וואס טוען אונזערע חברי הכנסת אויף???
- חאצקעל שניידער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 313
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 18, 2015 12:53 am
- האט שוין געלייקט: 147 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל
וואס טוען אונזערע חברי הכנסת אויף???
סטרעפט אפטמאל אז ווען די מתנגדי אגודת ישראל טרעפן אן איינע פון אונז ד.ה. אן אגודיסט , איז דא אסאך אפטע שאלות וואס זיי גייען פרעגן , למשל די רעבע האט מברר געווען און קיינער האט עם נישט אפגעפרעגט וכו׳ ,כוועל זעך יעצט שטעלן אויף די שאלה וואס מ׳פרעגט וואס טוען די פרומע חברי הכנסת אויף , זיי זיצען דארט נאר פאר געלט נישט פאר אידישקייט זיי פורען כלל ישראל אראף פון וועג כו׳ כו׳, איז לאמיר ענק געבען צו פארשטיין אז געלט איז אידישקייט , כרעד נישט יעצט פון די היימישע מוסדות וואס באקומען שטיצע ,( נהנה משלחן איזבל -בלשון הסטמורים ) וואס דיע וואלטן בכל אופן נישט אינטערגעגאנגען , אזויוואו סשטייט אין די גאנצע וועלט, און אזויוואו תולדות אהרן שטייט , מגעט זעך באיזה שהוא אופן אן עצה , מרעד מיר יעצט פון די מוסדות וואס סאיז געמאכט פארן אלגעמיינעם ציבור וואס ווען נישט דעם גייען זיי אין פרייע שולע , צו איז דאס חינוך אצמאי צו איז דאס שובו פאר רוסישע צו איז דאס חב״ד וואס זיי זענען אין גאנצען בריט פונ׳ם לאנד, אפשר איז דא נאך, וואס די אלע שטייען אך ורק מיט די שטיצע פון די מדינה , און סוואלט געווען אוממעגלעך סזאל שטיין אנדעם כרעד שוין נישט פון דאס בויע ן נייע בנינים און נייע מוסדות , לאמיר זען די וואס נעמען נישט געלט זאלן אויפשטען דאס העלפט ,און סאיז א דבר פשוט מאד אז סאיז די לעצטע פלאץ וואו די שונאי הדת פון די ממשלה וואלטן געוואלט אהינלייגען זייער געלט , און דאס איז אלס א דאנק די געטרייע חברי הכנסת , און יעדער איינער וואס ער גייט צו די בחירות האט אחלק און הצלת נפשות פון איך ווייס נישט קיין מספר קינדער וואס ווערן געראטעוועט יעדעס איינציגע יאר , און אז מרעכנט פון הקמת המדינה, וויפיל אידן און זייערע קינדער זענען היינט ערליכע אידן אין זכות פון די אידן וואס האבן אויסגעפאלגט די הוראה פון די גדולי הדור און געגאנגען וועלן איז עס אוודאי גאר א גרויסער מספר , און יעצט פארשטייען מיר שוין פארוואס דער בעלזער רב האט געזאגט אויף די בחירות ״אזא מצוה אזא מצוה, ויסכר פי דוברי שקר , ושלום על שלומי אמוני ישראל. נ.ב. מיט דיפונקלעכע פאקטן בין עך נישט אזוי באקאנט , אבער דאס איז וואס עך ווייס מפי השמועה.
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
אין אמעריקא באקומט מען אויך געלט (טאקע ווייניגער צוליב סעפעראציע פון רעליגיע און שטאט) אן דעם וואס מ'זאל האבן היימישע פארטרעטער אין קאנגרעס. שטעל דיך פאר ווען די חרדים קומען ארויס אין מאסן אין שטיצע פון ליכוד, וואלטן זיי געהאט די גאנצע פארטיי אין טאש.
