אבזערוואציעס איבער כוללים

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

אבזערוואציעס איבער כוללים

שליחה דורך הוגה »

[justify]מעשה שהיה:

איך שטיי און דאווען געמיטליך אין מיין קביעות'דיגע זעקס-דרייסיג מנין און פון די זייט פון מיין אויג באמערק איך ווי דער פאנדרעיזער פון סאטמארער כולל שלענגעלט זיך אדורך צווישן די מתפללים, שטעלט זיך אפ ביי יעדן איינעם און גיבט זיין געווענליכע שפיל, אין א פארזוך ארויסצושנארן אפאר דאללער לטובת החזקת הכולל.

אבזערווירענדיג אים ווי ער טיילט אויסגעפולטע receipts רעכטס און לינקס, האב איך מיר נישט געקענט צוריקהאלטן פון וואונדערן אויב דער איד האט דער מינדעסטע אהנונג ווי אויסטערליש קאמיש עס איז צו שנארן געלט פאר מענטשן וואס שלאפן זיך זייער געמיטלעך אין בעט זעקס דרייסיג אינמיטן די נאכט, פון מענטשן וואס האבן די מאטיוואציע און קוראזש אויפצושטיין פרי און ארויסגיין טון עפעס פאר פרנסה. צו קאלעקטן געלט פאר מענטשן וואס ווארפן אראפ פון זיך א יעדע יאך פון אחריות וואס זיי האבן צו זייער שטוב, פון מענטשן וואס טוען וואס עס פארלאנגט זיך פון זיי.

עס איז געווען צו פרי אינעם טאג זיך אריינצולאזן אין א דעבאטע, האב איך געגעבן א שאקל מיט די קאפ, א גלייז מיט די אויגן און א מאך מיט די האנט, ווי צו זאגן אז איך האב נישט, האפענדיג מיט דעם גרינג פטור צו ווערן פון אים. אבער אנדערש ווי די חשוב'ע כולל יונגעלייט וואס זענען נאכנישט געווען בעלמא הדין, איז דער פאנדרעיזער געווען אויף און פעסט געארבייט אין דער פריע שעה. און ער האט גאנץ פיין געטויגט דערצו, איך מוז זאגן. ער איז נישט געווען גרייט מיך אראפצולאזן פון די hook אזוי גרינג און ער האט זיך גע'עקשנ'ט אז איך זאל אהיים נעמען אן ענוועלאופ און אריינשיקן א שיינע נדבה פאר די טויזנט יונגעלייט וואס לערנען אין סאטמארער כולל.

"טויזנט יונגעלייט?" פרעג איך ווען איך עפן א פאר ברייטע אויגן. "טויזנט מיט דריי זיראוס?" א ברייטע שמייכל האט זיך באלד אויסגעגאסן אויף זיין געזיכט, טראכטנדיג ביי זיך אז עס איז דא אנגעטראפן א גוטע פישל מיט וועם עס איז דא וואס צו רעדן. מיט א פעסטע קאנפידענט שטימע חזר'ט ער איבער מיינע ווערטער, "יא! טויזנט מיט דריי זיראוס! עס לערנען העכער טויזנט יונגעלייט!" זאגט ער מיט פאטאס, האפענדיג אז איך וועל אים אריבערגאפלען א בנימין פראנקלין אדער צוויי.

"זיי טראגן נישט קיין שום אחריות?" פרעג איך ווייטער מיט א רואיגע שטימע. "וואו איז זייער אחריות צו זייערע ווייבער, צו זייערע קינדער, צו זיך אליינס? וויאזוי מעגן מיר טאלערירן א פריקת עול אויף אזא מאסן פארנעם?" דא איז ער שוין געווארן אביסל פארלוירן היות ער איז נישט געווען גרייט אויף אזא קאנפראנטאציע, און פרובירנדיג זיך צו אריענטירן אביסל זאגט ער "זיי לערנען אלע מיט א געוואלדיגע התמדה". "אזוי?" פרעג איך, "וואו זענען די טויזנט מורי הוראה? וואו זענען די ספרים וואס זיי האבן פארפאסט? און אפילו לאמיר זאגן אז זיי לערנען יא בהתמדה, טוט דאס דען בארעכטיגן דאס אומ'אחריות?"

דער פאנדרעיזער האט ארויסגעוואקט פון די מנין איבערלאזנדיג א האלבע מנין אומגעשנארעט.

עד כאן שמעתי מידידי בעל העובדא.

--

דער נושא פון כוללים און דער מנהג אז יונגעלייט נאך די חתונה גייען אין כולל אנשטאט גיין ארבייטן אדער זיך לערנען א פאך, האט אין זיך פארשידענע אספעקטן און angles וואס מען קען דן זיין און אויסשמועסן. איך גלייב נישט אז איך וועל אנרירן אלע נקודות, איך האף אז אנדערע וועלן צולייגן וואס זיי פארשטייען און צוזאמען וועט ארויסקומען דא א דבר השלם.

יארן צוריק האט א יעדער איינער געוואוסט צו זאגן אז דער סאטמארער רבי ז"ל האט נישט געהאלטן פון כוללים. האסט געפרעגט עניבאדי האט ער געוואוסט צו זאגן אז דער רבי האט געהאלטן אז מ'שטופט סתם די צייט, ענדערש זאל מען גיין ארבייטען. ער האט נישט געקענט דערליידן אז מען שטייט אויף שפעט און מען דרייט זיך און פרייט זיך ווייל מען האט נישט קיין עול הפרנסה. אנדערע האבן געוואוסט צו זאגן אז דער סאטמארער רבי האט געהאט גענוג א ברייטע וויזיע צו וויסן אז צו קענען בויען חרדי'שע אידישקייט אין אמעריקא פעלט אויס געלט, און ממילא האט ער געוואלט אז זיין עולם זאל האבן פרנסה. וכך הוה.

