מיט א טיפערן בליק פרשת ויקרא - משה רבינו און נישט רבינו משה

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 395
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

מיט א טיפערן בליק פרשת ויקרא - משה רבינו און נישט רבינו משה

שליחה דורך א שעפעלע »

מיט א טיפערן בליק
פרשת ויקרא תשע"ה
ויקרא אל משה... אדם כי יקריב מכם..!


בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

בסייעתא דשמיא האבן מיר זוכה געווען צו פארענדיגן ספר שמות, ווי עם ישראל האט זוכה געווען מקיים צו זיין דעם רצון ה' און אויפגעשטעלט דעם הערליכן משכן, איז יעצט איידער מיר פאנגן אָן ספר ויקרא דארף מען דאנקן השי"ת אויף דעם געוואלדיגן זכות וואס מיר פארמאגן צו קענען צוזאמען לערנען און זיך פארטיפן אין די הייליגע פרשיות און דערפון טוען ארויסשעפן הויפענס אמונה, חיזוק, התעוררות און פיל נאך... עד הנה עזרינו, טאטע זיסע ס'איז דיין הייליגע תוה"ק וואס מיר לערנען און זענען זוכה צו שפירן איר שיינקייט און איר זיסקייט, העלף אונז אויף ווייטער אויך ואל תטשנו פארלאז אונז נישט, נאר געב אונז די ריכטיגע פארשטאנד אין די ליכטיגע פרשיות, ועל כולם בעטן מיר טאטע געב אונז שטארקע כוחות הנפש אז מיר זאלן קענען לעבן א לעבן אזוי ווי אונזערע גוטע רצונות זענען באמת.

ספר ויקרא - די פסוק פאנגט אָן: וַיִּקְרָא אֶל משֶׁה וַיְדַבֵּר ה' אֵלָיו מֵאֹהֶל מוֹעֵד לֵאמֹר, דַּבֵּר אֶל בְּנֵי יִשְׂרָאֵל וְאָמַרְתָּ אֲלֵהֶם אָדָם כִּי יַקְרִיב מִכֶּם קָרְבָּן לַה' וכו', לאמיר פארשטיין א) וואס איז פשט פון דער קליינע אלף? ב) וואס איז דער לשון פון 'אָדָם' כִּי יַקְרִיב 'מִכֶּם' – א מענטש וואס וועט מקריב זיין פון ענק, בפשטות וואלט געדארפט שטיין כִּי יַקְרִיב קָרְבָּן לַה' וואס פעלט אויס דער אָדָם און מִכֶּם – א מענטש פון ענק? אויך דארפן מיר זיך פארטיפן און פרובירן צו פארשטיין וואס איז דאס בכלל א קרבן, און וואס לערנען מיר פונעם קרבן יעצט אין די טעג וואס מיר האבן ליידער דערווייל נישט קיין בית המקדש? ובעת הזאת איז כדי אויך צו באמערקן א נקודה, פארוואס ווערט אונזער הייליגע רבי משה גערופן משה רבינו און נישט רבינו משה?

מיר אלע זענען גאנץ גוט באקאנט מיט די פאלגענדע סצענעס: דער קאַנדידאט וואס איז נאך אונטערוועגנס צו א געוויסע פאזיציא, ער דארף נאך צוקומען צום פאלק ווי ער פירט זיך אויף אזוי איידל און באשיידן, זאגט צו כל מיני געוואלדיגע גליקן און אונטערנעמונגען וואס ער וועט צושטעלן פארן ציבור אויב קומט ער אריין אין אמט, אבער ווען ס'גייען אריבער עטליכע וואכן און ער איז מצליח צו געווינען דאס בענקל פארגעסט ער פלוצלינג פון די גאנצע מעשה, און פון די אלע געוואלדיגע הבטחות און צוגעזאגטע געטריישאפט בלייבט גארנישט איבער, ווער רעדט נאך פון אים בעטן א טובה, אלזא אז ס'איז ממש נישט צו דערקענען אז דאס איז דער זעלבע מענטש בכלל?!

