וואס טוען אונזערע חברי הכנסת אויף???
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
- האט שוין געלייקט: 1566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל
די גאנצע הנחה איז א טעות. אגודה האט לכתחילה נישט געשיקט זייערע דעפוטאטן צו שאפן געלט אדער אויפטון פאר'ן ציבור, נאר צו פראקלאמירן דעם שטאנד פון די פרומע אידן אז דער אידישער לאנד דארף זיך פירן לפי חוקי התורה.
פארשטייט זיך אז איינמאל מ'איז אינעווייניג פרובירט מען צו היטן אויף אונזערע רעכטן, אבער ס'איז נישט געווען אריגינעלע סיבה.
אין די צייטן פון בעלזער רב ז''ל האט מען נאך כמעט נישט באקומען קיין געלט, און דאך האט ער געזאגט אז ס'איז אזא מצווה.

דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מפוזרי האט געשריבן:די גאנצע הנחה איז א טעות. אגודה האט לכתחילה נישט געשיקט זייערע דעפוטאטן צו שאפן געלט אדער אויפטון פאר'ן ציבור, נאר צו פראקלאמירן דעם שטאנד פון די פרומע אידן אז דער אידישער לאנד דארף זיך פירן לפי חוקי התורה.
פארשטייט זיך אז איינמאל מ'איז אינעווייניג פרובירט מען צו היטן אויף אונזערע רעכטן, אבער ס'איז נישט געווען אריגינעלע סיבה.
אין די צייטן פון בעלזער רב ז''ל האט מען נאך כמעט נישט באקומען קיין געלט, און דאך האט ער געזאגט אז ס'איז אזא מצווה.
מ'רעדט דאך נאר לויט די גרייזיגע שיטה פון די וועלכע האקן אויף די עצם זאך אז ערליכע אידן האבן א רעפרעזענטאציע אין כנסת...!
- חאצקעל שניידער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 313
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 18, 2015 12:53 am
- האט שוין געלייקט: 147 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2184
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
- האט שוין געלייקט: 129 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
חאצקעל שניידער האט געשריבן:שמעון וואלף האט געשריבן:און אלץ בעלזער מוז איך דען נאכבאבענען אלע שטותים וואס די פארטיי פארקויפט?
האמת ניתן להיאמר אז די גאנצע איידיע פון האבן אן אייגענע פארטיי ביי די וואלן, קומט פון די יחידים המשתלטים על הציבור (איינער געדענקט נאך די אויסדריק?) און מאכט מער שאדן ווי עס טיט אויף.
וואס טוט זעך מיטן רב ז״ל. ,און מיטן מיטלער רב וואס האט געשיקט ר׳ שמעון סופר אין עסטרייכעשן פארלעמענט?
די עסטרייכישע פארלאמענט איז געווען א גויאישער
דא זיצט מען אין א 'אידישע' פארלאמענט ווי די לינקע שונאי התורה זיכן צו ווייזן אז זיי קענען אויסרייסען די תורה
אין אזא צייט דארף מען האבן שכל, נישט גיין מיט קאפ אין וואנט אזויפיל יארן אן אויפטון קיין ערנסטע זאכן
- געוואלדיג
- חבר ותיק
- הודעות: 3930
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
- געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
- האט שוין געלייקט: 6582 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל
חאצקעל שניידער האט געשריבן:בעלזער רב האט מען נישט געקענט פארנארן און סאטמער רב האט מען נישט געדארפט פארנארן וד"ל.
און א סאטארער זאגט פונקט פארקערט און א אויפריכטיגער מענטש ווייסט אז אויב האט מען משה רבינו געקענט פארנארן עיין דברים על הכתוב הָבוּ לָכֶם אֲנָשִׁים חֲכָמִים וּנְבֹנִים וִידֻעִים לְשִׁבְטֵיכֶם וַאֲשִׂימֵם בְּרָאשֵׁיכֶם: ופירש רש"י הק' וידועים לשבטיכם. שהם ניכרים לכם, שאם בא לפני מעוטף בטליתו, איני יודע מי הוא, ומאיזה שבט הוא, ואם הגון הוא, אבל אתם מכירין בו, שאתם גדלתם אותו, לכך נאמר וידועים לשבטיכם: קען מען פארנארן אלע גדולי ישראל עיין גם ערך החוזה מלובלין שקיבל לשון הרע על היהודי הקדוש שהיה שקר גמור כידוע.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...