היינט ווייסט אויך יעדער איינער צו זאגן אז דער סאטמארער רבי ז"ל האט נישט געהאלטן פון לערנען אין כולל, אבער מען ווייסט אויך צוצולייגן אז "היינט איז אנדערש". מיט וואס איז היינט אנדערש? וואס הייסט מיט וואס, מיט דעם אז סאטמאר האט כוללים פון העכער טויזנט יונגעלייט. אפשר זאגט מיר איינער וואס האט זיך געטוישט אז היינט מעג מען שוין יא בטל'ן אזויפיל יארן, אדער אז היינט דארף דער עולם נישט זיין פינאנציעל סטאביל? מען דארף שוין נישט די געלט? מען לערנט היינט פלייסיגער ווי אמאל?

איינער זאגט מיר אז די נסיונות זענען היינט גרעסער, און א ניינצן יעריגע יונגערמאן האט נישט די כוחות זיך צו ספראווען דערמיט, ממילא מוז ער בלייבן אין בית המדרש. איך פארשטיי נישט. אויב קען ער זיך נישט ספראווען דאן פארוואס האט ער חתונה? ועוד, צו דען דארף מען היינט גיין אין מאנהעטן פאר זונות? א יעדע כולל יונגערמאן קען זיך דרייען מיט זונות אין זיין טאש. פאר דער וואס קען נישט ביישטיין די נסיונות העלפט נישט דאס בלייבן אין כולל.

לדעתי איז די כולל פענאמענאן פון די ערגסטע קענסערס אין די חרדי'שע געמיינדע. רוב רובם פון די יונגעלייט גייען נאר אין כולל ווייל מען מוז גיין, ווייל זיי האבן נישט קיין אנדערע ברירה. ווען דער יונגערמאן האט שוין דעם אומץ זיך ארויסצולאזן פון כולל צו טון עפעס פאר פרנסה נאך א דריי-פינף יאר, האלט ער שוין נאך א 2-4 קינדער, די הוצאות הבית זענען שוין גאר הויך, און ער האט שוין אנגעזאמעלט א צען טויזנט דאלער חובות. ממילא, מאכט נישט קיין סענס פארן יונגערמאן אנצונעמען אן ענטרי לעוועל דזשאב פאר פינף הונדערט דאלער א וואך, ווייל זיין לעבן קאסט אים טויזנט דאלער א וואך. דער סייקעל פון חובות אדער לעבן אונטער געפערליכע דרוק פון פעיטשעק צו פעיטשעק ענדיגט זיך קיינמאל פאר א גרויסע טייל פון זיי, א גאנצע לעבן ליידן זיי פון דער פאר כולל יארן וואס זיי האבן אפגע'בטל'ט און עס איז זיי גארנישט געבליבן דערפון.

דאס איז אויסער די נעגאטיווע תוצאות אין די דריי יאר זעלבסט וואס מען איז טאקע געווען אין כולל. אין די דריי יאר האט ער טאקע געלערנט און זיך פארהערט אויף גאנץ הלכות נדה, מסכת שבת און א שיינע פאר סמנים פון הלכות שבת. אבער ער האט אויך זיך געמוטשעט סיי מיט געלט און סיי מיט די שוועריגקייט פון זיצן געצווינגענערהייט און לערנען. ער האט זיך ערווארבן א געוואוינהייט צו שלאפן ביז ניין אזייגער אינדערפרי, א זאך וואס האט נישט געהאט א פאזעטיווע השפעה אויף זיין שלום בית, און עפעס וואס וועט אים נעמען שווערע מיה אויסצורייסן. ער האט זיך צוגעוואוינט צו א לעבן פון פארשלעפטקייט, אזש שחרית נעמט אים איבער צוויי שעה פון ווען ער וואקט אריין אין שול ביז ער גייט ארויס, און די דאווענען טייל איז ס"ה 25 מינוט דערפון.

מיר האבן נאכנישט אנגערירט די עצם ענין פון כולל אז עס האט נישט קיין שום פשט ומקור אין יומעניטי און אין יהדות. די וועלט האט א סדר, עס זענען אלץ דא א קליינע פראצענט וואס זענען סקאלערס זיי שטודירן חכמות פאר די עדווענסמענט פון סאסייעטי. אבער רוב המון עם פירן אן מיט די געהעריגע הלוך ילך פון פלאנצן, שניידן, באקן, קאכן, בויען, דעמאלישען, האנדלן און וואנדלן. עס איז אין היסטאריע נישט געווען אזא מושג אז אזא גרויסע פראצענט זאלן זיך ארויפלייגן, זיך מיט די פאמיליע, אלץ אן עול אויפן ציבור ווייל זיי ווילן לערנען, און די לערנען איז די אידיאל זעלבסט. ערשטענס, וואס איז די אידיאל פון לערנען פאר פינף יאר? צווייטענס, עס קען פשוט נישט אנהאלטן.

פאר דעם גיב איך נישט קיין געלט פאר כוללים. דער וואס גיבט געלט פאר כוללים האט א יד אין די עוולה וואס זיי perpetuate'ן, העלפט שטופן דעם וואגן ווייטער און ס"ה prolong'ט מען דעם inevitable. אז זיי וועלן נישט האבן אונזער שטיצע וועלן זיי נישט קענען אנגיין. די וועלט זאגט “Don’t kill the messenger”, אבער אמאל דארף מען יא קילען די מעסענדזשער און נאר אזוי קען מען אויפטון.

