טראגעדיעס פון א הצלה מאנ'ס פערספעקטיוו (אפגעטיילט)

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
הצלה מאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 182 מאל

טראגעדיעס פון א הצלה מאנ'ס פערספעקטיוו (אפגעטיילט)

שליחה דורך הצלה מאן »

פון די קיק ווינקעל פון א הצלה מאן.

ליידער האב איך געהאט מיין חלק פון טראגעידיע'ס ווי חלקים פון משפחת זענען אינטערגעגאנגען, עס איז טאקע א געפערליכע משפחה טראגעידיע, אבער וואס מען פארזעיט איז די גרויסע בראך וואס עס לאזט איבער אויף אלע פארמישטע ארים, מיר הצלה אינגעלייט וואס קומען אן צי אזעלכע פעלער, ווערן געוועינטליך שבור ורציץ, אפעקטען וואס בלייבן אויף אינז געוועינטלעך וואכען חדשים און אויב נעמט מען נישט קער, יארן.

מיין הארץ גייט אויס פאר מיינע חברים קאלעיגע מעמבער פון חברי הצלה ד'פלעטבוש, איך קען נאר רילעיטן צו זיי פון מיינע עטליכע עינליכע אזעלכע הצלה קאל'ס, און איך געדעינק ווי צישאסן איך האב געשפירט יענעם ביטערן פסח אינדעפרי, ווען איך בין דאן געוועין פון די חברים וואס האבן נעבעך געארבייט אויפ די פאציענטען וואס האבן געשפרינגען, און די וואס האבן ליידער נישט געשפרינגען, ווי שרעקליך שפירט זיך דאס פארלוירנקייט, ווען הענט און פיס ציטערען ציזאם, ווען די פייערלעשער קומען יעדע מיניט אראפ מיט נאך גופים, מען ווייסט נישט וויפיל נאך עס קומען אראפ.

איך געדעינק די סקונדע וואס איך בין אנגעקומען, געוועין בין איך שוין דאן אויפ איין פריערדיגע קאל, על כן בין איך שוין נישט געוועין אין בעט, טראץ די קאל איז געוועין פיר דרייסיג, נאכן סדר, בין איך שוין געוועין אין ברוקלין האספיטאל, נאכן אויפארבעטן א פיצל קינד, ווען מיר זענען געוועין אויפן וועיג ציריק פון שפיטאל, איז אריין געריפן געווארן יענע ביטערע ריפ, 104 ראסס סטריט ברענט, מיר האבן תיכף ומיד גענימען שמייסן מיט אינזער אמבעלאנץ, וואס האט פארמאגט א גאנצע שטאב מיט מעמבער'ס, פארעמעדיקס, ווען איך האב זיך באוויזן דארט אויפן סצענע, גייט מיר נישט ארויס פון קאפ, טראץ אזוי פיל יאר איז דורך, א מעמבער שטייט מיט די הענט און די הייעך, בעיט זיך ביי די פילע קעפ וואס שטארצען ארויס פון די פענסטער, פליז נישט שפרינגען, די פארלוירנקייט וואס מען שפירט האט מיר ארויס געלאזט יעדע ברעקל קאראש, ווי הייבט מען אן, מען האלט אינדערמיט פון באהאנדלען א מיידל וואס האט געשפרינגען, א פייער לעשער גיבט מיר א צי מיין קאריג, קום אהער גיבט ער א ארדער, איך גיב א קוק, מיין הארץ צאפעלט, ער האלט א קליין קינד אימבאוועיגליך, איך נעם קאראש, שעפשע א תפילה צים באשעפער, זאכן זאלן אויפהערן פאלן פון מיין האנט, מיר ארבייטן אויף א קינד, אינדערמיט, שלעפט מען מיך נאך א מאל אוועק, דא איז שוין דא צוויי מעדיקס, מען ציטיילט עינק, ווייל ער האט זאגאר אראפ געברעינגט נאך א בחור, און איך הייב אן ארבייטן אויפן בחור, עטליכע פיס פון דארט לייגט מיר א פייערלעשער אראפ נאך איינס, מיין מוח ארבייט אויף מאקסימום, פאקעסט אויף אזא פארנעם, אזש אז געוויסע דיטאלן קען איך זיך נישט דערמאנען, אזא סארט אמניזיע, אבער די פארלוירנקייט גייט מיר נישט ארויס פון מיינע ביינער, אלעס וואס מיר האבן געלערנט אזויפיל יאר, אלעס ברויך איך פראקטעצירן, נישט דא קיין צייט פאר טיעותים.

ליידער ליידער ווייסט מען דאך די איבריגע חלק פון די מעשה, אבער איך געדעינק חלקים וואס קיינער געדעינקט שוין נישט, ווי איך האב געזעין מעמבער האקן זייערע קעפ אויף די שפיטאל ווענט, ווי קען אזא זאך זיין, איך האב זיך אריין געזעצט און א שיל, מיט נאך צוויי מעמבער'ס, מיר האבן געוויינט ווי בעיבי'ס שעה'ן לאנג, מיר האבן זיך נישט געקענט באריאיגן, מיין שטיב האב איך נישט געוואלט איבערקערן, מיין קליגע בני בית האט באלד געשפירט אז עפעס גאר ערענסט האט פאסירט, איך האב געלייקענט מחמת שמחת יום טוב, אבער עס האט נישט גענימען לאנג, ביז זי האט באקומען די ידיעה וואס עס האט פאסירט אין שטאט.

