דאס איז קלאר אז משיח גייט קומען איין טאג. אכחה לו בכל יום שיבא. אבער עס איז העכסט זיכער אז מען דארף גוזר זיין א גזירה אז ער קומט נישט יעצט. אזוי ווי עס האט פאסירט בימי התלמידי בעש״ט ווען עס איז געווען א שטורעם אז משיח קומט, איז דער גרויסער רבי ארויף אויפן בימה און געשוואורען אז משיח קומט נישט די יאר. ער האט דאס געזאגט צוליב אויב משיח וואלט נישט אנגעקומען וואלט געווארן א גרויסע הסתרה אדער (געלעכטער).
דער יום הגאולה ווייסט נאר די רבוש״ע. און עס איז היבש קורצזיכטיג זיך אפילו צו באציען צו רבי חיים. ער האט גאנץ זיכער געמיינט אז משיח איז נאנט היום תאמצינו בבחינת אחכה לו בכל יום.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
עס איז קלאר יא אמת משיח קומט יא למעשה ווייס איך נישט פארוואס די וועלט איז נישט מפרסם די מעשה בשלימות איך האב עס גיהערט דער נאכט פון ר' חיים אליין איך האב אים געטראפן בהקיץ אין מיין דיינינג רום דער נאכט האט ער מיר געזאגט אז נאך משיח האט אים געזאגט אז ער קומט האט ר' חיים אים צריק גיפרעגט במה זכינו? וואס האבען מיר יעצט זוכה גיוועהן האט משיח גיענטפערט בזכות פון קלאפן ביי די ווארט "עץ" עס איז געווארן אזא טומל ביי די פמליא של מעלה מען קלאפט און מען האלט נישט ביי המן די גאנצע פמליא איז אראפ געקומען זעהן וואס טוט זיך און זיי האבן גיזעהן אז מען האלט ביי "עץ" און כביכול האט גיגעבן א שמייכל און געזאגט פאר דער דור האב איך געווארט מען קען אים שוין אראפ שיקן!
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
מען האט איצט געמאלדען פון בית חיינו וואס געפינט זיך אויף 770 איסטערן פארקוויי אז חב''ד גייט ארויסגיין אין א מעכטיגע קריג מיט די קנייבסקיסטען, א שטייגער ווי די מלחמה וואס זיי האבן געפירט מיט רב שך ז''ל:
אז אילהו הנביא וועט קומען מבשר זיין די בשירת הגאולה: זאלט איר אים נישט גלויבן! אז משיח וועט זיך באווייזען אויפן אייזעל און זאגן אידן הגיע זמן גאלתכם: זאל איר אים נישט גלייבן! אז אלע פעלקער וועלן ברענגן מתנות פאר משיח צדקינו: זאל איר נישט גלייבן! אז משיח וועט מלחמה האלטן מיט אלע פעלקער אין זיי באזיגען: זאלט איר נישט גלייבן! אז משיח וועט ארויף טראגן די אידן קיין ארץ ישראל: זאלט איר ווידער נישט גלייבן! אז די אבות וועלן אויפשטיין תחיית המתים און קומען באגריסען דעם מלך המשיח: זאלט איר ווידער נישט גלייבן!