-יין שרף-
-יין שרף-
- חאצקעל שניידער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 313
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 18, 2015 12:53 am
- האט שוין געלייקט: 147 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל
האדמו״ר מבעלזא צודק
געוואלדיג האט געשריבן:חאצקעל שניידער האט געשריבן:בעלזער רב האט מען נישט געקענט פארנארן און סאטמער רב האט מען נישט געדארפט פארנארן וד"ל.
און א סאטארער זאגט פונקט פארקערט און א אויפריכטיגער מענטש ווייסט אז אויב האט מען משה רבינו געקענט פארנארן עיין דברים על הכתוב הָבוּ לָכֶם אֲנָשִׁים חֲכָמִים וּנְבֹנִים וִידֻעִים לְשִׁבְטֵיכֶם וַאֲשִׂימֵם בְּרָאשֵׁיכֶם: ופירש רש"י הק' וידועים לשבטיכם. שהם ניכרים לכם, שאם בא לפני מעוטף בטליתו, איני יודע מי הוא, ומאיזה שבט הוא, ואם הגון הוא, אבל אתם מכירין בו, שאתם גדלתם אותו, לכך נאמר וידועים לשבטיכם: קען מען פארנארן אלע גדולי ישראל עיין גם ערך החוזה מלובלין שקיבל לשון הרע על היהודי הקדוש שהיה שקר גמור כידוע.
די טענה איז למודה בפיהם די לעצטע פיפציג יאר און דאס זאגן איבער קינד און קייט , און מפרעגט זיי זאג נאר מיט וואס האט מען פארנארט בעלזער רב איז נישט דא קיין תשובה , זיי קומען אודאי ארויף כסדר מיט פרישע פשט'לעך וואוזי מהאט עם פארנארט ,אבער א פאראייניגטע דעה מקובל מהסבא קדישא איז נישטא.
יעצט לאמיר צונעמען די זאך, זייער גרעסטער פראבלעם מיט די אנטי בחירות פראפעגאנדע איז דער בעלזער רב , לכבוד דעם האבן זיי פאבריצירט צוויי סארט טענות
א} אז דער רב האט זיך טועה געווען צו מהאט עם פארנארט , איז די טענה איז א שקר מצד די טענה און סדארף אויסגעשפיגן ווערן דורך יעדע בעל דעת , ווייל ווען דער רב זאגט ווען אויף רעכיל אסאיז מעכיל און מווערט געוואר אסאיז רעכיל קען מען זאגן אז די רב האט זיך טועה געווען איי ער האט דאך געהאט אפענע אויגען קשיא איינע פון די זאכן וואס מיר פארשטייען נישט , אבער ביי א שאלה אין הלכה וואס לו יצויר ער ער איז אנגעקומען צו די פאדעשוועס פון רב און געהאט א רעכט צו זאגן זיין דעה , וואס פאר א רעכט האט ער געהאט צו זאגן אז ער האט זיך טועה געווען אפשר האט ער געזען א רשב"א וואס דו האסט נישט געזען , און אז סאיז א שאלה אין שיקול הדעת צו סאיז בעסער צו פארברענען מיסט קאסטענעס אין די גאס צו מזאל גיין מעיר לעיר ומכפר לכפר אויפשטעלן ת"ת און מקואות , אדער צו מטוט מער אויף אינערווייניג צו פינדרויסען איז אויך נישט שייך קיין טעות איך פארשטיי אזוי און ער פארשטייט אנדערש
ב} קיינער האט נישט מברר געווען נאר דער רבי , איז אפילו אז דאס א טענה איז פשט אזויוואו די גמרא זאגט אויף רבי מאיר אז ער איז געווען די גרעסטע ציווישען זיינע חברים ומפני מה לא קבעו הלכה כמותו שלא יכלו חבריו לעמוד על סוף דעתו , וואלטן זיי געדארפט זאגן ביי יעדע דרשה פאר די בחירות אז די בעלזער רב איז געווען גערעכט נאר מיר קענען זיך נישט אזוי פירן וויל ער האט נישט מברר געווען , איך מיין אז יעדער פארשטייט שוין דעם אויספיר.ודי בזה למבקש האמת.
