חילוקים פון אמעריקע ביז ארץ ישראל

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

מיינענדיג?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

שמעקי ספעציעל פאר דיר.
http://blogs.wsj.com/expat/2015/03/17/1 ... to-israel/
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

געוואלדיג :like
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל

שליחה דורך קינד_אן_קייט »

מענין לענין, א טוריסטקע פון שוועדן ברענגט ארויס דעם קולטור פון תל אביב (און ישראלים בכלל):
Twenty signs you’ve been in Tel Aviv too long
כאן, חבל טבור הארץ.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

קינד_אן_קייט האט געשריבן:מענין לענין, א טוריסטקע פון שוועדן ברענגט ארויס דעם קולטור פון תל אביב (און ישראלים בכלל):
Twenty signs you’ve been in Tel Aviv too long

זי פרעגט א מורא'דיגע קשיא
Here is where the Israeli mentality became weird in my eyes, I will tell you why. After living here for over 5 years I have had the chance to experience quite a lot of this special country and its people, and the thing that strikes me in days like these (and this is foremost in regards to the residents of Tel Aviv) is that during war, when there are sirens blaring and rockets falling, people in Tel Aviv continue to sit in cafés and bars, and talk about everyday things, they continue to show up for work, and life goes on. But when there is wind and rain, not to mention snow, it’s like everything shuts down, nobody knows what to do, and people no longer go outside but seek shelter in their homes.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל

שליחה דורך קינד_אן_קייט »

ויש ליישב, איזארעלי מענטאליטעט זאגט אז בשעת מלחמה ווען דער פיינט וויל מיר בייגן און צוברעכן, פייף איך אים אן און פיר זיך כאילו לא היה, כראוי לעזין שבאומות.

משא״כ ווען ס׳שנייעט און ס׳איז דא א גוטע תירוץ צו מאכן פורים אינדערוואכן, ארבעט מען נישט וכו׳ און ס׳ווערט א ׳מצב׳…

כנ״ל בפשטות.
כאן, חבל טבור הארץ.
זורח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 59
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 4:45 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 167 מאל

שליחה דורך זורח »

שמעקעדיג דיין ארטיקל פון ארץ ישראל איז אבסאלוט הערליך אינפארמאטיוו און רייך צו קענען מיר דאס נאכברענגן אויף אונזער וועבזייטל מיט די בילדער?

www.Zoreiach.com

יישר כוח ותודה רבה
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום זורח, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך זעה נישט אזא וועבזייטל
וירח ה' את ריח הניחוח
זורח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 59
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 4:45 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 167 מאל

שליחה דורך זורח »

שמעקעדיג האט געשריבן:איך זעה נישט אזא וועבזייטל

אנטשולדיגט די ספעלינג איז יעצט פארראכטן, פרוביר נאכאמאל
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

דריידל האט געשריבן:ווי האסטי געקענט פארגעסן פון שושן פורים?

גערעכט! ווי האב איך געקענט פארגעסן!
שושן פורים איז דער עיקר פורים אין ירושלים, וועלכע איז מוקפת חומה.
א טייל פירן זיך יוצא צו זיין ידי שניהם, און אויסנוצן ביידע טעג. די ערשטע טאג פורים פארן ירושלימ'ער צו אנדערע שטעט ווי מען פראוועט פורים; און דעם צווייטן טאג קומען יענע קיין ירושלים צו הוליען..
פון פורים אליינס קען מען באשרייבן א גאנצע באריכט, מען לעבט אין העכערע ספערן, און שיכורים וואלגערן זיך אויף די גאסן אויף א אופן וואס מען טרעפט נישט ערגעץ אנדערש.
וירח ה' את ריח הניחוח
טשוכעפאכע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 19
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 04, 2014 10:45 am
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

שליחה דורך טשוכעפאכע »

שמעקעדיג האט געשריבן:פארשידענע מנהגי המקום

גענוי ווי אין יעדע נייע לאנד, דארף זיך אן אמעריקאנער צוגעוויינען צו די דארטיגע הנהגות המקום. ווי צב"ש געלטער. אין א"י איז עס שקל (ש"ח) און אגורות אנשטאט דאלער און צענט. נישט אז דאלארן ווערן נישט אקצעפטירט דארט, אבער עס איז שווער פאר קלייניגקייטן צו באצאלן מיט דאלער בשעת אלע פרייזן זענען געשריבן מיט שקל, בפרט ווען מען גייט אויפן באס, טעקסי, דארף מען האבן שקל. דערפאר זענען פאראן יעדע ד' אמות וועקסלערס וועלכע טוען אויפטוישן דאלארן פאר שקל.