נאך א באקאנטע סצענע: א אינגערמאן וואס האט נישט קיין פרנסה און זיכט אנצופאנגען מאכן געשעפטן, גייט ארום איידלערהייט און בעט זיך ביי זיינע חברים פאר הילף, און אנהייב די וואס געבן אים ארבעט זענען זיך מחי' ס'איז ממש א געשמאק צו האנדלן מיט אים, אבער פלוצלינג ווען די הצלחה פאנגט אָן שיינען און לייכטן איז ער נישט צו דערקענען, מ'קען צו אים נישט צוקומען, א פשוטע ווערטער אויסטויש איז א גאנצע געשעפט, דער עולם וואונדערט זיך וואס איז מיט אים געשעהן?!

נאך א באקאנטע סצענע: אין כיתה, צו דאס איז אין חדר ישיבה מיידל סקול וכדומה לערנט א קינד וואס ווערט גערעכנט צו זיין פון די שעמעדיגע שוואכע איידעלע אין קלאס וד"ל, ווען מען רעדט מיט אים הערט זיך ארויס צובראכנקייט אויף דאס וואס ער איז שוואך און איז נישט מצליח צו זיין א טייל פון די גאנצע קלאס, ווען מען שפילט אדער פארברענגט צוזאמען פאלט ער ארויס וכדומה... אבער דערנאך וואס עטליכע הצלחה'דיגע יארן זענען אריבער האט זיך די רעדל א דריי געגעבן און ער איז זוכה זיך צו שטארקן און ווערן א חלק פון די 'זאך', פון די חברה, ס'נעמט נישט לאנג און ער פאנגט אָן גיין העכער און העכער און פלוצלינג טוט ער שוין אלעס אנפירן, און נישט סתם אנפירן נאר אלעס ארום ווערט אונטערדריקט ווי ס'דארף צו זיין... די וואס קוקן זיך צו שטוינען און פרעגן ווי קען זיין אז ער/זי האט פארגעסן ווי אזוי ס'שפירט צו זיין אונטערדריקט, און אזוי זענען פארהאן פילע ענליכע סצענעס וד"ל.

נו קען דאך דער מענטש טראכטן אז דאס איידעלע פנים איז געווען א פאלטשע און א געמאכטע, ס'איז געלונגען פארן קאַנדידאט אדער פארן אינגערמאן אפצונערן דעם ציבור, און דער שוואכע קינד איז ארגינעל געווען א פירער און א אונטערדריקער... אבער דער אמת איז נישט אזוי ס'קען זיין אז ווען דער קאַנדידאט איז געלאפן האט ער מיט אַן אמת געהאט די אלע גוטע פלענער אין געדאנק און מיט אַן אמת געוואלט זיין גוט און געטריי צום פאלק, דער אינגערמאן איז באמת אַן איידלקייט, און דער בחור טאקע אמת'דיג געווען א צוקלאפטער, איי וועט איר פרעגן אויב אזוי וואס האט פאסירט??!!

טייערע ברידער, ס'איז דער וְרָם לְבָבֶךָ וְשָׁכַחְתָּ... וְאָמַרְתָּ בִּלְבָבֶךָ כֹּחִי וְעֹצֶם יָדִי, עָשָׂה לִי אֶת הַחַיִל הַזֶּה, ווען דער מענטש ווערט דערהויבן און איז זוכה צו גרויסקייט, איז פארהאן דער גרויסע נסיון פון ושכחת, דער מענטש שטייט פארן שווערן נסיון פון פארגעסן אז איעדע ריר איז הקב"ה, איעדע ברעקל הצלחה אין לעבן איז חסדים רבים פון בורא עולם, ס'איז גאר גרינג אז דער מח זאל אנפאנגען טראכטן מחשבות און זאגן צו זיך אז ס'איז די געוואלדיגע חכמה כוחות און טאלאנטן זיינע - וואס ברענגט די הצלחה און געוואלדיגע סוקסעס, און צוביסלעך דערווייטערט מען זיך פון דער אמת'ע זיך, דער צוגעלאזענע ווארעמע איד וואס ליגט אינעווייניג, און א פאלטשע אייגן געמאכטע מענטש וואקסט ארויס...