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
די טענה איז למודה בפיהם די לעצטע פיפציג יאר און דאס זאגן איבער קינד און קייט , און מפרעגט זיי זאג נאר מיט וואס האט מען פארנארט בעלזער רב איז נישט דא קיין תשובה , זיי קומען אודאי ארויף כסדר מיט פרישע פשט'לעך וואוזי מהאט עם פארנארט ,אבער א פאראייניגטע דעה מקובל מהסבא קדישא איז נישטא.
איך בין נישט זיכער וואס די מיינסט, אבער כנראה איז נישט קלאר די סיבה פארוואס די בעלזער רב ז"ל האט געוואלט מ'זאל גיין, און יעדעס מאל איינער קומט אויף מיט א סברה, ענטפערט מען אפ וויאזוי מ'האט אים געקענט פארדרייען דעם קאפ.
די פראבלעם מיט די חברה איז אבער אז זיי האבן נישט קיין השגה וואס איז פארגעגאנגן דארט און זיי מיינען אז איטשע מאיר איז פשוט אריינגעגאנגען, פארקויפט זיינע לארגן, און ארויסדערווישט א חתומה פון בעלזער רב.
איך האב געהערט אז די קול קורא איז געווען עטליכע טעג (אויב נישט מער) אויפ'ן טיש און ער האט דן געווען פינקטליך וואס צו שרייבן דארט, און ער האט טאקע אסאך ארומגעטוישט און די נוסח פונ'ם קול קורא.
- גאלד
- חבר ותיק
- הודעות: 2379
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
- האט שוין געלייקט: 625 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל
די סיבה פארוואס די סאטמארע האלטן אז מ'האט פארנארט דעם רב ז"ל, איז ווייל זיי זענען איבערצייגט בברירות אז שיטת רבם צודק ע"פ תורה, ממילא איז בע"כ מוז מען דא פארענטפערן דעם פסק פונעם רב וואס אפי' סאטמארע חסידים האבן געהאלטן פאר א העכערע מענטש, (שטייצעך נישט העכער פונעם סאטמארע רבי ז"ל, וגם אני בתוכם, פארדעם זענען זיי דאך סאטמארע חסידים), ממילא מחמת כבודם פונעם רב און איהם געבן די שטערקסטע בענעפיט, האבן זיי אנגענומען אז מ'האט איהם פארנארט מיט די מציאות הדבר, אבער פארשטייצעך דער מאטיוו צו פארענטפערן איז נישט פשט אז ווייל זיי שפירן זיך עפעס אנגעוואוירן, לגמרי נישט, ווייל לו יצויר זאל נתברר ווערן אז דער רב ז"ל האט מברר געווען דער פסק הלכה וויסנדיג אלעס פאקטן וואלטן די סאטמארע גע'טענה'ט אז נימוקו איז מיטן סאטמארע רבי ווייל ער איז דער צדיק הדור און שיטתו איז ע"פ תורה, אבער היות ס'נישט קלאר צו דער רב האט געוויסט אלע פאקטן, עכ"פ לפי שיטת הסטמורים, קענען זיי באשטיין צו מחפה זיי לכבודו פונעם רב.
למעשה איז טאקע געווען א געזונטע צימישעניש דעמאלטס, למשל לכתחלה ווען איטשע מאיר, דער איינציגער פרומער איד, האט אונטערגעשריבן דער מגילת עצמאות, וואס מיטאמאל די לינקע ריזשענע רבי'ס וואלטן לכתחלה איינגעגאנגען פאר אזאנס, נאר וויזוי האט ער דאס באוויזן, ווייל ער איז ארומגלאפן צו אלע רבנים (איך ווייס נישט צו בעלזער רב אויך) אז אויב פרומע אידן רוקן זיך נישט אריין אין די ווירטשאפט פון די מדינה, וועט די לאנד געפירט ווערן ווי די קאמוניסטן ביי סטאלין, בן גריון כידוע איז נישט בלויז געווען א פרייער מענטש, ער איז בשיטה געווען א עטיאיסט, און אזוי אויך רוב מייסדי המדינה, ממילא האט איטשע מאיר געמאכט א בהלה אז ס'געפערליך, טראץ וואס מ'האט קלאר באשטעטיגט ביים כנסייה השלישית אין מארינבאד אז א מדינה שלא ע"פ תורה טאר נישט געשטיצט ווערן דורך חרדים ויראים, און פארשטייצעך כלל ישראל איז דאן געווען צישאסן אויף שטיקער, קיינער האט נישט געוואלט צוריקגיין צו א רעגירונג ווי מ'אונטערדרוקט פרומע אידן, און איטשע מאיר האט געהייסן דער דיפלאמאט דער קלוגער, ומי יבוא אחריו, און ויצא העגל הזה,

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גאלד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- חאצקעל שניידער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 313
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 18, 2015 12:53 am
- האט שוין געלייקט: 147 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל
שמעון וואלף האט געשריבן:איך האב געהערט אז די קול קורא איז געווען עטליכע טעג (אויב נישט מער) אויפ'ן טיש און ער האט דן געווען פינקטליך וואס צו שרייבן דארט, און ער האט טאקע אסאך ארומגעטוישט און די נוסח פונ'ם קול קורא.
