באס טראנספארטאנציע פון די ישיבות

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

באס טראנספארטאנציע פון די ישיבות

שליחה דורך דולה ומשקה »

דאס איז עפעס א קנס בדוגמת מכה אשר לא כתובה בתורה. פיר קינדער אבער יעדער באזונדער דארף צאלען, אקעי, מ'מאכט הנחה פון עטליכע פאר דוללער, אבער דאך יעדעס קינד עקסטער דארף צאלען דער פרייז פון $650 ס'העלפט נישט קיין פודינו ומצילנו, אפילו מיטן טענה אז אלע קינדער גייען ארויף אינאיינעם דער זעלבע צייט ארויף אויפן באס.

יא אינשורענס, גאזאלין, באס דרייוער, באס רבי, - אלעס ווער צאם גערעכנט, אין ווערט איינגעטיילט לויט די מספר פון קינדער וואס באנוצען דעם באס, נישט קיין נפק"מ צו איין קינד, צווילינג אדער דרילינג אפילו עס שטעלט זיך אפ ביי אפארומענט בילדינג ווי דרייסיג קינדער שטייגען ארויף אויף דעם געלע באס.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
לאדיך אפ
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 660
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל

שליחה דורך לאדיך אפ »

וואסי פשט, אז נאך אלע סובסידיעס וואס אונזערע מוסדות נעמען פון די גאווערמענט דארף מען נאך אלץ צאלן אזוי טייער?
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

איך טראכט אזוי.
פון איין זייט צאלן מיר באבקעס פאר שכר לימוד, לעומת אנדערע געגענטער ווי שכר לימוד איז די גרעסטע הוצאה פון א משפחה, (א וואונדער זיי האבן ווייניגער קינדער?) ס'קאסט זיי מער תלמוד תורה ישיבה און סמינאר פאר די בנות.
בנוגע טרענספארטעישען, מ'קען האבן פון די שטאט בחינם, אבער וויבאלד זיי ארבעטען נישט בחגאות, וועלן דאך די מאמעס (וואס דרייווען נישט) זיך מוטשען אויפצופיקען די קינדער פון חדר.
משא"כ ביי נארמאלערע קהילות, איז דא א מאמע פון די גאס וואס נעמט די קינדער צו ישיבה, און מ'טיילט זיך איין יעדע טאג/וואך אן אנדערע מאמע. אזויווי די גמרא'ס צייטן ווען מאמעס האבן גענומען די קינדער צו חדר.
אז איינער וויל טאקע זיך ארויסדרייען פון הוצאות הטרענספטעישן, זאל ער בוחר זיין די נענסטע חדר סמוך לביתו,
אן איינאוינער אויף 39 און 14 זאל שיקן אין רחמיסטריקווא. אן איינוויאנער נעבן רחמיסטריווקא 12/45 זאל שיקען קיין ביאיאן. 58/15 קיין ספינקא, ושלום על ישראל, ווייניגער טרעפיק, ועוד.
Under influence
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

קאווע טרינקער האט געשריבן:איך טראכט אזוי.

איך מיין ס'וואלט געוועין א גוטע איידיע זאלסט עס איינפירען עס וועט שפארען אסאך טרעפיק
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

נו, וואספארא תלמוד תורה איז די נענסטע צו דיין היים?
Under influence
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

קאווע טרינקער האט געשריבן:נו, וואספארא תלמוד תורה איז די נענסטע צו דיין היים?

נא גלוי.........
zamel
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 101
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 2:24 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

שליחה דורך zamel »

איין קליינע חילוק איז דא אז ווען אונז זענען געווען קינדער האבן מיר געוואקט א האלבען בלאק צו די באס יא אפילו עס פלעגן דענסמאל ארום לויפן די קראנקע הינט (א דאנק פאר רודי פארן דאס אפשטעלן) און עס איז אונז גארנישט געשען, אבער היינט מוז דאך די באס אפשטעלן ביי יעדען צווייטן טיר ביקאוז איי קענט לעט מיי טשיילד וועטעבער
יאסל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 7
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 16, 2012 11:18 pm
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

שליחה דורך יאסל »

נאך די אלע פענסי ווערטער וואס העכערן אונזער שכר לימוד ביל צאלן מיר נאך אלץ ווייניגער ווי ערגעץ אנדערש.