איינע פון די די טענות וואס סאטמאר רב האט געהאט איז אז דורכדעם וואס ס'זענען דא חרדישע חכי"ם ווערט עס א קאמפאטישאן פאר די פרייע און מאכט שווערער דורכציפירן א ביל לטובת חרדים.
דאס וואס די שרייבסט אז זיי געבן געלט נאר אדאנק די חכי"ם איז נישט ריכטיג ווייל אפילו פאר די הקמת המדינה האבן זיי אויך געוואלט טיילן געלט פאר חרדים.
איינע פון די די טענות וואס סאטמאר רב האט געהאט איז אז דורכדעם וואס ס'זענען דא חרדישע חכי"ם ווערט עס א קאמפאטישאן פאר די פרייע און מאכט שווערער דורכציפירן א ביל לטובת חרדים.
דאס וואס די שרייבסט אז זיי געבן געלט נאר אדאנק די חכי"ם איז נישט ריכטיג ווייל אפילו פאר די הקמת המדינה האבן זיי אויך געוואלט טיילן געלט פאר חרדים.
- חאצקעל שניידער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 313
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 18, 2015 12:53 am
- האט שוין געלייקט: 147 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל
Re: וואס טוען אונזערע חברי הכנסת אויף???
פרעגסט א גוטע קשיא אבער דאכט זיך מיר אז די האסט געפענט דעם אשכול, נו לייג די קודם אראפ דיין זייט דערנאך קום איך צוריק.
- חאצקעל שניידער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 313
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 18, 2015 12:53 am
- האט שוין געלייקט: 147 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל
- ירח בן יומו
- ידיד ותיק
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
- האט שוין געלייקט: 834 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל
שמעון וואלף האט געשריבן:אין אמעריקא באקומט מען אויך געלט (טאקע ווייניגער צוליב סעפעראציע פון רעליגיע און שטאט) אן דעם וואס מ'זאל האבן היימישע פארטרעטער אין קאנגרעס. שטעל דיך פאר ווען די חרדים קומען ארויס אין מאסן אין שטיצע פון ליכוד, וואלטן זיי געהאט די גאנצע פארטיי אין טאש.
איינע פון די די טענות וואס סאטמאר רב האט געהאט איז אז דורכדעם וואס ס'זענען דא חרדישע חכי"ם ווערט עס א קאמפאטישאן פאר די פרייע און מאכט שווערער דורכציפירן א ביל לטובת חרדים.
דאס וואס די שרייבסט אז זיי געבן געלט נאר אדאנק די חכי"ם איז נישט ריכטיג ווייל אפילו פאר די הקמת המדינה האבן זיי אויך געוואלט טיילן געלט פאר חרדים.
ווער רידערט יעצט ארום איבער די טעקס ביל אין ניו יארק, די גויים אדער ר' שמחה פעלדער און ר' דוב הייקינד?
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
- גאלד
- חבר ותיק
- הודעות: 2379
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
- האט שוין געלייקט: 625 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל
איך האלט די קנאים זאלן אלע שטימען מיט די אראבער, די אראבער זענען דאך אויך בתהום לבבם נישט מכיר אין די מדינה, זיי זענען כמעט אלס אין די אפאזיציע, אזוי העט קיינער נישט חושש זיין אז זיי זענען מודה בע"ז, און זאלן לאזן די אראבער זיי רעפרעזענטירן אין די כנסת, זיי קענען מוסיף זיין נאך א 2 בענקלעך פאר זיי, צו מער, אזוי זענען זיי נישט מכשיל קיין אידן אין התחברות לרשעים, ס'עט זיין ממש ווי די גויאישע פארטרעטער אין אמעריקע, און די קנאים ווילן דאך ממילא אז די מדינה זאל אונטערגיין און צוריקגיין בידי האומות, בלי שום פגע, נו, דער שריט ברענגט עס נענטער צו דעם תכלית הנרצה.
