ירח בן יומו האט געשריבן:מ'קען מיינען אז די וואס קויפן אין די געשפעפטן זענען מעקסיקאנע און כינעזע, אונז זענען די וואס זענען נהנה דערפון, אפי' ס'קאסט אז ס'מאכט אומבאקוועמילכקייטן, שטעלט אייך נאר פאהר ווען מ'קומט אריין אין געשפעט און מ'זוכט א באטל מילך און די ענטפער איז "די דילווערי טראק האט פארשפעטיגט די 8AM CURFEW, קום צוריק מארגן"
קיינער גייט נישט אויסלויפן פון סופלייס, קוק אויף גוי'אשע געשעפטן, שאפרייט, פעטמארק, אין אלע גוי'אשע געגנטער איז דער פראדוקט אויפן שעלווס פאר די קונים אהן דעם אז מען דארף זיך דורכשטופן צווישען דריי דעליווערי טראקס און נאכדעם א הויפן באקסעס אויפן סיידוואלק אויפן וועג אריין. עס איז זיכער נישט קלעסי צו זען ווי מען דעליווערט שטיקער פלייש, אדער רויע פיש, און זען די אפפאל אין מיסט און שמיציגע סיידוואלקס. א פשוט'ע איטעליענע גוי וואלט דאס נישט געדולדעט אין זיין neighborhood. נאר וואס איז דאס ווארט, אז אז ביי אידען זאגט קיינער גארנישט, מען קרעכטץ מען שרייבט אריין א פאוסט, אבער עס גייט נישט ווייטער, און אז קיינער מאכט זיך נישט צו טוהן פון דעם ווערט עס עסטעבלישט אז דער עולם וועט עס טאלערירען ווילאנג ס'גייט אזוי. איך האלט אז עס איז א טעות. גראדע די עצה וואס איינער האט געזאגט אז דער רעגירונג זאל ווערן אינוואלווד דאס איז א טעות, ווייל דאס דארף צו קומען פון די איינקויפערס און שכנים, נישט big brother די גאווערנמענט. עס איז פערזענטליך פאר מיר מער וויכטיג אז מיינע קינדער זאלען אויפוואקסן אין א ריינע שיינע יודישע neighborhood ווי איידער עס זאל זיין א יעדע מין עסן עוועליאבעל אויף די סעקונדע מיר דארפען עס. דאס איז אלעס נישט קיין גרויסע חידושים, רוב וועלט פירט זיך שוין אזוי, עס זענען דא loading zones, or docks. צייטן וואס commercial טראקס מאכען דעליוועריס וכו׳'. איך האלט נאר אז מיר זאלען ארויסקומען פון די היימישע מענטעליטי פון אריינגעבען צו אלעס ווייל מען קען נישט בעסער. מיר קענען יא ארויפריקען דעם סטאנדארד, און יעדער איינער קען געניסען פון דעם.