די עבודה פון זיך נישט רעגן ביים ליל הסדר

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

די עבודה פון זיך נישט רעגן ביים ליל הסדר

שליחה דורך הוגה »

[justify]אין דער אשכול האט זיך ערווארבן א שמועס וואס פארלאנגט זיך אן עקסטרע אשכול דערפאר.

הוגה האט געשריבן:פארוואס טאר מען זיך נישט רעגן פסח ביינאכט? עכ"פ אנדערע נעכט מעג מען מער ווי פסח ביים סדר? מען דארף נישט עקטען ווי א סינטעטישע ראבאט ביים סדר, מען דארף זיין נארמאל.

עס איז העכסט נאטירליך אז פסח ביים סדר, פונקט ווי יו"כ ביי כל נדרי, אדער א בר מצוה בחור'ל ביים ערשטע תפילין לייגן, אז מ'פילט דערהויבן מער ווי געווענטליך און ממילא איז מען איידלער, מער פרייליך, ווייניגער בהקפדה וכדומה. אבער עס איז נישט דא קיין מצוה צו זיין דערהויבן, נישט צו רעגן וכו'.


שמעקעדיג האט געשריבן:פשוט ווייל ביים סדר נאכט קען אויסקומען 101 סיבות מער זיך צו רעגן ווי א גאנץ יאר,
און אויכעט א גאנץ יאר אז מען בייזערט זיך קען מען זיך צומארגנס בארוהיגן; משא"כ ביים סדר קען עס חרוב מאכן די גנצע נאכט אויף וועלכע די קינדער קוקן שוין אזוי ארויס .


הקדמה: איך מאך נישט אוועק דער ענין פון זיך נישט רעגן ביים סדר, איך פארשטיי גוט וואס פאר א גוטע השפעה עס קען האבן. איך וויל פשוט ארויסברענגן מיין נקודה כדי מען זאל עס האלטן פאר די אויגן ווען מען ארבייט אויף זיך נישט צו רעגן.

מען גייט צום סדר מיט גרויסע ערווארטונגען. מען וויל מאכן זיכער אז אלעס זאל קלאפן כדי די קינדער (אלעס טוט מען דאך פאר די קינדער... א שמועס פאר זיך) זאלן אלעמאל האבן גוטע זכרונות פון די סדר נאכט. ווען אימער דאס קינד וועט זיך נאר דערמאנען פון די יוגענט, די סדר נאכט ביים טאטע'ן אין שטוב, וועט עס זיי מאכן פילן גוט. אפילו אויב ח"ו דאס קינד וועט גליטשען וועט זיך דאס קינד דערמאנען פסח אויפדערנאכט פון די זיסע געשמאקע סדרים און דאס וועט האלטן דאס קינד ביי אידישקייט. אויך האפט מען אז אזוי וועלן די דברי אמונה אריינדרינגען צו די קינדער אין די הערצער.

דאס זענען צוויי זייער חשוב'ע אבדזשעקטיווס.

וממילא, פלאנט מען פון פאראויס אז בדיקת חמץ אויפדערנאכט וועט שוין די גאנצע סדר טיש זיין גרייט אויף קדש, אזוי אז ערב פסח זאל מען זיך קענען אפריען אפאר שעה, זיך רואיגערהייט פארקוקען וכו'. מען ברענגט אריין א גרעסערע טיש אינעם דיינינג רום כדי אז עס זאל זיין גענוג פלאץ פאר די מצה טאשן, הגדות און בעכערס, אזוי אז עס זאל זיך נישט גיסן קיין וויין פון אלע זייטן. מען באשטעלט זעקס מיני גרעיפ דזשוס אזוי אז יעדער זאל זיין צופרידן. מען גרייט צו דריי מיני כרפס אז אפילו די קליינע קינדער וואס האבן נישט ליב קיין רעטעך זאלן אויך קענען יוצא די מצוה. מען שמועסט אפ מיט די ווייב און קינדער די פונקטליכע פלאן טריט ביי טריט. אזויווי די טאטע וועט אהיים קומען וועט מען גלייך מאכן קידוש, די קיטל וועט הענגן ביים טיר. א יעדעס קינד קען זאגן נאר צוויי תורות בשעת די הגדה, די איבעריגע וועט מען צוטיילן צווישן די סעודות פון יו"ט. מוישי וועט אנגיסן די ערשטע כוס פאר אלעמען, רבקי די צווייטע א.א.וו.