זאת ועוד, אזוי העט מען זיין די הארטע נומערן פון די שלומי אמוני ישראל שלא כרעו לבעל, און די קידוש השם העט קלינגען מסוף העולם ועד סופו.
זאת ועוד, אזוי העט מען זיין די הארטע נומערן פון די שלומי אמוני ישראל שלא כרעו לבעל, און די קידוש השם העט קלינגען מסוף העולם ועד סופו.
- ירח בן יומו
- ידיד ותיק
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
- האט שוין געלייקט: 834 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל
- חאצקעל שניידער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 313
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 18, 2015 12:53 am
- האט שוין געלייקט: 147 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
גאלד האט געשריבן:איך האלט די קנאים זאלן אלע שטימען מיט די אראבער, די אראבער זענען דאך אויך בתהום לבבם נישט מכיר אין די מדינה, זיי זענען כמעט אלס אין די אפאזיציע, אזוי העט קיינער נישט חושש זיין אז זיי זענען מודה בע"ז, און זאלן לאזן די אראבער זיי רעפרעזענטירן אין די כנסת, זיי קענען מוסיף זיין נאך א 2 בענקלעך פאר זיי, צו מער, אזוי זענען זיי נישט מכשיל קיין אידן אין התחברות לרשעים, ס'עט זיין ממש ווי די גויאישע פארטרעטער אין אמעריקע, און די קנאים ווילן דאך ממילא אז די מדינה זאל אונטערגיין און צוריקגיין בידי האומות, בלי שום פגע, נו, דער שריט ברענגט עס נענטער צו דעם תכלית הנרצה.
זאת ועוד, אזוי העט מען זיין די הארטע נומערן פון די שלומי אמוני ישראל שלא כרעו לבעל, און די קידוש השם העט קלינגען מסוף העולם ועד סופו.
די אראבער זענען פאר רעגירונג שטיצע צו ארעמע פאמיליעס, פאר מאראלישע געזעצן, אנטי ציוניסטן, פאר געזעצן וואס זאל מאכן גרינגער פאר די חרדים אריינצוגיין אין די ארבייטס קראפט (אן קיין צוואנג, פארשטייט זיך) און איך גלייב נישט אז די אראבער זענען פאר גיוס החרדים.
ירה בן יומו
איז ביי די אראבער אויך דא קנאים וואס גייען נישט צו די בחירות?
אוודאי. זיי האבן באקומען 13 מאנדאטן אין דעם לעצטן בחירות, בערך 11% פון די פארליאמענט און דאס הייסט איז שוין מיט זייער בעסטע וויילער באטייליגונג אין עלעקשנס אין יארן (אפשר זייער בעסטע אין היסטאריע) זיי זענען איבער 20% פון די מדנ"י פאפולאציע.
- חסיד
- היימישער באניצער
- הודעות: 401
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 24, 2014 5:13 pm
- האט שוין געלייקט: 30 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל
זענען מיר בעסער מיט אייגענע פארטייען?
לאמיר צולייגן א מינוט. לייגענדיג קנאות און אגודה וכדומה אין דער זייט אויף א מאמענט.
וואס וואלט געוועהן ווען די חרדי'שע אידן אין ארץ ישראל האבן ווען נישט בכלל קיין אייגענע פארטייען זיי צו פארטרעטן ווי אגודה, דגל, ש''ס, ע''ץ ( מאפ''י ע''ה, יחד ע''ה, וכו')
וואלטן דען נישט דאס יהדות החרדית געשטאנען היבש בעסער?
