היפאקריטסווע בתפארתו!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

היפאקריטסווע בתפארתו!

שליחה דורך בעל מדות »

מיט עטליכע וואכן צוריק האט די איזראעלישע פרעמיער מיניסטער מר. ביבי נתניהו באזיכט אין די (גאלדענע) אמעריקא קומענדיג צו שענקען זיין אויפטריט אין קאנגרעס אויפן איינלאדענונג וואס די פירער האבן אים געשאנקען.

די הייסע פולווער און קאכעדיגע לאווא האבן זיך געשפורט אין די היימישע געגנטער אויף קעסל כלים, עס האט זיך געטוהן אויף טישן און בענק, ווי ביבי זאל ווען האבן מיטגעברענגט שווארצע וואלקענעס פון ארץ ישראל.

די אפטע קופקעס פון ר' נטע, ר' הערשל, און ר' בערל, אין די קארידארן פון ראדני האבן געמאכט די אויסדרוק ווי זיי מיט זייערע מאכטפולע ציינער ווילן אריינבייסן אין ביבי'ס מאטארקאדע ווי נאר ער פארט אריין אין לאנד.

דער סאמוטאכע האט געבונטעוועט ביי קליין און גרויס, און יעדער האט געוואוסט צו נאכבאמבלען אז ביבי נעטאניאהי יעבאח שמוי גייט רעדן אין קאנגרעס, בלא בלא בלא פון דא און ווייטער איז ביי פולע געווען פארנעפלט און מיט א שמאטע אויפן אויגן האט מען הייס מיטגעשטימט מיט די "שרייעדיגע" העדליינס פון די מאכטפולע נטרונע לאבי מיט זייער גרויסארטיגע באריכטן אין זייער ברייטע מאסן פי. אר. אין זייערע געלונגענע אויסגאבע ברייטפארשפרייט ביז וואשינגטאן און געזען ביי טויזענטער.

אין די היימישע געגנטער האבן תמימים דעבאטירט אהן חן, הין און צוריק, דעם גאנצן געשעעניש אהן אריינלייגן די קאפ אין פאקטן און ווי שטענדיג געוויינט מיט שובבים טרערן אויף די "היסגארעס באימעס" וואס זיי מאכן ביי די "גויעם" און מיטגעטייטלט מיט די אפהילכענדע קלאג אפרוף פון די התאחדות הרבנים בשלש קדושות.

די פרעזידענטן, אמבעסאדארן, וויכטיגע דיפלאמאטן, משמשים פון די מקוואות, און שוחטים פון די מהודר'דיגע שחיטה אין די נוקלעארע מאכטפולע לענדל קעי. דזשעי. ווילעדזש האבן זיך אפילו ארויסגעלאזט אין א גרויסע קאמפף מיט ביבי (קרעדיט: דער בלאט) ניצנדיג הייסע געווער אים צו אראפנידערן פון די סטאקס מיטן שיקן בריוון צו קאנגרעסלייט זיי זאלן באיקאטירן דעם רעדע (אינטערשרייבנדיג אין די ענגלישע שפראך!...)

עס האט זיך אפילו ערווארבן א שטוינענדע אפאראט פון וואלענטירן וועלכע האבן די טוויטער עפפ צו טוויעטן און ריטוויעטן צו זייער אכט ביז ניין פאלויער'ס די מאסיווע אויסגערעכנטע סלאגאן פון העשטעג ביבי נתניהו דאזנט ספיעק פאר מי וועלכע האבן זיכער געברענגט ווייסע האר צו די פירער אין איזראעל ברענגענדיג א זיצונג אין כנסת וויאזוי צו לייזן דעם פראבלעם.


ביבי האט גערעדט זיין רעדע מיט סוקסעס, מיט א מאסן באטייליגונג, עס האט זיך נישט אנגעזעהן קיין קעי. דזשעי. ווילעדזש אדער ליידיגע זיץ ערטער, ער האט דעליווערט זיין שיינע דאנק צו אמעריקא אויף אלעם ביז אהער און גע'חנדלט דעם אמעריקאנער פירער עד אין סוף.

