דאס פארבליבענע אדער

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

דאס פארבליבענע אדער

שליחה דורך אחד העם »

אויפען קאלטען שטיין. פאר מיר דער הויז. אש און רויעך. חורבן ואבדן. מרה שחורה'דיגע מחשבות. ביטערע חזיונות. מיט טרערן און די אויגען. האב איך דאס אלס געזעהן. במשל ומליצה. כחידה סתומה. אתאר לכם.:


שטערן טונקעל
גרויע לבנה
שווארצע פייגעל
מלאכי חבלה

שווארצע וואלקען
שטיקענדע ווינטען
שווערע ריחות
רויטע ליחות
 
אש און רויעך
צושפרייטע פליגלען
עסט צו דער כח
גאלדענע צינגען

פארברענטע גופות
רויע נשמות
בייזע רוחות
ווילדע מלאכי חבלות

גונבי נפשות
ומכרם ומתו
סולם של אש
מחבלים עולים ויורדים

לייב נאקעטע
פיס בארוועסע
קאפ פארבויגען
טרערן פון אויגען

אויפען רוקען א הויקער
די פיס פארהינקעט
וואונדען וואו אימער
ס'קערפער ווי געלעכערט

אויסגעדינטע קליידל
די שווארצע בגדי אבל
פון אזויפיל ניצען
צולעכערט און צוריסען

אויפן נאקעטען קערפער
עס שניידט די קעלט
אויפן טרוקענעם צינג
דערשטיקענדע היץ

די האר ווילד פארוואקסען
ווי הערנער און דערנער
שטעכן אויפן הארצען
צופליקט אינגאנצען

געשפרייטע הענט
טאפט אין טונקעל
רויעך און אש
אין יעדער ווינקעל

ווי אין גהינום אריין
פחדים'דיגע טריט
ווי בייזע רוחות די רויעך
ווי טונקעלע כוחות די אש

איין טריט אריין
איין טריט ארויס
די נשמה גייט אויס
און גוף אריין

פיס פלאטשקעט
אין טייכל בלוט
אומגעפאלען
געבראטענע טריט

טרעט אויף די מתים
א שפרינג צוריק
אויף אנדערע גופים
געטראטען צוריק

כאאס און חורבן
שטיל, פארקלאפט
טאפענדע חושך
קולות פון שווייגען

אויפגעריסענע מיילער
צולעכערטע אויגען
צופלאצטע הערצער
געשפאלטענע מוחות

געבראטען און שווארץ
א קאפ און א הארץ
הענט אן פיס
קיין מענטש דאס איז

די נשמות
און שאטענס
טאנצען ארום
א טויטען ברים

פייער צינגען
מארד געזינגען
זיבען סארט נאטען
די אכטע געשפרינגען

פענסטער צופלאצט
ווענט געשיילט
שטיבער צוטיילט
דעכער צופאלט

שטרייפען בלוט
די ווענט פארשמירט
ווי פלאנירט
די ביינער פלאצירט

כשורא לצלמא
עס זענען די ווענט
סצענענס בלוטיגע
פון בלוט און ברענט

ארום מיר די מתים
ליגען פארגולמט
פון די אויגען-לעכער
רויעך צוויי שנירלעך

פון די מיילער
רויעך שנירלעך
ווי קטורת גלייכער
בלאזט זיך בכח

ווי ביי די שדים
די בייזע רוחות
עס טאנצען זייערע שאטענס
ברימען פחדימ'דיגע קולות

פארניכטעט אלעס
געבראטען אלס
ביינער און שטיינער
קיינע זכר

פון צווישען רויעך און
אש, פון
צווישען צינגען
פייער פלאמען

אליין פארבליבען
נישט זיך געלאזט
די גאלדענע פלאמען
איבערגעלאזט

דארט אויפן דאך
הענגט זי מיט בדידות
דאס פארבליבענער אדער
פון איינע פון די גופות

ווי א סענטימענטאליסט
איר באטראכטען
שריים געוויס
פון מתים זיבען

פאראבלט
הענגעדיג
פארטרויערט
און שרעקעדיג

א געשיכטע
זי פארציילט
די זיבעטע
פארברענטערהייט

אבער א
ווילדע נקמה
ווי א
גיבור מלחמה

עפנט אירע
לעכער
שטורעמט
העכער

עס טראפט פון איר
דם אן א שיעור
ווי אלישע'ס קריגעל אויל
בלוט רינט פון איר

סרינט דאך
פון איר אדורך
דאס גאנצע בלוט
פון זיבען קינד

זייער קערפער
צלי אש
בלוט פליסט נישט
אין אדערן פון אש

בקולות זידט עס
ווי ס'קעסעל
פינעם גיהנום'ס
ביטערען פעסל

מיינע פארגלאצטע אויגען
אויף איר הענגען
ווילד און שוימיג
בלוטיגט שטרוימיג

אונטערן בלוט-קראן
פארגליווערט קיין ריר
טרוקענער צינג מיין
שטרעק איך אויס צו איר

באגאסען אינגאנצען
רויט פארפלעקט
מיינע געדערים פארשאלטען
וואס פון איר זיך זעטיגט

מיינע שווארצע בגדים
מלא כתמים
דם ומאודמים
מלוכלך שבעתיים

שוין געשטילט מיין דארשט
אבער נאך ס'רינט פון איר
דורכגעווייקט מרגל ועד-ראש
שטרוימט נאך ווי פריער