איך האב געמיינט אז מען אנערקענט דאס.
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

zamel האט געשריבן:איין קליינע חילוק איז דא אז ווען אונז זענען געווען קינדער האבן מיר געוואקט א האלבען בלאק צו די באס יא אפילו עס פלעגן דענסמאל ארום לויפן די קראנקע הינט (א דאנק פאר רודי פארן דאס אפשטעלן) און עס איז אונז גארנישט געשען, אבער היינט מוז דאך די באס אפשטעלן ביי יעדען צווייטן טיר ביקאוז איי קענט לעט מיי טשיילד וועטעבער

אז מ'צאלט שוין יא אזא פעפעריגע פרייז פער קינד, איז יושר א טיר סטאפ, כ'בין מסכים אראפ צו לאזען העלפן פאר א קארנער סטאפ.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קאווע טרינקער האט געשריבן:איך טראכט אזוי.
פון איין זייט צאלן מיר באבקעס פאר שכר לימוד, לעומת אנדערע געגענטער ווי שכר לימוד איז די גרעסטע הוצאה פון א משפחה, (א וואונדער זיי האבן ווייניגער קינדער?) ס'קאסט זיי מער תלמוד תורה ישיבה און סמינאר פאר די בנות.
בנוגע טרענספארטעישען, מ'קען האבן פון די שטאט בחינם, אבער וויבאלד זיי ארבעטען נישט בחגאות, וועלן דאך די מאמעס (וואס דרייווען נישט) זיך מוטשען אויפצופיקען די קינדער פון חדר.
משא"כ ביי נארמאלערע קהילות, איז דא א מאמע פון די גאס וואס נעמט די קינדער צו ישיבה, און מ'טיילט זיך איין יעדע טאג/וואך אן אנדערע מאמע. אזויווי די גמרא'ס צייטן ווען מאמעס האבן גענומען די קינדער צו חדר.
אז איינער וויל טאקע זיך ארויסדרייען פון הוצאות הטרענספטעישן, זאל ער בוחר זיין די נענסטע חדר סמוך לביתו,
אן איינאוינער אויף 39 און 14 זאל שיקן אין רחמיסטריקווא. אן איינוויאנער נעבן רחמיסטריווקא 12/45 זאל שיקען קיין ביאיאן. 58/15 קיין ספינקא, ושלום על ישראל, ווייניגער טרעפיק, ועוד.

דאס וועט אבער נישט בויען די חסידות'ן וואס שטייען אונטער די תלמוד תורה'ס. איך זאג דאס נישט מיט סארקאזם. נאר דאס איז די מציאות!
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

יא, דער פון אויבן זאל אפהיטן אויב חלילה חסידות'ן בויען זיך נישט אויף. חלילה, וויאזוי וואלט'ן מיר אויסגעקוקט?
Under influence
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

יאסל האט געשריבן:נאך די אלע פענסי ווערטער וואס העכערן אונזער שכר לימוד ביל צאלן מיר נאך אלץ ווייניגער ווי ערגעץ אנדערש.

איך האב געמיינט אז מען אנערקענט דאס.

דו פארגעסט אז ווי לאדיך אפ זאגט איז "ערגעץ אנדערש" נישט דא די פילצאליגע פראגראמען וועלכע אונזערע מוסדות באקומען פון די רעגירונג.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

יידל האט געשריבן:
יאסל האט געשריבן:נאך די אלע פענסי ווערטער וואס העכערן אונזער שכר לימוד ביל צאלן מיר נאך אלץ ווייניגער ווי ערגעץ אנדערש.

איך האב געמיינט אז מען אנערקענט דאס.

דו פארגעסט אז ווי לאדיך אפ זאגט איז "ערגעץ אנדערש" נישט דא די פילצאליגע פראגראמען וועלכע אונזערע מוסדות (באקומען) [נעמן] פון די רעגירונג.
Under influence
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קאווע טרינקער האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:
יאסל האט געשריבן:נאך די אלע פענסי ווערטער וואס העכערן אונזער שכר לימוד ביל צאלן מיר נאך אלץ ווייניגער ווי ערגעץ אנדערש.