דאס איז איינע פון די גאר געלונגענע טאקטיקן וואס דער יצר טוט זיך כסדר באניצן, ווען דער מענטש איז זוכה צו שטייגן און האבן הצלחה סיי ברחניות און סיי בגשמיות, קומט דער יצר'ל און צוביסלעך בלאזט ער אריין דעם געפיל ..געב א קוק ס'גייט מיר גוט, כ'קען אויך, ער פילט אָן דעם מענטש מיט כבוד און גאוה, דער מענטש בלאזט זיך אויף און פאנגט אָן האלטן אז ס'איז זיינע כוחות און טאלאנטן און אזוי ארום שטעלט ער אפ דעם אמתע הצלחה פונעם מענטש, ווייל ווען ס'ווערט א ורם לבבך ברענגט עס מיט א ושכחת את ה', יא דער מענטש קען בלייבן מיט די זעלבע אויסזעהן, ער קען בלייבן עוסק זיין אין תורה ותפלה אבער ווייניג ווייסט ער אז ער איז פארכאפט אין די נעגל פונעם יצר, ער כאפט נישט אז פון אינעווייניג האט ער זיך אינגאנצן אוועקגעריקט, ווי חז"ל זאגן אונז אויף צענדליגע פלעצער איבער די סכנה וואס הערשט אויפן בעל גאוה, ובפרט די ווערטער פון חז"ל אין מסכת סוטה כל אדם שיש בו גסות הרוח אמר הקב"ה אין אני והוא יכולין לדור בעולם, הקב"ה זאגט אויפן בעל גאוה איך און אים קענען נישט וואוינען צוזאמען אויף די וועלט... הערנדיג די הייליגע ווערטער פון חז"ל וויל דאך איעדער טוען אלעס אויף די וועלט פטור צו ווערן פון גאוה און זיכער מאכן אז מיר האבן דערמיט נישט קיין שייכות, קומט אבער דער יצר 'אונזער גוטער פריינד' און שלעפט דעם מענטש אינגאנצן אויפן צווייטן זייט...

אויף דער מינוט וואס דער איד נעמט זיך צוזאם און פאנגט אָן ארבעטן אויסצורייסן די מדה פון גאוה, און ארבעט אריין צוברענגן די הערליכן מדה פון ענוה, טוט אים דער יצר פארדרייען דעם קאפ מיטן אריין שלעפן אין פאלטשע עניוות, ער ברענגט אים אריין מחשבות אין מח אז מען דארף זיך האלטן קליין ווייל דער מענטש איז א גארנישט און קען גארנישט ..די האסט נישט קיין שום כוחות און טאלאנטן, ביסט גארנישט בעסער ווי א צווייטער, ער פארבט אים מיט אלע קאלירן אלע זיינע שוואכקייטן חסרונות חטאים עונות ופשעים ..דא האסטו פאר דיינע אייגענע אויגן - קוק ווער די ביסט, שעם זיך פון דיר אליין... און צוביסלעך קריכן די מחשבות אריין אין די טיפעניש פונעם מענטש און מיט די צייט פאנגט עס אים אָן צוברעכן, ער ווערט מוטלאז, ער פאנגט אָן טראכטן ..כ'בין דאך טאקע א לאסט קעיס, געב א קוק ווי אזוי כ'קוק אויס ..כ'בין דאך א גארנישט, און איינמאל כ'בין א גארנישט וואס איז שוין א חילוק? וועמען גייט אָן וואס איך טו יא אדער נישט? כ'בין דאך סיי ווי א גארנישט... ברידער טייערע אפשר שפירט איר אז מיר גייען צו ווייט ס'איז נישט ממש אזוי געפערליך - הלוואי זאל דאס זיין ריכטיג, אבער אז מען שטעלט זיך אפ און מען באטראכט דער מהלך היצר מיט אַן אמת, וועט איר זעהן אז דער מענטש איז כסדר אויסגעשטעלט צו די צוויי זייטן, דער יצר שלעפט אהער און אהין, אדער איז עס גאוה אדער איז עס מיט אזעלכע פאלטשע עניוות ער לאזט אונז נישט במנוחה...