לאמיר נעמען ניו יארק פאר א ביישפיל:
ווען מ'האט געמאכט אין ניו יארק דעם סופער דזשאיש דיסטריקט פאר סטעיט סענאט (ר' שמחה פעלדער'ס בענקל) האבן היבש עסקנים געשריגן אז דאס איז א טעות מוחלט, ווייל עד הנה זענען געוועהן דריי רעפרוזענטאטן וועלכע זענען טאקע נישט מאנ''ש, אבער האבן געוואלט אונזערע שטימען און דעריבער סערווירט אונזערע אינטערעסן צו פארדינען און באקומען אונזערע שטימען. משא''כ היינט זענען אלע אידן אין 1 אידישע דיסטריקט מיט בלויז איין פארטרעטער וועלכער זיצט אויפן בענקל פעסט עד כי יבוא שילה, (אדער ביז נחמן קאללער וועט זאגן אז ב''פ איז נישט משוגע וכו' און וועט מיעוס פארלירן)
צוריק קיין ארץ ישראל
ווען די חרדי'שע שטימען זענען ווען אפ פאר גרעבס, און ליכוד, עבודה, בית היהודי, כולנו וכדומה, שלאגן זיך אלע צו 'כאפן' די חרדים, און באקומען טאקע אלע א חלק פון די חרדי'שע קולות, וואלטן זיי כמעט אלע משתדל געוועהן צו ווייזן א שיין פנים און זיך אהערשטעלן ווי אונזערע פארטרעטער. אדער כאטש נישט אזוי געשלאגן מיט א ברען אין אייפער. (חוץ מהשונאים הקיצונים כמו מרץ ולאפיד וכדומה)
היינט אבער ווען אונזערע קולות גייען עפ''י רוב נאר צו אייגענע, האבן דאך די אנדערע נישט קיין טשאנס צו באקומען אונזערע שטימען, און צו באשרייען די פרימע מיט 'שויין בנטל' וכו' איז גאנץ א גוט געשעפט בלייבן מיר אלזא לעקיש.
ע''כ כתבתי מה שעלה במצידתי להלכה ולא למעשה לעורר פלפול חברים, ודו''ק.

- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
חסיד, ביסט נישט אינגאנצן גערעכט, ווייל אין מדינת ישראל ארבייט די רעגירונג דורך א קאאליציע. און אן אייגענע פארטיי מיט 7 8 בענקלעך קען זיין א פאקטאר וואס צעווארפט די גאנצע רעגירונג.
אויב שוין יא קריטיק, וואלט איך דאס אטריביוטירט צום שוידערליכן פאקט אז די חרדישע פאליטיקאנטן האלטן דעם חרדי'שן ציבור ביים קארג זיי נישט אריינצולייגן אינעם ארבייטס-קראפט, דורך מאנופלאציעס צו שטערן יעדע איניציאטיוו פון די וואס ווילן זיי יא אריינברענגן. איך זאג נישט, די חרדי'שער פירער טוהן בלויז וואס די רבנים הייסן, אבער דאך, ס'איז א ווייטיגליכע פאקט.

My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
- חאצקעל שניידער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 313
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 18, 2015 12:53 am
- האט שוין געלייקט: 147 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
- חאצקעל שניידער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 313
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 18, 2015 12:53 am
- האט שוין געלייקט: 147 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל
שמעון וואלף האט געשריבן:און אלץ בעלזער מוז איך דען נאכבאבענען אלע שטותים וואס די פארטיי פארקויפט?
האמת ניתן להיאמר אז די גאנצע איידיע פון האבן אן אייגענע פארטיי ביי די וואלן, קומט פון די יחידים המשתלטים על הציבור (איינער געדענקט נאך די אויסדריק?) און מאכט מער שאדן ווי עס טיט אויף.
וואס טוט זעך מיטן רב ז״ל. ,און מיטן מיטלער רב וואס האט געשיקט ר׳ שמעון סופר אין עסטרייכעשן פארלעמענט?
- חאצקעל שניידער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 313
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 18, 2015 12:53 am
- האט שוין געלייקט: 147 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל
מאטי האט געשריבן:חסיד, ביסט נישט אינגאנצן גערעכט, ווייל אין מדינת ישראל ארבייט די רעגירונג דורך א קאאליציע. און אן אייגענע פארטיי מיט 7 8 בענקלעך קען זיין א פאקטאר וואס צעווארפט די גאנצע רעגירונג.