איינס האט דער בעלזער רב געשריבן א אייגענע וואס אלע האבן אויפדעם צוגעלייגט זייערע חתימות.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
@גאלד ס׳גייט מיר ווייניג אן צו מהאט אים יא פארנערט צו נישט, די חוב קדוש און מצוה שבו האט מיר נאך קיינער נישט געקענט מסביר זיין, אבער דאס שטערט מיר אויך נישט, וואס איך וויל יא פארשטיין איז פארוואס ווען סאטמערער רב איז געגאנגען באזוכן בעלזע רב און געוואלט רעדן מיט אים פריוואט האבן עס די שטוב מענטשן נישט צו געלאזט, אפשר וואלטן זיי זיך געקענט אויסגלייכן? און אפשר וואלט ווען דער בעלזא רב אויף געוויזען זיין שיטה פאר סאטמארער רב והכול על מקומו יבוא בשלום, דאס איינע זאך מאכט מיר טראכטן אז עפעס א קאץ שטעקט דא.
- געוואלדיג
- חבר ותיק
- הודעות: 3930
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
- געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
- האט שוין געלייקט: 6582 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל
איך וויל נאר קלאר מאכן א) מיין משפחה וואס וואוינט אין א"י גייען נישט צו בחירות, ב) איך בין אויסדריקליך נישט קיין סאטמארער (ווייט פון דעם), ג) מיין פערזענליכע מיינונג באזירט אויף מיינע ידיעות (איך האב גאר נאנטע משפחה וואס זענען געווען גאר נאנט ביי באלזא'ר רב זיע"א שוין אין יענע יארן) איז אז מען האט נישט פארנארט בעלזא'ר רב.
יעצט צום נושא, דא האב איך געברענגט די בריוו וואס בעלזא רב האט אונטערגעשריבן בנוגע בחירות א. די בריוו האט געשריבן בולגערייער רב ביז די ווארט יעזור וואס איז בכתי"ק פון בעלזא רב, די נוסח איז עפ"י וויאזוי בעלזא רב האט איהם געהייסן און עס שטייט נישט חוב קדוש נאר א לשון נבקש מען בעהט, בולגערייער רב האט געשריבן לשון יחיד אבקש און בעלזא רב הט געטוישט אויף לשון רבים נבקש. ב. עס שטייט דארט א פונקטליכע טעם פאר וואס עס איז וויכטיג צו וואוטען, ווייל מען האט דעמאלטס געמיינט אז מען גייט מאכן א קאנסטעטוציע פאר די מדינה און אויב וועלן זיין פרומע דעפוטאטן וועלן זיי קענען האבן א השפעה אז די מדינה זאל געשטעלט ווערן וואס מער אידישליך (למעשה איז ביז היינט נישטא אין ישראל קיין קאנסטעטוציע אןון עס איז מיוסד אויף די ענגלישע קאנסטעטוציע). ג. אין א בריוו פון י"ב סיון תש"ט צו סקווירא רבי שרייבט בולגערייער רב, איינס אז בעלזא רב אליין איז נישט געגאנגען וואוטען, צוויי אז ער האט געמאכט א גילוי דעת אויף די נחיצות פון וואוטען אן קיין שום פרעשור אדער פרעמדע השפעה אויף איהם. ד. הרי"מ לווין האט נישט באקומען רשות פון מועצגה"ת צו אריין דיי אין די ממשלה נאר נאך שוין דארט זיין האט ער באקומען רשות אז ער דארף נישט ארויס גיין פון דארט.