איר וועט מיר אוודאי פרעגן וואס שטערט מיר צו געבן געלט פשוט אז אידן זאלן האבן וואס צו עסן, צו צאלן רענט וכדומה. דער ענטפער איז אז מען דארף געבן צדקה פאר מענטשן אין נויט, אבער נישט אויף אן אופן וואס וועט העלפן די פראבלעם נאר ווערן ערגער. איך וואלט גערן געגעבן געלט פאר א איד וואס דארף אויף יו"ט אדער חתונה מאכן, אפילו אויב דער איז א כולל איד, אפגעזעהן צו ער לערנט פלייסיג צו נישט. אין בודקין וכו'. אבער פאר כוללים גיב איך נישט קיין פרוטה אחת, נישט פאר די כולל פון מיין שוואגער, נישט פאר די כולל פון מיין קהלה און נישט פאר די כולל וואו איך האב געלערנט.

און אז מען רעדט שוין לאמיר צולייגן נאך איין נקודה. טראכט גוט אריין אין די שוידערליכע irony צו שאפן געלט פון מענטשן וואס שטייען אויף זעקס אזייגער צופרי און פולן אן זייער צייט סיי מיט ארבייטן און אויספילן די אחריות וואס ליגט אויף זיי, און סיי מיט לערנען אין זייער איבעריגע צייט. דער פאנדרעיזער אליינס שטייט שוין אויף די פוס האלב נאך זעקס אינדערפרי בשעת דער כולל יונגערמאן (איך ווייס אז נישט אלע, אבער גענוג פון זיי) פאפט נאך אין בעט. איז דען דא א גרעסערע איראניע פון דעם? אמאליגע צייטן ווען מען האט אויסגעהאלטן עשרה בטלנים האט מען גערעדט פון מענטשן וואס זיצן יומם ולילה און הארעווען אריין על התורה ועל העבודה, נישט מענטשן וואס האבן צייט צו שמועסן, ליינען, פארברענגען, שלאפן וכו'. אין דער צייט קענען זיי דאך לערנען וואס זיי לערנען אין כולל, און נאך גיין ארבייטן פון ניין ביז פינף, פיר טעג א וואך.





.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

הייליג גערעכט. די ווייטאג איז א גרויסע פראצענט -- אויב נישט רוב -- כולל אינגעלייט, זענען דארט בעל כורחם, צי ווייל די שפיצל-ווייב פארלאנגט, די פאלם-טייץ שוויגער לייגט לחץ אדער דער רייכער פאטער אדער שווער שמעקט בעסער אזוי. איך וויל מיך אבער איינרעדן אז מיט די הימל-שרייענדע רענט פרייזן און צעדרייטע, טייערע לעבנס-שטייגער וואס מיר פירן, איז די קיום פון כוללים א פראגע פון צייט. הלוואי.
באניצער אוואטאר
ר' שלמה אבן גבירול
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:31 pm
האט שוין געלייקט: 177 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל

שליחה דורך ר' שלמה אבן גבירול »

הוגה, זייער גוט ארויסגעברענגט

[tag]אפטעמיסט[/tag], ליידער איז ביי די אייגענע האר-ווייב און ביי די דורכזיכטיגע טייץ-שוויגער, די פראבלעם אסאך אסאך ערגער
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

יא יא. כ'ווייס נישט צי ס'איז ערגער, אבער ס'איז זיכער נישט צופיל בעסער. כ'האב נאר געשריבן לסבר את האוזן.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ייש"כ הוגה פארן עפענען דעם אשכול. ואענה גם אני את חלקי.

דער אמת איז אז מען קען נישט אוועקמאכן דעם גאנצן ענין, ס'זענען זיכער דא אזעלכע וואס מיינען לשם שמים, און ווייסן אז דער תורה איז דער עיקר אין לעבן, דאס איז חיי נצחי, פרנסה איז נאר א בדיעבד, און אויב דער שווער קען נאך אונטערשטופן אפאר טאלער, איז דאך אודאי גוט, בפרט ווען דער איידעם איז נפשו חשקה בתורה, און פון די קומען טאקע ארויס די מרביצי תורה ומורה הוראות בישראל.

נאר נישט פון די יעניגע רעדט מען דא, די געציילטע אידן איז כו"ע מודי אז זיי זאלן בלייבן ביי די גמרא, כלל ישראל דארף זיי האבן. יענע וועלן טאקע יא אויפשטיין פארטאגס און אויסנוצן די פרייע צייט על התורה ועל העבודה. איך קען אזעלכע אינגעלייט. אבער מיר רעדן פון דא די איבריגע 80-90 פראצענט וואס שטופן בלויז די צייט און טרינקען קאווע. ווייניג וועלן זיך לאזן פארהערן אין כולל די סוגיות וואס הוגה שרייבט.

ווי שוין געשריבן, זענען אסאך שולדיג די פיער פרעשור פון די סאסייעטי, צי איז עס די ווייב, די שוויגער, אדער די אייגענע עלטערן, אדער פשוט ווייל "אזוי איז די סיסטעם", קיינער קלערט נישט דעם תכלית פון כולל, נאר מען ווייסט אז "אזוי קומט עס", פאר די חתונה לערנען אין ישיבה (לייען: האקן א טאג) און נאך די חתונה אין כולל. "תורה בטהרה" וועלן די הימלישע אידן טענה'ן.