אינעם אומאפהענקיגער ארגאן פון ארטעדאקסישן אידנטום איז שוין געליגן אין די דרעפט'ס נאך בעפאר די רעדע לענגערע בויך שמערצן און הייליגע עדיטאריעל'ס פון די אומבאשרייבליכע דורכפאל און חילול השם וואס די רעדע האט פאראורזאכט און די לייענער האבן אפגעקייעט די שטיקער ויואל משה מיט אפעטיט און שפייעכטץ זיך קלאפענדיג מיט פרייד אויף די אייגענע רוקענעס.


מיר פערזענליך האט דער גאנצע געשעעניש גארנישט בארירט, איך קימער נישט מיט אים ווארום ער איז א מחלל שבת און בכלל וואס טערסירט עס מיך מער ווי די דייטשע קאנצלערין מערקעל זאל קומען צום קאנגרעס?

איך געב א שוואכע דעקל אין די גאנצע היינטיגע פארדרייטע שיט(ה) און נישט חס ושלום איך שפעט אינעם הייליגן סאטמארער רבי'ן די בעל דברי יואל זי"ע נאר עס איז פאר יעדעם באקאנט די גיגאנטישע שטיקער בלאף און זעלבסטפארעקל וועלכע די התאחדות הרבנים טראגן היינט ביים ציבור און דאס איז פארוואס איך האב קיינמאל נישט גערעדט אדער געהאט מיט דעם דיסקוסיע.

נאר ווען עס קימט צו די געוויינעכץ מיט זאלציגע קראקאדייל וואסער איבער התגרות באומות הייבט עס מיר פשוט אהן גראגערן אין קאפ ווען איך הייב אהן טראכטן מיט שטוינונג אז זאכן דא זענען אנגעשטעקט מיט די מחלה פון היפאקריטיזם.

די עקלהאפטיגע אנעמפלויד אולטרא נטורי קרתא יבשים זענען אייגנטליך בכלל נישט ווערד צו אדרעסירט ווערן אבער אז זיי פארפירן אזוי וואלט מיר געווען אינטערסאנט צו זיי א פרעג טוהן צו נישט זיי זענען די וועלכע האבן מנשק געווען מיט ליבע זייער אבסעסירטן אפגאט מר. אכמעדינדזשאד פון איראן ערוועקנדיג די וועלט'ס באפעלקערונג צו טופען מיט די פיס פון גרויס אויפברויז אויף דעם.
פארוואס קימערן ענק נאר מיט נישט אידן ווען אידן זענען אויך א אומה? זענען ענקערע מאדנע פורים דעמאנסטראציעס נישט א טיעפע התגרה ביי ענקערע אידישע ברידער וועלכע שעמען זיך מיט ענק און קענען נישט אראפשלינגען אדער ארויסשפייען אייערע צעדרייטע מעשים?

גרויסע צעלייגערס זענען דא אויך די פירער פון די ווילעדזש פון קרית יואל וועלכע זענען אין א פארנעם פון עובר זיין דעם מום שבך אל תאמר לחברך קומענדיג מיט א זיסן קנאות'דיג חזיר פיסל ווען זיי ווייסן פליצלונג די באדייט פונעם "התגרות באומות"

וויפיל התגרות בשכנים זיי טוען דארט אפ עס פארשטילענדיג מיט א געלט פלוס איז אויך א סוד פאר גאנץ בראד ווען די שכנים פון קרית יואל קענען נישט אויסהאלטן די אלע חאזערישע שטיקעס וואס די ווילעדזש טוט דארט אפ לעיני העמים.
פון אלע זייטן איז דעי קליינע געגנט באשמיצט און אנגעהויפנט מיט טענות ומענות (וועלכע וועט פארשטייט זיך ווערן אזוי נישטיג אוועקגעמאכט מיט די עזוב תעזוב ע..אוופפפסס עשיו שונא ליעקיו הלכה עניוועיס וועלן זיי אינז פיינט האבן)

גענוג משיגע געמאכט די מענטשהייט! הערט אויף מיט די אלע ארכי קרעפ וועלכע די רבי זכותו יגן עלינו וואלט נישטאמאל דערקענט אין זיינע הייליגע בענדער.

ביבי האט געווינען די וואלן און דאס באדייטעט נאכאמאל אז זיין באפעלקערונג איז פון אים גאר צופרידן, ער איז א מייסטער פירער וועלכע האט אין זיך שטארקע כאראקטערן, קען גוט דיפלאמאטיע און ער ווייסט גאר גוט וואס ער האט צו טוהן.