איז פון די פאקטן זעהן מיר 1. בעלזא רב האט געבעהטן און נישט געהייסן אדער חוב קדוש לא מיניה ולא מקצתיה נאר א וויכטיגע בקשה (יא אוודאי פאר א בעלזא חסיד איז דאס גענוג כמובן, יעדער חסיד וואלט אזוי געטוהן אבער פארט ווייט פון חוב קדוש). 2. וויבאלד עס שטייט ארויס א סיבה פאר די בקשה, קען סאטמאר רב טענה'ען אנדערש און האבן א אנדערע מיינונג און עס מוז נישט זיין גרייזיג (ביידע זענען נישט גרייזיג, נאר אנדערע סברות וויאזוי איז די ריכטיגע וועג צו טוהן). 3. בולגערייער רב ((וואס איז געווען א נאמן) שרייבט קלאר אז די גילוי דעת אויף די נחיצות פון וואוטען איז געמאכט געווארן אן קיין פרעשור אדער פרעמדע השפעות אויף איהם. ה. הרי"מ לווין האט כדלעיל אסאך זאכן געטוהן אן פרעגן מועצגה"ת.
די אלע פאקטן זענען באשטעטיגט דורך דאקומענטן און ווערן גוט צולייגט אין די ספר מקטוביץ עד ה' איייר פון צבי וויינמאן
יעצט מיט די בעקראונד קען מען זין נעמען מתווכח זיין צו די חברי כנסת טוהן עפעס אויף אדער נישט
יעצט צום נושא, דא האב איך געברענגט די בריוו וואס בעלזא רב האט אונטערגעשריבן בנוגע בחירות א. די בריוו האט געשריבן בולגערייער רב ביז די ווארט יעזור וואס איז בכתי"ק פון בעלזא רב, די נוסח איז עפ"י וויאזוי בעלזא רב האט איהם געהייסן און עס שטייט נישט חוב קדוש נאר א לשון נבקש מען בעהט, בולגערייער רב האט געשריבן לשון יחיד אבקש און בעלזא רב הט געטוישט אויף לשון רבים נבקש. ב. עס שטייט דארט א פונקטליכע טעם פאר וואס עס איז וויכטיג צו וואוטען, ווייל מען האט דעמאלטס געמיינט אז מען גייט מאכן א קאנסטעטוציע פאר די מדינה און אויב וועלן זיין פרומע דעפוטאטן וועלן זיי קענען האבן א השפעה אז די מדינה זאל געשטעלט ווערן וואס מער אידישליך (למעשה איז ביז היינט נישטא אין ישראל קיין קאנסטעטוציע אןון עס איז מיוסד אויף די ענגלישע קאנסטעטוציע). ג. אין א בריוו פון י"ב סיון תש"ט צו סקווירא רבי שרייבט בולגערייער רב, איינס אז בעלזא רב אליין איז נישט געגאנגען וואוטען, צוויי אז ער האט געמאכט א גילוי דעת אויף די נחיצות פון וואוטען אן קיין שום פרעשור אדער פרעמדע השפעה אויף איהם. ד. הרי"מ לווין האט נישט באקומען רשות פון מועצגה"ת צו אריין דיי אין די ממשלה נאר נאך שוין דארט זיין האט ער באקומען רשות אז ער דארף נישט ארויס גיין פון דארט.
איז פון די פאקטן זעהן מיר 1. בעלזא רב האט געבעהטן און נישט געהייסן אדער חוב קדוש לא מיניה ולא מקצתיה נאר א וויכטיגע בקשה (יא אוודאי פאר א בעלזא חסיד איז דאס גענוג כמובן, יעדער חסיד וואלט אזוי געטוהן אבער פארט ווייט פון חוב קדוש). 2. וויבאלד עס שטייט ארויס א סיבה פאר די בקשה, קען סאטמאר רב טענה'ען אנדערש און האבן א אנדערע מיינונג און עס מוז נישט זיין גרייזיג (ביידע זענען נישט גרייזיג, נאר אנדערע סברות וויאזוי איז די ריכטיגע וועג צו טוהן). 3. בולגערייער רב ((וואס איז געווען א נאמן) שרייבט קלאר אז די גילוי דעת אויף די נחיצות פון וואוטען איז געמאכט געווארן אן קיין פרעשור אדער פרעמדע השפעות אויף איהם. ה. הרי"מ לווין האט כדלעיל אסאך זאכן געטוהן אן פרעגן מועצגה"ת.