בקיצור, אלעס איז גוט אויסגעפלאנט. למעשה נישט אלעס קען מען אויספלאנען. למשל, מען האט זיך נישט געקענט אויסרעכענען אז די פיר יעריגע, וואס פראקטעצירט שוין די מה נשתנה פאר פיר וואכן, זאל פלוצלינג באקומען הויכע פיבער און מען זאל מוזן ארומלויפן פאר די סדר צו די שכנים טרעפען אביסל מאוטרין. מען האט זיך נישט געקענט רעכענען אז די שווער וועט דיר טרעפן אין די גאס אויף די וועג אהיים נאך מעריב און געבן א פליק אריין איבער דיין מאכן ביידע סדרים אין דער היים, ווען ער איז די ערשטע צען יאר געגאנגן ביידע סדרים צו זיין שווער.

אבער פארט, עס איז פסח אויפדערנאכט, שמירסט ארויף א ראבאטישע שמייכל אויף די ליפן, דו גייסט נישט לאזן אזעלכע קלייניקייטן ווי די קליינער'ס מאוטרין און די שווער'ס מדות זאל שטעלען דיינע קינדער'ס אידישקייט אין געפאר. שמירסט ארויף א ביטערע שמייכל אויף דיינע טרוקענע ליפן, דו זעצט דיר רואיגערהייט אויף די היסב בעט מיט א בני יששכר, ברומסט דיך אונטער די פאריעריגע הקפה ניגון און מ'ווארט. דערווייל הייבן אן די קינדער צו ווערן נערוועז, יענקי שרייט, "טאטי, קענסט הייסן רבקי אויפהערן ארומבורדעווען?" דו גיבסט א טיפע אטעם אריין און די שטעלסט אן דיין רואיגסטע קול וואס דו פארמאגסט נאר, דו סאונדסט אזויווי איינער וואס האלט אינמיטען איינגעשלעפט ווערן צו אן אפעראציע און דו זאגסט, "רבקי, בארואיג דיך אביסל, עס איז נישט שיין אזוי זיך אויפצופירן".

דיינע קינדער קוקן דיך אן ווי דו ביזט געפאלן פון די לבנה, אבינו זה לא ידענו מה היה לו. ער עקט מאדנע, ער רעדט מאדנע, ער האט די creepiest שמייכל אויף זיין פנים. די קינדער הייבן אן זיך צו פילן אומבאקוועם, און זיי אליין הייבן אן צו עקטען מאדנע. זיי זעצן זיך אלע ארום די טיש און נעמען ארויס זייערע הגדות און תהלים'לעך. זיי רעדן איינער צום אנדערע אין whispers. זלמי צוהיסט זיך און ער פרובירט שטארק צוצודעקן זיין מויל אז זיינע היסן זאלן זיין שטילער אביסל, זיין פנים ווערט רויט און פערפעל. רבקי דרייט זיך אויס און גוט אים א שטרענגע בליק ווי צו זאגן, ביסט משוגע? פארוואס היסט דו? דו ווייסט נישט אז עס איז פסח ביי די נאכט.

און אזוי גייט עס ווייטער. דו שטעלסט דיך זאגן קידוש מיט א שמייכל, אן ערענסטע שמייכל, א שמייכל פון התרוממות. ביים גאנצע סדר ביסטו זייער זייער זייער זייער רררוווואאאיג, ווי כאילו האסט איינגעשלינגען א פלעשל פראוזעק. אפילו ווען די קינדער שטיפן זיך אביסל, גיסן אויס דא און דארט, זאגן מער תורות ווי געפלאנט, און די זייגער רוקט זיך שנעל. דו האסט טאקע מחליט געווען אז דו וועסט נישט מוותר זיין אויף דיין רואיגקייט און פרייליכקייט פאר די מנהג צו עסן אפיקומן פאר חצות, ענדערש עסן נאך חצות ווי איידער זיך רעגן און ריסקען דאס אידישקייט פון די קינדער. אבער ענדיגן די סדר צו שפעט איז אויך נישט גוט, דו ווילסט דאך נישט אז די קינדער זאלן פילן אז דו פירסט א צו אויסגעצויגענע סדר.