לדעתי איז א חלק פונעם פראבלעם אז די עלטערן זענע מסיח דעת פון די קינדער'ס פינאנציעלע אחריות נאך די חתונה. מען מאכט חתונה דעם בחור, און מען שיקט אים ארויס אויפן גרויסן וועלט, און מען לאזט אים אליינס אויפן וואסער, אן קיין מלמדו אומנות אדער אנדערע עצות יום-יומי וויאזוי זיך צו ספראווען מיט די הוצאות. איך מיין אז א שטיקל איידיע וואלט געווען אז די עלטערן זאלן יא זיין אינוואלווד, דאס וועט האבן 2 בענעפיטן, האחד, אז די קינדער וועלן זיך אויסלערנען צו מענעדזשן אחריות'דיג הוצאות והכנסות, והשנית והוא העיקר, די עלטערן וועלן אליינס איינזעהן דעם שווארצן בילד, ווען זיי וועלן מאכן דעם חשבון וויפיל עס קאסט דער לעבן פארן אומשולדיגן פרישן יונגערמאנטשיקל, און ווי מאגער די וועידזשעס איז פונעם ווייבעלע וועלכע ארבעט זיך איבער אנגעהויבן פון א טאג נאך די שבע ברכות, און בשעת'ן ווארטן, און גלייך נאך די קימפעט, און עכ"ז קלעקט עס נישט אויפן טאג-טעגליכן לעבן, וועלן די עלטערן אפשר אוועקווארפן די משוגעת'ן פון שטופן די יונגעלייט צו בלייבן אין כולל און לעבן אויף צדקה.

דיסקלעימער - איך מיין נישט צו זאגן פאר קיין איין רגע אז די עלטערן זאלן זיך "אריינמישן" אין די קינדער'ס לעבן, נאר אזוי ווי אן אדווייזער וואס גיבט די עצות, אבער לאזן יענעם דעסיידען צי ער וויל מקבל זיין די עצה אדער נישט. איך רעד נאר לגבי דעם פרט אז די עלטערן זאלן פערזענליך מיטהאלטן די הארדשיפס וואס זייערע קינדער, די אינגעלייט, גייען אדורך און ווי אזוי עס טוט אפעקטירן לרעה אויפן גאנצן לעבן ה"י.
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

Re: אבזערוואציעס איבער כוללים

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך ווייס נישט לגבי די כולל פראגע מיין קאפ איז צו קליין פאר אזא ברייטע נושא, גדולים ווי דער חזו''א און סאטמאר רב דארפן דאס באהאנדלן,
אבער איין זאך באדערט מיר שרעקליך דאס וואס די כולל קאמיוניטי האט געמאכט שנארעריי פאר א לכתחילה עס האט זיך אנגעהויבן מיטן לעבן אויפן חשבון פונעם געשנארטן כולל טשעק, דערנאשנארן שנארן פון די רעגירונג, מיט כאפן געלט פאר פארטאגס ביינאכט , די קיופאן פענאמענן, בקיצור עס איז בכלל נישט קיין בושה צו לעבן היינט טאטאלי אויף א צווייטענס חשבון, א ציבור פון שנארערס במלוא מובן המלה,
בן נריהו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 158
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 22, 2015 2:03 pm
האט שוין געלייקט: 297 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל

שליחה דורך בן נריהו »

[tag]הוגה[/tag]

דו ברענגסט עס - דעם פונקט - גוט ארויס. דיינע רייד - די ווייטאגליכע ווארהייט - פראסקעט אין די אויערן.
באניצער אוואטאר
נופת צופים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 737
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:26 pm
געפינט זיך: וואו נישט
האט שוין געלייקט: 553 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 606 מאל

Re: אבזערוואציעס איבער כוללים

שליחה דורך נופת צופים »

@שמעקעדיג א טאטע זאל נישט זיין אינוואלווד אין זיין זוהן'ס לעבן. ער זאל נישט חתונה מאכן זיין זוהן פאר ער איז אים מלמדו אומנות. ער זאל אים געבן די טאלס און אים אויסלערנען צו לעבן ווי א מענטש, מיט א חשבון און אחריות און נאכדעם זאל ער אים חתונה מאכן און דעמאלסט וועט ער נישט ברויכן זיין אינוואלווד.

סענט פראם מיי קאושער פאון
סענט פראם מיי קאושער פאון...
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

שמעקעדיג'ס נקודה איז נישט געווען אזויפיל בנוגע די טרעינען פארט ווי ארויסצוברענגען אז ווען די טאטע וואלט געטראגן אביסל דאס קינד'ס עול, ווען ער קימערט זיך אביסל וואלט ער געשטופט דאס קינד צו גיין ארבייטען.

איך בין נישט זיכער אויב דאס איז אינגאנצן די ישועה. עס וועלן נאך אלץ זיין א גרויסע פראצענט טאטעס וואס וועלן ווייטער שטופן די קינדער צו זוצן אין כולל אלץ פיער פרעשור.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אין הכי נמי. דערפאר האב איך געשריבן "א חלק פון פראבלעם" און "א שטיקל איידיע". הצלה פורתא.
וירח ה' את ריח הניחוח
העלא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 358
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 5:07 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

שליחה דורך העלא »

הוגה, א מאדאל,

קבל את האמת ממי שאמרו, איך קוק נישט אויף דיינע אנדערע תגובות,
די תגובה, איז זייער צו די זאך גערעדט,

ביזט אזוי גערעכט,

עס איז פונקט פארקערט, טאקע ווייל די היינטיגע אינגעלייט זענען נישט געגוג שטארק זיך צו שלאגן מיט די נסיונות, דארפן זיי גיין ארבעטן,
ווייל "טוב תורה עם דרך ארץ שיגיעת שניהם משכגחת עון"
ועוד:
די היינטיגע אינגעלייט זענען ליידער סאך מער אימיונ'ט ווי אמאל,

כמעט נישט דא קיין בחור וואס ווערט 18-19 אומוויסנד
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

שליחה דורך מפוזרי »