נו אויב אזוי פרעגט זיך וואס יא, גאוה נישט - ענוה טוט דער יצר פארדרייען צו פאלטשע - איז וואס יא?! דער ענטפער איז גאנץ פשוט, אמתע און ריינע ענוה, אריין ברענגן אין זיך די ענוה אזוי ווי די תוה"ק לערנט אונז, וואס דאס מיינט – אז מען אַנערקענט די געוואלדיגע מתנות וואס הקב"ה געבט אונז, יא דער מענטש ווייסט קלאר און גלייבט שטארק אין זיינע געוואלדיגע כוחות און טאלאנטן וואס הקב"ה געבט אים אבער אין די זעלבע צייט איז עס אים קלאר אז ער האט זיך גארנישט וואס גרויס צו האלטן ווייל די אלע הצלחות און כוחות זענען א בלויזע מתנה פון השי"ת, אדער אפשר גאר א פקדון וואס הקב"ה האט אים געגעבן פאר די קורצע פאָר יאר וואס מען געפינט זיך דא אויף די וועלט און דערנאך געבט מען עס צוריק, וואס איך האב און פארמאג געהערט צום מלך העולם און איך מאך נישט און טו נישט, יא כ'טו מיין שליחות, איך פרוביר אויסניצן די אלע כוחות וואס הקב"ה געב מיר, אבער איך געדענק אז ס'געהערט אלעס פארן מלך העולם, און ממילא ווי פאסט זיך האלטן גרעסער, רייכער, שענער, מער געלונגען פון א צווייטן, ווען דאס וואס איך פארמאג איז אויך נישט מיין, ס'איז בלויז א מתנת חנם פון הקב"ה... יא איך ניץ עס, יא איך טו מיין השתדלות, איך האב אפילו הנאה און נחת דערפון, אבער אין די זעלבע צייט געדענק איך אז ס'איז אלעס הקב"ה!

משה רבינו – אונזער הייליגע רבי, לערנט אונז דעם יסוד מיט די גרעסטע קלארקייט, כאטש פון איין זייט געפינען מיר אז ער איז געווען דער גרויסע מנהיג און רבי פון עם ישראל, ער האט אַנערקענט זיינע געוואלדיגע כוחות און מיט די גרעסטע מאס שטארקייט ארויסגענומען די אידישע קינדער פון מצרים, געפירט די בני ישראל און פאר זיי מקבל געווען די תורה הקדושה, ער האט אפילו פארמאגט די כוחות און קוראזש אז ווען עם ישראל האט זיך פארזינדיגט ביים חטא העגל, בעט ער זיך ביי השי"ת אז מען זאל זיי מוחל זיין וְאִם אַיִן מְחֵנִי נָא מִסִּפְרְךָ אֲשֶׁר כָּתָבְתָּ... אבער אין די זעלבע צייט ווייסן מיר וואס די תוה"ק איז מעיד וְהָאִישׁ מֹשֶׁה עָנָיו מְאֹד מִכֹּל הָאָדָם אֲשֶׁר עַל פְּנֵי הָאֲדָמָה, וואס בפשטות מיט די פשוטע מענטשליכע שכל וואלטן מיר געזאגט אז די צוויי פירערשאפט און עניוות גייען נישט צוזאמען, לערנט אונז די תוה"ק פונקט פארקערט, אמתע עניוות מיינט אז מען אַנערקענט מיט די גרעסטע מאס קלארקייט אין די כוחות וואס מיר פארמאגן און מען ניצט עס צו טוען דעם רצון ה', פאר כבוד שמים באניצט מען זיך מיט די גרעסטע שטארקייט וואס נאר פארהאן, אבער אין די זעלבע צייט געדענקט מען אז ס'איז נישט 'איך', ס'איז נישט 'מיינע' כוחות ס'איז אלעס מתנות וואס הקב"ה געבט אונז, ס'איז אלעס נאר א שליחות וואס מיר טוען ערפילן... באמת אז מען מאכט אויף די אויגן זעט מען דעם יסוד ביי פילע צדיקים במשך הדורות וואס כאטש פון איין זייט האט מען ביי זיי געזעהן געוואלדיגע שטארקייט און פירערשאפט, האבן זיי אין די זעלבע צייט פארמאגט די גרעסטע מדריגות אין עניוות און ביטול הדעת, ווייל דאס איז אמתע עניוות!