איך קען ווייטער ממשיך זיין מיטן ממחיש זיין די "רואיגער פרייליכע" סדר, אבער נאך אזא מעשה דאכציך מיר אז עס איז זעלבסט פארשטענדליך אז ערגעץ צווישן צפון און הלל וועט זיין אן אויספלאץ וואס וועט רעזולטירן אין יענקי שטויסן רבקי וועלכע וועט שטופן זלמי וואס וועט דיר מאכן שרייען און זיך רעגן. אלע דריי קינדער וועלן וויינען, דיין ווייב וועט בלאזן און דו וועסט דיר נישט קענען מוחל זיין פארוואס דו האסט דיך נישט געקענט איינהאלטן ביז סוף סדר. אויך וועסטו נישט קענען מוחל זיין דיינע קינדער פארוואס זיי האבן געמוזט ראונירען דיין אזוי-גוט-געפלאנטע סדר.

דאס פלאנען צו זיין רואיג ברענגט אן אנגעצויגנקייט. דאס "מוזן" זיין פרייליך מאכט עס creepy. אזוי ווי איך האב פריער געשריבן, עס איז נישט קיין גרעסערע עבירה דער נאכט זיך צו רעגן מער ווי אנדערע נעכט. מען דארף זיין נארמאל. אזוי ווי דו ביזט אנדערע נעכט אזוי זאלסטו זיין די סדר נאכט און דיינע קינדער זאלן אויך אזוי זיין. נאטירליך. איינער וואס איז א גערעגטע א יעדע נאכט וועט אין די סדר נאכט פאר קיין געלט נישט קענען אפקויפען זיינע קינדער. אדרבא, זיינע קינדער וועלן ריזענטען די סדר נאכט, זיי וועלן אלעמאל געדענקן אז דער שלאק האט אין די סדר נאכט געשפילט וואוילע טאטע כדי זיי אונטערצוקויפן. עס איז גארנישט שלעכט זיך צוצוגרייטן פון פאראויס און פרובירן אראפ צו נעמען פרעשור פוןדי ליל הסדר, אבער מען דארף זיין פארזיכטיג אז דאס אליינס זאל נישט ווערן קיין פרעשור.

זייט נארמאל, זייט נאטירליך און העוו א גוט טיים! (הערסט הוגה?)

 

.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
משה לייזער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 27, 2014 10:57 am
האט שוין געלייקט: 66 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל

שליחה דורך משה לייזער »

אייזן!

למעשה דארף מען אבער אכטונג געבן אז די קינדער זאלן נישט שפירן אז מען איז גאר ספעציעל אויפגערעגט אויכנישט וואס דאס קען זיך זייער אפט מאכן ביים סדר

איז וואס איז די עצה למעשה האב איך נאכנישט געארבעט אויף מיינע מדות, און אויב וועל איך מיך נישט ספעציעל איינהאלטן איז זייער מעגליך אז איך וועל ווערן אין כעס אסאך מער ווי סתם אזוי און דאס וויל איך דארך נישט

אויך האב איך אנגעהויבן צו פארשטיין פארוואס מען זונגט טאקע די חד גדיא ביים סוף סדר אזוי ווי די לייגסט עס אראפ:

איך קען ווייטער ממשיך זיין מיטן ממחיש זיין די "רואיגער פרייליכע" סדר, אבער נאך אזא מעשה דאכציך מיר אז עס איז זעלבסט פארשטענדליך אז ערגעץ צווישן צפון און הלל וועט זיין אן אויספלאץ וואס וועט רעזולטירן אין יענקי שטויסן רבקי וועלכע וועט שטופן זלמי וואס וועט דיר מאכן שרייען און זיך רעגן. אלע דריי קינדער וועלן וויינען, דיין ווייב וועט בלאזן


דער מסדר פון חד גדיא האט נאר לכאורה געהאט אביסל א גרעסערע משפחה....
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך chusid »

