than my computer
באניצער אוואטאר
קאמפיאטער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 13, 2012 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך קאמפיאטער »

מען קען זיכער קויפען א ביליגערע וואס איז אויך היפש גיט, אבער איינס עס האט נישט די ברענד נעים, אין צוויי מיין חבערטע האט עס אויך אין זי זאגט אז עס איז די בעסטע וואס איז נאר פארהאן.....
actually; i'm using my blackberry more than my computer
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל

שליחה דורך שרגא »

אפילו אויב זאל דער באגאבא זיין בעסער ווי א געווענליכע קערידזש, איז עס אווער-רעיטעד, און איך מיין אז גענוג קויפן עס נישט דוקא אלס באקוועמליכקייט ווי אלס די "ברענד נעים", וואס איז א משוגעת פון וואס היימישע פרויען ליידן געפערליך (ווי מער וויליאמסבורגדיג, אלץ ערגער). דעם 80 דאלארדיגן העמדל פאר'ן קליינעם, קויפט מען אפשר אויך ווייל עס איז "באקוועמער", אדער האלט זיך אפשר ריינער? א מכה.
היימישע אידן בכלל דארפן זיך מער אויסלערנען וואס מיינט לעבן מיט א בודזשעט און עס דארף זיין א חילוק אין די קאר/קלייד/גראסערי/שאפינג צווישן דעם עושר און ארעמאן.
פון די אנדערע זייט, אויב ווען עס קומט צו א קערידזש פאר זיין ווייב איז דער יונגערמאן א קארגער, אבער ווען עס קומט צו זיינע באקוועמליכקייטן לאזט ער זיך וואוילגיין אין גרויסן. אויב ער קען קויפן ציגארעטן, סענדוויטשעס , אייפאדס און טאבלעטן ווען אים שמעקט אן און לאזט זיך וואוילגיין, אבער ווען די ווייב גלוסט עפעס מאכט מען איר דעם גיהנום, איז דאס א פשוטע רשעות און אביוז. זיי ארבעטן גענוג שווער צו אויפציען די קינדער און קעיר נעמען פון הויז, עס קומט זיי נאך אזויפיל.
דער טיפ וואס לעבט מיט א חשבון און קויפט נאר באמת יעדע פראדוקט מיט א חשבון לויט וויפיל ער קען זיך ערלויבן און לויט ווי עס מאכט סענס, דער וועט סייווי מאכן ריסוירטש און זען אז עס זענען דא קערידזשעס ואוס זענען זייער גוט און קאסטן האלב פונעם באגאבו.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

די באגאבא קערידש איז נישט קיין מחלה, ס'איז סך הכל א סימפטאם. פארוואס א פרישע פארפאלק ברויך האבן 20 טויזענט דאלער פוירניטשער און מ'גייט עס אריין שטופען אין א ד' על ד' אפארטמענט און מ'גייט זיך איינרעדען אז מ'איז ראטשילד אליין, דאס פארשטייט איר יא?
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1091 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

שליחה דורך דבילה »

פונ'ם פותח האשכול זעט אויס ווי ער רעדט פון די אינגעלייט נאך די חתונה וואס די עיקר פרנסה ברענגערס דאן זענען די נשים צדקניות. אידעך א פשוט'ע שאלה, וואס זאגן די פרויען? ווי קומען בכלל די מענער אריין צו רעדן אין די נושא? נניח אז די פרוי קויפט דאס נאר אלץ די קאמפעטישען איין פרוי אויפ'ן צווייטן, האט זי דען נישט רעכט? ווי איז די פעיטשעק פונ'ם חשוב'ן מאן וואס האט פאר קוים 10 חדשים פריער אונטערגעשריבן "ואנא איזון ואפרנס ליכי..."?!!!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

דבילה האט געשריבן:פונ'ם פותח האשכול זעט אויס ווי ער רעדט פון די אינגעלייט נאך די חתונה וואס די עיקר פרנסה ברענגערס דאן זענען די נשים צדקניות. אידעך א פשוט'ע שאלה, וואס זאגן די פרויען? ווי קומען בכלל די מענער אריין צו רעדן אין די נושא? נניח אז די פרוי קויפט דאס נאר אלץ די קאמפעטישען איין פרוי אויפ'ן צווייטן, האט זי דען נישט רעכט? ווי איז די פעיטשעק פונ'ם חשוב'ן מאן וואס האט פאר קוים 10 חדשים פריער אונטערגעשריבן "ואנא איזון ואפרנס ליכי..."?!!!