די אלע פאקטן זענען באשטעטיגט דורך דאקומענטן און ווערן גוט צולייגט אין די ספר מקטוביץ עד ה' איייר פון צבי וויינמאן
יעצט מיט די בעקראונד קען מען זין נעמען מתווכח זיין צו די חברי כנסת טוהן עפעס אויף אדער נישט
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...
-יין שרף-
-יין שרף-
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
- האט שוין געלייקט: 1566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:מפוזרי האט געשריבן:די גאנצע הנחה איז א טעות. אגודה האט לכתחילה נישט געשיקט זייערע דעפוטאטן צו שאפן געלט אדער אויפטון פאר'ן ציבור, נאר צו פראקלאמירן דעם שטאנד פון די פרומע אידן אז דער אידישער לאנד דארף זיך פירן לפי חוקי התורה.
פארשטייט זיך אז איינמאל מ'איז אינעווייניג פרובירט מען צו היטן אויף אונזערע רעכטן, אבער ס'איז נישט געווען אריגינעלע סיבה.
אין די צייטן פון בעלזער רב ז''ל האט מען נאך כמעט נישט באקומען קיין געלט, און דאך האט ער געזאגט אז ס'איז אזא מצווה.
מ'רעדט דאך נאר לויט די גרייזיגע שיטה פון די וועלכע האקן אויף די עצם זאך אז ערליכע אידן האבן א רעפרעזענטאציע אין כנסת...!
ליידער האט זיך עס שוין אריינגעכאפט אפילו ביי די אייגענע נציגים, וואס זייערע גאנצע ציל איז צו שאפען וואס מער געלט, און זאל די גאנצע מדינה גיין פייפן.
אבער זיי פארגעסן אז מ'האט זיי געשיקט זיך צו זארגן - טאקע אויך פאר די רעליגיעזע - אבער אויך פאר די אלגעמיינע וואוילזיין פונ'ם לאנד.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
- האט שוין געלייקט: 1566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל
געוואלדיג האט געשריבן:שרייב נישט גרייזיגע שיטה, איך בין אויך נישט קיין סאטמאר'ער אבער פארט שרייב ענדערש די אנדערע שיטה, נאך אלעס ווייסן מיר דאך נישט וועם מען האט פארנארט בעלזא'ר רב אדער סאטמאר רב.
ס'נישט קיין שאלה פון סאטמארער רבי ווערסוס בעלזער רב, נאר סאטמאר ווערסוס רובא דרובא גדו''י.
און די הלכה איז ווען ס'דא א מחלוקת צווישן גדולים, אפילו לא הוכרעה ההלכה, אבער דער סוגיא דשמעתתא - ד''ה דאס וואס רוב ת''ח האלטן - איז ווי איינער, הייסט דער וואס פסק'נט ווי דער צווייטער א טועה בדבר משנה.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
- געוואלדיג
- חבר ותיק
- הודעות: 3930
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
- געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
- האט שוין געלייקט: 6582 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל
אויסדריקליך נישט אמת, ער הייסט נישט קיין טועה בדבר משנה, פארקערט גאר רבינו הק' האט געברענגט אין משניות דווקא אויך שיטת היחיד כדי אז אויב וועט זיך מאכן יארן שפעטער אז מען וועט איינזעהן זיין סברה זאל מען וויסן אז עס איז געווען א תנא וואס האט אזוי געהאלטן און עס איז נישט ראנג, ווען עס איז דא א מחלוקת איז שייך צו זאגן רבים און יחיד נאר ווען די רבים האבן זיך געזעצט צוזאמען און האבן גע'פסק'נט אנדערש ווי דעם יחיד, א זאך וואס איז אויסדריקליך נישט געווען אין יענע יארן פאר ווער עס איז באקאנט מיט די היסטאריע עיין בספר הנ"ל מתוך פראטאקאלן של אגו"י.
איך רעד נישט יעצט ווער איז גערעכט נאר צו זיין שיטה מוז זיין גרייזיג ווייל אנדערע האבן אנדערש געהאלטן.
