!life Hacks

הילף, עצות און טיפס
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

!life Hacks

שליחה דורך יין שרף »

"ליייף העקס" איז א טורם וואס מען נוצט פאר סיי וועלכע נוצבאר חכמה'לע, עצה ותושיע, אדער פרודאקטיוו טריק, זיך צו פארגרינגערן אין סיי וועלכע תחום פון לעבן.
אסאך פשוט'ע פראבלעמען וואס מען שטויסט זיך אן אין זיי טאג טעגליך, קען מען פטור ווערן מיט א סימפל סעלוטשען.

1] למשל א שטיקל צוקייטע "גאם" האט זיך אנגעטשעפעט אויף אייער אומשילדיגע שיך, און ביי יעדע סטעפ האלט עס גרעוויטי אראפ מיט א דילעי פאר אפאר סעקונדעס...? בזיעת אפיך פרובירט איר עס ארפצונעמען אבער עס גייט אייך נישט? שפריצט אביסל WD-40 דעראויף, און עס וועט גלייך גרינג אראפקומען...

2] קענסט קיינמאל געדענקן אויף וועלכע גאס דו האסט געפארקט דיין וויהעקיל? נאכן פארקן לייג אריין אין גוגל מעפס "קארענט לאקעשען" אין "סטאר" (star) די לאקאציע!

3] ווען איר האט צייט (ווען נישט...?) גייט צו אייער אימעיל אדרעס, און SEARCH פאר די ווארט UNSUBSCRIBE, עס וועט אפיר קומען אלע אימעילס פון ניוס לעטערס אין אדווערטייזמענטס, וואס איר האט זיך נאכנישט ארויסגעשריבן דערפון.

4] האסט געגעסן א שארפע/ספייסי עסן, און די מויל ברענט? טרינקן וואסער העלפט נישט? טרינק א גלעזל מילך! עס העלפט עפ"ר גלייך!
אזוי אויך אויב האט איר זיך אפגעבריט די צינג פון א הייסע עסן (פארשטייט זיך נישט פון טשיקן זופ...) דאן עסט יוגארט, עס העלפט מער ווי אנדערע מאכלים.

5] אויב ווילט איר ארויפברענגען א "אייס פעק" אויפן פליגער, אבער די TSA וועט עס נישט ערלויבן וויבאלד עס פארמאגט צו פיהל משקה דערין, פרירט א SPONGE אין לייגט דאס אין א "זיפלאק בעג".
עס האלט זיך גאנץ לאנג קאלט, טראפט נישט אן איבעראל, (פארן "סיקיורעטי" גייט צו צום סינק אין גיסט אויס אביסל פון די צולאסטע וואסער, אויב איז עס מער ווי די ערלויבטע מאס)

6] אויב האט איר זיך אויסגעשפארט פון אייער קאר און איר זענט ווייט פון דערהיים, אויב האט איר א איבריגע רימאט שליסל אינדערהיים איז א שאד צו רופן חברים צו צופליקן אייער פענסטער/טיר צו אויפשפארן די קאר. נאר רופט פון אייער סעליולאר צו א צווייטער סעליולאר וואס איז ביי אייך אינדערהיים, און בעט אז מ'זאל לייגן אייער שליסל לעבן די סעליולאר און קוועטשען די אנלאק קנעפל, און איר זאלט האלטן אייער פאן בערך א פוס נאנט צו די קאר, און וואונדער! עפ"ר וועט זיך די טיר אויפשפארן נישט קיין חילוק וויפל הונדרעטער מייל ווייט איר זענט פון די שליסל! (בדקתי ומצאתי 75 אחוז!)