ווי אויך דארף מען זיך צוגעוויינען צו יענע שפראך. עברית איז זייער אן אינטרעסאנטע שפראך, איך וועל נישט אריינגיין יעצט אין השקפה, אבער עס איז פארט א מערקווירדיגער שפראך. אבער דאס איז זיכער אז עס איז א שטארקער טויש. אלע צעטלעך, סיינס, אדווערטייזמענס, נעמען פון די גאסן, וכו', זענען אין עברית. אבער אפילו די אידיש דארט (בפרט אין ירושלים ביי די 'טשאלמער') איז גאר מאדנע און אנדערש ווי ביי אונז. חוץ מזה וואס אונזער אידיש האט אריינגעמישט פילע ענגלישע ווערטער וואס דארטן ווערט עס בכלל נישט (אדער גאר ווייניג) גענוצט, ווי צב"ש פריזשידער, עירקאנדישאן, קאר, טעקסי, פאליס, קלאזעט, שעלף, דאלי, טוילעט, גראסערי, רעסטוראנט, פארמעסי, און נאך הונדערטער ווערטער וואס דארטן רופט מען עס אדער אין עברית אדער אין א אנדער סארט אידיש, ווערן אפילו אסאך געווענליכע אידישע ווערטער גאר אנדערש ארויסגעזאגט. קודם די א"י'דיגע רי"ש האט א ספעציעלן חן, בפרט ווען די קינדערלאך מיט זייער מתיקות רעדן אזוי – האט איר באמערקט 'קינדערלאך' מיט אן א' בעפאר דעם ך'? אזוי טוט מען עס פראנאנסירן דארט, אנדערש ווי ביי אונז... שימעלע איז דארטן "שימאלע", אהר'עלע איז "אהראלע", בקיצור הדברים, זייער שפראך הערט זיך גענצליך אנדערש ווי ביי אונז. א דוגמא: אן אמעריקאנער וועט זאגן, "אברהמעלע, גיי צום קלאזעט און נעם ארויס די דאלי פון די אונטערשטע שעלף פאר שיינדעלע און אויך ברענג מיר א זויבערע קאפ צו טרינקען אביסל דזשוס". א דארטיגער וועט זאגן: "אברהמאלע, גיי צום שאפע און נעם ארויס די בובא פון די אונטערשטע פאליצע פאר שיינדאלע און אויכעט ברענג מיר א ריינע גלאז צו טרינקען אביסל מיץ"....

מען דארף זיך אויך צוגעוויינען צו די מעטריק סיסטעם, וועלכע נוצט אנדערע סארט יוניט'ס, און ווערט שוין באנוצט איבער די גאנצע וועלט מיטן אויסנאם פון אמעריקע. מעטער, קילאמעטער, ליטער, אנשטאט פוס, מייל, גאלאן, א.א.וו. ווי אויך דער טעמפעראטור ווערט געמאסטן אין צעלסיוס, נישט אין פארענהייט. דער זייגער לויפט דארט אויף 24 שעה, נישט ווי דא מיט 2 מאל 12 – AM און PM. דארטן וועט איר זעהן זמן מנחה 18:55, און א שבע ברכות בשעה 21:30. גיי ברעך זיך קאפ ווען דאס קומט אויס... דער דאטום ווערט אויך געשריבן פארקערט, אנשטאט שרייבן 12/25 שרייבט מען 25/12.

די הייזער זענען געבויעט גענצליך אנדערש ווי אין אמעריקע. שוין אפגערעדט פון די אפסטעיט סארט הייזער וועלכע ווערן געבויעט ווי לעגאס (נאר מיט האלץ אנשטאט שפילצייג), נאר אפילו פון די סיטי סארט הייזער. אלע ווערט געבויעט מיט שטארקע דיקע ציגעלנע ווענט, און אלע בנינים אן אויסנאם זענען ווייס (חוץ ממש געציילטע מפני סיבות שונות). כ'בין נישט זיכער צי די סיבה איז די זעלבע ווי ביי די ווייסע קארעלעך אז עס ציעט ווייניגער היץ, אבער מפי השמועה הער איך זאגן אז עפעס א אפמאך האט די מדינה מיט די ווייסע ציגל קאמפאני. ווייטער די פלאר (כ'מיין, די פאדלאגע...) אין די הייזער זענען נישט קיין פארקעי אדער אויקלאט, נאר אויכעט שטארקע שטיינערנע טיילס (עממ, באלאטעס). בקיצור דאס זענען פעסטע שטארקע הייזער וועלכע קענען זיך האלטן הונדערטער יארן. יעדע הויז דארף ע"פ חוקי המדינה האבן א 'חדר אטום' אין פאל פון א באמבע אדער ראקעט ה"י. דער צימער איז גענצליך פארמאכט און האט נאך דיקערע ווענט ווי די געווענליכע צימערן, און דאדורך באשיצט עס בעסער פון די אנגריפן און אטאקעס. אין מערערע הייזער זענען פאראן אזעלכע "לאדענס" איבער די פענסטער וואס דאס ציהט מען אראפ ביינאכט און דאס דינט ווי א מחיצה צווישן דעם הויז און דער גאס, עס לאזט כמעט נישט אדורך קיין גערודער אדער ליכטיגקייט.