איך האב געמיינט אז מען אנערקענט דאס.

דו פארגעסט אז ווי לאדיך אפ זאגט איז "ערגעץ אנדערש" נישט דא די פילצאליגע פראגראמען וועלכע אונזערע מוסדות (באקומען) [נעמן] פון די רעגירונג.

אבער די אונטערשטע שורה בלייבט נאך אלץ אז די מער מאדערנע מוסדות פון ברוקלין, מאנהעטן און קווינס רעכענען לכה"פ פיר מאל אזויפיל שכר לימוד און שאר ירקות ווי אונזערע היימישע מוסדות.
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

מצוה בו יותר מבשלוחו

שליחה דורך diff »

מצוה בו יותר מבשלוחו Why dont you move to the suburbs and learn whith your kids yourself . half your salary goes anyway for schar limud so pool with neighbor. I promise you your kids will know much much more.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

גאנץ א גוטער איינפאל.
שמך נאה לך.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

אז מ'צאלט דעם פולען פרייז פאר יעדעס קינד באזונדער, איז עס א פשוטע חוצפה צו פארלאנגען צו ווארטן אויף דער קארנער, כל שכן ווען עס רעגנט אדער שנייט.
אקעי איך בין לכף זכות ווען עס איז דא א גארבידש טראק אין דער דרייוער ווילן בלייבען שטעקן 15 מינוט.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

באס טראספארטאציע איז א גניבה ביזנעס פאר זיך, דאס מוז מען צאלען תיכף ומיד, אויב נישט... נישט.
אבער ווען עס רעגנט שניי אדער גארבעדש טראג רופט ער מיר מיט חוצפה איך זאל גיי צום קארנער אדער נאך א בלאק... דאס איז א פרעכע חוצפה, ווייל דאס מיינט אז מ'דארף זיך שוין אנטוהן דעם הוט און רעקל, וה"ה א פרוי א שייטעל וכדומה.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

איך ווייס נישט אין וועלכע מוסד דו שיקסט. מיינע גייען אין בעלעד, זיי בעטן נישט קיין טראנספארטאציע, קוים וואס זיי בעטן שכ''ל.
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ישמעאל הכהן האט געשריבן:איך ווייס נישט אין וועלכע מוסד דו שיקסט. מיינע גייען אין בעלעד, זיי בעטן נישט קיין טראנספארטאציע, קוים וואס זיי בעטן שכ''ל.

ישמעאל הכהן: אוואו געפונט זיך די ת"ת פון ק"ק בעלעד. איך האב נאכנישט באגעגנט א באס פון די ת"ת בני/בנות בעלעד...!
באניצער אוואטאר
צדיק נסתר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 28, 2014 11:30 am
האט שוין געלייקט: 107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 56 מאל

שליחה דורך צדיק נסתר »

לא ראינו אינו ראיה :lol:
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

מן הסתם ערגעץ לעבן ווי עס געפינט זיך די 'מוסדות ביאלה בארה''ב' פונעם ביאלן סיין אויף 58 און 13.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
Young Investor
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 26, 2013 11:17 pm
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

Re: באס טראנספארטאנציע פון די ישיבות

שליחה דורך Young Investor »

The whole chasidisha school transportation system (which btw u can't find in the whole world such a crazy system!) needs a major overhaul:
ווער האט דיר איינגערעדט אז די באס 'מוז' סטאפן ביי יעדע הויז עקסטער בשעת ווען עס איז דא עטליכע משפחות אויף איין גאס וואס ניצן די זעלבע באס??
(אין איר ווינדערט זיך עס נעמט 15 מינוט דורך ציפארן 3 גאסן מיט אייער קאר)

ס'איז דא מענטשען וואס מיינען נאך אז די באס 'מיז' ווארטן פאר זיי, אנשטאטס זיי זאלן ווארטן פארן באס... זאג נאר, איר האט אפשר בלויע בליט?? האסט נישט געוויסט נעכטן אז די באס קומט היינט 8:15??
יא! די פארלאנגסט די באס זאל ווארטן אויף דיר 'נאר' 1 מינוט, אין נאכדעם שרייסטו פארוואס דיין קינד זיצט אויפן באס אזוי לאנג!!
יא! איב מען ווארט פאר יעדן קינד, נעמט די רוט זייער לאנג!
It's either, or,
מעיק אפ יור מיינד.

