פליקער האט געשריבן:איך טרינק סינק וואסער כסדר, און בין נישט מיסטרעיז חולה, און דער דאקטאר פרעיגט צי איך בין וויליג מודה זיין אויב איך טרינק מים חיים, און בין נישט מודה, דער דאקטאר פארשטייט נישט פארוואס נישט.
נאך פסח גייט מים חיים רעקלאמירן אז איר וואסער איז "געפילטערט נאך פסח תשע"ה". און איז בלי חשש נסך או מבושל. ווי אויך אז "מים חיים" זיפט איר וואסער און באקוקט די וואסער.
ס'גייען ארום שמועות אז די הערנער פון פרעה'ס קוען וועלכע שטייען אין חומש פון פרעה'ס חלום. די זענען נישט די עכטע הערנער. נאר די נאכגעמאכטע. אזוי זאגט די רבי שליט"א. ביי איהם אין זיין תורה מוזעאום ליגן די עכטע הערנער פון די מאגערע קוען, וועלכע דער רבי שליט"א אליינס האט אפגעקויפט פון עפעס א גוי'אישן פאסטוך אין אפגאניסטאן.