7] צו געבן מער חשק פאר א קינד צו חזר'ן וואס ער דארף אלף בית, חומש, MATH, וכד', קען מען לייגן ביי יעדע קאלם, אדער פאר עסזעמפלס א קליינע נאש פאר קינד עס ארבייט וואונדערלעך! .
study.jpg


8] אויב אלע דיינע וויייערס צוקניפן זיך ווי די ציצית ביי ברוך שאמר, אין דו קענסט קיינמאל טרעפן פונקט די ווייער וואס דו זיכסט? לייג ביים עק פינעם דעסק א פשוט'ע פעפער קליפ אין די ווייער דערינען ביים עק! כזה ראה...
binderclips2-590jd071310.jpg


9] אויב האט איר נישט קיין צייט צו ווארטן ביז די באטל ביר ווערט אייז קאלט, נעמט א נאסע "פאפירענע האנטעך" (paper towel) און לייג עס אין די פריזער פאר 5-10 מינוט! עס וועט זיין אייז קאלט!!
BEER.jpg


10] אויב ווילט איר עפעס קויפן און א געשעפט נאר איר שעמט זיך, דאן קויפט צו א בירדזדעי קארטל... ;)
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

יעצט אביסל פאר די בני בית...

11] לייגן א צוויבל פאר 15 מינוט אין די פריזער פארן אויפשניידן, העלפט פאר די טרערן...
אזוי אויך קייען גאם העלפט דערפאר...

12] לייגט א טריקענע האנטעך אין די "דרייער", ווען איר לייגט אריין א פרישע נאסע "לאוד", עס וועט זיך טריקענען אסססאך שנעלער!

13] אויב איז דא אביסל צוקייטע גאם אויף א בגד, קאכט אויף אביסל עסיג, אין גיסט עס על מקום הקסם, און רייבט אביסל...

14] לייגט לעכט אין די פריזער פארן נוצן, עס וועט ברענען לענגער, שענער, און עס וועט טראפן ווייניגער חלב דערפון.

15] לייגט א קאפקעיק האלטער אונטער א אייסעקל, עס זאל נישט אנטראפן די גאנצע וועש
בילד

16] צו אוועקנעמען די שטארקע שמעק פון פיש פון די הענט, לייגט אביסל ציין פוץ אויף די הענט און וואשט עס אפ. בדוק ומנוסה.

17] מען קען לייגען א נישט געפענטע באר זייף אין די וועש לעדל, עס האלט פריש די וועש מיט א פרישן שמעק.

18] וואשט די שפיגל מיט אלקאהאל, עס גיט עס צו א הערליכע שפיגלדיגע שיין.

19] צו אראפנעמען א טינט פלעק פון וועש, לייגט דעראויף אסאך ציין פוץ און לאזט עס אויסטריקענען, און דערנאך וואשט עס געהעריג.

20] פאר א פלעק אויפן קארפעט וועט אסאך מאל העלפן לייגן אביסל זאלץ, און לאזט עס דארט אפאר שעה, און דערנאך וועקיומט עס אויף!
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

דיסקליעמער, איך נעם נישט קיין אחריות פאר קיין שום LIFE HACK פון די אשכול!
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

21] לייגט א שטיקל ברויט אין די COOKIE JAR פון הארט געווארענע קוכן, עס וועט צוריק ווייעך ווערן.

22] אויב איז צו שווער צו עפענען א JAR אדער קאנטעינער ווייל עס איז צו TIGHT, דאן מאכט א קליין לעכל אין די דעקל מיט א שארף מעסערל, עס וועט זיך גלייך גרינג עפענען (פארשטייט זיך נאר אויב איר פלאנט עס נישט צו איבערנוצן)

23] פאר א קאלטע קאפי, קענט איר מאכן אייס קיובס פן געהעריגע קאפי, כדאי נישט צו דיילוטען די אייז קאפי, אזוי אויך סיי וועלכע דשאוס.

24] לייגט די סעליולאר אויף "עירפלעין מאוד" בשעת'ן ריטשארזען, עס וועט גיין אסאך שנעלער.