דער עולם באשולדיגט דא די ווייב און דער שווער מיט די גאנצע סביבה, אבער לדעתי - און איך זאג עס פון דער נאנט - איז בעיקר שולדיג דער יונגערמאן אליינס. רוב כולל יונגעלייט וואס איך קען ווילן נישט באמת ארויסגיין פון כולל, און די וואס גייען שוין ארויס איז עס נאר ווען ס'איז כלו כל הקיצים.
די סיבות זענען פארשידענע, קודם כל איז מען אביסל פויל און דאס קען מען מערקן אויך אין לערנען ווי עס פעלט דער ברען להביא דברים אל תכליתם. צווייטענס, מ'ווייסט טאקע נישט אויף וואס מען טויג און וואס מ'האט צו טון. והעיקר מ'האט נישט די דרייסטקייט און די אחריות געפיל צו ווערן פאראנטווארטליך אויף זיך אליין. א גאנץ לעבן האט מען קעיר גענומען פון אונז, און אויך נאך די חתונה ערווארט מען מ'זאל ווייטער קעיר נעמען. מ'האט קיינמאל געלערנט צו נעמען אחריות.
און דאס איז נישט נאר לגבי כולל, נאר בכלל א צרה כללית. אלץ האפט מען אז איינער וועט אונז קומען מסדר זיין. אבער ביי אליינס טון צו דער זאך האלט מען נישט.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

ווען מען וואלט אים געלערנט א פאך, וואלט ער געוואוסט אויף וואס ער טויגט, מער חשק געהאט צו עס פראקטעצירן, און אוודאי מער דרייסקייט צו עס טוהן.
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

רוב כולל יונגערלייט וואס איך קען זענען נישט דארט ווייל זיי ווילן. זיי זענען דארט אדער ווייל זייער טאטע/ווייב/שווער וויל, אדער ווייל אזוי קומט עס, אנדערש זעהט מען אויס ווי א באם.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

שליחה דורך מפוזרי »

אין הכי נמי, ער איז טאקע אומשולדיג אין זיין אייגענעם שולד.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: אבזערוואציעס איבער כוללים

שליחה דורך מפוזרי »

מיין פריערדיגע תגובה באציט זיך צו יין שרף.
הוגה דאס וואס מ'רעדט זיך איין אז מ'טוט נישט וועגן די ווייב אא''ו קומט אויך פון אום אחריות.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
אליצפן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 663
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 20, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 534 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך אליצפן »

הוגה האט געשריבן:רוב כולל יונגערלייט וואס איך קען זענען נישט דארט ווייל זיי ווילן. זיי זענען דארט אדער ווייל זייער טאטע/ווייב/שווער וויל, אדער ווייל אזוי קומט עס, אנדערש זעהט מען אויס ווי א באם.

דאס איז גאר א שארפע סטעיטמענט. א יונגערמאן וואס גייט היינט ארבעטן ווערט בכלל נישט אנגעקוקט ווי א באם.
פארקערט, רוב כולל יונגעלייט רעספעקטירן טיף אין הארץ דעם יונגערמאן וואס האט די גאטס צו נעמען א געהעריגע דזשאב און ווערן א מענטש.
און לדעתי איז דער עיקר סיבה פארוואס יונגעלייט בלייבן אין כולל פשוט פוילקייט.
ווי אנדערע האבן שוין געשריבן, איז עס פיל געשמאקער צו קענען אויפשטיין ניינ'ער צענ'ער יעדן טאג און נישט טראגן קיין שום ערנסטען עול, ווי איידער זיך נעמען אין די האנט אריין, און טראגן א אמת'ן עול פרנסה.
ווי אויך איז דא א שטארקע פחד ביי יונגעלייט וואס פילן אז ווען זיי גייען ארויס פון כולל פארלירן זיי זייער סעקיוריטי בלענקעט. זיי האבן נישט קיין אהנונג וואס צו טון און ווי צו אפילו אנהייבן זוכן א דזשאב. עס איז סאך באקוועמער צו בלייבן אין כולל ווי מ'פילט זיך אין פלאץ, ווי צו פעיסן דער רעאליטעט אז מ'איז אין די הויכער צוואנציגער יארן, און מ'טויג אויף גארנישט, מ'האט נישט קיין שום עקספיריענס אין קיין שום תחום, און קיין שום עדיוקעישן.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

1) זייער שיין [tag]הוגה[/tag], און איך קען נישט מער ווי מיטטיילן דעם גרויסן ווייטאג אויף דעם מצב הכוללים. אנשטאט זיך סתם עסן דאס געזונט, האב איך מיך לעצטנס געמאכט א מנהג אז וואו איך טרעף אן א שנה ראשונה יונגערמאן וואס האלט נישט ביים לערנען מאך איך מיט אים א שמועס וואו איך בין אים מסביר בטוב טעם ודעת פארוואס יעדן איינציגן טאג וואס ער נעמט נישט קיין ארבעט איז א חבל. ב"ה מיינע ווערטער זענען עושה רושם און איך האב שוין געהאט די זכי' צו שיקן עטליכע יונגעלייט ארבעטן וואס הערן מיך נישט אויף צו דאנקען.