דאס לערנט אונז די תוה"ק אין די וואכעדיגע פרשה, וַיִּקְרָא איז געשריבן מיטן קליינעם אלף, ארויסצוברענגן אז כדי מיר זאלן זוכה זיין צו גרויסקייט, צו ווערן גערופן דורך דער מלך העולם פארלאנגט זיך עניוות זיך האלטן קליין, מכיר זיין אז באמת זענען מיר גארנישט ס'איז אלעס בורא עולם, איי קען דאך דער מענטש ווערן אריין געשלעפט און טראכטן אז ער איז באמת גארנישט ווי פריער געשמועסט, זאגט אונז די תוה"ק אָדָם כִּי יַקְרִיב מִכֶּם קָרְבָּן לַה' איעדע מענטש קען מקריב זיין א קרבן פאר השי"ת, וואס דאס זאגט אונז: ר' איד נישט קיין חילוק אין וואסערע מצב די געפינסט זיך האסטו דעם גרעסטן כח פון ברענגן א קרבן פארן מלך העולם, געדענק אז אייביג ביסטו א אדם גלייב אין דיינע כוחות און טאקע פון דיר מכם טוט הקב"ה ערווארטן קרבנות, נו אויב אזוי ווי קען בכלל זיין אז די ביסט א גארנישט, ר' איד די ביסט די העכטסע און גרעסטע, הקב"ה ווארט פאר דיין קרבן...

דער גאנצע מציאות פונעם קרבן ברענגט ארויס דעם זעלבן יסוד, פון איין זייט זאגט דער קרבן אז אפילו דער רייכסטער מיליאנער און דער פשוטע איד האבן ביידע נאר די מעגליכקייט צו ברענגן דעם זעלבן שעפסל וכדומה, וואס דאס זאגט אונז אז ווען ס'קומט צו הקב"ה איז קיינער נישט מער אדער העכער אלעס ברענגט די זעלבע, אלעס טוט דעם רצון ה' גלייך, און בכלל ווייסן מיר אז בשעת מען האט געברענגט א קרבן האט זיך דאס הארץ צובראכן און דער מענטש האט מכיר געווען אז ס'איז אלעס בורא עולם... און פון די צווייטע צייט ברענגט דער קרבן ארויס אז אפילו דער איד וואס האט זיך ביטערליך פארזינדיגט ער שפירט אז ער האט שוין נישט קיין פלאץ אין עם ישראל זאגט אונז די תוה"ק אז נישט נאר האט ער א פלאץ נאר אינעם הייליגסטן פלאץ זאל ער קומען און ברענגן דאס הייליגסטע "א קרבן פארן מלך העולם" וואס דאס זאגט אונז אז אפילו אין די שוואכסטע מצב וואס א איד געפינט זיך האט ער די גרעסטע און הייליגסטע כוחות אויף די וועלט...

באמת געפינען מיר אינעם ווארט ויקרא מרומז דעם זעלבן געדאנק, פון איין זייט טראגט עס די אותיות פון ריק-ליידיג דער מענטש דארף זיך האלטן ליידיג, זיכער מאכן אז ער ווערט נישט אויפגעבלאזן מיט גאוה וכדומה, געדענקן אז די אלע מעלות און כוחות האבן גארנישט מיט אים ס'איז אלעס מתנות פון הקב"ה, און פון דער צווייטער זייט פארמאגט עס די אותיות פון יקר-טייער דער איד דארף זיך האלטן שטאלץ און טייער, ווייל ער איז א קינד פון דער מלך העולם, אה! א איד דאס טייערסטע זאך אויף די וועלט!