25] אזוי אויך לייגט די פאון אויף "עירפלעין מאוד" ווען איר שפילט א געים, כדאי נישט צו זעהן די אלע פאפ-אפ עדס.

26] אויב ווייסט איר נישט פשט אין א emoji, דאן בעט Siri (אויפן איי-פאון) צו אייך לייענען די text מיט די emjoi און Siri וועט אייך זאגן פשט ([tag]berlbalaguleh[/tag]?)

27] וויזוי צו שיילן הארטע אייער
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=PN2gYHJNT3Y[/youtube]

28] בשעת איר וואקט מיט א קאפי אין די האנט, דרייט די קאפ שטייטערהייט (stir your coffee) עס זאל זיך נישט אויסגיסן! (פארשטייט זיך נישט איבערפילן העלפט אויך...)
Stirring.jpg


29] די קעמארע פלעש און די סקרין שיין (BRGHNESS) נוצן די מערסטע בעטערי, פארמינערט די BRIGHTNESS און לעשט אויס די FLASH צו פריזערווען די בעטערי.

30] לייגט א glow in the dark סטיקער אדער glow in the dark פעינט אויף די עק פון אייער ריטשארדזער אדער אויפן light switch איר זאלט עס קענען זעהן ביינאכט ווען די לעקטער איז פארלאשן.
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

25] אזוי אויך לייגט די פאון אויף "עירפלעין מאוד" ווען איר שפילט א געים, כדאי נישט צו זעהן די אלע פאפ-אפ עדס.
:like :like :like :like :like :like
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

שליחה דורך Kool man »

31] ווען דו גייסט אין א בעיסמענט אדער אין קאנטרי עני פלעיס ווי די סעלפאון האט נישט קיין סערוויס און זוכט ארום סערוויס, לעש אים אויס, אדער לייג אים אריין אין עירפלעין מאוד, אז נישט וועסטו זיך דערזען אן קיין באטעריע אין נאו טיים
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

יין שרף האט געשריבן:22] אויב איז צו שווער צו עפענען א JAR אדער קאנטעינער ווייל עס איז צו TIGHT, דאן מאכט א קליין לעכל אין די דעקל מיט א שארף מעסערל, עס וועט זיך גלייך גרינג עפענען (פארשטייט זיך נאר אויב איר פלאנט עס נישט צו איבערנוצן)

נאר אויב עס איז וואקיום-פעקד.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

א טוויטער עקאונט וואס שיקט ארויס יעדען טאג אינטרעסאנטע לייף העקס,
שוין מער ווי איין מאל גענומען געדאנקען פון דארט
https://twitter.com/TipsForYouDaily
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

זייער אינטערעסאנט, יין שרף. זיי ממשיך.

דאס איז מיר זייער געפאלן:
יין שרף האט געשריבן:3] ווען איר האט צייט (ווען נישט...?) גייט צו אייער אימעיל אדרעס, און SEARCH פאר די ווארט UNSUBSCRIBE, עס וועט אפיר קומען אלע אימעילס פון ניוס לעטערס אין אדווערטייזמענטס, וואס איר האט זיך נאכנישט ארויסגעשריבן דערפון.

וויפיל איך האב שוין געמיינט אז איך האב ארויסגעסיינט פון יעדן, קומען אלץ אפיר פרישע...
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך פלעין יודיש »

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=nbzw6y0pF3U[/youtube]
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך כלבאשבוע »

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=V7UW5AkWqOY[/youtube]

נישט קיין שלעכטע געדאנק פאר קארנד ביעף טועמיה ערב שבת.
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

ברסלבער האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט, יין שרף. זיי ממשיך.

דאס איז מיר זייער געפאלן:
יין שרף האט געשריבן:3] ווען איר האט צייט (ווען נישט...?) גייט צו אייער אימעיל אדרעס, און SEARCH פאר די ווארט UNSUBSCRIBE, עס וועט אפיר קומען אלע אימעילס פון ניוס לעטערס אין אדווערטייזמענטס, וואס איר האט זיך נאכנישט ארויסגעשריבן דערפון.