2) פון דער אנדערער זייט טוט מיר אביסל וויי -- מיטן גרעסטן רעספעקט -- די מסקנא וואס קומט ארויס פון אט דעם שמועס. דער קיצוני האט קיינמאל נישט קיין פראבלעם. ביי אים איז אלעס איינגעטיילט צווישן רעכטן און לינקס אדער שווארץ און ווייס. אויב איז דא א געוויסע פראבלעם מיט די כוללים מיינט אז מ'דארף זיי פארברענען ביז'ן תהום. ווידעראום דער חכם טרעפט אלס דעם אויפריכטיגן דרך הממוצא.
קודם כל אזוי, זאג דיין חבר אין מיין נאמען אז באפאלן א פאנדרעיזער זעקס דרייסיג פארטאגס על לא עוול בכפו איז א שפיכת דמים פון דער ערשטער גראד. דער פאנדרעיזער איז נישט קיין בעל השקפה, ער איז נישט דער מייסד פון דעם כולל, ער איז נישט צו וועמען מ'דארף אדרעסירן די פראבעלעמען, און ער קען ממילא גארנישט טון. סך הכל איז ער א יונגערמאן וואס מוטשעט זיך פאר פרנסה האט ער אנגענומען די בזוי ומבוזה'דיגע ארבעט פון זיין א פאנדרעיזער פאר דעם איינעם ציל צו קענען שפייזן זיינע קינדערלעך.
יעדער ווייסט אז פאנדרעיזינג איז א פארשאלטענע פרנסה וואס קאסט בלוט. דער יונגערמאן וואס האט אים באפאלן האט גארנישט אויפגעטון. ער האט נישט געלייזט דעם פראבלעם פון די כוללים. סך הכל האט ער געצאפט דעם בלוט פון א יונגערמאן וואס איז אויפגעשטאנען פרי פארטאגס און מיט א פלאטערדיגע הארץ פרובירט צו מאכן פרנסה.
דאס איז איינמאל איינס.

3) איך וויל מאכן א שטיקל הקדמה וואס איך האב געהערט אמאל פון מורי ורבי וואס האט אין א שמועס איבער מצות צדקה געזאגט אן אויפריכטיגע דקות'דיגע נקודה ווי פאלגנד: זאל זיך מאכן אז א בנן של קדושים עפנט א ביהמ"ד אויף דיין גאס, צומאל איז דא איינער עפנט א ביהמ"ד מיט גוטע כוונות, אבער לאמיר זאגן אז יענער האט נישט קיין אנדערע אינטערעסע נאר כבוד. ער איז א רודף אחר הכבוד. איז אזוי: אויב ביזטו נאנט מיט אים און דו האלטסט אז דיינע ווערטער וועלן זיין נשמעים, דעמאלט מצד מצות תוכחה דארפסטו צוגיין צו אים אין א זייט ווען קיינער זעט נישט און אויפקלערן אז מ'טאר נישט זיין קיין רודף אחר הכבוד. אבער די רגע וואס דו קענסט דאס נישט טון, ביזטו מחויב מצד מצות גמילת חסדים נוהג כבוד צו זיין און אים רעספעקטירן ווי א רב, ווייל דאס איז זיין "אשר יחסר לו". פונקט ווי דער יורד דארף א ווייסע פערד און אן עבד לרוץ לפניו איז זיין צורך אז מ'זאל אים באהאנדלען רעספעקטפול מיט דרך ארץ ווי א רב, וזהו מצות עשה מדאורייתא. והדבר עמוק.

4) והנמשל מובן, אז איינער האט די ברירה צו ברענגען א טויש מיט די כוללים תבוא עליו ברכה. אבער השתא דאתית להכא וואס דער סיסטעם איז אזוי און דער כולל איז מחזיק טויזנטער יונגעלייט וואס וואלטן אן אמת געדארפט גיין ארבעטן אבער איז יעצט דער מצב אזוי אז זיי זיצן און לערנען און באקומען א געהאלט, איז עס די שענסטע מצות צדקה זיי צו מחזק זיין און דאס אז דער סיסטעם איז נישט ריכטיג איז נישט די שמועס יעצט. דאס דארף מען ארויפברענגען ווען עס וועט זיין אן אסיפה איבער דעם ענין.
איך הער אסאך מאל מענטשן זאגן איך געב נישט פאר דעם איך געב נישט פאר יענעם. געווענליך זענען דאס שלעכטע מענטשן צרי עין וואס וועלן אלעמאל אויפקומען מיט תירוצים און טרעפן פארוואס מבקר זיין און נישט געבן.
און דער וואס גיט נישט פאר קיין כוללים קען קומען מיט דער זעלבער טענה ווען אן ארץ ישראלדיגער ירושלימער יושב בטל קומט נאך געלט. און מיינסט נישט אז איך האב נאכנישט געהערט די טענה.
וויפיל אכזריות ליגט אין אזא טענה. פיין, דער איד לעבט א קארופטירט לעבן, אדער איז ער שולדיג אדער איז דער סיסטעם שולדיג, אבער כעת שטייט ער און בלוטיגט און דארף חתונה מאכן א קינד און ער האט נישט פון וואו, וואו קען מען מעלים עין זיין. א אידיש קינד איז א רחמן, ער זוכט נישט קיין תירוצים נישט צו געבן נאר זוכט א תירוץ יא צו געבן (מדי דברו בו דערמאן איך מיך אן אשכול פון לעיקוואד וויאזוי רחמנות ארבעט ויבוא המלננקים וילנקקו.)

5) נאך א נקודה, מ'האקט אזויפיל אויף די כוללים און מיט רעכט, מ'רעגט זיך אויף דער וואס ברענגט אן די צייט מיט הערן קול מבשר און טרינקען קאווע (אגב, איך האלט נישט אז דאס קומט אלעמאל צוליב נישט וועלן לערנען אדער ווייניג חשק. אין טייל איז עס צום פארדאנקען די גאנצע כולל סיסטעם וואס האט נישט קיין פשט און איז אומפראקטיש און אומאויספירבאר. איך קען נישט קיין יונגעלייט וואס האבן די אייזערנע נערוון צו זיצן גאנצע פיר שעה אויף א הארטע באנק, דער שינאווער רב זצ"ל האט געזאגט אז לערנען מער ווי דריי שעה דעם זעלבן לימוד איז ביטול תורה. דער גאנצער דרך הלימוד האט נישט קיין הענט און קיין פיס, כיפערן טרוקענע בלעטער בית יוסף איז א טעם מיתה, מ'קומט נישט ארויס מיט די פשוט'ע יסודות פון דער סוגיא וואס כידוע איז דברי תורה עניים במקום אחד ועשירים במקום אחר. אריינגלאצן אין א ריזיג שטיקל קעלבערנע בית יוסף איז א זיכערע רעצעפט אז די הוט זאל אראפלאדענען אויפ'ן טיש און מ'זאל לויפן כאפן א באקוועמע זיץ אין בית הכבוד ואכמל"ה).