די עלעקטריק פלאגס (שטעקער'ס) זענען 220 וואלט און אנדערע סארט שטעכערס. אויב פארט מען אהין דארף מען קויפן א קאנווערטער. ווי אויך די לייט סוויטשעס זעהען אויס אנדערש.

די טוילעט'ס קוקן אויס אנדערש ווי דא, מיטן טאנק וואסער ליגט מער הויך, און עס זענען אסאך מאל פאראן 2 פלאשערס, א קליינע מיט א גרויסע (מיכל קטנה און מיכל גדולה, דאהי הייסט עס Dual Flusher), אבער ביידע פלאשן מיט אזא קראפט אז מען קען שיער אריינגעשלעפט ווערן...

די היימישע געסלאך פון מאה שערים און גאולה זענען ממש היסטאריש. זיי זענען געבויעט געווארן פיל בעפאר די אויטא עפאכע, און דעריבער זענען זיי גאר שמאל. קארס און באסעס שטופן זיך אדורך, ממש נסים... די ווענט זענען אנגעקלעבט מיט כל מיני פלאקאטן – פון ברוך דיין האמת ביז מחאות וחרמות וקנאות – וואס א ספעציעלער "קלעבער" קלעבט ארויף, דורכן אנשמירן א געוויסע קלעב אונטערן און אויפן צעטל.

1. ירושלימ'ער זאגן אויך 'פריזשידער' פונקט ווי די אמעריקאנער (אמריקאנע?! וואספארא ווארט איז דאס?).
2. מען זאגט נישט אין ירושלים אזוי "אברהמאלע, גיי צום שאפע און נעם ארויס די בובא פון די אונטערשטע פאליצע פאר שיינדאלע און אויכעט ברענג מיר א ריינע גלאז צו טרינקען אביסל מיץ". נאר אזוי: "אברהמאלע, גיי צו די שאפע און נעם ארויס די בובא פון די אונטערשטע פאליצע פאר שיינדאלען און ברענג מיר אויך א ריינע גלאז צו טרינקען אביסל מיץ" (איר כאפט די 'מינארישע' אונטערשיידן? שאפע איז לשון נקבה, דראיבער זאגט מען 'צו די' און נישט 'צום'. ווידער זאגט מען 'שיינדאלען' און 'שיינדאלע' לויטן כלל אז ווען מ'טוט איינעם עפאס לייגט מען צו זיין נאמען א לאנגער נו"ן)
3. די הייזער אין ירושלים זענען נישט געבויעט פון ציגל, נאר פון נאטורליכע שטיינער, וועלכע זענען ווייס נאטורליך. ציגל זענען געמאכט פון ליים אדער פון אנדערע מענטשליכע קאמבינאציעס, דעריבער זענען זיי רויט אדער אנדערש געפארבט.
4. א Dual Flusher איז אויף עברית א 'מיכל דו כמותי' (מיכל איז לשון זכר. דעראיבער זאגט מען נישט מיכל קטנה/גדולה, נאר גדול/קטן.
טשוכעפאכע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 19
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 04, 2014 10:45 am
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

שליחה דורך טשוכעפאכע »

-
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמעקעדיג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: דאפעלט
טשוכעפאכע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 19
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 04, 2014 10:45 am
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

שליחה דורך טשוכעפאכע »