אויב שוין יא קריטיק, וואלט איך דאס אטריביוטירט צום שוידערליכן פאקט אז די חרדישע פאליטיקאנטן האלטן דעם חרדי'שן ציבור ביים קארג זיי נישט אריינצולייגן אינעם ארבייטס-קראפט, דורך מאנופלאציעס צו שטערן יעדע איניציאטיוו פון די וואס ווילן זיי יא אריינברענגן. איך זאג נישט, די חרדי'שער פירער טוהן בלויז וואס די רבנים הייסן, אבער דאך, ס'איז א ווייטיגליכע פאקט.
זיי מסביר אביסל מער פרטים וואוזוי זיי האלטן ביים קארג ? דו מיינסט אפשר פארוואס זיי שיקען זיי נישט אין מיליטער וואס דעמאלטס וועלן זיי קענען גיין ארבעטן ?
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
חאצקעל שניידער האט געשריבן:שמעון וואלף האט געשריבן:און אלץ בעלזער מוז איך דען נאכבאבענען אלע שטותים וואס די פארטיי פארקויפט?
האמת ניתן להיאמר אז די גאנצע איידיע פון האבן אן אייגענע פארטיי ביי די וואלן, קומט פון די יחידים המשתלטים על הציבור (איינער געדענקט נאך די אויסדריק?) און מאכט מער שאדן ווי עס טיט אויף.
וואס טוט זעך מיטן רב ז״ל. ,און מיטן מיטלער רב וואס האט געשיקט ר׳ שמעון סופר אין עסטרייכעשן פארלעמענט?
קודם לאמיך קלארשטעלן אז איך בין נישט קיין בעלזער. צווייטענס, ווייס איך נישט וואס די מציאות איז געווען דאנסמאל.
דריטענס, כאטשיג די בעלזע רביס ז"ל זענען געווען קדושי עליון, מיינט נאכנישט אז זיי האבן נישט געקענט מאכן קיין טעות.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
גאלד האט געשריבן:איך האלט די קנאים זאלן אלע שטימען מיט די אראבער, די אראבער זענען דאך אויך בתהום לבבם נישט מכיר אין די מדינה, זיי זענען כמעט אלס אין די אפאזיציע, אזוי העט קיינער נישט חושש זיין אז זיי זענען מודה בע"ז, און זאלן לאזן די אראבער זיי רעפרעזענטירן אין די כנסת, זיי קענען מוסיף זיין נאך א 2 בענקלעך פאר זיי, צו מער, אזוי זענען זיי נישט מכשיל קיין אידן אין התחברות לרשעים, ס'עט זיין ממש ווי די גויאישע פארטרעטער אין אמעריקע, און די קנאים ווילן דאך ממילא אז די מדינה זאל אונטערגיין און צוריקגיין בידי האומות, בלי שום פגע, נו, דער שריט ברענגט עס נענטער צו דעם תכלית הנרצה.
זאת ועוד, אזוי העט מען זיין די הארטע נומערן פון די שלומי אמוני ישראל שלא כרעו לבעל, און די קידוש השם העט קלינגען מסוף העולם ועד סופו.
גאלד: יא. אבער די רבי זי"ע האלט דאך אז איבערטרעטן די שוועל פון די כנסת (המינים) איז אויכעט אן איסור. און אויב זיי ( די נעטירע חאאארטע) זענען שותפים אין אונטערברענגען די מדינה הציונית, דאמאלס זענען אויך זיי עובר אויפ'ן איסור פון האבן א מדינה פאר ביאת המשיח. נאר, לפענ"ד וועלן זיי, די נ.ח. איין טאג באקומען א געזונטן שטויס פון אהינטער. און זעהן וואס זייערע גוטע פריינט די בני ישמעאל וקטורה קענען באווייזן. און זיי וועלן נאך צוריקבענקען נאך די ציונעם...!