הוגה, די זעלבע געדאנק דארף מען נוצן ביים גיין אויף וועקאציע מיט דאס ווייב... געווענטליך פון פרעשור צו זיין רואיג איז מען נאך אנגעצויגענער ווי נארמאל....
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

הוגה, זייער קיוט. אבער כ'האב נישט קיין השגה וועמענ'ס סדר דו פרובירסט דא צו ממחיש זיין, מיינס זיכער נישט.
איך פרוביר נישט צו זיין קיין מלאך, יעדער ווייסט אז זאכן קענען אלץ גיין (און גייען!) ראנג. איך עקספעקט נישט פון מיר און פון מיינע קינדער גארנישט ספעציעל.
אבער כ'פרוביר אלעס אנצוגרייטן אז ס'זאל ארויסקומען ווי ווייניגער צער ועגמ"נ.

איך פארשטיי אז איך בין אן עדאלט וואס קען זיך צוגרייטן, אבער מיט קלענערע קינדער קען מען קלאפן בארן, אדער טיילן ניסעלעך כמנהג כמה מקומות, ותו לא.
קען איך דען פארגעסן ווי איין יאר ביים סדר האב איך געהאט אזעלכע קאפ שמערצן אז כ'האב מיך פשוט געשעמט צו פארציילן נעקסטע טאג פאר די חברים וויפיל אזייגער כ'האב געענדיגט דעם סדר?... (א באזונדערע שמועס).

עכ"פ לענינינו, נאך עטליכע יאר פירן אליינס, איז ב"ה מיין סדר נאכט אזוינס וואס איך, און מיין ווייב און קינדער זענען אלע אויסטערליש עקסייטעד דערצו, און מען טוט די מערסטע וואס מען קען עס זאל פארבלייבן אזוינס.
# נישט פלאנירן פאראויס איז דער בעסטער פלאן. אזוי אויך ביי וואקאציע, כדברי החסיד לעיל.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

שוין, זענען מיר אויף איין פעידזש.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

איך ווייס נישט וועגן ליל הסדר אבער ערב פסח איז אין צאנז גיוועהן א מנהג/קפידא זיך צו בייזערן
וכן ראיתי אצל אבי וכן אני נוהג
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

מיילע וכן ראיתי אצל אבי, אבער וכן אני נוהג כאמירת אדם הראשון אכלתי ואוכל עוד?
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

והמחמירים מקפידים כל החודש.
והמהדרין מקפידים גם בערב ר''ח.
והמהדרין מן המהדרין מקפידים גם בערב ר''ח מוקדם.
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך chusid »

לית דין בר נש האט געשריבן:איך ווייס נישט וועגן ליל הסדר אבער ערב פסח איז אין צאנז גיוועהן א מנהג/קפידא זיך צו בייזערן
וכן ראיתי אצל אבי וכן אני נוהג

איין יאר אין די כ"ו ניסן ביילאגע פון דער איד אדער דער בלאט ( איך געדענק נישט אויף זיכער וועלעכע) איז געווען באשריבן א מעשה צווישן די סיפורי צדיקים אויף רביה"ק בעל ברך משה זצוק"ל אז אזוי ווי ס'איז דאך ידוע אז עס איז געווען א מנהג אין צאנז זיך צו בייזערן ערב פסח איז טאקע געווען איין יאר ערב פסח ביי שחרית אין ראדני ווען א איד ( ר' שלמה בראווער ) א חיוב האט געדאווענט ביים עמוד אין בית מדרש און די רבי האט זיך געוואלט שטעלן דאווענען האט ער געשיקט די גבאי איבערגעבן פאר די איד אז ער זאל אריבערפירן זיין מנין אין בית שני, די יוד האט נישט געפאלגט איז די רבי אריינגעקומען און אנגעשריגן דעם יוד ברבים ...... נאכמיטאג האט זיך די רבי געכאפט אז ער האט פארשעמט דע יוד האט ער אים אריבערגעשוקט ער"פ מצות...... זכותו יגן עלינו!
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

outspoken האט געשריבן:והמחמירים מקפידים כל החודש.
והמהדרין מקפידים גם בערב ר''ח.
והמהדרין מן המהדרין מקפידים גם בערב ר''ח מוקדם.