איך רעד נישט יעצט ווער איז גערעכט נאר צו זיין שיטה מוז זיין גרייזיג ווייל אנדערע האבן אנדערש געהאלטן.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...
-יין שרף-
-יין שרף-
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2184
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
- האט שוין געלייקט: 129 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
מפוזרי האט געשריבן:געוואלדיג האט געשריבן:שרייב נישט גרייזיגע שיטה, איך בין אויך נישט קיין סאטמאר'ער אבער פארט שרייב ענדערש די אנדערע שיטה, נאך אלעס ווייסן מיר דאך נישט וועם מען האט פארנארט בעלזא'ר רב אדער סאטמאר רב.
ס'נישט קיין שאלה פון סאטמארער רבי ווערסוס בעלזער רב, נאר סאטמאר ווערסוס רובא דרובא גדו''י.
און די הלכה איז ווען ס'דא א מחלוקת צווישן גדולים, אפילו לא הוכרעה ההלכה, אבער דער סוגיא דשמעתתא - ד''ה דאס וואס רוב ת''ח האלטן - איז ווי איינער, הייסט דער וואס פסק'נט ווי דער צווייטער א טועה בדבר משנה.
עס איז זייער קלאר אז די צדדים איז א שיקול צווישען בירור הלכה ווערסעס אשר יורוך בלינדעהייט
והא ראי' א ריזיגע ציבור האט היי יאר בויקאטירט צוליב דעם יורוך פון הגר''ש אויערבאך אז מען איז נישט מצווה צו גיין שטימען
נו וואסעפעס זאל נאר הגר''ש אויערבאך האבן א רעכט אויף ככל אשר יורוך, און סאטמאר רבי וואס האט אסאך אריינגעלייגט לברר וללבן הלכתא זו זאל חלילה נישט קריגן די רעכט פון ככל אשר יורוך.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
- האט שוין געלייקט: 1566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל
געוואלדיג האט געשריבן:אויסדריקליך נישט אמת, ער הייסט נישט קיין טועה בדבר משנה, פארקערט גאר רבינו הק' האט געברענגט אין משניות דווקא אויך שיטת היחיד כדי אז אויב וועט זיך מאכן יארן שפעטער אז מען וועט איינזעהן זיין סברה זאל מען וויסן אז עס איז געווען א תנא וואס האט אזוי געהאלטן און עס איז נישט ראנג, ווען עס איז דא א מחלוקת איז שייך צו זאגן רבים און יחיד נאר ווען די רבים האבן זיך געזעצט צוזאמען און האבן גע'פסק'נט אנדערש ווי דעם יחיד, א זאך וואס איז אויסדריקליך נישט געווען אין יענע יארן פאר ווער עס איז באקאנט מיט די היסטאריע עיין בספר הנ"ל מתוך פראטאקאלן של אגו"י.
איך רעד נישט יעצט ווער איז גערעכט נאר צו זיין שיטה מוז זיין גרייזיג ווייל אנדערע האבן אנדערש געהאלטן.
קוק אין חו''מ סי' כה סעיף ב': טעה בשיקול הדעת.. ולא ידע שכבר פשט המעשה עיי''ש אבער אויב ער ווייסט יא שפשט המעשה איז ער א טועה בדבר משנה. קוק דארט אין די נו''כ.
דאס וואס דו ברענגסט וועגן יחיד ורבים האט נישט אהער, איינער וואס האט אליינס מברר געווען דעם ענין און ער איז א חכם גדול גמיר וסביר ויודע להכריע כדברי האחד בראיות ברורות ונכוחות מעג גיין קעגן סוגיא דשמעתא, אבער איינער וואס איז נישט אזא בר הכי מוז פסק'נען ווי די סוגיא דשמעתא. קוק אין רא''ש סנהדרין פ''ד סי' ו'.