שמעקעדיג, אייער באשרייבונג איז זייער שיין און ריכטיג; אויך אייער אידיש איז הערליך און רייך. אבער איר פארבייט גאנץ אפט צווישן "די" און "דער". איר שרייבט למשל "די ערשטע טאג" אנשטאט "דער ערשטער טאג" א.ד.ג.
אויך אלע אמעריקאנער וואס שרייבן דא, פארבייטן צווישן לשון זכר און לשון נקבה.
מען פארבייט דא אויך צווישן "און" און "אין", ווי אויך למשל צווישן איין "ברודער" מיט צען "ברידער"...
אבער דאס איז שוין אן אנדער פרשה וואס געהער צום חסידי'שן אידיש וועלכער מאכט נישט קיין אונטערשייד צווישן א חיריק מיט א שורוק, אזוי אז מ'שרייבט ווי מען רעדט.
Milk shake
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 127
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 12:47 pm
האט שוין געלייקט: 220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

שליחה דורך Milk shake »

אין א"י טוען זיי כסדר פארבייטן דעם "אם" און "עם", גיי ווייס פארוואס.
Milk shake
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 127
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 12:47 pm
האט שוין געלייקט: 220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

שליחה דורך Milk shake »

כה אמר טשוכעפאכע:
. די הייזער אין ירושלים זענען נישט געבויעט פון ציגל, נאר פון נאטורליכע שטיינער, וועלכע זענען ווייס נאטורליך. ציגל זענען געמאכט פון ליים אדער פון אנדערע מענטשליכע קאמבינאציעס, דעריבער זענען זיי רויט אדער אנדערש געפארבט.

דאס איז אלעס געווען אמאל, היינט צוטאג בויען זיי מיט בעטאן - צעמענט, און דעקן עס איבער מיט די ווייסע טייל וואס רופט זיך "זשערוסאלעם סטאון" וועלכע איז בערך אן אינטש דיק, אזוי קוקן אויס די נייע הייזער ענדליך צו די אלטע.
טשוכעפאכע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 19
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 04, 2014 10:45 am
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

שליחה דורך טשוכעפאכע »

איך די דינע שטיינער וואס באדעקן די צימענט, זענען שטיינער וועלכע זענען ווייס פון נאטור.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

שמעקעדיג האט געשריבן:ווי אויך דארף מען זיך צוגעוויינען צו יענע שפראך. עברית איז זייער אן אינטרעסאנטע שפראך, איך וועל נישט אריינגיין יעצט אין השקפה, אבער עס איז פארט א מערקווירדיגער שפראך. אבער דאס איז זיכער אז עס איז א שטארקער טויש. אלע צעטלעך, סיינס, אדווערטייזמענס, נעמען פון די גאסן, וכו', זענען אין עברית. אבער אפילו די אידיש דארט (בפרט אין ירושלים ביי די 'טשאלמער') איז גאר מאדנע און אנדערש ווי ביי אונז. חוץ מזה וואס אונזער אידיש האט אריינגעמישט פילע ענגלישע ווערטער וואס דארטן ווערט עס בכלל נישט (אדער גאר ווייניג) גענוצט, ווי צב"ש פריזשידער, עירקאנדישאן, קאר, טעקסי, פאליס, קלאזעט, שעלף, דאלי, טוילעט, גראסערי, רעסטוראנט, פארמעסי, און נאך הונדערטער ווערטער וואס דארטן רופט מען עס אדער אין עברית אדער אין א אנדער סארט אידיש, ווערן אפילו אסאך געווענליכע אידישע ווערטער גאר אנדערש ארויסגעזאגט. קודם די א"י'דיגע רי"ש האט א ספעציעלן חן, בפרט ווען די קינדערלאך מיט זייער מתיקות רעדן אזוי – האט איר באמערקט 'קינדערלאך' מיט אן א' בעפאר דעם ך'? אזוי טוט מען עס פראנאנסירן דארט, אנדערש ווי ביי אונז... שימעלע איז דארטן "שימאלע", אהר'עלע איז "אהראלע", בקיצור הדברים, זייער שפראך הערט זיך גענצליך אנדערש ווי ביי אונז. א דוגמא: אן אמעריקאנער וועט זאגן, "אברהמעלע, גיי צום קלאזעט און נעם ארויס די דאלי פון די אונטערשטע שעלף פאר שיינדעלע און אויך ברענג מיר א זויבערע קאפ צו טרינקען אביסל דזשוס". א דארטיגער וועט זאגן: "אברהמאלע, גיי צום שאפע און נעם ארויס די בובא פון די אונטערשטע פאליצע פאר שיינדאלע און אויכעט ברענג מיר א ריינע גלאז צו טרינקען אביסל מיץ".