עס איז בכלל אינדרויסן פון די טבע אז ביבי זאל טוהן א אקט וועלכע וועט "אויפרעגן די פעלקער" אין אזא אנגעצויגענע צייט ווען ער קען פארלירן זיין גאנצע פאזיציע אין לאנד.


מען דארף אנדערש אנהויבן טראכטן און נישט יעדע שטיקל לופט וואס איינער פון די התאחדות פירער בלאזט ארויס דארף מען אויסטרונקען על נפש עייפה.
מ'מאכט זאכן מעגליך.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

בעל מדות האט געשריבן:מיר פערזענליך ,און אזוי אויך 95% פון יהדות החרדית ההולכים לאור רבותיהם מדור הקודם האט דער גאנצע געשעעניש גארנישט בארירט, איך קימער נישט מיט אים ווארום זיי האבען זיך משתלט געווען אויף ארצינו הק' ווי ערליכע אידן האבען געוואוינט יארען פאר עני ציוני און ער איז א מחלל שבת און בכלל וואס טערסירט עס מיך מער ווי די דייטשע קאנצלערין מערקעל זאל קומען צום קאנגרעס? מען טריט עם ווי דער פריץ בכל הדורות ותא לא מידי.

Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
לייב פאללאק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אפריל 28, 2012 9:52 pm
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

שליחה דורך לייב פאללאק »

בעל מדות האט געשריבן:ביבי האט גערעדט זיין רעדע מיט סוקסעס, מיט א מאסן באטייליגונג, עס האט זיך נישט אנגעזעהן קיין קעי. דזשעי. ווילעדזש אדער ליידיגע זיץ ערטער, ער האט דעליווערט זיין שיינע דאנק צו אמעריקא אויף אלעם ביז אהער און גע'חנדלט דעם אמעריקאנער פירער עד אין סוף.


ביבי האט געווינען די וואלן און דאס באדייטעט נאכאמאל אז זיין באפעלקערונג איז פון אים גאר צופרידן, ער איז א מייסטער פירער וועלכע האט אין זיך שטארקע כאראקטערן, קען גוט דיפלאמאטיע און ער ווייסט גאר גוט וואס ער האט צו טוהן.

עס איז בכלל אינדרויסן פון די טבע אז ביבי זאל טוהן א אקט וועלכע וועט "אויפרעגן די פעלקער" אין אזא אנגעצויגענע צייט ווען ער קען פארלירן זיין גאנצע פאזיציע אין לאנד.


מען דארף אנדערש אנהויבן טראכטן און נישט יעדע שטיקל לופט וואס איינער פון די התאחדות פירער בלאזט ארויס דארף מען אויסטרונקען על נפש עייפה.

כ'האב נישט קיין מיינונג צו ער האט גוט געטוהן אדער נישט אבער איך מיין אז מ'האט עס יא אנגעקוקט אלס פאטש פארן פרעזידענט יר"ה
עכ"פ אזוי האב איך געהערט פון ביל מאהר, דזשאן סטוארט און נאך וואס האבן עס אנגעקוקט אלץ מיטל פון די רעפאבליקאנער זיך צו רייצן מיט אבאמען

די איזרעליס גייט לכאורה נישט אהן אז ער רעגט אויף פעלקער, פארקערט עס קען גאר זיין אז ער האט שטארק באקומען זיין פאזיציע נאר א דאנק דעם
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ווי האט איינער זיך אויסגעדריקט נאכן סאטמארן [רי"י] פראטעסט אנטקעגן ביבי:
'שוין לאנג נישט געזען סאטמאר מאכן אזא התגרות באומות'.

וטעמו ונימוקו עמו: "ס'איז דא אן אמעריקאנעם ערוועלטן קאנגרעס, וואס זענען אויפגענומען געווארן על פי רצונם של רוב העם האמריקני, און זיי האבן איינגעלאדענט ביבי צו געבן א דרשה אינעם קאנגרעס - היפוך רצון הפרעזידענט שלהם, און סאטמאר איז געגאנגען מיט א געפערליכע התגרות באומות, זיך רייצן מיטן אמעריקאנעם ערוועלטן קאנגרעס, דורכן פראטעסטירן אנטקעגן זייער פארבעטענעם גאסט ביבי"...

ודפח"ח.
פארשפארט