ווי א מבול א צונאמי
קאכעדיג שטרוימט זי
מיינע קניען פארטונקען
די קערפער געזינקען

מיין בלוטיג האנט
שטרעק איך אויס
דעם וואונדער פון נאנט
זעהן דאס וואס

גליעט און בריט
קאכט און זיעט
פון זיבען לעבעדיגע
בלוט רינעדיגע

דער מוח פארפרוירען
אויס געברענט
מאוס דאס לעבן
דער געפיל פארלענד

אין האנט א מעסער
ווי אן אכזר צו די שחיטה
פארשניידען דעם אדער
מיט קאלטע רציחה

טאקע ס'לעצטע זכר
פון די קרבנות
אבער זי פון וועלט א קבר
מאכט אן קיין רחמנות

מאך איך מיין בחירה
אויפען האלדז דאס מעסער
מיין טויט דאס מיתה
שוין גאר בעסער

א סקרוך
מיין קערפער
אדורך
מיינע ביינער

פארציטערט
מיינע הענט
צושוידערט
געלעמט

עס שטעכט
אויפן האלדז
א טויט-קנעכט
באלד

שוין פארגעסן מיין כוונה
וואס צו שניידען מיין מטרה
געווארפן דאס מעסערל
צוריק אינעם רויעך, ס'אש בערגעל

ווי א צובאזשעוועטער רוח
פאלוירען צומישט
כאבן נימוח
גסיסה-שווייס כ'וויש

ווי צומיר ס'רעדט
דער מלאך המוות גופא
אין שווארצען שאטען דארט
ווי ער טאנצט בשמחה

זיין גרויליגען
דיקע שטימע
זיין נבזה'דיגען
מארד תחינה

ס'איז שווארץ די נאכט
גרייט שוין דער שטריק
איך,דער תליין, ווארט
אוי! זיין שדים'דיגער בליק

פלינק נעם איך
דאס צובראכענע בענקל
סגייט נאך דער רויעך
שוין חרוב איין פיסעל

מיין נאקעטע פיס
אויפן כסא
כשטעל עס
גרייט צו דער מיתה

אויפען בלוטיגען תליה
מיין קאפ הענגען
ס'אדער מיין מיתה
מיר ברענגען

ס'הענט שטייפער
ווי רוצח קאלטער
כ'כאפ דעם אדער
ס'גסיסה וואס שנעלער

ס'האלדז מיינער
כבינד ארום
ס'טרייסלען די ביינער
די גסיסה איך ברים

אויפן בענקל
שטיי איך
כ'קווענקעל
אינדערהייך

נישט עספיעט
דורך טראכטען
דאס בענקל בריעט
פארברענט אינגאנצען

דאס בענקל צופאלט
פיס ווידער קאלט
אוי! דאס מיתה
ס'גסיסה, אויפן תליה

צווישען
הימל
און צווישען
דעם ערד-קוגל

דער גהינום
מתחתי פתוחה
סאיז פחדים
מיר ס'טויט ניחא

הענגענדיג
קוקענדיג
אויפן ערד
איבערגעקערט

נישט דערשראקען
פארן טויט מיינער
נאר וואס די אויגען
זעהן ווידער

אש בערגלעך
הויט און ביינער
צינגען רויעך
הערצער קערפער

איך הענג
איך גולם
סמיר ענג
אויפן עולם

פלוצלינג
א ווילדען טרייסעל
זי א שפרינג
איך א נפל

ווי א גיבור
אליין
שלאנג גיפטיגער
טוט זיין

ציעט זיך צאם
אויפען האלדז שטארק
וויקעלט ארום
מיט כח ס'גענאק

ענגער ענגער
אויפען האלדז'ל
שטערקער שטערקער
אויפן גארגל

נקמה
זי נעמט
מיין נשמה
פארקלעמט

ס'אטעם
ס'בלוט-דרוק
ס'הארץ
געוואלד! ס'חיות

נישט נאר
דעם גוף
ס'נפש גאר
דערשטיקט טיף

ס'נשמה
ס'גייסט
ס'שכל
ס'געפיל

שניידט דעם מח
פינעם הארץ מיט כח
ס'געפיל דערשטיקט
ווי א מת פארקוילעט

און די לופטען
שוועבן
געפאלן פון הויך
צושפלעטערט דעם מח

פון אירע קייטען
זיך ארויסרייסען
איך וויין פון פאניק
סרייסט ביים גענאק

אויף די ערד
מתים זיבען
שריפת הגוף
והנשמה קיים

אין שפיגעל
א קאפ פארבינדען
חניקת נשמה
והגוף קיים

מיין עתיד בחזיון
איך כזעה שוין
קאלט ווי שטיין
ווי א גוסס אליין

זיך ראנגלען
טויט מיט לעבן
און צוואנגען
בלייבען פארבינדען

און שפיגעל. א קאפ פארבינדען.
מיט דאס פארבליבענער אדער.
פון מתים זיבען.
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

פייערדיגע רייד,
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

פליקער האט געשריבן:פייערדיגע רייד,

רייד פון פייער!
באניצער אוואטאר
נופת צופים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 737
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:26 pm
געפינט זיך: וואו נישט
האט שוין געלייקט: 553 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 606 מאל

Re: דאס פארבליבענע אדער

שליחה דורך נופת צופים »

Wow!
איך פיל ווי כ'בין דארט,
מיט די מתים זיבן,
אויפ'ן שווארצן ארט,
לעבן געבליבן.
סענט פראם מיי קאושער פאון...
פארשפארט