אין 'דער איד':

.
וירח ה' את ריח הניחוח
אדונינו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 455
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2015 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 328 מאל

שליחה דורך אדונינו »

אין ארץ ישראל זוכט מען צו שפארן א שקל, אין אמעריקע זוכט מען צו פארדינען א דאלער...
באניצער אוואטאר
זבולון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 277
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 7:57 am
האט שוין געלייקט: 542 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 961 מאל

שליחה דורך זבולון »

עס איז דא א מיש-מאש פון עטליכע תחומים.

ווען מ׳רעדט פון די מעטריק סיסטעם, צייט/דאטום, קארס, מיטאג/נאכטמאל, און נאך, דאס אלעס איז אימפארטירט פון אייראפע.

ווען מ׳רעדט פון מנהגי ישראל, איז דא זייער אסאך זאכן וואס זענען דוקא מנהגי ירושלים, און עס איז נישטא אין אנדערע שטעט אין ארץ ישראל, (ווי הגבה בעפאר קריאת התורה, וואס קומט פון די ספרדים, אדער שיר המעלות אשא עיני ביי מעריב). און אנדערע מנהגים וואס זענען מנהגי ארץ ישראל אין אלגעמיין, (ווי נישט זאגן ברוך ה׳ לעולם, איין טאג יו״ט, דוכנ׳ען). און יעדע מנהג איז פארהאן אן אנדער טעם פארוואס עס איז אזוי.

קולטאר - דאס איז שוין זייער קאמפליצירט, און עס איז פארהאן דראסטישע חילוקים צווישן בני-ברק׳ער און ירושלימ׳ער, און אפילו אין ירושלים אליינס, א טשאלמער פון מאה שערים פיהרט אינגאנצן אן אנדער ווירטשאפט ווי א בעלזער אין קרית בעלזא.
פארשטייסט זיך אז מיט די יאהרן ווערט איבער גענומען איין קולטאר פון די אנדערע און עס ווערט פארוואנדלט אין איין גרויסע קולטאר.

די סיבה דערפאר איז, לכאורה, ווייל אנדערש ווי אין ניו-יארק און אייראפע וואס נאך די קריג האט זיך אריבער געצויגן א נייע ציבור פון מזרח אייראפע און מער-ווייניגער פרעזאווירט די דארטיגע קאלטור, אהן זיך צו אויסמישן מיט אנדערע. (למשל, א וויליאמסבורגער יינגל וועט כמעט נישט זיך אנשטויסן אין א לעיקוואדער). אין ארץ ישראל - אבער - איז אנדערש, דארט איז שוין געווען אויסגעפארעמט א ירושלימ׳ער קולטאר, וואס איז א צוזאמ-מישעניש פון תלמידי הגר״א און תלמידי החת״ס, און מיט די יאהרן (זייענדיג שטארק באפריינדעט מיט די שכנים) איז צוגעקלעבט געווארן מיטל-מזרח׳ישע נאך-טעמ׳ען. און דערנאך ווען עס איז געקומען נאכן קריג, זענען זייער אסאך עולים אריינגעמישט געווארן אין די טשאלמער קולטאר (זיך משדך געווען צוזאמען, און שטארק נשפע געווארן).

ווי זאגט איינער? מ׳נעמט אן אראבער מ׳מישט איהם אויס מיט א הונגארישער קומט ארויס א טשאלמער.

און צו דעם אלעם, דער קיבוץ גלויות האט זייער א שטארקע השפעה, רוב ארץ-ישראל׳דיגע קינדער וואקסן אויף מיט א קאלערפולע בליק אויף כלל ישראל, זיי שטויסן זיך אן אין א טעגליכע פארנעם אין א ספרדישע תיקון, א מזרחיסטישער ביכל, א ירושלימ׳ער הפגנה, א ליטווישע שטיקל תורה, א ליובאוויטשער פארברענגען, א וויזניצער ניגון, און א גערער שארפקייט.
אין - כי הכל הבל
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אבער ס'דא נאך איין קולטור וואס האט איבער געלאזט נישט קיין גוטע השפעה בעיקר אויף די ישראלי באפעלקערונג אין אלגעמיין; די קאמיוניזם. די מדינה הט זיך געגרינדעט מיט די קולטור, אפילו ס'איז אפציעל בטל געווארן איז נאך אבער געבליבן אסאך שריים פון דעם. (און ליידער האט דאס אויך דירעקטע גרויסע השפעה אויף די דרך החיים פון די חרידי'שע יודנטום אין ארה"ק).
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

דהיינו?
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

גור
פארשפארט