אין אנדערע ווערטער, דער סאטמארער רבי אליינס מעג זיך קריגן מיט אלע גדו''י אויב ס'קומט אים אזוי אויס, און ער איז נישט עובר אויף אחרי רבים להטות. אבער איינער וואס קען נישט אליינס מכריע זיין מוז אננעמען דעת הרוב, און יא, ער קען אננעמען אז די אנדערע דעה איז גרייזיג.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
- חאצקעל שניידער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 313
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 18, 2015 12:53 am
- האט שוין געלייקט: 147 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל
עזריאל האט געשריבן:@גאלד ס׳גייט מיר ווייניג אן צו מהאט אים יא פארנערט צו נישט, די חוב קדוש און מצוה שבו האט מיר נאך קיינער נישט געקענט מסביר זיין, אבער דאס שטערט מיר אויך נישט, וואס איך וויל יא פארשטיין איז פארוואס ווען סאטמערער רב איז געגאנגען באזוכן בעלזע רב און געוואלט רעדן מיט אים פריוואט האבן עס די שטוב מענטשן נישט צו געלאזט, אפשר וואלטן זיי זיך געקענט אויסגלייכן? און אפשר וואלט ווען דער בעלזא רב אויף געוויזען זיין שיטה פאר סאטמארער רב והכול על מקומו יבוא בשלום, דאס איינע זאך מאכט מיר טראכטן אז עפעס א קאץ שטעקט דא.
אין ספר מסעות ישעי׳ פון ר׳ ישעי׳ גראס קערעסטירע רבי וואו ער באשרייבט די נסיעה פון סאטמער רב תשט״ו ,וואס אגב איז דאס א ספר וואס איז ווערט צוליינען , ברענגט ער דארט וואס ער האט געהערט מפ״ק פון רבין אז ווען ער איז געווען ביים רב אוןער האט געבעטען אלע זאלן ארויסגיין האט דער בעלזער רב געפרעגט שלום אויך האט ער מסכים געווען און סזענען דארט געווען שלום פויגל מיט יוסל אשכנזי , שרייבט ער דארט אז ער האט געפרעגט שפעטער דעם רבין פארוואס ער איז איינגעגאנגען דערויף דער פלאן איז דאך געווען צו רעדן ביחודות האט ער גיענפערט אז ווען דער רב האט געפרעגט האט ער געזען אז די רב וויל אז שלום זאל בלייבן ,און אויך וויבאלד ער האט שווער פארשטאנען וואס די רב זאגט איז בעסער אז שלום איז דארט ,איך שיהי׳ האט ער דאך געזאגט אלעס וואס ער האט געהאט צו זאגן און די רב האט געהערט.
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
דאס אידאך דער ספר מיטן באקאנטן בילד פון די בוים אין מירון ''כאן עשה רבינו צרכיו''.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- חאצקעל שניידער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 313
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 18, 2015 12:53 am
- האט שוין געלייקט: 147 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל
- חאצקעל שניידער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 313
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 18, 2015 12:53 am
- האט שוין געלייקט: 147 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל
צו געוואלדיג :אז בעלזער רב האט געזאגט אז כדי אויפטון פאר אידישקייט מעג מען דארטן זיצען איז פאר יעדע אויפטו און אודאי פאר די אויפטו פון ישיבות און ת״ת וואס וואו איז דא א גרעסערע אויפטו? עכ״פ אן איסור פון יהרג ועל יעבר האט ער זיכער נישט געהאלטען איז פארוואס מחדש זיין נייע איסורים ?
ב.די צעטל וואס דו האסט געברענגט דאס איז פון די בחירות תש״ט אבער ביי די בחירות תשט״ו וואס די רב האט געחתם׳עט אויף א פאראויס געשריבענע צעטל איז טאקע נישט געשטאנען חוב קדוש אבער חובה קדושה איז יא געשטאנען און הערש וואלף פרידמאן שרייבט אז ״ הדגיש מרן את המילים חובה קדושה שבקול קורא״ נאך שרייבט ער ״על כל מילה ומילה שנכתב בקול קורא ישבמרן זצ״ל משך זמן רב לפעמים תיקן מילה או מחק מילה עד שיצא הקול קורא מתחת ידו״ .

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום חאצקעל שניידער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- געוואלדיג
- חבר ותיק
- הודעות: 3930
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
- געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
- האט שוין געלייקט: 6582 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל
א וודאי איז געווען א מחלוקת פון סאטמאר רב מיט בעלזא רב אבער מען דארף וויסן די פאקטן פאר מען רעדט און קענען רעספעקטירן א צווייטער גדול וואס האט געהאלטן אנדערש פון מיין גדול און שרייבן וועגן איהם מיט רעספעקט.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...
-יין שרף-
-יין שרף-