יכול מראש חדש תלמוד לומר ביום ההוא אי ביום ההוא יכול מבעוד יום תלמוד לומר בעבור זה בעבור זה לא אמרתי אלא בשעה שיש מצה ומרור מנחים לפניך!
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

שמעקעדיג האט געשריבן:הוגה, זייער קיוט. אבער כ'האב נישט קיין השגה וועמענ'ס סדר דו פרובירסט דא צו ממחיש זיין, מיינס זיכער נישט.
איך פרוביר נישט צו זיין קיין מלאך, יעדער ווייסט אז זאכן קענען אלץ גיין (און גייען!) ראנג. איך עקספעקט נישט פון מיר און פון מיינע קינדער גארנישט ספעציעל.
אבער כ'פרוביר אלעס אנצוגרייטן אז ס'זאל ארויסקומען ווי ווייניגער צער ועגמ"נ.

איך פארשטיי אז איך בין אן עדאלט וואס קען זיך צוגרייטן, אבער מיט קלענערע קינדער קען מען קלאפן בארן, אדער טיילן ניסעלעך כמנהג כמה מקומות, ותו לא.
קען איך דען פארגעסן ווי איין יאר ביים סדר האב איך געהאט אזעלכע קאפ שמערצן אז כ'האב מיך פשוט געשעמט צו פארציילן נעקסטע טאג פאר די חברים וויפיל אזייגער כ'האב געענדיגט דעם סדר?... (א באזונדערע שמועס).

עכ"פ לענינינו, נאך עטליכע יאר פירן אליינס, איז ב"ה מיין סדר נאכט אזוינס וואס איך, און מיין ווייב און קינדער זענען אלע אויסטערליש עקסייטעד דערצו, און מען טוט די מערסטע וואס מען קען עס זאל פארבלייבן אזוינס.
# נישט פלאנירן פאראויס איז דער בעסטער פלאן. אזוי אויך ביי וואקאציע, כדברי החסיד לעיל.


אבי כ'האב געמיינט אז איך בין דער איינציגסטער וואס ענזשוי די סדר צוזאמען מיט די גאנצע משפחה. כ'האב שוין אנגעהויבן צו טראכטן אז עפעס איז ראונג מיט מיר אז ס'קומט מיר נישט אויס זיך צו בייזערן ביים סדר.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

לית דין בר נש האט געשריבן:איך ווייס נישט וועגן ליל הסדר אבער ערב פסח איז אין צאנז גיוועהן א מנהג/קפידא זיך צו בייזערן
וכן ראיתי אצל אבי וכן אני נוהג

אויך ביי כמה וכמה אנדערע צדיקים. ס'איז אזא בחינה ווי מים אחרונים וואס גייט פאר די ס""א און אלעס איבריגע בלייבט ווי עס ברויך.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
נופת צופים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 737
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:26 pm
געפינט זיך: וואו נישט
האט שוין געלייקט: 553 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 606 מאל

Re: די עבודה פון זיך נישט רעגן ביים ליל הסדר

שליחה דורך נופת צופים »

א מין מנהג דאס. איך האב א מנהג מאכן אפאר גניבות יעדער ערב ראש השנה. און שרייטס מיר נישט אהן, ס'איז א מנהג.

סענט פראם מיי קאושער פאון
סענט פראם מיי קאושער פאון...
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

Re: די עבודה פון זיך נישט רעגן ביים ליל הסדר

שליחה דורך שמערל »