נאכדעים איז דא עלטערען וואס 'פארלאנגען' אז די באס זאל זיי רופן ווען עס איז דא א גארבעדזש טראק אין זייער בלאק, דאס הייסט אזוי: די באס וויל אריינפארן אין דיין בלאק, אין זעט אז עס דא א גארבעדזש טראק, יעצט האלטס קאפ, די באס שטייט אינמיטען אן אינטערסעקשען, אין בלאקט טרעפיק, פין אלע פיר זייטן, יעצט פארלאנגט איר אזוי: די דרייווער רופט דעם דיספעטשער זאל רופן די מאמע צו קומען צום קארנער, די דיספעטשער איז נאך ביזי מיט אנדערע מאמעס פין א צווייטע באס וואס האט געהאט אן אויל טראק אינמיטען זיין רוט אין עס נעמט נעמט איר נאך 2-3 מינוט ביז זי איז פארטיג, יעצט גייט זי אנפאנגען צי ריפן די מאמעס פין די ערשטע באס (פארגעס נישט די באס שטייט נאך אינמיטען אן אינטערסעקשען בלאקירנדיג 15 קארס אין 3 באסעס פין אנדערע מוסדות וואס צוזאמען איז יעצט דא 150 מאמעס וואס שטייען יעצט אין ווארטן אויף זייער באס אבער צופלאצט זאל יעדער ווערן, 'איך' דארף 'סערוויס')
די דיספעטשער דארף יעצט טרעפן אלע מאמעס נאמבער אין קאמפיוטער (נאך 2 מינוט=5)
די דיספעטשער איז זייער געשיקט, זי הייבט אן מאכן די פאון קאלס פין 2 טעלעפאונס וואס זי האט אויפן טיש (פארגעס נישט, זי דארף פראבירן צי ריפן סיי די הויז נאמבער סיי די סעל, נישט יעדער רעספאנד צי די הויז/סעל)
נאך 3 מינוט (=8) איז זי דורכגעקומען צי יעדעם ב"ה (אך אין וויי טאמער נישט...)
אין מיט א זיכערקייט זאגט זי צום דרייווער: זיי קומען "שוין"...
יעצט לאמיר גיין ווייטער: די מאמע איז דאך נישט אנגעטוען פאר די גאס... זי כאפט איר שייטל/טורבאן, איר קאוט, פאקט 'שנעל' איין א סנעק פארן קינד, מאכט צי די זיפער פינעם'ס קינד'ס קאוט זייער זיייער שנעל, ('פינקט' יעצט גייט עס עפעס נישט) זוכט 'שנעל' אויף די בריעף קעיס (פארגעס נישט: די באס שטייט נאך אינמיטען אן אינטערסעקשען אפ'שחט'נדיג א האלבע שטאט אין... ווארט!-אך אין וויי אויב חלומט נאר פין פארן ווייטער) ענדליך נאך 10-12 מינוט זעט ער שוין ווי די מאמע קומט מיט 'זייער שנעלע' טריט (וואס זאל זי טוען, איר 4 יעריגע שעפעלע קען נישט שנעלער) אין זי האלט שוין ביים טיר פינעם באס 'כאפט' זי אריין נאך איין קיש (עס איז זייער וויכטיג פינקט יעצט: זי גייט דאך נישט זעהן דעם קינד פאר די קומענדיגע 5 שעה)
אין... ברוך השם! איי מעיד איט!

**די מאדער פישער!!!!** די ווייסט נישט אז 2 מאל א וואך קומט א גארבעדזש טראק??? קענסט נישט זיין א מענטש אין ווארטן ביים קארנער??? קענסט דיך נישט רעכענען מיט א צווייטען ביקאוס איי עם פעיעינג ענד איי וואנט סערוויס!!??

ס'נאך דא אסאך צו שרייבן, ועד חזון למעוד
פארשפארט