וויפיל איך האב שוין געמיינט אז איך האב ארויסגעסיינט פון יעדן, קומען אלץ אפיר פרישע...

מאך דיר אן עקסטערע דזשאנק אימעיל אקאונט וואס דו געבסט פאר אלע קאמפאניס וואס בעטן דיין אימעיל אדרעס, אדער מיט דזשימעיל קענסטו געבן למשל youremailaddress+junk@gmail.com און אויפסעטן א פילטער וואס לייגט אריין אלע אימעיל וואס ווערט געשוקט צו דעם אימעיל אדרעס אין דזשאנק\ספעם פאלדער.
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

Re: !life Hacks

שליחה דורך petergrifin »

עס איז דא א סייט וואס קען דיר געבן א פאלשע אימעיל אדרעס וואס ארבעט נאר פאר צען מינוט. פונקט גוט אויב מען דארף איינס פאר א קאמפאני/פגע.

https://www.spamgourmet.com/index.pl
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
פאטעטא טשיפס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 1:08 pm
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

שליחה דורך פאטעטא טשיפס »

[tag]געפילטע פיש[/tag]

איך האב נישט פארשטאנען וויאזוי מען שטעלט אן די ספעם פילטער ביי א דזשימעיל אפוינטמענט?
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

פאטעטא טשיפס האט געשריבן:[tag]געפילטע פיש[/tag]

איך האב נישט פארשטאנען וויאזוי מען שטעלט אן די ספעם פילטער ביי א דזשימעיל אפוינטמענט?

דזשי-מעיל האט א פיטשער וואס לאזט דיר שיקן אימעיל און דו קענסט צולייגן וואס דו ווילסט נאך די אימעיל אדרעס, סאו לאמיר זאגן אז דיין אדערס איז potatochips@gmail.com, קענסטו צולייגן נאכדעם א פלוס, און נאכדעם סיי וואס דו ווילסט, ווי למשל potatochips+spam@gmail.com, potatochips+junk@gmail.com אדער אפילו אידיש, אדער סימבאלס, potatochips+שובבי"ם-תורות@gmail.com, און אלעס וועט אנקומען צו דיין אינבאקס, אפגעזעהן וואס דו האסט דארט צוגעלייגט נאכן פלוס.

די מעלה פון דעם איז בעיקר אויף אויפצוסעטן אוטאמאטישע פילטערס, לאמיר זאגן אז דו פלאנסט א טריפ קיין ליזענסק און דו ווילסט אלע אימעילס וועגן דעם טריפ זאלן זיין אין אן עקסטערע פאלדער מיט א ספעציעלע קאליר, געבסטו אן דיין אימעיל פאר די עירליין, קאר רענטאל, קוויטל שיקער, און נעגל וואסער אויפן עראפלאן פראוויידערס אז דיין אימעיל אדרעס איז potatochips+lizensk@gmail.com, און סעטסט אויף אין ג'ימעיל (די קליינע arrow אין די ג'ימעיל סוירטש באקס, דערנאך Create filter with this search) אז ווען ס'קומט אן א אימעיל צו potatochips+lizensk@gmail.com זאל עס אפלייען די ליזענסקע לעיבעל צום אימעיל. די זעלבע זאך מיט די ספעם קענסטו אנשטעלן עס צו לייגן אין ספעם, אדער עס גראד דיליטן. נאך א נוצן וואס מ'קען האבן דערפון איז, יעדע מאל איך געב מיין עכטע אימעיל צו א ארגעניזאציע אדער קאמפאני וואס כ'האב א חשד אז זיי פארקויפן ליסטס פאר אנדערע וועל איך אריינלייגן אזא סימן אינעם אימעיל וואס אידענטיפיצירט יענע קאמפאני.
פארשפארט