אבער פון דער אנדערער זייט טאר מען נישט פארגעסן די צווייטע חלק. ס'איז פאר יעדן באקאנט וואס דער רמב"ם שרייבט אז יעדער איד האט די רעכט זיך אויסצואוועלן צו זיין א חלק פון שבט לוי און זוכה זיין לכתרה של תורה. עס איז קיינמאל נישט געווען אין כלל ישראל אזויפיל לומדי תורה וואס מיינען עס אמת'דיג און לערנען תורה מתוך הדחק. אין די כוללים איז דא א נאטירליכע סעלעקציע, די וואס האלטן נישט דערביי פאלן אוועק נאך דריי פיר פינף יאר און די וואס מיינען עס אמת'דיג בלייבן לענגער. די עלטערע יונגעלייט זענען עפ"י רוב ריכטיגע תלמידי חכמים וואס תורתם אומנתם. און אינעם גאנצן שמועס מיט ביקורות אויף כוללים דארף מען אבער בלייבן מיט די ריכטיגע שעצונג פאר די וואס מיינען עס אמת'דיג אז אויף זייער תורה בטהרה שטייט די וועלט. רוף עס פינף פראצענט פופצן פראצענט ס'איז נישט קיין נפקא מינה. אין יעדן כולל זענען דא יונגעלייט וואס לויפן צופרי מיט די נשמה אין די הענט מיט א דאבל קעריזש צום בעיביסיטטער, די ווייב צעפליקט זיך אז דער מאן זאל קענען בלייבן ביים לערנען און לעבן חי צער פאר תורה מיט אן איין צימערדיגע דירה און פיר קינדער. איך האב געלערנט אין כמה וכמה כוללים און דאס איז בכלל נישט קיין זעלטענע ערשיינונג. אז איינער האט אזא שוואגער, ברודער אדער שכן און ער קען אים שטיצן איז עס די שענסטע צדקה, און איז זוכה צו די גרויסע שכר וואס חז"ל האבן צוגעזאגט פאר מחזיקי תורה. און איינער וואס נעמט די חוצפא צו מבקר זיין זייער תורה זאל ער וויסן אז דאס איז א קלארער "מאי אהני לי' רבנן" אויף וואס חז"ל זאגן אז ער איז אן אפיקורס גמור.

אלנפאלס, דאס איז מיין מיינונג אין דער נושא, ובקיצור צוריק צום אנהויב איז די ווארט, אז די פראבלעם פון כוללים איז א פראבלעם, אבער ציען דערפון א מסקנא אז דערפאר שטיץ איך נישט, איז נישט דער פאסיגסטער פלאץ אויסצודרוקן א פראטעסט קעגן די כוללים, און א פראטעסט נישט אויפ'ן ריכטיגן פלאץ קען זיך גרעניצן מיט אכזריות, ואיני אומר קבלי דעתי ויבוא החולקים ויחלקו.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

כוכב, זייער באאיינדרוקספול געשריבן. און ע"פ רוב אמת ויציב.
אבער איך מיין לגבי דיין "אכזריות" קלעים, וואס דו שרייבסט:
כוכב האט געשריבן:איך הער אסאך מאל מענטשן זאגן איך געב נישט פאר דעם איך געב נישט פאר יענעם. געווענליך זענען דאס שלעכטע מענטשן צרי עין וואס וועלן אלעמאל אויפקומען מיט תירוצים און טרעפן פארוואס מבקר זיין און נישט געבן.
און דער וואס גיט נישט פאר קיין כוללים קען קומען מיט דער זעלבער טענה ווען אן ארץ ישראלדיגער ירושלימער יושב בטל קומט נאך געלט. און מיינסט נישט אז איך האב נאכנישט געהערט די טענה.
וויפיל אכזריות ליגט אין אזא טענה. פיין, דער איד לעבט א קארופטירט לעבן, אדער איז ער שולדיג אדער איז דער סיסטעם שולדיג, אבער כעת שטייט ער און בלוטיגט און דארף חתונה מאכן א קינד און ער האט נישט פון וואו, וואו קען מען מעלים עין זיין. א אידיש קינד איז א רחמן, ער זוכט נישט קיין תירוצים נישט צו געבן נאר זוכט א תירוץ יא צו געבן


האט הוגה זיך באווארענט מיט די פאלגענדע ווערטער:
הוגה האט געשריבן:איר וועט מיר אוודאי פרעגן וואס שטערט מיר צו געבן געלט פשוט אז אידן זאלן האבן וואס צו עסן, צו צאלן רענט וכדומה. דער ענטפער איז אז מען דארף געבן צדקה פאר מענטשן אין נויט, אבער נישט אויף אן אופן וואס וועט העלפן די פראבלעם נאר ווערן ערגער. איך וואלט גערן געגעבן געלט פאר א איד וואס דארף אויף יו"ט אדער חתונה מאכן, אפילו אויב דער איז א כולל איד, אפגעזעהן צו ער לערנט פלייסיג צו נישט. אין בודקין וכו'. אבער פאר כוללים גיב איך נישט קיין פרוטה אחת, נישט פאר די כולל פון מיין שוואגער, נישט פאר די כולל פון מיין קהלה און נישט פאר די כולל וואו איך האב געלערנט.