כל מה שקנתה אשה קנה בעלה. אלעס געהערט פאר אים. הלכה'דיג האבן זיי נישט וואס אריינצורעדן. אלס מענטשליכקייט, אפשר יא.

די פרויען האבן תאוות וואס האט מיט געפילן. אויב מענער ווילן ציגארעטן (וואס ברענגט א אמת'ע הנאה פארן רויכערער) אדער טעבלעטס (וואס איז באמת נוצבאר) אדער א קאר מיט פיטשעווקעס (כ'רעד נישט פון א BMW, נאר א נארמאלע קאר, אבער ער וויל פראקטישע פיטשעווקעס, ווי בלוטוט מיט א בעקאפ קעמערע), דאס זענען שכל'דיגע תאוות. איך זאג נישט אז מען זאל זיך נאכגעבן, אויב האט מען נישט זאל מען זיך איינהאלטן, אבער לכה"פ מען קען עס פארשטיין.

משא"כ א געפילישע תאוה (ווי א באגעבא),וואס ברענגט נישט קיין נוצן, ס'איז נאר דער "ברענד נעים" אדער "וואס וועט די חבר'טע זאגן", איז אומפארשטענדליך, און דער מאן איז נישט מחוייב נאכצוגעבן פאר זיין ווייב און ארויסווארפן געלט אין מיסטקאסטן. אודאי דארף מען זיך רעכענען מיט אירע געפילן, ס'איז זייער וויכטיג פאר זיי, אבער דער מח דארף זיין שליט על הלב, און איר אפשר קאמפענסעיטן מיט עפעס אן אנדערע נוצליכע זאך, ווי א גוטן פוד-פראסעסאר, אדער נאך א קליידל אדער שיך וכדו', וואס איז באמת נוצליך.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
smart
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 625
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 06, 2012 3:38 pm
האט שוין געלייקט: 325 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך smart »

בי מיר האט מען אויך א באגעבא און מען קען נישט זאגען אז איז נאר וועגן די ברענד נעים עס פארט זייער געשמאק פראקטיש און שיין דערצו.
א גוטן טאג אייך!
באניצער אוואטאר
קאמפיאטער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 13, 2012 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך קאמפיאטער »

נאכן זיך איבער טראכטן איז געבליבן אזוי: אזוי ווי ווארשייננליך וועט א מאן במילא נישט אויספירן עכ"פ דא ביי די נושא, אין אויב די אשת חיל וועט אפמאכן אז זי דארף אזא סארט וועט סי עס בייקימען אין די ענד איז פארוואשע מאכן א הארד טיים?
זאל זי עס שוין בייקימען אין זיך פרייען. וואס יא מען זאל טרייען אויב עס איז שייך מסבר זייין אז עס מיז נישט זיין די טייערע (עס איז דא צוויי איינס איז אביסעל א בילגערע) אין קויפן די ביליגע.
actually; i'm using my blackberry more than my computer
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1091 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

שליחה דורך דבילה »

שמעקעדיג האט געשריבן:
דבילה האט געשריבן:פונ'ם פותח האשכול זעט אויס ווי ער רעדט פון די אינגעלייט נאך די חתונה וואס די עיקר פרנסה ברענגערס דאן זענען די נשים צדקניות. אידעך א פשוט'ע שאלה, וואס זאגן די פרויען? ווי קומען בכלל די מענער אריין צו רעדן אין די נושא? נניח אז די פרוי קויפט דאס נאר אלץ די קאמפעטישען איין פרוי אויפ'ן צווייטן, האט זי דען נישט רעכט? ווי איז די פעיטשעק פונ'ם חשוב'ן מאן וואס האט פאר קוים 10 חדשים פריער אונטערגעשריבן "ואנא איזון ואפרנס ליכי..."?!!!


כל מה שקנתה אשה קנה בעלה. אלעס געהערט פאר אים. הלכה'דיג האבן זיי נישט וואס אריינצורעדן. אלס מענטשליכקייט, אפשר יא.