דאס עצם אפרעכטן א סדר איז ביי פילע מענטשן א ערענסטע גורם פון שווערע ענעקזייטי און נערוועזיקייט.
מען דארף פארשטיין אז פירן א סדר, פארלאנגט אסאך סקילס, וואס א גרויס חלק מענטשן האבן נאך קיינמאל נישט דעוועלאפט. בעת וואס אין בית המדרש ווערט ער רויט ווען ער דארף עולה זיין לתורה, און דאס לעצטע מאל ער האט געדאווענט פארן עמוד, איז געווען אין ישיבה קטנה, דארף ער אין איין נאכט ווערן א גאנצער כל בו, א נורסערי מלמד - צו האלטן די קליינע קינדער רואיג זיי זאלן גארנישט איבערדרייען, א בעל מספר - צו פארציילן די מכות נאך בעסער ווי לייבוש ליש און רבי ווייס צוזאמען, א בעל דרשן - קענען זאגן תורה פאר די עלטערע קינדער, א פערפארמער - צו געפעלן פארן נייעם שניר, אז זי זאל איבערגעבן מיט התפעלות פאר איר פאטער וואספארע הערליכער סדר דער מחותן האט אראפגעלייגט, א דיין - צו געדענקן פונקטליך וואס מען טוט נעקסט, און ח"ו אויב מאכט זיך א שאלה צו וויסן וואס מען טוט און נישט בלייבן פארלוירן, און פארשטייט זיך א בעל נוסח ובעל מנגן - צו קענען אראפחזאנעצען דעם הגדה און הלל ווי עס ברויך צו זיין, און האבן אפאר גוטע ניגונים צו קענען פארציען ביז דריי אזייגער.

פאר אזא געלונגענער אינגערמאן ווי הוגה, איז די אלע זאכן א גארנישט, ער ארלעדיגט דאס בעסער און גרינגער ווי יעקב האט אראפגעקוילערט דאס שטיין אין חרן, אבער דעם וועם ער האט געזען מיטן קריפי סאנטא שמייכל ביים סדר נאכט, יענער האט נאך נישט געהאט קיין צייט צו טראכטן וועגן או. טי. די. דאגות, נאר זייט ראש חודש אדר א' שוויצט ער שוין ווען ער דערמאנט זיך דאס ווארט סדר, און אים גיין בארואיגן אז מען מעג יא זיין נערוועז ביים סדר, איז אים א קנאפער ישועה.

נישט אומזינסט פארן אזא גרויסער פראצענט אמעריקאנער אידן אוועק אין האטעלן אויף פסח, פשוט ווייל זיי קענען נישט אליין פירן א סדר. און אז איינער מיז יא, ברויך ער באקומען סיריעס העלפ, א פראפראדאקטיוו קורס, אדער א פאר סעסיעס ביי א שרינק, קען זיכער נישט שאטן.
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

גראדע פאר מיר נעמט אפרעכטן די סדרים גרויסע כוחות, איך ענדזשוי עס אבער עס איז געווען פרעשור. פארדעם האב איך גערעדט צו מיר אליינס דא.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

מיין אפיניאן די טרייבסט גיפערליך איבער
דער וואס קען פירן א שבת סעודה קען פירן א סדר
א שבת סעודה דארף אויך די אלע סקילס פון נורסערי מלמד בעל מספר בעל דרשן פערפארמער דיין און קיינער האט נישט קיין פראבלעים מיט דעם
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

Re: די עבודה פון זיך נישט רעגן ביים ליל הסדר

שליחה דורך שמערל »

איך רעד טאקע פון א עקסטרעמער פאל, אבער איך טרייב איבערהויפט נישט אבער.

א סדר איז בכלל נישט קיין פארגלייך צו א שבת סעודה, רוב געזינטע מענטשן וועלן נישט האלטן קיין קליינע קינדער צטגעשמידט צום טיש פאר אפאר שעה, נאר זיי לאזן געזינטערהייט זיך גיין שפילן מיט די קליקס.
דער איינציגסטער פרעשור וואס איך האב מקבל געווען מאבותינו ורבותינו, איז צו פייניגן די קינדער זיי זאלן נישט ציען די הייסע זיפ, אבער ווי קומט דאס צו א פיר שעה'איגער סדר נאכט פראגראם, ווי מען דארף האלטן קאפ די קינדער זאלן זיצן רואיג, נישט שאקלן דעם טיש, נישט אויסגיסן די זאלץ וואסער, נישט צוברעכן די מצות, און נישט אויסשאשקענען די גרעיפזשוס תוך כדי דיבור פונעם ריפיל.
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