ד.ה. דער אמת'ער ענין פון צדקה, און בעיקר דער לאו ולא תקפוץ את ידך, גייט בעיקר אן ווען דער ארעמאן בעט דיר צדקה, נישט ווען א פאנדרעיזער גייט ארום שאפן געלט אויף כלליות'דיגע וועידזשעס (ס'טייטש, נישט אויף א געוויסע הכנסת כלה צוועק), ממילא טענה'ט הוגה אז אויב דארף טאקע נויטבאדערפטיגער יוד אויף יו"ט און חתונה מאכן וועט ער אים אודאי געבן פאר דעם באטרעפנדן צוועק, אבער אז א פאנדרעיזער קומט פאר א כולל דאן איז שוין אן אנדער מעשה.

אזוי זעה איך עס. הוגה און כוכב, פליז קאררעקט מי איף איים ראנג.
וירח ה' את ריח הניחוח
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

אויף דער טענה האב איך געענטפערט באריכות אז דאס נישט שטיצן די כוללים אדרעסירט נישט דעם פראבלעם, פונקט ווי נישט געבן צדקה פאר א ירושלימער איד וועט נישט העלפן דעם ירושלימער אידנטום, קומט מען צוריק צו דער נקודה אז סתם פארמאכן א האנט איז נישט קיין געווינס פאר קיינעם און קומט נישט פון איבריגער רחמנות.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

איך האלט מען זאל מאכן די סדר פארקערט, אלץ בחור און ביז פינף יאר נאך די חתונה זאל מען ארבעטן, און דערנאך זאל מען גיין אין כולל פאר צען יאר. ויש בזה כמה מעלות טובות ובזה ייפתרו כל הבעיות.

(די אלע טענות פון אהני לן רבנן און מסירות נפש פאר תורה מיט די קארידזשעס וכו' איז דאך פונקט די זעלבע נאך פינף יאר ארבעטן, און עס האט נאך די מעלה אז מען האנדלט פון א מענטש מיט אחריות ער ווייסט אז דאס לעבן איז נישט בחינם. נישט איינער וואס האט קיין טאג אין זיין לעבן נישט געדארפט זארגן צו קויפן ברויט)
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

[tag]לעיקוואד[/tag], דו קענסט נישט סתם קומען איבערלאזן א באמבע און גיין ווייטער כאילו לא היה. דו מוזט ערקלערן פארוואס דו האלטסט אזוי, פארוואס עפעס זאל מען ארבייטען אלץ בחור ווען מען האט נישט קיין need דערפאר, און פארוואס נאך די חתונה זאל מען זיצן און לערנען?

[tag]כוכב[/tag], ביזט נישט גערעכט. דאס שטיצן כוללים שטופט די וואגן ווייטער. די כוללים קענען נישט אנגיין אן די מאסן געלטער וואס מיר גיבן זיי. אז עס וועט נישט זיין קיין כוללים וועלן נאר די וואס האלטן באמת ביים לערנען בלייבן לערנען. די נצרכים וועלן ווייטער געשטיצט ווערן, עס איז נישט שייך היינט א איד אן קיין דאך איבערן קאפ און אן קיין ברויט צו עסן. אפילו דער פאנדרעיזער וועט נישט בלייבן הינגעריג.

אגב, צוויי באקאנטע מיינע זענען ארויף געקומען צו מיר פאר געלט פאר א כולל, איך האב זיי ערקלערט פארוואס איך שטיץ נישט קיין כוללים. זיי האבן גוט פארשטאנען. איינער רופט זיך אן, "טו עס נישט פאר די כולל, טו עס ווייל דו ווילסט אונז שטיצן מיט פרנסה". האב איך ארויסגענומען צוויי פופציגערס פון טאש און איך זאג, דאס איז פאר אייך, בתנאי אז קיין פרוטה גייט פאר די כולל. איך ווייס אז געבן פאר די כולל איז א וועג צו שטיצן מיינע חברים מער בדרך כבוד, אבער עס איז נישט ריכטיג אומגליקלעך צו מאכן הונדערטער משפחות, דורכן שטופן די כוללים וואגן ווייטער, פאר די כבוד פון מיינע צוויי חברים.


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

העי דו ווילסט טאקע איך זאל עס מאכען א למעשה'דיגע פלאן?..

וואס הייסט עס איז נישטא קיין צורך? א בחור קאסט נישט קיין געלט דאס לעבן? אדער א פרישער יונגערמאן?

מ'רעדט דאך אז מפארשטייט אז לערנען איז חשוב, אפשר אפילו דוחה מאכן געלט. אבער איינער וואס ווערט געבוירען אין דעם איז דאך נישט קיין חכמה. בכלל, פארוואס זאל ער נאך פינף יאר גיין ארבעטן און שטיצן זיינע חברים פון פינף יאר יונגער, זאל ער קודם ארבעטן פינף יאר און אוועקלייגן פאר זיך גענוג געלט צו לערנען פינף יאר שפעטער. איי עס מאכט נישט קיין סענס, און וויאזוי מאכט עס פאר זיין חבר סענס?

די איכות הלימוד פון א באזעסענער מענטש וואס ווייסט וואס די וועלט איז איז אין לשער קעגן א בחור אדער יונגערמאנטשיק וואס לעבט זיך אין עולם הדמיון. אויב וואלט מען געגאנגן לערנען נאך די ארבעט וואלט די לערנען געהאט אן אנדערע פנים. וואלט דאך בעסער געווען סיי בגשמיות און סיי ברוחניות.
I have a dream
Martin Luther King ~
פארשפארט