די פרויען האבן תאוות וואס האט מיט געפילן. אויב מענער ווילן ציגארעטן (וואס ברענגט א אמת'ע הנאה פארן רויכערער) אדער טעבלעטס (וואס איז באמת נוצבאר) אדער א קאר מיט פיטשעווקעס (כ'רעד נישט פון א BMW, נאר א נארמאלע קאר, אבער ער וויל פראקטישע פיטשעווקעס, ווי בלוטוט מיט א בעקאפ קעמערע), דאס זענען שכל'דיגע תאוות. איך זאג נישט אז מען זאל זיך נאכגעבן, אויב האט מען נישט זאל מען זיך איינהאלטן, אבער לכה"פ מען קען עס פארשטיין.

משא"כ א געפילישע תאוה (ווי א באגעבא),וואס ברענגט נישט קיין נוצן, ס'איז נאר דער "ברענד נעים" אדער "וואס וועט די חבר'טע זאגן", איז אומפארשטענדליך, און דער מאן איז נישט מחוייב נאכצוגעבן פאר זיין ווייב און ארויסווארפן געלט אין מיסטקאסטן. אודאי דארף מען זיך רעכענען מיט אירע געפילן, ס'איז זייער וויכטיג פאר זיי, אבער דער מח דארף זיין שליט על הלב, און איר אפשר קאמפענסעיטן מיט עפעס אן אנדערע נוצליכע זאך, ווי א גוטן פוד-פראסעסאר, אדער נאך א קליידל אדער שיך וכדו', וואס איז באמת נוצליך.


ס'איז היבש שווער צו טרעפן חרד'ישע סעקסיזם אזוי קלאר און גראב ארויסגעברענגט!
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

שמעקעדיג, איך האלט פונקט פארקערט. א פראקטישע תאוה דארף מען זיך קענען בייקומען, ווייל סאך הכל דארף ער דעם טעבלעט אדער דעם בעק אפ קאמערע ווייל ס'ברענגט אים באקוועמליכקייט אין לעבן. נו, זאל ער ארבעטן אביסל שווערער, ס'וועט גארנישט געשען. א געפילישע תאוה איז אבער א טיפע זאך, און כדי דאס איבערצוקומען פארלאנגט זיך מורא'דיגע כוחות הנפש וואס נישט יעדער האט.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
cookies
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 94
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 25, 2012 10:01 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל

שליחה דורך cookies »

I was also the same, my wife pushed me for a bugaboo and now I see that she was right is push's so easy and cofartable, that it pays the 100 dollars more then other carriges,

Besides some ppl going away some time for shabbos how much does it cost 400 or 500, and this you dony think twice but a carrige what you use for almost 20 years, this you will karg?

my pinion is that things which less long and you u use it long it pays, and rather karg on things which it goes away in a second like countru etc...
zamel
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 101
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 2:24 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

שליחה דורך zamel »

cookies האט געשריבן:I was also the same, my wife pushed me for a bugaboo and now I see that she was right is push's so easy and cofartable, that it pays the 100 dollars more then other carriges,

Besides some ppl going away some time for shabbos how much does it cost 400 or 500, and this you dony think twice but a carrige what you use for almost 20 years, this you will karg?

my pinion is that things which less long and you u use it long it pays, and rather karg on things which it goes away in a second like countru etc...

yeah good point. but it depends the reason you buy it for luxury or for brand name, just for the record must people in the country arn't taking out the bugaboo to the mountains
יאסל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 7
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 16, 2012 11:18 pm
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

שליחה דורך יאסל »

עס איז קלאר אז מען קען זיך טענה'ן אויף דעם און ביידע זייטן וועלן זיין גערעכט. די באגאבא איז אין פאקט זייער א באקוועמע וועגעלע קעגן אנדערע, און אויב א ווייבל פלאגט זיך פאר'ן דאלאר קומט איר א קעדרידזש זייער ערליך. בעת עס זענען פארט פארהאן פיל פרויען וואס די באגאבא רייצט זיי נאר צוליב די ברענד נעים און "ווייל יענער האט עס" און ניטאמאל ענדזשויעט מען עס.

ווענדט זיך וואו דער חמור שטייט איין...
פארשפארט