I have news for you
עס איז גארנישט ראנג ווען זיי שאשקענען תוך כדי דיבור פון די ריפיל און זיי זאלן גיין שפילן מיט די קליקס פונקט ווי ביים שבת סעודה
עס איז גענוג זיי זיצן ביים טיש ביז נאך עבדים היינו וואס איז בכלל נישט שווער ווייל עס איז נאך אינטערסאנט קידוש מען וואשט די הענט אהן א ברכה מען עסט פאטעיטאס און מען זעהט וועלכע האלב מצה איז גרעסער נאכדעם איז מה נשתנה און מען זאגט עבדים היינו און מען איז מסביר אין אידיש.
און קומען צריק שפעטער פאר א שטיקל מצה און א שטיקל שאלאט
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

דאס איז עקזעקטלי וואס מיר זאגן.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך אויך האט געשריבן:
לית דין בר נש האט געשריבן:איך ווייס נישט וועגן ליל הסדר אבער ערב פסח איז אין צאנז גיוועהן א מנהג/קפידא זיך צו בייזערן
וכן ראיתי אצל אבי וכן אני נוהג

אויך ביי כמה וכמה אנדערע צדיקים. ס'איז אזא בחינה ווי מים אחרונים וואס גייט פאר די ס""א און אלעס איבריגע בלייבט ווי עס ברויך.

יא. אבער די שאלה איז. וואס וועלן די קינדער געדענקען. וואס פארא זיכרונות וועלן זיי האבן פון די ליל הסדר...?
איך קען משפחות (אויך מפי השמועה) וואו דער טאטע האט מקפיד געווען צו פיהרן זייער א שטרענגע שבת טיש מיט אלע קעפעידעס און חומרא'ס. און די קינדער האבן אין זייער זכרון אז שבת איז די ערגסטע טאג פון די וואך... :roll:
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

אמאל האמיר געהאט צייט צו שרייבן.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

הוגה האט געשריבן:אמאל האמיר געהאט צייט צו שרייבן.

הוגה: די שאלה איז נישט וויאזוי דו שרייבסט. נאר וויאזוי דו פיהרסט דיך אויף פערזענליך ביי די סדר נעכט. אזוי ווי ביי די סעודות פון שבת.

ביי מיר פערזענליך זענען סיי די שבת'דיגע סעודות און סיי די סדר נעכט בכלל נישט אנגעצויגן. אן קעפעידעס און אן חומרעס. מ'נעמט אלעס אויף נאטירליך. און אויב א קינד אדער א דערוואקסענער גיסט ח"ו אויס א ביסל וויין אויף די שיינע ווייסע טישטוך רעגט מען זיך נישט. און א קינד קען אייביג פרעגן סיי וועלכע קשיא אדער שאלה. און ער/זי ווערט געענטפערט מיט א רואיגקייט...!
יודישע שרייבער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 187
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 4:48 am
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל

שליחה דורך יודישע שרייבער »

berlbalaguleh האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:אמאל האמיר געהאט צייט צו שרייבן.

הוגה: די שאלה איז נישט וויאזוי דו שרייבסט. נאר וויאזוי דו פיהרסט דיך אויף פערזענליך ביי די סדר נעכט. אזוי ווי ביי די סעודות פון שבת.

ביי מיר פערזענליך זענען סיי די שבת'דיגע סעודות און סיי די סדר נעכט בכלל נישט אנגעצויגן. אן קעפעידעס און אן חומרעס. מ'נעמט אלעס אויף נאטירליך. און אויב א קינד אדער א דערוואקסענער גיסט ח"ו אויס א ביסל וויין אויף די שיינע ווייסע טישטוך רעגט מען זיך נישט. און א קינד קען אייביג פרעגן סיי וועלכע קשיא אדער שאלה. און ער/זי ווערט געענטפערט מיט א רואיגקייט...!

בערל, הלוואי ביי אלע יודן...
נישט נאר פסח, נאר א גאנץ יאר...


(קוק וואס אנדערע שרייבן פריער אינעם אשכול, און צו אלע צרות מאכט מען עס נאך א מנהג וכו'
#בלושיס...
StopTheTerrorNow#)
We buy things we don't need
with money we don't have
to impress people we don't like
(קרעדיט: @טייערע ברודער)
פארשפארט