ווי קענען מיר פארגעסן די משפחת גלויבער, וואס איז אזוי טראגיש פארלענדעט געווארן, מיר מעמבער'ס וואס זענען דארט געוועין, זענען דאך צישמעטערט געווארן, איך וויל נישט אריין אין קיין דיטאלן מחמת כבוד, אבער וואס איז באקאנט איז דאך באקאנט, א קינד איז געבוירן געווארן, און מיר האבן דאס נאך און אינזער היסטאריע נישט געהאט, עס האט גענימען פילע וואכן זיך ארויס צי ברעכן פון די מרה שחורה, איך געדעינק ווי איך האב געזעין מיינע חברים צישמעטערט טעיג נאכן עקסידענט, ממש נישט צים דערקענען, וויינענדיג און קלאגענדיג אויף זייערע מחשבות, ווי זיי קענען זיך נישט ציזאמענקלייבן, קוים זיי געקענט טרייסטן מחמת מיין אייגענע דיפרעסיע, עד היום קען איך דערפין נישט רעדן.

איך געדעינק איין פרייטאג צינאכט'ס ווען מיר זענען געריפן געווארן אויף א שרעקליכע טראגעידיע אויף 626 ווייט פלעיס, עס זענען דארט געשטארבן בערך פינף זעקס פערזאנען, איך געדעינק נישט קלאר וויפיל, ווי שרעקליך איז געוועין די חורבן, זיי זענען געוועין אלע אפריקאנער אמעריקאנע, אבער איך געדעינק עס האט אויסגעזעין ווי א מלחמה זאנע, משפחה מיטגלידער האבן ג'חליש'ט אויף די גאס, און דארט איז יא געוועין זיכער סמאק דיטעקטאר'ס, די פייער לעשער'ס האבן געוויינט ווי קליינע בעיבי'ס אויף די גאס, די אי-עם-עס, און אינז הצלה האבן זיך נישט געקענט הייבן קיין קעפ פון צער, יעדער איינער האט געוויינט און נישט געקענט קומען צי זיך פון אזא חורבן.

על כן ווען אזא טראגעידיע קימט פאר, ברעינגט עס מיר ציריק מיינע מחשבות, און בין מורה'דיג פארדאגה'ט אויף מיינע חברים, איך ווייס וואס זיי גייען דורך, איך וואונטש עס נישט פאר קיינעם, אזא זאך וואלט איך נישט געווינטשען אפילו פאר קיין שונאים, עס לאזט איבער אייביגע וואונדען, עס קריצען זיך אריין אין אינזערע מוחות שרעקליכע בילדער פון וואס מען קען זיך נישט אפשאקלען.

יהי רצון שלא ישמע שוד ושבר בגבולינו.
קאלטס און ווארעמס
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 11, 2012 1:24 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך קאלטס און ווארעמס »

@הצלה מאן דער הייליגער באשעפער זאל דיר העלפן און געבן די כוחות דאס דורך צו גיין!
ישלם השם פעולכם!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

הצלה מאן, עס איז שרעקליך צו ליינען וואס איר גייעט אדורך,
עס וואלט געדארפט געגרינדעט ווערן א חי לייפליין ארגאניזאציע אינערהאלב די חברה הצלה.

איך מיין אז עס איז פאראן 2 חלקים וואס איז גורם די צורודערטקייט ביי די הצלה לייט.
די ערשטע איז פשוט, אויב א בילד רעדט מער פון טויזענט ווערטער, און א ווידיאו מער פון 10,000, איז דאך על אחת כמה וכמה מיטצוהאלטן לייוו א טראגעדיע, ווען די אויגן גלייבן נישט וואס זיי זעהען, עס ווערט פינצטערער פון מינוט צו מינוט, און עס כאפט זיך ארויס קרעכצן און זיפצערייען המשברין לבו של האדם. דאס איז פשוט און פארשטענדליך. גארנישט וואס צו טון דערוועגן. צייט היילט געווענליך.

די צווייטע חלק וואס קען באדערן איז פסיכאלאגיש, די גילטי פילינגס, מען פילט אז ביי די יעצטיגע אקציע אין הדבר תלוי אלא B, ממש כל העולם כולו חציו זכאי וחציו חייב, אויב וועסטו מצליח זיין צו ראטעווען די נשמה וועט אלעס זיין פיין און וואויל, אויב ח"ו נישט וועט יעדער טייטלען אויף דיר מיטן פינגער, פון די מידיא לייט ביז אלע אידן אין סמעדרעש, דער הצלה מאן איז שולדיג, ער האט נישט מצליח געווען מיט זיין אקציע, ער האט מועל געווען בשליחותו, הגם בשוגג, אבער פארט.. ממילא אויב פאלט מען דורך מיט די רעטונג אקציע קרענקט דאס ביזן זיבעטן ריפ, און איז גורם שרעקליכע קאשמארן פאר לאנגע יארן, מען קען זיך נישט מוחל זיין.