טייערע ברידער, אונזער רבי ווערט גערופן משה רבינו און נישט רבינו משה, ווי ס'ווערט געברענגט אין די ספה"ק ווייל זיין גאנצע גרויסקייט האט ער זוכה געווען בזכות פון דעם וואס ער האט זיך געהאלטן קליין, ווייל ער האט זיך געהאלטן פאר א פשוטע 'משה' דערפאר האט ער זוכה געווען צו ווערן דער רבינו, ס'איז קודם געווען דער פשוטע משה וואס האט געברענגט אז ס'זאל ווערן א רבינו, ס'איז דער עניו מכל אדם וואס האט אים געמאכט רבן של ישראל, יא אונזער גרויסע רבי האט זוכה געווען צו אלעס בזכות פון דעם מדה פון עניוות ער האט זיך געהאלטן קליין...

ברידער טייערע צו קענען זוכה זיין צו גרויסקייט פארלאנגט זיך דעם קליינעם אלף, מען מיז קונה זיין דער מדה פון עניוות, און ווי געשמועסט אוודאי דארפן מיר מכיר זיין אין אונזערע כוחות גלייבן אין זיך, אנערקענען אין די געוואלדיגע מעלות און טאלאנטן וואס הקב"ה האט אונז באשאנקן אבער אין די זעלבע צייט דארף מען זיך פירן מיט דער מדה פון שפלות, פארשטיין און וויסן אז ס'איז נישט 'איך', ס'איז נישט 'מיינע' ס'איז בלויז בורא עולם, און ווען דער מענטש לעבט אזוי פארשטייט זיך אז ס'קומט בכלל נישט אריין זיך האלטן גרעסער, רייכער, שענער, מער געלונגען פון א צווייטן, ווייל ס'איז פארן איד קלאר אז אלעס וואס ער פארמאגט איז אויך נישט זיין אייגן, ס'איז אלעס בלויז א מתנת חנם פון הקב"ה, בפרט יעצט אין די טעג וואס מען גרייט זיך צום גרויסן יו"ט פסח, ווען די אידישע שטובער ווערן אויסגערייניגט פון איעדן ברעקל חמץ, איז צייט אריין צו לייגן כוחות אויסצורייניגן דאס אויפגעבלאזנקייט וואס דער יצר בלאזט אין אונז אריין, דער שאור שבעיסה וואס זאמלט זיך אָן במשך דעם יאר, די גאווה און אויפגעבלאזנקייט כאילו דער מענטש מאכט און טוט... פסח טוען מיר דאס אלעס אויסרייניגן מיר טוען צוריק אויסקלארן דעם מח אז ס'איז אלעס בלויז בורא עולם, מיר ברענגן צוריק אונזער ריינע אמונה אז ה' הוא האלקים ואין עוד מלבדו, לאמיר זיך ריכטיג גרייטן און זוכה זיין צו א לעכטיגע חודש ניסן ווען מיר וועלן זוכה זיין צו דעם גרויסן ברכה פון "בניסן נגאלו ובניסן עתידים להיגאל" בביאת מלך המשיח בב"א.

לסיכום געדענק:
• מיר דארפן פטור ווערן פון די חמץ - די גאוה וואס בלאזט אויף דעם מענטש, אז ער האט און פארמאגט...
• מיר דארפן גלייבן אין זיך, אנערקענען די געוואלדיגע כוחות און טאלאנטן וואס הקב"ה האט אונז באשאנקן.
• איעדע טראפל הצלחה אלעס וואס מיר פארמאגן, איז א בלויזע מתנת חנם פון הקב"ה דער מלך העולם.

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 395
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

שליחה דורך א שעפעלע »

פארשפארט