פאר די צווייטע חלק מוז מען זיך מחזק זיין מיט א געוואלדיגע אמונה אז דו פירסט נישט די וועלט, דו ביסט בלויז א שליח וואס פרובירט, און סיי ווי אזוי די outcome וועט זיין, האסטו געטון דאס בעסטע, וכמאמר העולם מען דארף טון נישט אויפטון... עס איז בכלל נישט גרינג, אבער מען דארף עס חזר'ן אן א שיעור מאל אז סוכ"ס דער באשעפער פירט די וועלט און אין עצה ואין תבונה נגד ה', אז עס איז באשערט צו גיין פון דא וועט דער גרעסטער פאראמעדיק נישט קענען טוישן די גזירה, און מחשבה טובה כמעשה, ענק וועלן באקומען די זעלבע מאס גן עדן פארן מקיים זיין א נפש אחת מישראל וועלכע איז א עולם מלא ווי פארן פרובירן און דורכפאלן.

טינק עבאוט איט, כ'בין זיכער אז דאס קען פארגרינגערן אביסל די שווערע געפילן.

זאל מען שוין מער נישט דארפן אנקומען צו די סארט תנחומים. אמן.
וירח ה' את ריח הניחוח
הצלה מאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 182 מאל

שליחה דורך הצלה מאן »

שמעקעדיג דיינע ווארעמע רייד זענען כמים קרים על נפשי

איר זענט גערעכט מיר ברויכן אזא חי לייפ ליין אינערהאלב, און מיר פארמאגן טאקע, ודי בזה

און וועגן די צווייטע חלק האט איר זייער א אמתע אפשאצינג, ספעציעל היינט מיט אלע אים יושרדיגע בילדער כאפעריי וואס מאכט איבריגע דריק, ווי שוין גערעדט עטליכע מאל, אבער אינזערע גילטי פילינג'ס זענען אפילו ווען עס איז נישט פארהאן די פאפעראצים, און דאס איז די חלק וואס ציברעכט אינז ווי פריער געשמיסט.

אבער פון די אנדערע זייט האבן מיר שכר מצוה אויך, וואס מיר האבן אינטער אינזער פאסיג בסיעתא דשמיא פילע מוצלחדיגע קאלס, וואס האבן א העפי ענדינג, ווי מען צייגט אויף אינז מיט די פינגער, ער האט מיך געראטעוועט, און וויפיל מענטשען ווייסען אפילו נישט אז מיר האבן געהאט א גרויס חלק און זייער חיות, הגם מיר ווייסן אז מיר זענען נאר שליחי דרחמנא, איז עס געניג היי מאטריאל אז עס זאל הייבען אינזערע קעפ און די הייעך פאר א לאנגע צייט, דאס גיבט אינז א גאר גיטע געפיעל, און דאס איז אגב אויך אימבאשראבלעך, ווען מיר מעיגן פארציילען, וואלט נישט געוועין געניג ביכער צי צייכענען די גיטע געפילן.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

הצלה מאן/ ס'רייסט די הארץ וואס די שרייבסט. כ'האב נאך קיינמאל נישט געהערט אין געטראכט פון דעם וואס א הצלה מאן גייט דורך. מעיער דיבלאזיא האט טאקע נעכטען אויך געזאגט אז מ'זאל מתפלל זיין פאר די משפחה און אויך פאר די פייערלעשערס וואס האבן איבערגעלעבט אזא שרעקליכע זאך וואס וועט זיי צערידערן פאר זייער א לאנגע צייט
[NAMELESS]

Re: טראגעדיעס פון א הצלה מאנ'ס פערספעקטיוו (אפגעטיילט)

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך האב טאקע קיינמאל נישט געטראכט פון די 'גייסטישע' מסירת נפש פון די הצלה אינגעלייט,
אבי גערעדט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 879
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל

Re: טראגעדיעס פון א הצלה מאנ'ס פערספעקטיוו (אפגעטיילט)

שליחה דורך אבי גערעדט »

מוצש"ק נישט לאנג נאכן זמן מוצאי איז פארגעקומען א חיזוק איווענט פאר די העארישע הצלה אינגעלייט פון פלעטבוש וואס האבן אנטייל גענומען און די טראגעדיע אפעראציע
הצלה מאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 182 מאל

שליחה דורך הצלה מאן »

דאס איז נישט קיין דרשה של חיזיק, דארטן ברעינגט מען נישט א ליטפישע פיליפ

דעיס הייסט א דעבריפינג, מען ברעינגט אהין פראפעסיאנאלען אינעם פעלד פון פיסכילאגיע, ספעציעלע דאקטורים, ווי שוין מרמז געוועין אויבן אינעם ארטיקל, מחמת כבוד פון מיינע חברים איז נישט כדי מאריך צו זיין.
פארשפארט